ולכפרת פשע
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- לאקשען ברעט
בני היכלא האט געשריבן: ס'איז שוין די ימי השובבים, איז עס אביסל פאסיג.
איך האב לעצטענס געהערט א אינטרעסאנטע זאך, אז דער שדי חמד ברענגט אראפ פון איינעם, אז אין א שנה מעוברת, העלפט תשובה אפילו אויף עבירות שבין אדם לחבירו.
כ'פארשטיי נישט
מיט איבער בעטען העלפט אייביג
אין אן איבער בעטען פארוואס זאל עס העלפען זאל ער גיין איבער בעטען אין פארטיג
- לאקשען ברעט
בס"ד
איז אזוי אויב ער קען איבער בעטען אין ער האלט נישט דערביי , הייסט עס דאך אז ער טוט נישט תשובה ווייל אויב ער וואלט אמת'דיג חרטה געהאט וואלט ער דאך געקענט באשטיין צי איבערבעטען אין אז תשובה זאל העלפען אן תשובה (!) איז דאך נישט שייך
נאר מען קען זאגען אויף א פאל וואס מען קען נישט איבער בעטען למשל אויב ער האט געזאגט לשון הרע אויף איינעם וואס עס איז א מחלוקת צי ער דארף אים גיין זאגען ווייל פארוואס זאל ער אים זאגען אויב ער ווייס נישט, אפשר אויף אזא פאל גייט עס ארויף
יעדענספאל פאר אזא זאך דארפסטו אראפ ברענגען דעם לשון מיט א מראה מקום , אז נישט איז עס אירעלעווענט
סאו יעצט זיך עס אויף אין לייג עס ארויף -אין נאכדען עט מען עס דורכטוהן מיט די קרעטשמע קארפען קעפ

בני היכלא האט געשריבן: אלעקסיי;
אז מאנכע זאלן נישט מיינען אז איך מיין עפעס דא ח"ו, בעט איך דיר איבער בפני קהל ועדה, בפרט ווען מיינע דיבורים זענען מופרך מעיקרא, ס'האט מיר פשוט נישט אוסגעקוקט אז די משנה ברורה איז בי דיר א דבר חדש, ואתי הסליחה...
קרעמער, נעם אוועק דיין הקדמה, וועט דיר נישט שווער זיין קיין איין קשיא, א יאר ביי אידן איז מר"ה לר"ה, און מ'זאגט ביז ניסן, ווייל מ'האלט שוין נאכן חודש העיבור, א שנה מעוברת איז אויך מר"ה לר"ה, ניסן וועט מען נאך אויך ערליך מתפלל זיין שנה שלא תפיל אשה פרי בטנה...
רבינו הגדול בני היכלא;
איך האב לעצטנס געלערנט אין מסכת ראש השנה אז אן עיבור יאהר ציהט זיך פון ראש השנה ביז ניסן!
זעה רש"י דף ז' ע"א ד"ה לעיבורין: קא סלקא דעתך לישב בי"ד ולעיין אם השנה "הבאה" צריכה להתעבר (פון דעם זעהן מיר אז די עיבור יאר הייבט זיך ערשט אן פון ראש השנה - פארשטייט מען שוין פארוואס ולכפרת פשע זאגט מען נאר פון דאן אנגעהויבן). זעה אויך רש"י דארט ד"ה הפסקת עיבורין: שכיון שקדשו החודש לשם ניסן פסקה שנה שעברה מלהיות מעוברת עוד כו' שכבר נכנסה "שנה אחרת" לענין עיבור.
אקוראט ווי מיין ארימע געדאנק.
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2733
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6386
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע:שתולים בבית ד'
זייער שווער צו לעזען אלטע אשכולות ווען אלעמאל איז האלב פארמעקט (עפ"י רוב טאקע דער איינער), און מיר קענען נישט די קרעטשמע היסטאריע, אבער עכ"פ סאי שווער צו וויסען די דין ודברים.
