נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א. לערנער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:18 am

נאטיצן פאר א שמחה! *בן זכר*.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. לערנער »

פאלגנד האבן מיר אפגעשריבן א רייע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע נאכן געבורט פון א אינגל למז"ט, רוב זאכן זענען פשוטע זאכן אבער קענען פארט פארגעסן ווערן בעת'ן זיין א בעל שמחה, פארשטייט זיך אז מקען צולייגן צום ליסטע נאך און נאך, סא יעדן וואס פאלט ביי נאך עפעס קען עני טיים צולייגן, וזכות בידו.. (געשריבן נאך אן עקספיריענס וואס מיר האבן נארוואס דורכגעלעבט ב"ה).

--גלייך נאכן געבורט..

*אנרופן שווער/שוויגער, טאטע/מאמע, זיידע/באבע, געשוויסטער, בעה"ב דערציילן די מזל טוב. גוט צו זיין גרייט מיט די וואג פונעם קינד, פונקטליכע צייט ווען סאיז געבוירן, וויפיל טאג פונעם באשטימטן לכאן ולכאן, וכל המוסיף מוסיפין..

*זיכער מאכן זיך צו דרייען אין שטוב יעדע פאר מינוט זיכער מאכן אלעס איז בסדר.

--לכבוד שבת זכור..

*מסדר זיין פלאץ פארן זכור.

*אויב נויטיג, זיכער מאכן איינצוקויפן אלע ארטיקלען צום זכור שוין דאנערשטאג נאכט, נישט פארגעסן פונעם אור אלטן מנהג פון "זכור בונדלעך"..

*אנרופן לוח המודעות צו מעלדן די שמחה.

*אויב מעגליך, זיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג צו קענען אויפנעמען דעם עולם מיט א רואיגן און פרייליכן געמיט.

*נאכאמאל זיכער מאכן וועגן די פלאץ און עסן אז אלעס איז עצהיו"ט. גענוג ביר זאל ליגן אין פרידזש.

--פרייטאג צונאכטס..

*פרובירן צו דאווענען וואס פריער (נאכדערצו זומער).

*זיך צויאגן מיט די סעודה ווי ווייט מעגליך, צומאל כאפט מען זיך נישט און נאך שבת הערט מען צוריק פון מענטשן אז זיי זענען דארט געווען און קיינער איז נישט דארט געווען.

*ביים אנגרייטן דאס פלאץ נישט פארגעסן פון ביר/בונדלעך/טשיפס (די איבריגע אויך נישט פארגעסן אבער דאס איז די וויכטיגסטע).

*אויפנעמען יעדן איינעם שיין בסבר פנים יפות, נאכדערצו מענטשן וואס קומען פונדערווייטנס.

--אפאר טאג פארן וואכנאכט..

*אנגרייטן וואכנאכט פעקלעך.

*צוגרייטן א מוהל, זאל אויך קומען אפאר טאג פריער זיכער מאכן בנוגע די געלקייט.

*צוגרייטן א נאמען.

*אריינגיין צו א רבין איבערשמועסן דעם נאמען.

*צוגרייטן א פלאץ פאר די וואכנאכט/ברית/ברית סעודה.

*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).

*אויב גרייט מען אליינס אן די וואכנאכט, זיכער מאכן אלע עסנס וואס מדארף קויפן אין גראסערי שוין קויפן א נאכט פריער, באשטעלן קוגלען א.ד.ג., אריינלייגן ביר אין פרידזש.

*באשטעלן א פאיא פארן קינד פארן ברית.

*אריינלייגן עד וועגן וואכנאכט אין די דבר יום ביומו צעטלעך און אין די צעטלעך ווטס מהענגט אין שול

*אפשמועסן מיטן דזשאב בנוגע די שעות אינעם טאג פון וואכנאכט/ברית.

*זיכער מאכן מיט די חדר ווען זיי קומען (אין די פלעצער ווי מפירט זיך אז די חדר קומט ליינען קרי"ש אינעם טאג פונעם וואכנאכט).

*אנגרייטן לקח און ברוינפן פאר נאך די ברית.

*זיכער מאכן וועגן מנין פאר די ברית סעודה.

--וואכנאכט..

*אנגרייטן אלעס זאל זיין גרייט לערך א האלבע שעה פאר מעריב.

*אנגרייטן דאס קינד אין א בעטל.

