Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן
איך ניץ די רעסעפי כסדר אבער א שכ"ח האב איך קיינמאל געזאגט....געבורטסטאג האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מארטש 07, 2024 1:08 amכברענג עס ארויף וויל כוויל עס פרובירן, און איך וויל עס נישט דארפן זוכן שפעטער, סארי פארן אויפוועקןnewschest79 האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 29, 2021 11:54 amלכבוד שבת שירה עמער מהנה זיין דעם עולם מיט א "צוויבל קוגל" רעצעפט.
4 צוויבל - שניידן אויף שטיקלעך (אזוי ווי די צוויבל פון די מאטיאש הערינג)
פרעגלען מיט אויל פאר 2 שעה, קודם מאכן א העכערע פלאם איינמאל ס'פרעגעלט זיך שטארק דארף מען עס אראפ רוקן צו א נידריגע פלאם, יעדע 10-15 מינוט געבט מען א מיש דעם טאפ [צוויבל בטבע קלעבט אסאך צו די טאפ, איז ראטזאם צו מישן עטליכע מאל אינדערמיט] נאך א האלבע שעה לייגט מען אריין 3 לעפלעך וואסער, און מ'לאזט עס ווייטער פרעגלען פאר 1:30 שעה.
די לעצטע 5 מינוט וואס ס'פרעגלט זיך לייגט מען אריין,
1/2 טי-ספאן זאלץ
2 shakes ווייסע פעפער
דערנאך נעמט מען אראפ די פענדל פון פייער, און מען זייעט אדורך די צוויבל [די גאנצע אויל זאל ארויס גיין].
יעצט מאכן מען די טייג.
3 קאפס מעיל
3/4 קאפ אויל
3/4 קאפ וואסער
1/4 טי-ספאן זאלץ
מען קנעט איין די טייג מיט די הענט, דערנאך וועלגערט מען אויס די טייג גאר דין, און מען שמירט ארויף די צוויבל אויפן טייג ( מאך זיכער אז די צוויבל איז נישט צו הייס) און מען ראלט די טייג (אזוי ווי א קאקאש רוט) מען שמירט ארויף אייער מיט סעסעמי סידס.
מען באקט עס פאר 50 מינוט אויף 350
יאכלו ענוים וישבעו!
נ.ב. צענדליגע אידן האבן זיך שוין מחי' געווען מיט די רעסעפי.
לאזט מיך וויסן וויאזוי ס'איז געווען.
א גוט שבת!!
סאיז זייער גוט ווי לענגער געפרעגעלט אלץ זיסער. איך קען לאזן די צוויבל אויף די פלאם פאר דריי פיהר שעה אויף low.
א shortcut פאר די טייג ניץ איך אסאך מאהל puff pastry.
איך האב ליב צו מאכן די קוגל רינדלעכיג ווייל אזוי געדענק איך א צוויבעל קיגל קוקט אויס. (פשוט נאסטאלגישע געפילען וויאזוי די ראחמיסטריווקא רבי ז"ל פלעגט שניידען די צוויבעל קיגל....)
איך רויל עס ווי א ראלאש קעיק דערנאך דריי איך עס ווי א שלאנג...
אויב איינער האט א בעסערע עצה וויאזוי עס צו מאכן רינדלעכיג לאז מיר וויסען שכ"ח א פרייליכען שבת שקלים.