מיין שאלה איז דא לויט ווי עס קיקט מיר אויס און די אלטע סידורים שטייט דער שטרעכלע (כגון זה ",") נאך ולכפרת פשע און נישט פארדעם דהיינו אז פינקט ווי מען זאגעט נישט למחילת חטא, אמן ולסליחת עון, אמן, נאר מען כאפט זיי צוזאם, איז און א עיבור יאהר זאגט מען, למחילת חטא - ולסליחת עון - ולכפרת פשע און הערשט דערנאך דעם הילכיגען אמן.
אויב איינער וויסט מער וועגען דעם ביטע.

א שטיקל שמועס אין אן אנדערן אשכול וועגן אפטיילן "ולכפרת פשע" אדער צוזאמכאפן:
viewtopic.php?p=377409#p377409
viewtopic.php?p=377409#p377409
- וויל זיין גוט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
"ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
[align=center]ביי כלל ישראל איז איינגעפירט, אז ראש חודש ווען דער חזן זאגט חדש עלינו וכו' זאגט מען אמן נאך א יעדע שטיקל, לטובה ולברכה = אמן, און אזוי ווייטער.[/align]
אין אן עיבור יאר אזוי ווי דאס יאר וואס מ'זאגט אויך ולכפרת פשע. איז די שאלה, צי ס'קומט אז דער חזן זאל זאגן למחילת חטא ולסליחת עוון, און דערנאך באזונדער ולכפרת פשע, אזוי ווי איך מיין אז דער עולם טוט, אדער גאר אפשר איז ריכטיג, אז אזוי ווי מ'האקט נישט אפ צווישן למחילת חטא און ולסליחת עוון, ווייל ס'איז איין זאך אזוי אויך איז ולכפרת פשע א חלק פון דעם, און נישט קיין באזונדערע זאך.
די תשובות זאלן נישט זיין אז ביי אונז פירט מען זיך אז מ'זאגט עקסטער, ווייל דאס ווייס איך שוין, אז כמעט א יעדער זאגט עקסטער, איך וויל נאר וויסן צי ס'איז ריכטיג, און צי איינער האט שוין געזען מ'זאל יא עס זאגן צוזאמען.

אם לא עכשיו אימתי
- מַחְכִּימַת פֶּתִי
- שר מאה
- תגובות: 197
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
אין באבוב זאגט מען אלע דריי צוזאמען, און הערשט דערנאך ענטפערט מען , אמן
- וויל זיין גוט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: אין באבוב זאגט מען אלע דריי צוזאמען, און הערשט דערנאך ענטפערט מען , אמן
יישר כח, איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען דא ערטער וואס מ'זאגט אזוי, ווייל לכאורה איז עס ריכטיגער.
אם לא עכשיו אימתי
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
וויל זיין גוט האט געשריבן:מַחְכִּימַת פֶּתִי האט געשריבן: אין באבוב זאגט מען אלע דריי צוזאמען, און הערשט דערנאך ענטפערט מען , אמן
יישר כח, איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען דא ערטער וואס מ'זאגט אזוי, ווייל לכאורה איז עס ריכטיגער.
כ'האב גראדע געדאווענט אין באבוב און מ'האט עס געזאגט עקסטער.
אָבער האסט א גוטע הערה, ס'איז מיר פונקט היינט ביי מוסף אריין א מחשבה אזא אז אפשר קומט עס צו זאָגן ביינאזאם מיט ולמחול"ע
צוריק אין די ישיבה וואו ער האָט פארבּראַכט, און לערנט בּייטאָג און בּיינאַכט
יָשַׁנְתִּי אָ״ז יָנוּחַ לִ״י
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
אדער אלע דריי באזונדער אדער אלע דריי צוזאמען. די ערשטע צוויי צוזאמען, און די דריטע באזונדער האט נישט קיין פירוש.