*אנגרייטן אין זאל די פעקלעך.

*געבן טיפס פאר די דיינים.

*אויפנעמען שיין דעם עולם.

--טאג פונעם ברית..

*אן ענין צו צינדן פופצן ליכט פארן ברית (פאר די דריי אבות און די 12 שבטים).

*זיכער מאכן וויאזוי דאס קינד קומט אן אין שול.

*זיכער מאכן אז אלע מכובדים זענען אין שול, אויב נישט ריפלעיסן מיט אנדערע.

*נאכן ברית צוגרייטן לקח און ברוינפן אין שול.

--ברית סעודה..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט אריבער צום סעודת ברית.

*זינגן יום ליבשה.

*מכבד זיין די זעקס הרחמן'ס ביים בענטשן.

--נאכן ברית..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט טשעקן דאס קינד צוויי טאג נאכן ברית.

*צוגרייטן שלישי למילה.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

שיין שיין, שיינע מסודר'דיגע ליסט, און אסאך וועלן זיכער הנאה האבן דערפון.

די סאמע וויכטיגסטע זאך האסטו פארגעסן.

געדענקן אנצוגרייטען בעפאר האבן דאס קינד די מזל טוב טעקס מעסעדש, און די גרופע פאר וועם עס צו שיקען אויף אמאל.

בכל אופן א הערצילכען מזל טוב אסאך יודיש נחח געזינטערהייט,און אונז כסדר קענענן מהנה זיין מיט שיינע אשכולות..
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

מזל טוב
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אפטימיסט האט געשריבן: מזל טוב
אוועטאר
צוקער זיס
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2012 4:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער זיס »

מזל טוב.
דער אייבישטער זאל דיר געבען די כוח אים צו מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים, געזינטערהייט, מיט הרחבות הדעת, זאלטיך באדען און נחת און שווימען און געלט עד מאה ועשרים שנה,
יעדער מאכט פרייליך אין שטוב איינער ווען ער קומט אריין, און איינער ווען ער גייט ארויס
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מחותן האט געשריבן: שיין שיין, שיינע מסודר'דיגע ליסט, און אסאך וועלן זיכער הנאה האבן דערפון.

די סאמע וויכטיגסטע זאך האסטו פארגעסן.

געדענקן אנצוגרייטען בעפאר האבן דאס קינד די מזל טוב טעקס מעסעדש, און די גרופע פאר וועם עס צו שיקען אויף אמאל.

בכל אופן א הערצילכען מזל טוב אסאך יודיש נחח געזינטערהייט,און אונז כסדר קענענן מהנה זיין מיט שיינע אשכולות..

ביטע נישט אנגערייטן ווייל איך האב לעצטענטס באקומען א טעקסט פון איינער וואס האט בטעות אנשטאט סעווען אין דרעפט געדריקט סענד האב איך שוין געוויסט אז ער גייט האבן א יונגעלע און עס גייט זיין א ברית
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
Efroiach
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

שבת זכור.....
א. לערנער האט געשריבן: פאלגנד האבן מיר אפגעשריבן א רייע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע נאכן געבורט פון א אינגל למז"ט, רוב זאכן זענען פשוטע זאכן אבער קענען פארט פארגעסן ווערן בעת'ן זיין א בעל שמחה, פארשטייט זיך אז מקען צולייגן צום ליסטע נאך און נאך, סא יעדן וואס פאלט ביי נאך עפעס קען עני טיים צולייגן, וזכות בידו.. (געשריבן נאך אן עקספיריענס וואס מיר האבן נארוואס דורכגעלעבט ב"ה).

--גלייך נאכן געבורט..

*אנרופן שווער/שוויגער, טאטע/מאמע, זיידע/באבע, געשוויסטער, בעה"ב דערציילן די מזל טוב. גוט צו זיין גרייט מיט די וואג פונעם קינד, פונקטליכע צייט ווען סאיז געבוירן, וויפיל טאג פונעם באשטימטן לכאן ולכאן, וכל המוסיף מוסיפין..

*זיכער מאכן זיך צו דרייען אין שטוב יעדע פאר מינוט זיכער מאכן אלעס איז בסדר.

--לכבוד שבת זכור..

*מסדר זיין פלאץ פארן זכור.

*אויב נויטיג, זיכער מאכן איינצוקויפן אלע ארטיקלען צום זכור שוין דאנערשטאג נאכט, נישט פארגעסן פונעם אור אלטן מנהג פון "זכור בונדלעך"..

