קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דולה ומשקה
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 11, 2006 9:44 pm

קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דולה ומשקה »

קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל


עס איז ראש השנה אויף דער וועלט, מען האלט שוין יעצט ביים צווייטן טאג, "דינא רפיא" ווי עס ווערט אנגערופן אין די קליינע אותיות. אנדערש ווי נעכטן איז היינט שוין נישט אזוי אנגעצויגן די אטמאספערע, מענטשן ערלויבן זיך ארויפצוברענגן א שטיקל שמייכל אויף די לעפצן. מען שפירט זיך אביסל בעסער, האפנדיג אז מען איז אפגעשריבן געווארן אינעם גאלדענעם צדיקים-ביכל לאלתר לחיים נאך דעם ערשטן טאג ראש השנה גלייך מיטן זון-אויפשיין.

דאס דאווענען היינט איז מיט מער גוטמוטיגקייט. דער חזן צולאזט זיך אביסל ביים אויסלאזן די שטיקלעך, ער פרובירט שוין אביסל מער אכט געבן אז די תנועות זאלן זיין אין איינקלאנג מיטן נוסח וואס ער חזר'ט זיך אזוי פלייסיג פון חמשה עשר באב אנגעהויבן, ער ווערט נישט געשטערט פון די ספאנטאנע שווערע קרעכצן וואס האבן זיך נעכטן ווי אריינגעשטופט אין יעדן חזנות שטיקל.

דער זייגער קלאפט איינס. מען האלט יעצט נאך פאזע, דער עולם קלייבט זיך צוזאם פון די שטובער און די מקואות. רוב עולם זיצט צוגעשמידט צו די ערטער איבערגעבויגן איבער דעם דיקן מחזור. טייל לערנען אדורך דעם זוהר הקדוש וואס איז אריינגעדרוקט הארט פאר די תקיעות, אנדערע כאפן אריין אויסצוזאגן נאך א קאפיטל תהלים, וואס עס קען קיינמאל נישט שאטן, בפרט ווען עס ווערט געזאגט מיט א ראש השנה'דיגע ווארימקייט און התעוררות.

עטליכע לאנגע מינוטן גייען פארביי, מען פארענדיגט אינאיינעם אויפן קול דעם זיבן אין פערציגסטן קאפיטל פון תהלים וואס מען זאגט בעפאר שופר בלאזן מיט גרויס כוונה זיבן מאל. דער בעל תוקע שטייט שוין אויף זיין באשטימטן ארט ביים באלעמער גרייט צום בלאזן, יעצט ווארט מען נאר אויף ר' ברוך'ן; דער בעל מקריא.

דער בעל מקריא - אן אלטער איד אריבער די אכציג - הייבט זיך פאמעלאך אונטער פון זיין בענקל וואס געפונט זיך ביים עק שוהל און ווענדעט זיינע טריט צום סאמע צענטער פון שוהל וואו ער וועט אנהאלטן זיין לאנגיאריגע חזקה פון פארזאגען פארן בלאזער: תקיעה, שברים-תרועה, תקיעה!

ר' ברוך איז שוין נישט קיין אינגערמאן, קוים וואס זיינע פיס טראגן אים. זיין אויסגעקראכענע בארד זאגט עדות אז ער האט שוין זייער אסאך אפיקומן'ס געגעסן אין זיין לעבן. זיין פארצייטישע צורה – וואס דערמאנט אין די אמאליגע אידן פון פארן קריג – איז איבערגעבויגן איבער זיינע איינגעפאלענע פלייצעס. זיין צוקנייטשטן געזיכט שרייט ארויס: איך בין א לאגער געליטענער, אן איבערלעבער פון די שוידערליכע צווייטע וועלט מלחמה!