- בעיביסיטער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 429
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש סעפטעמבער 19, 2015 11:20 pm
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
וויל זיין גוט האט געשריבן: [align=center]ביי כלל ישראל איז איינגעפירט, אז ראש חודש ווען דער חזן זאגט חדש עלינו וכו' זאגט מען אמן נאך א יעדע שטיקל, לטובה ולברכה = אמן, און אזוי ווייטער.[/align]
אין אן עיבור יאר אזוי ווי דאס יאר וואס מ'זאגט אויך ולכפרת פשע. איז די שאלה, צי ס'קומט אז דער חזן זאל זאגן למחילת חטא ולסליחת עוון, און דערנאך באזונדער ולכפרת פשע, אזוי ווי איך מיין אז דער עולם טוט, אדער גאר אפשר איז ריכטיג, אז אזוי ווי מ'האקט נישט אפ צווישן למחילת חטא און ולסליחת עוון, ווייל ס'איז איין זאך אזוי אויך איז ולכפרת פשע א חלק פון דעם, און נישט קיין באזונדערע זאך.
די תשובות זאלן נישט זיין אז ביי אונז פירט מען זיך אז מ'זאגט עקסטער, ווייל דאס ווייס איך שוין, אז כמעט א יעדער זאגט עקסטער, איך וויל נאר וויסן צי ס'איז ריכטיג, און צי איינער האט שוין געזען מ'זאל יא עס זאגן צוזאמען.
מיין בעל תפילה האט עס געזאגט צוזאמען , איך האב געמיינט פאר זיכער ס'איז א טעות (נישט קיין באבובער)
- אווער נייט קוגעל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 399
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 05, 2019 10:51 am
Re: "ולכפרת פשע" צוזאמען מיט "למחילת חטא ולסליחת עוון"?
וואס איז בכלל די טעם אז מען זאגט דאס אין אן עיבור יאר ?
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 36824
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
Re:
לכאורה האט געשריבן: א שטיקל שמועס אין אן אנדערן אשכול וועגן אפטיילן "ולכפרת פשע" אדער צוזאמכאפן:
viewtopic.php?p=377409#p377409
יהיה כן האט געשריבן: נעכטן האט א יונגערמאן ביי אונז אין ס'מעדרש געדאוונט מוסף פארן עמוד, ביי די ווערטער למחילת חטא ולסליחת עון ולכפרת פשע, די וועלט איז זיך נוהג צו זאגן למחילת חטא ולסליחת עון, דער עולם זאגט אמן, און דערנאך ולכפרת פשע, ווייטער אמן, דער האט אבער געזאגט אלע דריי למחילת חטא ולסליחת עון ולכפרת פשע, אמן - טענה'נדיג אז ס'יז א טעות פון די וועלט ווייל מחילה סליחה וכפרה קומט ציזאמען.
ער איז לכאורה גערעכט, נישט אזוי?
קרעמער האט געשריבן: איך האב געהערט פון א אינגערמאן אז ער האט אלס בחור געדאוונט פארן עמוד אין א געוויסע ישיבה מוסף ר"ח אין א שנת העיבור, און ער האט צוזאמגעכאפט ולכפרת פשע מיט די פריערדיגע. האט אים דער רב וראש ישיבה (זצ"ל) מעורר געווען אז מען דארף דאס זאגען באזונדער, און דאס איז א דרייצנ'טע ברכה אקעגן די איבריגע חודש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- כמים שאין להם סוף
- שר האלף
- תגובות: 1308
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm
Re: ולכפרת פשע
אז מען רעדט שוין פון די ברכה, איז מיר נעכטן בייגעפאלן א קשיא פאר וואס עס דארף שטיין אין סידור די צירוף פאר חודש תשרי בײ די שם פון סוף פון די ברכה ווען מען זאגט קיינמאל נישט די ברכה אין ראש חודש תשרי.
Re: ולכפרת פשע
כמים שאין להם סוף האט געשריבן: אז מען רעדט שוין פון די ברכה, איז מיר נעכטן בייגעפאלן א קשיא פאר וואס עס דארף שטיין אין סידור די צירוף פאר חודש תשרי בײ די שם פון סוף פון די ברכה ווען מען זאגט קיינמאל נישט די ברכה אין ראש חודש תשרי.
ווייל אין חודש העיבור (אד"ב - ווי דאס יאר) האט מען אינזין אלע צוועלעף... (ערנסט גערעדט, יעדע חודש האט זיין צירוף פונעם שם, אפגעזעהן צו מען זאגט די ברכה, האט אבער יעדער חודש זיין צירוף).
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי