איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
איך_הער האט געשריבן:
כ'מעג בעטן אז מ'זאל אויך רעדן פון פרעש ווייפס, אדער אן עקסטערן אשכול דערפאר? כ'מיין עס ערענסט.
איך האב געזען אז עס איז דא פרעש ווייפס מיט א הכשר פאר שבת - עס איז דא אין אסאך גראסערי'ס אויב די ווילסט די נאמען פון די קאמפעני וועל איך פרעגען מיין בנ"ב
פרעש ווייפס, גרעניצט זיך שוין מיט ערנסטע שאלות פון חילול שבת פון סחיטה, די שאלה איז נאר צי ס'הייסט א פסיק רישי', ס'איז א גרויסע מחלוקת, ס'איז דא חילוקי דעות ביי די פוסקי דורינו דערוועגן, כ'האב געזען אמאל אז ס'איז דא א תשובה אין מנחת יצחק און אין שבט הלוי דערוועגן, איך געדענק נישט די למעשה פון דארט, כאטש א לינק אהין פאר ווער ס'האט צייט צו קוקן.
cano האט געשריבן:
איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
מ'זעהט אין הלכ' שבת סימן שכו אז ס'נישטא קיין פראבלעם צו זיך שמירן מיט זייף סיידן ס' שטיקעדיק און צוליב איסור מוליד בשבת אדער ממחק דערפאר זאגן די רבנים אז מ'זאל דאס אנפילן מיט נאך וואסער פון ערב שבת און אויף דעם אופן מעג מען לכולי עלמא!!
מען דארף נאר זיין פארזיכטיק צו נישט זיך ארומוואשן אפילו מיט קאלטע וואסער סיידן פניו ידיו ורגליו.
סופר סת"ם מאתרא קדישא ירושלים! אויף צו זיך ווענדן שיקט אריין א אימייל [email protected]
איש ירושליםהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יולי 04, 2019 4:39 pm
cano האט געשריבן:
איך וואלט זייער שטארק געהאט חשק אז איינער זאל מיר ארויסהעלפען, אביסעל מיט מראה מקומות און די תשובה ספרים, בנוגע וואשען שבת דישעס מיט רינעדיגע זייף גיל"א בלע"ז.
מ'זעהט אין הלכ' שבת סימן שכו אז ס'נישטא קיין פראבלעם צו זיך שמירן מיט זייף סיידן ס' שטיקעדיק און צוליב איסור מוליד בשבת אדער ממחק דערפאר זאגן די רבנים אז מ'זאל דאס אנפילן מיט נאך וואסער פון ערב שבת און אויף דעם אופן מעג מען לכולי עלמא!!
מען דארף נאר זיין פארזיכטיק צו נישט זיך ארומוואשן אפילו מיט קאלטע וואסער סיידן פניו ידיו ורגליו.
ער רעדט פון וואשן כלים אזוי ווי טעלערס מעסערס וכדומה