(הערה: מיר וועלן קיינמאל נישט פארשטיין וואס דאס מיינט א "לאגער", טראצדעם וואס מיר האבן אסאך געליינט אסאך באשרייבונגען און איבערלעבענישן פון אט די איבערלעבער, איז דאס אבער א זאך וואס מען קען נישט איבערגעבן פון מויל צו אויער. ווי אן עלטערער איד האט מיר לעצטנס אפגעשטעלט אין גאס, ארויסגענומען פון טאש א צייטונג-פאפיר וואס האט געהאט א בילד דערויף ווי די נאצישע רוצחים מיט זייערע פוילישע מיטהעלפער שניידן אפ – מיט א פרייליכע מינע אויסגעצויגן אויף זייער רוצח'ישן פרצוף – די בארד פון א פויליש'ן רב בעת יענער איז אנגעהילט אין א טלית. ער האט דאס מיר געצייגט, זאגענדיג דערביי מיט יאוש: איר וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין! מיר האבן דאס מיטגעלעבט און געזען מיט די פליישיגע אויגן!).

דאס גאנצע בית המדרש שטייט גרייט, מען ווארט מיט אן אנגעצויגנקייט אויפן קול פונעם שופר. ענדליך איז אנגעקומען די ריכטיגע מינוט, דער בעל תוקע שרייט אויס די ברכות מיט א הויכע שטומע, דאן הערט מען די דינע קול'כל פון ר' ברוך, וואס רופט אויס: תקיעה!

זיין קול ווערט געהערט אינעם גאנצן בית המדרש פון איין עק צום צווייטן, צוליב די שטילקייט וואס הערשט אין גאנצן ארום. עס דאכט זיך אז אפילו די פיצלעך קינדער שפירן די געהויבנקייט פונעם מאמענט און דערפאר האלטן זיי זיך איין פון וויינען אדער פארפירן ווי זייער שטייגער.

די תקיעות היי יאר זענען זייער פיין געלונגען ברוך השם, לאמיר האפן אז דאס איז א גוטער צייכן. דער בעל תוקע האט שוין כמעט פארפארטיגט אלע תקיעות ווען איך ערלויב זיך ארויסצוקוקען פון מיין מחזור אינעם ריכטונג פונעם באלעמער, עס שאדט נישט צו זען דעם הערליכן מעמד פון תקיעת שופר.

מיינע אויגן פאלן צוערשט אויף דעם בעל תוקע, וועלכער שטייט פארענט פונעם באלעמער פונקט אקעגן איבער דעם ארון הקודש. זיין הויכע געשטעל איז איינגעהילט אינעם שניי ווייסן קיטל, דאס טלית איבערגעבויגן איבער די אויגן, דאס פנים רויט און ציפלאמט, א קלייניגקייט? ער האט נארוואס פארענדיגט אפבלאזן די ערשטע דרייסיג קולות פון די גרויסע און הייליגע מצוה פון תקיעת שופר. נישט קיין גרינגע ארבעט איז דאס, בפרט ווען מען פרובירט מקיים זיין אלע דקדוקי הלכות וואס ווערן אראפגעברענגט אין די פוסקים, לכתחילה שבלכתחילה.

מיינע בליקן ווענדן זיך אביסל אהינציר, אט שטייט דער אלטער ר' ברוך אנגעלענט אויפן רעכטן זייט פונעם באלעמער, איינגעהילט אין זיין אלטן פארגעלטן טלית, ארומגענומען מיט זיין קיטל... די עקן פונעם ארבל זענען איבערגעבויגן אויף ארויף, ווייזט אויס אז א סעריע יארן זענען שוין פארביי געלאפן זינט דאס קיטל איז געווען פונקטליך זיין מאס. די פעדימער פון אונטען ביים זוים זענען שוין אויפגעטרענט, ווייזט אויס אז ר' ברוך זעהט נישט איין פאר וויכטיג דאס צו לאזן פארריכטן... ווייל...

דאן איז דאס געקומען צו מיר... ווי א בליץ האט דאס מיר געכאפט, דער פאלגענדער געדאנק האט אריינגעדרינגען צו מיר אין מח און איבערגענומען אלע מיינע מחשבות: ווי אנדערש גייט אן אלטער איד צי צום יום הדין???

