דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

בלומינגבערג
77
20%
זשערזי סיטי
83
22%
לעיקוואד
68
18%
אלע דריי
130
35%
קיין איינס נישט
18
5%
סך הכל שטימען: 376

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

עס איז דא כמה וכמה אשכולות איבער דעם ענין פון שטעטלעך. אויף יעדעם שטעטעל איז דא מיימינים ומשמאילים, מענטשען וואס האלטן אז עס גייט זיך אויסארבעטען, און אנדערע וואס טענהן אז עס גייט זיין א דורכפאל. נו, די גרינגסטע וועג ווי אזוי עס מברר צו זיין, איז דורך מאכן אן אנקעטע דא אויף אייוועלט.

עטליכע נקודות בנוגע די אנקעטע,

אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען (יוניאן סיטי למשל האט 90 משפחות בערך און עס איז סעמי אנערקענט אלס א סוקסעספול שטעטעל, והוא הדין גיבערס).

אויב האלט איר אז 2 פון די שטעטלעך וועלן זיך אויסארבעטען, שטימט פאר די אפציע
"אלע דריי", און שרייבט צו ביי די תגובה אז איר האלט די צוויי יא און איינס נישט.

די אנקעטע האט גארנישט צו טוען וואס איר אליינס פלאנט צו טוען, און צו איר פלאנט בכלל צו מופן.

איך האב נישט אריינגעלייגט די שטעטלעך וואס זענען נאך אין פלאנירונג שטאפל (טשעסטער, טאון אויף מאנרא, יאנקערס, בלומינגראוו וכדומה)
לעצט פארראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מוצ"ש יאנואר 16, 2016 11:02 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

רעדט איר פון איינװאינער אדער משפחות ? 90 משפחות איז אװדאי א שמוץ אריבער 200 איינװאינער.

לעקװאיד האט שוין היבש מער, אלא מאי איר מיינט ציזאגען דער דעװאלאפמענט, איז די שאלה האט דער דיװעלפמענט אליין פלאץ פאר 200 משפחות ?
בכלל טאמער רעדט איר בכלליות פון חסידים נישט נאר סאטמער (אפילו נאר אזויגערופענע ״עכטע חסידישע״ װאס פאסען אריין ב.פּ., װילי)
איז שוין מסטם אויך דא קרוב צו אזא מספר אין לעקװאיד. איז ביטע זייט אייך קלארער מסביר.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

verveist האט געשריבן: רעדט איר פון איינװאינער אדער משפחות ? 90 משפחות איז אװדאי א שמוץ אריבער 200 איינװאינער.

לעקװאיד האט שוין היבש מער, אלא מאי איר מיינט ציזאגען דער דעװאלאפמענט, איז די שאלה האט דער דיװעלפמענט אליין פלאץ פאר 200 משפחות ?
בכלל טאמער רעדט איר בכלליות פון חסידים נישט נאר סאטמער (אפילו נאר אזויגערופענע ״עכטע חסידישע״ װאס פאסען אריין ב.פּ., װילי)
איז שוין מסטם אויך דא קרוב צו אזא מספר אין לעקװאיד. איז ביטע זייט אייך קלארער מסביר.

געמיינט 200 משפחות פון אזוינע סארט וואס די מענטשען פונעם דיוועלאפמענט וואלטן געוואלט האבן אין זייער שכינות. מענטשען מיט וועם זיי וואלטן געפילט באקוועם מיט זיי צוזאמען צו בויען מוסדות, מקוה, דאווענען אין איין ביהמ"ד וכולי וכולי.
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

אלע דריי אי"ה! פון וואו איך ווייס? =

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

געוואוט פאר אלע דריי.

כ'האלט מיט אביסל ביי אלע דריי

לעיקוואד, איז נישט קיין ריסק פון זיך אויסארבעטן, ס'גייט אי"ה ווערן און איך קען פערזענליך אינגעלייט וואס האבן אראפגעלייגט א שיינע סכום דערפאר, נישט קיין 5000 אין עסקראו, נאר א געהעריגע דאון פעימענט פון 45000.

בלומנבערג, כ'האב אפאר נאנטע וואס זענען יעצט דארט. זיי גלייכן זייער ס'פלאץ. דאס פלאץ האט א חן, ס'איז עפעס וואס איך קען נישט מסביר זיין, אבער כ'האב עס אויך געפילט ווען איך בין דארט געווען. א הערליכע רואיגע שטאט. בקרוב מיט א אידישער מעיאר...
גערעדט צו אן התאחדות אברכים ד'סטאמר עסקן, כמעט אלע 48 נייע הייזער זענען שוין פארזיגלט.


זשערסי סיטי, פאר די אייוועלט ליינער איז א שאד יעדעס ווארט. כה לחי.

פאר זיי האב איך איין תנאי, זיך האלטן צום געדאנק פון ''ארבעטן אויף גרופעס צוזאמען ארויסצוקומען''. ס'איז געווען דערפרייענד צו ליינען פון זיי דא:
viewtopic.php?f=98&t=24677&start=2200
זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן: א רעיון וואס ליגט יעצט ערענסט אויפן טיש, און מען האפט אז עס וועט אריינגיין אין קראפט די קומענדיגע 2 וואכן איז, צוזאמצושטעלן א גרופע פון 30 אינגעלייט וואס זענען זיך גרייט צו אראפבינדען אז זיי גייען דינגען א דירה ביז סוכות הבעל"ט, צוזאמען מיט נאך 29. יעזורו וועט בעז"ה צושטעלן הערליכע דירות פאר די אלע רענטערס. דאס איז א רעיון וואס מען האט שוין גערעדט עטליכע מאל, אבער יעצט איז מען אנטשלאסן דאס אויסצופירן למעשה.

פאר וועם איז דאס געמאכט? פאר מענטשען וואס חלשן צו מופן אויף דזשערסי סיטי, אבער ווילן דוקא נאר גיין אויב עס איז דא דארט 40-50 משפחות. אויב ווילט איר שוין דינגען א דירה, ווארט נישט.


אן קיין ארגענעזירטע גרופעס, האב איך מורא פאר זיי, אבער מיט דעם מהלך, וועלן זיי זיך אי"ה ריקן.

די אנדערע ריסקס:
בלומנבערג דארף אכטונג געבן אז ס'זאל נישט ווערן ווי גיבערס, און בעל בתיש'ע סטייל זאל זיך דארט טרעפן ס'פלאץ.
און לעיקוואד דארף אכטונג געבן פארקערט...
זשערסי סיטי - וואס מ'קען דאך שוין זעהן אביסל - זעהט ב"ה אויס היבש קאלירפול. כה לחי
לעצט פארראכטן דורך פשוט'ער אידל אום מוצ"ש יאנואר 16, 2016 10:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
written using the Meshimer web filter
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

דזשירזי סיטי... פארוואס??? אה איר דארפט ווארטן ביז די פענע גייט מיר כאפן אז איך זאל קענען גוט ארויסברענגען אלע מיינע פוינטס

#נישט און די גיסטע
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אויסגערעכנט האט געשריבן: דזשירזי סיטי... פארוואס??? אה איר דארפט ווארטן ביז די פענע גייט מיר כאפן אז איך זאל קענען גוט ארויסברענגען אלע מיינע פוינטס

#נישט און די גיסטע


איך האב געשטימט פאר אלע דריי.

דזשערזי סיטי, איז די איינציגסטע לעזונג דערווייל פאר די וואס ליידן אויפן פארטוך סינדראם.

בלומינגבערג, מר. לאם זיצט דארט מיט מיליאנען, און ער וועט טוען אלעס אויף די וועלט אז עס זאל זיך אויסארבעטען אזש ביז טיילן ביז חצי בחנם.

לעיקוואד, איז אויך דא פארהאנד וואס זיצט מיט געלט. לעיקוואד האט אויך א גוטע היסטאריע פון סוקסעספול יישובים, און עס איז די איינציגסטע וואס איז גאר נאענט צו א ריזיגער אידישע יישוב.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אסאך דארפן זיך אויסארבעטן לויטן חשבון וויפיל קאפל'ס עס קומען אויף אבער אויך צוויי יאר פון היינט מיין איך איז דזשירסי סיטי די איינציגסטע
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אויסגערעכנט האט געשריבן: אסאך דארפן זיך אויסארבעטן לויטן חשבון וויפיל קאפל'ס עס קומען אויף אבער אויך צוויי יאר פון היינט מיין איך איז דזשירסי סיטי די איינציגסטע

די אנקעטע איז וואס וועט זיין אין די 3 יאר. דריי יאר איז גענוג צייט פאר דעוועלאפערס צו עזשאסטען און פארבעסערן זייער פראדוקט אז די זאך זאל זיך אנהייבן רוקן.
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט

היימישער, ווען די אלע וואס שטימען וואלטן דורכגעליינט דיין הקדמה וואלסטו שוין געהאט אפאר 'קיין איינס', ודוק..
#מפעא''מ
הק' איש ימיני
גליטשעדיג
שר האלף
תגובות: 1009
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

אויף דריי יאר האט בלומינגבורג די מערסטע טשאנסן פאר 200 משפחות. ווייל אז מען נעמט אריין די יעצטיגע איינוואוינער פון אינדרויסן פון שטעטל צוזאמען מיט די 48 דירות האלט מען שוין יעצט ביי הונדערט. איז נאך א הונדערט א קאצן שפרינג.
נאך א זאך, בלומינגבורג איז אין א שוואכע פאזיציע צו פארקויפן פאר נישט סאטמאר, נעמענדיג אין באטראכט די נאנטקייט פון קרית יואל, ווי אסאך האבן נאנטע משפחה. און מוסדות ועוד. און נעמענדיג אין באטראכט אז די הייזער שטייען שוין. אדער האלטן שוין אינמיטן געבויעט ווערן, מוז זיך עס באיזה אופן אויסארבעט בעזהשי"ת.

לעקוואוד איז נאך אין די ערשטע פאזע.
סייווי אזוי האט עס אלס די מעגליכקייט צו פארקויפט ווערן פאר אנדערע חסידות'ער אדער ליטאים אויב די סאטמארע גרופע ארבעט זיך נישט אויס.

דזשערסי סיטי האט גאר גוטע טשאנסן לויט די מאמענטום וואס עס האט יעצט. אבער מען דארף אביסל אויסווארטן צו זען אויב די קומענדיגע גרופעס געשעען טאקע, צו קענען עקספעקטן 200 משפחות ביז צוויי יאר.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

גערעכטער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט

היימישער, ווען די אלע וואס שטימען וואלטן דורכגעליינט דיין הקדמה וואלסטו שוין געהאט אפאר 'קיין איינס', ודוק..
#מפעא''מ

#שפעקולאציע אלערט..:lol:
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

געשטימט אלע דריי,

װיסען קען קיינער נישט אבער מיין יעצטדיגער בליק דערויף איז אז דשרסי סיטי װעט זיין די ערשטע מיט 50 משפחות (א קליינער טשאנס אז בלומענבורג זאל אויסכאפען)
איך גלייב אז ביז 2,3 חדשים װעט ד.ס. האבען כאטש אזויפיל איינװאינער װי בלומענבורג האט יעצט, או ביז א יאר שפעצטענס א יאר א האלב װעט ד.ס. האבען מער משפחות װי אפילו בלומענבערג זאל שוין האבען דארט די 48 משפחות פלאס די משפחות װאס װאינען שוין דארט, ממילא װעט עס כאטש פון אנהייב אבערװאקסען בלומענבערג (אפילו װען בלומענבורג זאל זיך בקרוב נעמען צו די נעקסטע פאזע דירות)

נאך די ערשטע 50 משפחות װעט ד.ס. שוין פארען, און נאך 100 װעט עס ״סנאוי באללען״ (אויב עס איז טאקע דא דארט אזויפיל דירות עװעליבעל װי מען מאכט עס, פרייזען נאך דריי יאר װעלען זוך מסתם אויך היבש ריקען..)

לעקװאיד איז א קליינע ריסק מיט גרויס אינטרעסע איז דער דעװאלפמענט כמעט װי זיכער, און מער אויך. אבער נאך דער ערשטער דעװעלפמענט און אפשר איינס, צװיי נאכדעם , װעט עס פריש אנאלעזירט װערען לויט די צופרידענהייט, און טיפּ װאס װאינט דארט, צוזאמען מיט די אפציעס װאס װעלען דאן זיין אויפן מארקעט,
דעריבער קען איך זען א גיטע טשאנס אז אפילו עס װעט כסדר װאקסען װעט עס נישט אזוי ״שניי באלען״ װי אנדערע.

בלומענבורג איז אין מיינע אויגען דאס מערסטע פארנעפלט, כאטש איך גלייב אויך אז עס װעט גיין, און עס זעט זיך אויס אויף א גיטע עתיד איז עס דאכצעך נאכנישט פערטיג אלע לעגאלע אישוס, שכינים רודערען נאך אסאך כאטש עס איז אפשר א לעצט געשריי קען מען נישט גענוי װיסען.
לויט די יעצטיגע דארטיגע פרייזען װאונדערט מען זוך װאס ער װעט װעלען אין די נעקסטע פאזעס.
בכלל פיל איך אביסעל אומזיכער און פארנעפעלט װעגען רב לאם, דאך מיין איך אז למעשה װעט זוך עס אויסארבעטען פריער אדער שפעטער.

אויב בעזהי״ת די 3 װעלען זוך אויס ארבעטען, גלייב איך אז אין 3 יאר ארום װעלען זיין נאך זאכען אויפען טיש (אויסער טשעסטער, סטעטען איילענד, און יאנקערס װאס מען רעדט שוין יעצט דערװעגען), מימלא קען זיין אז דאן װעלען ״דיע אלטע״ דעװעלפמענטס שוין נישט אזוי שנעל שניי באלען לפי ערך.

עס איז נישט אזא װייטער מעגליכקייט צו שפעקעלירען אז ביז א 4-8 יאר ארום װעט די גאנצע געדאנקען גאנג פון װאי צו װאינען היבש גענדערט װערען ,אז די עיקור שאלה װעט זיין װי מען גייט, װעליכע חברה, יארגאנג, וכו׳ מען זוכט, און װאינען 100 היימישע משפחות אין אן אפגעזינדערטע געגענטער קען װערען גאנץ נארמאל!
מי יתן והיה (איך בין בטבע אן אפטעמיסט..)
זאל משיח אװדאי קומען אסאך פריער!
אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע:דא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכטער »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט

היימישער, ווען די אלע וואס שטימען וואלטן דורכגעליינט דיין הקדמה וואלסטו שוין געהאט אפאר 'קיין איינס', ודוק..
#מפעא''מ

#שפעקולאציע אלערט..:lol:

גענוי אזוי. גארנישט מער ווי א שפעקולאציע..

איך פראביר צו פארשטיין וואו די אלע שווארץ-קוקערס און אוועק-מאכערס זענען אהינגעקומען, לויט די היסטערי פון די תגובות דא בנוגע נייע ישובים וואלט געדארפט זיין סאך מער נעגאטיווע שטימעס..

ביידעוועי, איך האט געשטימט אז אלע גייען זיך אויסארבעטן, 'אלע' ראוי כבמוחזק..
הק' איש ימיני
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

איך וועל פראבירן ענטפערן שפאקולאטיווע קושיא באופן שפאקולאציע.

יעדער פארשטייט אז לכה"פ איין נייע שטעטעל "מוז" זיך אויסארבעטען. א גרויס חלק פון די טענות און פעסימיזום אויף א געוויסע שטעטעל קומט דוקא פון פענס פונעם אנדערען שטעטל וואס וויל אז דוקא זייער שטעטעל זאל זיך אויסארבעטען און נישו יענעמס. ודו"ק, ואכמ"ל.
שמש שטיבעל
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 12, 2016 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמש שטיבעל »

זשירסי סיטי מאכט די מערסטע סענטס, עס האט נאר איין פארבלעם דאס סאטמאר שטייט נישט אונטער דעם
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט

און יעצט נאך א שעה 55 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.
goldman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך goldman »

גערעכטער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן: @דער פשוטער איד האט שיין מסביר גווען זיין שטימע.

אינטרעסאנט אנצומערקן, אז עס איז שוין דא 17 שטימען, און נאך נישטא קיין איין שטימע אויף "קיין איינס" און 69% זאגט אלע דריי. דאס טייטש אז עכ"פ פונעם עולם'ס פערספעקטיוו איז לכה"פ איינע פון די שטעטלעך סוקסעס א פאקט.

אריבער נאך א 25 מינוט, 36 שטימען, און נאך אלס ניטאמאל איין "קיין איינס" שטימע.

#אינטרעסאנט

היימישער, ווען די אלע וואס שטימען וואלטן דורכגעליינט דיין הקדמה וואלסטו שוין געהאט אפאר 'קיין איינס', ודוק..
#מפעא''מ

#שפעקולאציע אלערט..:lol:

איך פראביר צו פארשטיין וואו די אלע שווארץ-קוקערס און אוועק-מאכערס זענען אהינגעקומען, לויט די היסטערי פון די תגובות דא בנוגע נייע ישובים וואלט געדארפט זיין סאך מער נעגאטיווע שטימעס..

סימפל, די אלע וואס האבן געשטימט פאזיטיוו מאכן זיך נישט וויסענדיג פון חוזר חזרה׳ס.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

Iyh all three will be a smashing success with much more than 200 families within 3 years.

As a side note, I wouldn't define success having 200 families within 3 years. Technical problems are hard to foresee and can always arise, especially when dealing with a new shtetel / development. I would consider success even if you have only 100 familes, as long as the numbers are not declining, it will iyh go up dramatically as things settle.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

לדעתי גייט זיך דזש. ס. און לעיקוואד זיכער אויסארבעטען, פשוט ווייל איך זעה די קרייז וואס ציהט זיך אהין, נארמאלע מענטשען וואס האבן געטוהן צו די זאך.

ווידעראום בלומענבערג באשטייט אממיינסטענס פון דזשיהאד'ס וואס זענען עפ"י רוב די זעלבע מענטשען וואס זענען געלאפען זיך איינשרייבן ביי יעדע נייע חלום-פון-א-דעוועלאפמענט וואס האט נאר ארויסגעשפראצט די לעצטע 10-15 יאר.

חוץ פון דעם איז עס לאגיסטיש אויף זייער א אומבאקוועמע לאקאציע.

שמש שטיבעל האט געשריבן: זשירסי סיטי מאכט די מערסטע סענטס, עס האט נאר איין פארבלעם דאס סאטמאר שטייט נישט אונטער דעם


קהילות מהריי האט שוין געגעבן א פארשפרעכטנג אז ווי נאר זיי האבן א געוויסע סכום קינדער פער קלאס, עפענען זיי מוסדות דארט
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

[quote="סמארט גאי"]

ווידעראום בלומענבערג באשטייט אממיינסטענס פון דזשיהאד'ס וואס זענען עפ"י רוב די זעלבע מענטשען וואס זענען געלאפען זיך איינשרייבן ביי יעדע נייע חלום-פון-א-דעוועלאפמענט וואס האט נאר ארויסגעשפראצט די לעצטע 10-15 יאר.

איך פארשטיי נישט קיין אראביש, וואס איז דאס דזשיהאד'ס?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אין די לאנג ראן האלט איך אז אלע 3 גייען געניסן פון שטארקע סוקסעס,

היימישער אינגערמאן האט געשריבן: אויסארבעטען מיינט, אז ביז דריי יאר וועט דער שטעטעל האבן בערך 200 משפחות וואס איז שוין א שטעטעל-שטאט לכל הדיעות, און קען באקוועם האבן אייגענע מוסדות און אלע באדערפענישען

דאס גיב איך נאר פאר ז.ס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 26, 2015 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילעךיא »

Voted for all three

Jersey city is personally my first option as I explained many times before but the natural growth kah"r is a clear indication that all of them will work out.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”