*אנרופן לוח המודעות צו מעלדן די שמחה.

*אויב מעגליך, זיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג צו קענען אויפנעמען דעם עולם מיט א רואיגן און פרייליכן געמיט.

*נאכאמאל זיכער מאכן וועגן די פלאץ און עסן אז אלעס איז עצהיו"ט. גענוג ביר זאל ליגן אין פרידזש.

--פרייטאג צונאכטס..

*פרובירן צו דאווענען וואס פריער (נאכדערצו זומער).

*זיך צויאגן מיט די סעודה ווי ווייט מעגליך, צומאל כאפט מען זיך נישט און נאך שבת הערט מען צוריק פון מענטשן אז זיי זענען דארט געווען און קיינער איז נישט דארט געווען.

*ביים אנגרייטן דאס פלאץ נישט פארגעסן פון ביר/בונדלעך/טשיפס (די איבריגע אויך נישט פארגעסן אבער דאס איז די וויכטיגסטע).

*אויפנעמען יעדן איינעם שיין בסבר פנים יפות, נאכדערצו מענטשן וואס קומען פונדערווייטנס.

--אפאר טאג פארן וואכנאכט..

*אנגרייטן וואכנאכט פעקלעך.

*צוגרייטן א מוהל, זאל אויך קומען אפאר טאג פריער זיכער מאכן בנוגע די געלקייט.

*צוגרייטן א נאמען.

*אריינגיין צו א רבין איבערשמועסן דעם נאמען.

*צוגרייטן א פלאץ פאר די וואכנאכט/ברית/ברית סעודה.

*איינטיילן די כיבודים (קווארטיר, הבא אל הכסא, הבא מן הכסא, סנדק, מן הכסא, עמידה לברכות, ברכות).

*אויב גרייט מען אליינס אן די וואכנאכט, זיכער מאכן אלע עסנס וואס מדארף קויפן אין גראסערי שוין קויפן א נאכט פריער, באשטעלן קוגלען א.ד.ג., אריינלייגן ביר אין פרידזש.

*באשטעלן א פאיא פארן קינד פארן ברית.

*אריינלייגן עד וועגן וואכנאכט אין די דבר יום ביומו צעטלעך און אין די צעטלעך ווטס מהענגט אין שול

*אפשמועסן מיטן דזשאב בנוגע די שעות אינעם טאג פון וואכנאכט/ברית.

*זיכער מאכן מיט די חדר ווען זיי קומען (אין די פלעצער ווי מפירט זיך אז די חדר קומט ליינען קרי"ש אינעם טאג פונעם וואכנאכט).

*אנגרייטן לקח און ברוינפן פאר נאך די ברית.

*זיכער מאכן וועגן מנין פאר די ברית סעודה.

--וואכנאכט..

*אנגרייטן אלעס זאל זיין גרייט לערך א האלבע שעה פאר מעריב.

*אנגרייטן דאס קינד אין א בעטל.

*אנגרייטן אין זאל די פעקלעך.

*געבן טיפס פאר די דיינים.

*אויפנעמען שיין דעם עולם.

--טאג פונעם ברית..

*אן ענין צו צינדן פופצן ליכט פארן ברית (פאר די דריי אבות און די 12 שבטים).

*זיכער מאכן וויאזוי דאס קינד קומט אן אין שול.

*זיכער מאכן אז אלע מכובדים זענען אין שול, אויב נישט ריפלעיסן מיט אנדערע.

*נאכן ברית צוגרייטן לקח און ברוינפן אין שול.

--ברית סעודה..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט אריבער צום סעודת ברית.

*זינגן יום ליבשה.

*מכבד זיין די זעקס הרחמן'ס ביים בענטשן.

--נאכן ברית..

*זיכער מאכן אז די מוהל קומט טשעקן דאס קינד צוויי טאג נאכן ברית.