לאמיר זיך אביסל אריינלייגן אין דעם מצב פונעם אלטיטשקען. א שיין חלק פון זיינע פריינט – וויפיל דער רשע ימ"ש האט בכלל לעבן געלאזט – דרייען זיך שוין נישט צווישן אונז. אויף זיין קליינעם ברוינעם טעלעפאן בוך מיט די פארגעלטע בלעטער, זענען שוין דא זייער אסאך אויסגעקרויזטע נעמען און אדרעסן, די אידן האבן זיך זייער ווייט אוועקגעצויגן, זיי האבן געטוישט זייערע וואוינערטער פון די וועלט צו יענע וועלט. ווען אונזער ר' ברוך כאפט א שפאציר אינעם בית עלמין אזא ערב ראש השנה, שאקעלט ער מיטן קאפ צו אלע מצבות, ווי צי זאגען: יא, משה יודא, איך געדענק דיר נאך פון חדר, אינאיינעם האבן מיר געכאפט שלעק ביי ר' ישעי' דער מלמד... און דו – חיים לייבוש – אוי ווי פיין מיר האבן פארברענגט אינאיינעם נאכן קריג אין די ישיבה, מיר האבן דאך נישט געהאט קיין אנדערן גואל וקרוב, פון אונזער גאנצע פארצווייגטע פאמיליע איז דאך קיינער פארבליבן אויסער אונז ביידע מיט די מומע שרה'לעס א טאכטער...

ווען ר' ברוך זעהט אויפן קאלענדער אז עס דערנענטערט זיך דער יום הדין, ווארפן זיך דאך אים די צאן פאר שרעק. ווער ווייסט – קלערט ער ביי זיך – וויפיל יאר עס איז מיר נאך אפגעשריבן פון אויבן? א מענטש לעבט דאך נישט אויף אייביג! ער כאפט א בליק אויף זיין געבורטס-שיין (בוירט-סערטיפיקעט) און פון דארט צו די פסוק ימי שנותינו בהם שבעים שנה ואם בגבורות שמנים שנה... עס ווערט אים קאלעמוטנע אויפן הארץ... ס'איז שוין נאנטער ווי ווייטער...

אנדערש ווי יונגעלייטלעך וואס זייער קאלענדער איז אנגעשריבן מיט שמחות ב"ה – דא א חתונה, דארט א בר מצוה – זענען די קאלענדער'ס פון די עלטערע צווישן אונז אנגעפירקעלט מיט אנדערע אפוינטמענטס. צוויי אזייגער ברויך מען זיין ביי דעם הארץ דאקטער, דר. פריעדמאן. זיבן אזייגער פארנאכטס קומט צי אים אהיים דער רוסישער רוקן דאקטאר וועלכער קנעט אויס די ביינער אזש ביז מען שרייט פאר יסורים, אבער דאן ווערט מען אינגאנצן אויפגעפרישט, ווי אין די אינגע יארן.

דאס קיטל קוקט אויס ווי עס האט שוין געזען בעסערע צייטן, עס דערמאנט אודאי פאר ר' ברוך'ן זיין יום החופה וואס איז פארגעקומען מיט אומגעפער זעכציג יאר צוריק. ער איז דאן געווען אין די נידריגע צוואנציגער יארן, פול מיט מוט און פרישקייט, גרייט אנצוהייבן א נייע לעבן אויף די אש פון די חרוב געווארענע וועלט. אסאך וואסער איז שוין אדורכגעפלאסן אינעם טייך זינט די גאלדענע יוגענט זיינע, אינאיינעם מיט זיין בני בית ע"ה האט ער די זכיה געהאט אויפצושטעלן א הערליך דור, קינדער און אייניקלעך יראים ושלמים. ס'איז אים טאקע נישט אזוי גרינג אנגעקומען, ביטער שווער האט ער זיך געמוטשעט אין יענע טעג ארויפצולייגן ברויט אויפן טיש, און אויפצוציען די קינדערלעך זיינע אויפן רעכטפארטיגן וועג, אבער ער האט עס אדורכגעשוויצט און יעצט שעפט ער נאר די נחת דערפון.

אזא איד טרעט דאך גאר אנדערש צי צו א ונתנה תוקף. "מי יחיה ומי ימות" זענען נישט סתם נאך פיר ווערטער אינעם מחזור... ווען ער האט איינגעטונקן די מוציא אין האניג נעכטן נאכט, האט ער זיכער א קלער געטאן: ווער ווייסט נאך וויפיל "לשנה טובה" וואונטשעכץ עס איז מיר אנגעשריבן...

