אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר באבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

עס איז שוין לדעתי געקומען די צייט צו עפענען א באזונדער אשכול פאר געוויסע הויפן וואס וועט זיין ספעציעל דעזיגנירט צו דיסקוסירן זייערע ניגונים ונוסחאות וכדומה כדי ווען מען וועט וועלן זוכן עפעס וועגן דעם הויף זאל מען קענען גרינגער וויסן וואו דאס צו זוכן און נישט דארפן ארומקלעטערן.

ובאבוב יצא ראשונה, איך האף צו עפענען בקרוב אויך פון וויזניץ, סקולען ועוד.

סאיז שוין זייער אסאך גערעדט געווארן דא איבער זייערע ניגונים און כהאב נישט די מעגליכקייט אהערצוליפערן אלע תגובות, אבער א קליינע ליסטע פון אשכולות האב איך צאמגעקראצט וואו מען רעדט ספעסיפיש פון באבובע ניגונים.

איך וועל אנהייבן מיט 2 פראגן און כבעט די יודעי דבר זאלן ארויסקומען פון די מייזן לעכער און ענטפערן.

1) אויף די ריקארדינג הערט מען זינגען אליהו הנביא פון מוצאי שבת, ביי 4:27 הערט מען זינגען עפעס א שטיקל נאך איש תשבי על שמו נקרא, וואס זענען די ווערטער דערפון ? סזעהט נישט אויס ווי די שטיקל וואס די וועלט לאזט אויס (איש תשבי תצילנו מפי אריות).

2) פירט מען זיך אין באבוב צו זינגען אתה נגלית אום שבועות ? אויב יא אויף וואסערע ניגון ?
לעצט פארראכטן דורך דוד משה אום דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:00 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

מען לאזט אויס די ערשטע צװיי װערטער ״איש תשבי״ און מען הייבט אן תצילינו מפי..
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע:מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

1) מען לאזט אויס די ערשטע צװיי װערטער ״איש תשבי״ און מען הייבט אן תצילינו מפי אריות. די טעם איז אז ס'איז מקובל פון די הייליגע ע"ה, אז דעם שטיקל האבן אריינגעלייט דורך די טומענע שבתאים ימ"ש, און וסימנך אז תשבי אותיות שבתי. און דווקא דעם שטיקל וואס דארטן ס'איז קוקט אויס ווי כביכול דאווענט מען פאר'ן אליהו הנביא, וועגן דעם איז די מנהג לאזן אפ די ערשטע ווערטער "איש תשבי", און אסאך חצרות (בעלזא, וויז'ניץ, צאנז ועוד) פירט מען זיך נישט צו זינגען דעם שטיקל כלל.
2) אין אסאך חצרות פון בית צאנז - ראפשיץ וואס איך ווייס פון זיי זינגען נישט בכלל "אתה נגלית" שבועות. לכאורה איז אזוי אין באבוב אויכט.
אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע:על הדרך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרךהמלך »

יישר כח פאר די ריקארדינג
לפי זכרוני איז דא נאך א ניגון וואס מ'זינגט אין באבוב אויף איש תשבי
'אנעים' בין איך נישט גערעכט?
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן: 1)
2) אין אסאך חצרות פון בית צאנז - ראפשיץ וואס איך ווייס פון זיי זינגען נישט בכלל "אתה נגלית" שבועות. לכאורה איז אזוי אין באבוב אויכט.


דער צאנזער רב זי"ע האט יא געזינגען אתה נגלית שבועות, אזוי ווערט געברענגט און דרכי חיים
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

מען זינגט יא און באבוב
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע:מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

יעצט זעה איך וואס איך האב געהאט א טעות, מ'זינגט יא "אתה נגלית" בחצרות צאנז - באבוב.
פיין, אויב אזוי לאמיר ווייטער גיין, מיט וואסערע ניגון?
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

ניגוני קבלת פנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

איך האב באקומען א ליסטע פון ניגונים וואס מ'זינגט אין באבוב ביי קבלת פנים פון א חתונה, לאמיר זיי דורכגיין:

1) ובתורתך כתוב לאמר פון מלכיות, נתחבר ע"י הקדושת ציון.

