Re: רבי אברהם מרדכי מפינטשוב זצ"ל - י"ז אב תקפ"ד
ווען רבי אברהם מרדכי איז נסתלק געווארן ביום י״ז אב שנת תקפ״ד, האבן אים די חברה קדישא געוואלט מקבר זיין אינעם נייעם בית החיים וואס מ׳האט נארוואס מקדש געווען אין פינטשוב. אבער דער רב פון שטאט, הגה״ק רבי זאב דוב הכהן ראפפורט זצ״ל, האט זיך שטארק געשטעלט אז מ׳זאל לכבודו פון רבי אברהם מרדכי מאכן אן אויסנאם אין מ׳זאל אים נאך יא לייגן אינעם אלטן בית החיים וואו עס ליגן גדולי עולם רבני העיר פינטשוב לדורותיהם.
מ׳האט געשטעלט א בי״ד דאס דן צו זיין און דער פסק איז געווען אז מ׳קען נישט מאכן קיין אויסנאם און מ׳זאל יא מקבר זיין רבי אברהם מרדכי אינעם נייעם בית החיים. ווען דער רב האט געהערט דעם פסק דין האט דער רב וואס איז שוין געווען א זקן אנגעהויבן צו וויינען,
ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס ער וויינט, האט ער געזאגט אז ער אליין האט אויך געהאט חשק צו ליגן אינעם אלטן בית החיים וואו זיינע אבות ליגן, דעריבער האט ער געוואלט אז מ׳זאל דארט לייגן רבי אברהם מרדכי האפענדיג אז ביי אים וועט מען אויך מאכן דעם אויסנאם, אבער יעצט ווייסט ער אז אים וועט מען שוין אויך לייגן אינעם נייעם בית החיים.
מ׳האט טאקע מקבר געווען רבי אברהם מרדכי אינעם נייעם בית החיים. האט זיך ארויס געשטעלט גאר וואונדערליך, אז מ׳האט אים געלייגט פונקט ביים פלאץ וואס ער האט שוין יארן פריער געזאגט אז אויב וואלט ער דארט געבויט א הויז וואלט עס געהאט קדושת א״י.
נאך זיין פטירה האבן די שטאטסלייט געמאכט אן איסור אז מ׳זאל נישט מקבר זיין קיין פרעמדע אין די י״ב אמות ארום זיין קבר. למעשה האט מען במשך די יארן עובר געווען אויפן איסור און מ׳האט אנגעהויבן דארט צו לייגן מענטשן. הרה״ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי״ע, איידעם פון רבי אברהם מרדכי, איז אמאל אנגעקומען צום ציון פון זיין שווער און ער האט געזען די מצבות נאנט צום קבר פון זיין שווער, האט ער געזאגט אז ער זעט אז די אלע מענטשן וואס מ׳האט דארט מקבר געווען געפינען זיך שוין נישט דארט.
-
איינמאל איז הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע דורך דעם שטאט פינטשוב, אבער ער האט זיך נישט אפגעשטעלט אונעם שטאט, דעם קומענדיגן טאג האט הרה"ק רבי אברהם מרדכי זי"ע געזאגט בזה"ל "ר' דוד'ל איז דא געווען" און דער צדיק איז אים נאכגעגאנגען און צוריק גערופן צום שטאט, און פארברענגט מיט אים דארט גייענדיג אויפן גאס אין געהויבענע ענינים,
פלוצלונג האט איינע פון די בעלי בתים פון די הייזער א גוי ארויס געשריגן צו די צוויי צדיקים אז זיי זאלן זיך נישט דא דרייען ווייל זיי שטערן אים די מנוחה, האט זיך ר' דוד'ל אנגערופען בזה"ל "אפארוואהר, ר' אברהם מרדכי קרוין, לאמיר זיך נישט דרייען דא", און אזוי ווי די צוויי צדיקים זענען אוועק געגאנגען איז דאס גאנצע הויז איינגעפאלן, און מען האט אויף דעם פלאץ שוין קיינמאל נישט געקענט אויפבויען קיין בנין,