שטורעם איבער א גלעזל קאווע, קאווע באנדלעך
געהאנגען א צעטעל אין שוהל, איינער אפפערט צו פארקויפען קאווע באנדלעך וואס זענען נישט געווייקט אין אלקעהאל, באשטעטיגט דורך א לעברעטארי, האט זיך געפארעמט א קאכעדיגע קופקע ארום דעם צעטל, קוקט אויס עפעס קערט זיך איבער וועגען כשרות פון רויע קאווע באנדלעך, כ'בין אבער נישט ארויס מיט א קלארקייט, אויב איז עס יש דברים בגו, און אויב יא צו איז עס שייך ביי אלע געקויפטע פארטיגע קאווע ווי טעיסטער שטאויס נס-קפה און'סגלייכען, ביטע איינער פון די בעלי תריסין קומען דא אויסקלארען די לופט