2) א ווארימע ניגון וואס עפעס א באבובער חסיד האט געברענגט פון דערהיים (כך שמעתי), ווער האט דאס געמאכט ?

3) ויזכור ברית איתנים, א חלק פון די ניגון אב הרחמים הוא ירחם שנתחבר ע"י מהר"ש השני, פארוואס הייבט מען אן פון אינמיטן ?

4) ארשת שפתינו , כמדומה אז דאס איז נתחבר געווארן דורך אחד מאדמור"י באבוב.

5) די ניגון וואס מזינגט אין בעלז אויף די אותיות ה-ח פון תמניא אפי (באקאנטע ניגון).

6) בני אל תלך, נתחבר ע"י הקדושת ציון.

7) א תנועה וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף חמול (עם שינויים, סהאט אבער אלע טעמים), כוואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו די תנועה שטאמט און אויב מזינגט דאס ימים נוראים אין באבוב.

8) די תנועה פון לאמיר דערציילן (מקען דאס הערן אין די לינק פון מיין ערשטע תגובה אויף די ווערטער איש תשבי על שמו נקרא).

9) ווער האט אינפארמאציע אויף דעם ניגון ?

10) טרם יפשוט , מהאט גערעדט דערפון דא .

11) ינחינו במעגלי צדק א חלק פון א גרעסערע ניגון אויף מזמור לדוד, נתחבר ע"י מהר"ש השני.

כבעט ווער עס האט מער אינפארמאציע אויף סיי וועלכע ניגון פון די ליסטע ווען מען זינגט דאס און די היסטאריע דערפון זאל ביטע שרייבן.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

12) מען זינגט נישט ויהי בישורין מלך?
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לגבי אתה נגלית, זינגט מען טאקע יא אין באבוב.
*
לגבי קבלת פנים.
ס׳איז נישטא אין באבוב קיין ליסטע פון נגונים וואס מען זינגט ביי א קבלת פנים. נקוט כלל זה בידך, מען זינגט ווארעמע נגונים.
וואס יא, בשעת ווען די מחותנים גייען באדעקן די כלה, בלייבט דער חתן כמנהג גאליציא, און דעצאלטס זינגט ״בני״, בשעת אנטוען דעם קיטל זינגט מען דער ערשטער האלב פון ״טרם יפשוט״, און דערנאך ״ינחני במעגלי צדק״, פון מזמור לדוד.

3) לגבי ויזכור איתנים - דאס איז דער ערשטערמאל, כ׳לין אזא זאך, מסתמא איז עס געווען א איינמאליגע מעשה, וואס א בעל מנגגן האט אזוי באשאלסן.
4) נתחבר ע״י הקדושת ציון
5) דאכציך מען רופט עס בעל שם׳ס ניגון, אבער ג׳לייגן נישט אז הרב רוס איז מסכים דערמיט.
7) דער תנועה זינג מען אין באבוב, ביי די רטע נענועים, און שמחת תורה בלויז דער צוויטער האלב ביי די הקפות.
8) דאס זינגט מען אין באבוב אויף אחת ואחת ביי די עבודה, ביי די צווייטע נענועים, און שמחת תורה כנ״ל. אבער מען זינגט עס עטליכע טאקטן שטייעטער ווי דער וועלט זינגט עס.
9) א טיש ניגון פון דעם קדושת ציון.
10) דאס איז א ניגון פון דער קדושת ציון, דער צווייטער האלב וואס מען זינגט נישט ביים קבלת פנים, איז טאקע צוליב דעם נישט אזוי באקאנט, דער ניגון בשלימות ווערט געזינגען ביי אהרנ׳ס אושפיזא.
קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהלת »

בשעת'ן חופה ווען די כלה דרייט זיך זינגט מען און באבוב די ניגון וואס איז במקורו אויף מקדש מלך

דא האט איר דעם ניגון, מען זינגט עס נישט מיט די ווערטער
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ווען דער כלה דרייט זיך זינגט מען ״מי בן שיח״ אויף דער תנועה םפון מקדש מלך. הרב לאו פון תל אביב, האט א געשיכטעלע מיט דעם ניגון.
ווען דער חתן ווארט זינגט מען ״מי אדיר״ מיט׳ן באקאנטן מארש פון ר׳ עזריאל מאנדלבוים.

אסאף פון די היינטיגע זינגערס, ווייסן גאר נישט פון מי אדיר און מי בן שיח צו זאגן, צו גארגלען זיך אויס, אבי געגארגלט.
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע:מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

דוד משה האט געשריבן: איך האב באקומען א ליסטע פון ניגונים וואס מ'זינגט אין באבוב ביי קבלת פנים פון א חתונה, לאמיר זיי דורכגיין:

7) א תנועה וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף חמול (עם שינויים, סהאט אבער אלע טעמים), כוואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו די תנועה שטאמט און אויב מזינגט דאס ימים נוראים אין באבוב.

8) די תנועה פון לאמיר דערציילן (מקען דאס הערן אין די לינק פון מיין ערשטע תגובה אויף די ווערטער איש תשבי על שמו נקרא).

7) איז אן אלטע ניגון וואס מקובל אז ס'איז שטאמט פון די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע.
8) ס'איז נישט די הייליגע בארדיטשובער רב'ס תנועה, ס'איז אן אנדערע ניגון וואס שטאמט פון הר"ר אלימלך זי"ע און פון די הייליגע מגיד זי"ע. ביי הרה"ק ר' אלעזר מריישא האט מען געפלעגט צוזינגען דעם ניגון אוף די ערשטע שטיקל אין אליהו הנביא - און אזוי איז אין באבוב, פשוט ס'הערט זיך אויס אזוי ווי "לאמיר דערציילן" ווייל מ'זינגט דאס אביסל שנעל. מ'קען דאס הערן אויף די "רננו צדיקים" טעיפ "איש חסיד" - ניגונים המיוחסים להרבי ר' אלימלך מליז'ענסק זי"ע, טרעק 9.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

דוד משה האט געשריבן: איך האב באקומען א ליסטע פון ניגונים וואס מ'זינגט אין באבוב ביי קבלת פנים פון א חתונה, לאמיר זיי דורכגיין:

1) ובתורתך כתוב לאמר פון מלכיות, נתחבר ע"י הקדושת ציון.

2) א ווארימע ניגון וואס עפעס א באבובער חסיד האט געברענגט פון דערהיים (כך שמעתי), ווער האט דאס געמאכט ?

3) ויזכור ברית איתנים, א חלק פון די ניגון אב הרחמים הוא ירחם שנתחבר ע"י מהר"ש השני, פארוואס הייבט מען אן פון אינמיטן ?

4) ארשת שפתינו , כמדומה אז דאס איז נתחבר געווארן דורך אחד מאדמור"י באבוב.

5) די ניגון וואס מזינגט אין בעלז אויף די אותיות ה-ח פון תמניא אפי (באקאנטע ניגון).

6) בני אל תלך, נתחבר ע"י הקדושת ציון.

7) א תנועה וואס ר' ירמי' דמן זינגט אויף חמול (עם שינויים, סהאט אבער אלע טעמים), כוואלט זייער געוואלט וויסן פון וואו די תנועה שטאמט און אויב מזינגט דאס ימים נוראים אין באבוב.

8) די תנועה פון לאמיר דערציילן (מקען דאס הערן אין די לינק פון מיין ערשטע תגובה אויף די ווערטער איש תשבי על שמו נקרא).

9) ווער האט אינפארמאציע אויף דעם ניגון ?

10) טרם יפשוט , מהאט גערעדט דערפון דא .