*צוגרייטן שלישי למילה.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פארגעסו אםאר קליינעקייטן
ווי לייגן א מוהל מעסער צו קאפענס פונעם קינד אריינשרייבן אין א ספר ווען די קינד איז געבוירן [איך האב געהאט א חבר וואס דו טאטע האט נישט געדענקט פונקטלעך ווען די קינד איז געבוירן און ביי די בר מצוה האט זיך געמאכט אסאך שעלות צו ער איז שוין בר מצוה געווארן אדער הערשט אפאר וואכן ארום]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: [איך האב געהאט א חבר וואס דו טאטע האט נישט געדענקט פונקטלעך ווען די קינד איז געבוירן און ביי די בר מצוה האט זיך געמאכט אסאך שעלות צו ער איז שוין בר מצוה געווארן אדער הערשט אפאר וואכן ארום]

היינט שטייט שוין אויף די בוירט-סערטיפיקאט די פונקטליכע דאטום למספרם און זייגער, דאס שפארט איין די פראבלעם הנ"ל, ווייל מ'קען אויסרעכענען דורך דעם די אידישע דאטום, אבער מיט דעם אלעם איז ראטזאם זיך עס אליין צו פארצייכענען.
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

א. לערנער האט געשריבן: פאלגנד האבן מיר אפגעשריבן א רייע וויכטיגע פונקטן וואס זענען נוגע נאכן געבורט פון א אינגל למז"ט, רוב זאכן זענען פשוטע זאכן אבער קענען פארט פארגעסן ווערן בעת'ן זיין א בעל שמחה, פארשטייט זיך אז מקען צולייגן צום ליסטע נאך און נאך, סא יעדן וואס פאלט ביי נאך עפעס קען עני טיים צולייגן, וזכות בידו.. (געשריבן נאך אן עקספיריענס וואס מיר האבן נארוואס דורכגעלעבט ב"ה).



--טאג פונעם ברית..



*זיכער מאכן וויאזוי דאס קינד קומט אן אין שול.


אויף דעם דארף מען זיך זארגען א טאג פריער, נישט בשעת מעשה
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

זייער א שיינע און נוצבארע אשכול.

לכאורה האט איר נישט מקפיד געווען מיט די סדר, די עלטערן קומען בעפאר די שוויגער עלטערן (נאר ע"פ הלכה...).
ביי דעם ערשטן ברית וואס איך האב געמאכט בעז"ה האט א איד א ת"ח מיר געזאגט אז די 3 לעכט צינדט מען גרויסע און די 12 צינדט מען קליינע, כ'געדענק נישט צו איך האב עס נאכגעקוקט.

להערה בעלמא, לעצטנס זעה איך אז מען שרייבט שלום "זכור", בפשטות א פשוטע טעות, זכור איז א לשון געדענקען, א מאנס-פערזאן איז "זכר". (וחשבתי פשט על הטעות, שנובע מהטעם השני שבטו"ז על סעודת שלום זכר, כניחום על שכחת התורה שלמד...)
אתה בחרתנו
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 12, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתה בחרתנו »

אויב איינער קען לייגן די נאמבארס פון דבר יום גיט מארגן
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

דבר יום: 718-384-4190, גיט מארגן: 718-388-7744
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

און קרית יואל איז די נאמערן
היום יום 845-662-6122 - און די בליץ פאסט איז [email protected]
דבר יום ביומו 845-662-3137 - און די פאקס [פאר ווער עס האט נאך] איז 718-384-4190 - די בליץ פאסט איז [email protected]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2790
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

מה פתאום??? האט געשריבן: דבר יום: 718-384-4190, גיט מארגן: 718-388-7744

דבר יום: [email protected]
גיט מארגן: [email protected]
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29905
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיסטעריעז האט געשריבן: לכאורה האט איר נישט מקפיד געווען מיט די סדר, די עלטערן קומען בעפאר די שוויגער עלטערן (נאר ע"פ הלכה...).

כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז איינגעפירט ביי אייך, אבער ביי מיר אין שטוב איז איינגעפירט אז די שוויגער-עלטערן האלטן מיר עפ"י רוב ווען מען פארט אריין אין שפיטאל, ממילא גייט דער ערשטער מזל טוב רוף צו זיי, ווייל זיי שטייען אויף שפילקעס. משא"כ די עלטערן איז דא צייט צו מעלדן א מינוט דערויף.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ביי מיר איז עס טאקע אנדערש. אבער אפי' ביי אייך, וועגן זייערע שפילקעס איבער די כיבוד אב ואם? (נישט אז די מינוט מאכט אויס, אבער בפשטות מוז מען ערשט אנרופן די עלטערן אלס חיוב כיבוד)

(מיינסט אז איבעראל וואו עס שטייט לכאורה מוזטו זיך אנרופן?...)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29905
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