מיינע מחשבות ווערן איבערגעהאקט ווען דער חזן רופט אויס מיטן אלטן ימים נוראים'דיגן תנועה: איי איי איי יהללו! את שם ה'... דער גאנצער עולם באגלייט דעם ספר תורה צו איר באשטימטן פלאץ אין ארון הקודש, דער רב גייט פאראויס, און אונטער אים שפאצירט זיך געמיטליך אונזער ר' ברוך...

איך שפרייז יעצט צוזאמען מיטן עולם, מיטן ציהל אנצוקומען ווי נאנטער צום הייליגן ספר תורה, איר א קוש טאן ווי דער מנהג איז. קומענדיג נענטער כאפ איך נאך א בליק אויף דעם קיטל... עס איז מיר קאלט געווארן אין אלע ביינער... דאס איז דאך מיין אייגענער קיטל!!!

איך וועל אייך נישט לאנג אויפהאלטן מיט די פונקטליכע דעטאלן, אבער די מעשה אין קורצן איז אזוי געווען: אונזער ר' ברוך האט דעם ערשטן טאג יום טוב געברויכט זיין סנדק אויף א ברית פון אן אייניקל, דער ברית מילה איז פארגעקומען אין א שוהל וואס איז אביסל ארויס פון זיין געגנט, האט ער זיך אריבערגעצויגן אויף יום טוב צו זיינס א טאכטער וואס וואוינט אין יענעם געגנט, אז ער זאל זיין גענוג נאנט צו יענעם שוהל וואו דער ברית וועט פארקומען. אזוי ארום איז געווען א גאנצע ספק צווישן די גבאים אויב ר' ברוך וועט בכלל אויסוועלן דעם היינטיגן טאג יא צו קומען פארזאגען די תקיעות ביי אונז אין בית המדרש ווי זיין שטייגער.

דער גבאי ר' מיילעך האט דאך נישט געוואלט בלייבן אינגאנצן אויסגעשפילט, האט ער פאר די פאזע מיר באפוילן צו גיין ברענגן דאס קיטל פון שטוב, און זיין גרייט פארצוזאגען די תקיעות... איך האב זיך נישט געלאזט צופיל בעטן, אזא כיבוד? איך האב נישט נאר געברענגט דאס קיטל, נאר אויך געגאנגען ספעציעל אין מקוה, צי זיין אינגאנצן גרייט צו די עבודת הקודש.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך האב זייער גוט געטאן מיטן ברענגן דאס קיטל, ווייל הגם ר' ברוך האט זיך טאקע אנגעשטרענגט און מיטגעמאכט דעם לאנגן וועג אבי אנצוהאלטן זיין חזקה ביי אונז אין שוהל, האט ער אבער פארגעסן זיין קיטל ביי זיך אין שטוב! דערפאר האט ער זיך באנוצט מיט מיין קיטל ביים אנפירן די תקיעות!

... ערשט יעצט האב איך געכאפט דעם ריכטיגן שאק... ווייל מיט א טיפערן טראכט, ווער איז דען פארזיכערט???





http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1614721
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואו נעמט מען אזא שריפט? א גוטן קיצל געגעבן, ווייסט דען א מענטש וואס אים איז אנגעשריבן?
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

אהה מיינע פינגערס ציטערן, נישט סתם א קיצל,מיינע טיפסטע הרגשים האט ער מיר אויפגעשאקעלט!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29908
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא, איינער פון אנשי שלומינו האט אויפגעברענגט דעם געלונגענעם ארטיקל פון די קעלערן

איבערגעליינט, און שטארק הנאה געהאט!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

געכאפט א גוטן קיצל..היינט איז שוין נישט אזוי איינגעפירט צו אויפ-פיקען דייקא לאגער געליטענע..
שוין.
גענוג צייט פארברענגט דא.
גיימער זיך גיין גרייטן צום יום הדין.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

גאש

זייער הנאה געהאט, רעד איך שוין נישט פונעם שפראך און גרעמער…
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16994
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: קרעמער: דער אלטער מיטן קיטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

יא, דאס איז פיינע ווערק. טיפיקל קרעמער צו פארגעסן פון איין מינוט אויף ס’אנדערע אז עס דער קיטל איז גאר זיינער... אבער די שריפט, אוי די שריפט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”