11) ינחינו במעגלי צדק א חלק פון א גרעסערע ניגון אויף מזמור לדוד, נתחבר ע"י מהר"ש השני.

כבעט ווער עס האט מער אינפארמאציע אויף סיי וועלכע ניגון פון די ליסטע ווען מען זינגט דאס און די היסטאריע דערפון זאל ביטע שרייבן.

2 - פון די אויסגערופענע ניגונים פון קדושת ציון. ווערט אפט געזונגען אויך "ממקומך".

9- שמעתי שמחברו הוא יאסעלע מאנדלבוים ז"ל, אולם מכאן משמע דלא . ושווין שזה לא מהקדושת ציון ודלא כאיטשע.
(וויבאלד דער אלבאם איז נאך דא צו קויפן, האב איך געמיקסט דעם ניגון באופן שאין ראוי להשתמש בה אלא 'לראותה' בלבד.)
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

9 איז א ניגון פון ר׳ משה דוד מאנדעלבוים, ר׳ יוסעלע׳ס פאטער,, אבער ס׳איז זיכער נישט פון ר׳ יוסעלע אדער די קדושת ציון
לעצט פארראכטן דורך שמדריך אום דאנערשטאג יוני 23, 2016 10:36 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3385
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אכן טעיתי מיט א צווייט ניגון.

ניגון 2, איז נישט קלאר, אויף שירי ציון, וואס איז באשטומט פאר בלויז נגוני הקדושת ציון, ווערט עס געשפיעלט, אבער אויף עת רקוד, ווערט נישט דערמאנט שם המחבר.
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

און לגבי די חופה איז קיינמאל נישט געוועהן א פינקטלעכער ניגון אויף מי אדיר, אדער מי בן שיח, די מנגנים פלעגען זינגען פארשידענע ניגונים פונעם באבאווער גזע אבער ס׳איז נישט דא קיין שום ניגון וואס מען זינגט דוקא. די אלע ניגונים פריער אויסגערעכענט דא אויפען חופה ליסטע איז נישט קיין ״מוז זיין אזוי״
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

און ניגון צוויי איז טאקע געוועהן אויף שירי ציון, אבער איך האב אליין געהערט פריוואט פון האדמו״ר מ׳באבוב אז ס׳איז נישט דעם קדושת ציון׳ס ניגון.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

שמדריך האט געשריבן: און ניגון צוויי איז טאקע געוועהן אויף שירי ציון, אבער איך האב אליין געהערט פריוואט פון האדמו״ר מ׳באבוב אז ס׳איז נישט דעם קדושת ציון׳ס ניגון.

אם קבלה היא נקבל.
אבער אינטערעסאנט, איך האב שוין הרבה פעמים געדאוונט שחרית פאר א באבוב'ער עולם, און געזונגען דעם ניגון דייקא פאר 'ממקומך', דער עולם איז תמיד זייער ווארעם העלפט ממש מיט התלהבות, און בדרך כלל באדאנקען פארן זינגען דעם קדושת ציון'ס ניגון.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

שמדריך האט געשריבן: 9 איז א ניגון פון ר׳ משה דוד מאנדעלבוים, ר׳ יוסעלע׳ס פאטער, אדער פון ר׳ משה דוד לעמעל פון דער היים, אבער ס׳איז זיכער נישט פון ר׳ יוסעלע אדער די קדושת ציון

דארט וואו איך האב אדרעסירט (קאווער פון עת רקוד 3#a) שטייט מ.ד. מאנדלבוים.
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

גערעכט, ס׳איז ברייט אזוי אנגענומען ביים המון עם, אבער פון די ריכטעגע יודעי דבר ווייס איך אז נישט.

און גערעכט, ר׳ משה דוד מאנדעלבוים
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן: יעצט זעה איך וואס איך האב געהאט א טעות, מ'זינגט יא "אתה נגלית" בחצרות צאנז - באבוב.
פיין, אויב אזוי לאמיר ווייטער גיין, מיט וואסערע ניגון?

נישטא קיין בקביעות'דיגע ניגון. אדמו"ר מהר"ש זי"ע פלעגט מכבד זיין הרב טובי' טייטלבוים מבריגל צו זינגען דעם "אתה נגלית" און ער פלעגט עס אנהייבן מיט א ניגון אהן צוגעפאסטע ווערטער בשעת די עולם האט מיטגעזינגען די תנועה.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

יישר כח פאר אלע מגיבים, כהאב יעצט געטראפן א אינפארמאטיווע אשכול וואס כהאב נישט געזען ביז יעצט, סאיז כדאי צו כאפן א בליק דארט.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

1) איז פארהאן עפעס קאמפאזיציעס פון מהר"ש הראשון ? ער איז דאך אויך געווען א זשיקובער אייניקל.

2) פון מהר"ש השני איז דא אומצאליגע הערליכע גאונישע קאמפאזיציעס, שנעלע און שטאטע, קורצע און גאר לאנגע. סאיז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי איז צוגעגאנגען ביים רב זצ"ל די פראצעדור פון מאכן א ניגון:

    ער האט זיך געזעצט מאכן א ניגון אדער סאיז איינגעפאלן ?

    ביי וועלכע מאורעות האט ער געמאכט ניגונים ?

    וויאזוי האט ער דאס געדענקט (קיין ריקארדער איז דאך יעמאלט נישט געווען) און וויאזוי האט מען דאס אויסגעלערנט פארן עולם ?

    האט נאך דער רב געמאכט ניגונים אינדערהיים אין באבוב ?
3) וועלכע ניגון זינגט מען אויף סגולתי (אהבה וגאולה) ביים פירות טיש און וועלכע ניגון זינגט מען אויף יום זה מכובד ? (אויף ישמח משה גלייב איך אז מזינגט דאס ריכטיג ?)
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמדריך »

כ׳על פראבירן ענפערען אביסל, שוין באלד שבת


1) איז פארהאן עפעס קאמפאזיציעס פון מהר"ש הראשון ? ער איז דאך אויך געווען א זשיקובער אייניקל.

לפי ידיעתי האט די ערשטע רב נישט אליין פארפאסט קיין שום ניגונים. ער האט אבער יא שטארק מחשיב געוועהן און געשטיפט זיין זוהן די קדוש״צ צו קאמפעזירן.

2) פון מהר"ש השני איז דא אומצאליגע הערליכע גאונישע קאמפאזיציעס, שנעלע און שטאטע, קורצע און גאר לאנגע. סאיז מיר אינטערעסאנט צו וויסן וויאזוי איז צוגעגאנגען ביים רב זצ"ל די פראצעדור פון מאכן א ניגון:

* ער האט זיך געזעצט מאכן א ניגון אדער סאיז איינגעפאלן ?
ביידע זענען געשעהן, קלענערע ניגונים אדער לענגערע

* ביי וועלכע מאורעות האט ער געמאכט ניגונים ?
אן א שיעור, כמעט יעדע ניגון פלעגט זיין מיט א מעשה

* וויאזוי האט ער דאס געדענקט (קיין ריקארדער איז דאך יעמאלט נישט געווען) און וויאזוי האט מען דאס אויסגעלערנט פארן עולם ?
*
קודם כל ע״פ רוב און די שפעטערע יארען ווען ער איז געוועהן אוועק אויף קוהר, ווי ער האט מחבר געוועהן רוב זיינע ניגונים, האבען די גבאים יא כסדר געהאט קליינע טעיפ רעקארדערס גרייט אויפצוכאפען תנועות וכו.

* האט נאך דער רב געמאכט ניגונים אינדערהיים אין באבוב ?
ניין,ער האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט נגינה. ס׳איז א לאנגע שמועס פאר זיך....

ע׳מער דא בלייבען שטיין פאר יעצט, גוט שבת אלע יודען
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”