מיין דעת בעל הבית זאגט אז עס איז מער כיבוד אב ואם צו בארוהיגן באזארגטע שוויגער-עלטערן ווי איידער סתם מעלדן א בשורה טובה פאר די אייגענע עלטערן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מה לו לשוויגער-עלטערן ולכיבוד אב ואם? די מפרשים אויפן פלאץ אין הלכות כיבאו"א זאגן אז די חיוב כיבוד האט באמת גארנישט מיט כיבוד אב ואם, און די חיוב לכבדם איז נאר כזקנים חשובים, עיי"ש ותמצא "נחת"...
(חוץ אויב מיינט איר צו זאגן אז פאר די אייגענע עלטערן איז א גרעסערע כיבוד אז זייער זוהן בארוהיגט זיינע שוויגער-עלטערן איידער ער מעלדט זיי די בשורה טובה)

אלנפאלס, אין געווענליכע פעלער איז אפשר לקיים שניהם, היא בזוית זו והוא בזוית אחרת.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29905
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

חייב אדם בכבוד חמיו האט גארנישט מיט כיבוד אב?

האו אבאוט ואהבת לרעך כמוך? ער/זי צאפלט פאר אנגסט וויסנדיג אז די טאכטער גייט דורך חבלי לידה, און דו לאזט אים ווארטן נאך א האלבע מינוט אין דעם צער.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8917
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יו"ד סי' ר"מ סכ"ד
ש''ך.JPG
ש''ך.JPG (17.54 KiB) געזען 3058 מאל
באר היטב מעתיקו ופתחי תשובה מכריחו
באר היטב מעתיקו ופתחי תשובה מכריחו

לכאורה האט געשריבן: האו אבאוט ואהבת לרעך כמוך? ער/זי צאפלט פאר אנגסט וויסנדיג אז די טאכטער גייט דורך חבלי לידה, און דו לאזט אים ווארטן נאך א האלבע מינוט אין דעם צער.

ווייס איך שוין נישט.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

איש חמודות האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: [איך האב געהאט א חבר וואס דו טאטע האט נישט געדענקט פונקטלעך ווען די קינד איז געבוירן און ביי די בר מצוה האט זיך געמאכט אסאך שעלות צו ער איז שוין בר מצוה געווארן אדער הערשט אפאר וואכן ארום]

היינט שטייט שוין אויף די בוירט-סערטיפיקאט די פונקטליכע דאטום למספרם און זייגער, דאס שפארט איין די פראבלעם הנ"ל, ווייל מ'קען אויסרעכענען דורך דעם די אידישע דאטום, אבער מיט דעם אלעם איז ראטזאם זיך עס אליין צו פארצייכענען.

אריין שרייבן אין א ספר איז נישט סתם לזיכרון ס'דא ענינים דערביי
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

יאצמעך האט געשריבן: אריין שרייבן אין א ספר איז נישט סתם לזיכרון ס'דא ענינים דערביי

וואסערע ענינים איז דא דערביי?
איך זיך שוין לאנג טאקע וואו ס'שטייט ערגעץ אין די ספרים איבער אריינשרייבן די נעמען פון קינדער אין ספרים.
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע:אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

איש חמודות האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן: אריין שרייבן אין א ספר איז נישט סתם לזיכרון ס'דא ענינים דערביי

וואסערע ענינים איז דא דערביי?
איך זיך שוין לאנג טאקע וואו ס'שטייט ערגעץ אין די ספרים איבער אריינשרייבן די נעמען פון קינדער אין ספרים.

מיין טאטע האט אזוי געטוען און זיין טאטע וכו'....
אבער דוכט זיך אז נאך א טעם קענט איר טרעפן אין טעמי המנהגים אדער אין מנהג ישראל
#פון זכרון
עץ חיים הוא למחזיקים בה
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

גרינע בוים האט געשריבן: מיין טאטע האט אזוי געטוען און זיין טאטע וכו'....
אבער דוכט זיך אז נאך א טעם קענט איר טרעפן אין טעמי המנהגים אדער אין מנהג ישראל
#פון זכרון

דאס ווייס איך, און אזוי טוה איך אויך, און מ'טאר זיך נישט אוועקרירן פון דעם.

איך פרעג נאר צו ס'ווערט דערמאנט דאס ענין אין פריערדיגע ספרים
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”