איך האב און איך באטראכט... ב"ה יום יום אויף די פארשריט
אן אנדערער נדבן וואס האט געגעבן פאראיאר כסליו, האט מיר געזאגט מאנטאג אז איך קוק נישט אויס ווי איך האב מנדב געווען.. אים האט געדויערט אפאר וואכן אנצוקומען צו מיין יעצטיגע שטאנד.
אינטערסאנט אז דו ברענגסט דאס אויף. פונקט היינט האט מיך ר' מנחם פרידמאן פון רינועל אנגערופן מיט א בשורה טובה אז ער האט פארשאפט אפאר פונט ספעציעל דינע מצות פון די "לארקין" מצה בעקעריי אין קרית יואל, און גייט עס מיר אריינשיקן אויף פסח.
בסייעתא דשמיא איז מיר געלונגען צו פעדערן דעם אפעראציע אויף ה' ויקרא (אנשטאט ד' צו וואס די שפיטאל האט לכתחילה געוואלט), איז צום האפן אז איך וועל בס"ד קענען געהעריג עסן אלע כזיתים ביים סדר אן קיין שום פראבלעמען.
לכאורה האט געשריבן:

מצוה גוררת מצוה דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מקיים זיין אלע מצות החג גרינגערהייט אין ס'זאל מיט קומען אלע גרויסע השפעות פונעם יום טוב .. (די שאלה איז נאר אויב דו עסט א האלבע כזית און דער אנדערע ניר א האלבע צו מקען יוצא זיין......) א פרייליכע און כשרע און גרינגען יום טוב
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected]מען בעיט און אי"ה עס געשעהט. - לאמיר זאגןתפילת תודה- זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט ארייןדאנקן די גוטער באשעפער
אה, חסדי השם, דער יום טוב איז געווען לעילא מכל ברכתא, און ווי אומגלויבליך דאס זאל קלינגען "אן קיין שום שינוי כל שהוא פון די פארגאנגענע יארן".
איך האב ב"ה געהעריג געגעסן אלע כזיתים, געטרונקן אלע כוסות, געפראוועט אליינס ביידע סדרים, געדאווענט אלע תפילות אין שוהל (און יא, אפילו שפאצירט איבער א מייל צו די שחריתים 5 מאל במשך דעם יום טוב), אלע חומרות ומנהגים, אין אנדערע ווערטער: כאילו לא היה!

נישט זיך האלטענדיג פאר ראוי אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן. פארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן. שענער ווי דעם ווי איז דען דא ,מי כעמך ישראל !מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.
אינאמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן. חסדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן. תנתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקצענירן.
מיט מיינע גרעסטע דמיון קען איך נישט מיר נישט אויסמשלען און פאנטעזירן. יא אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין. שניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך אלעס ווייל מ'טוט יענעמס צער און ווייטאג מיט שפירן. רעכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן. אז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן. לאזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפטירן.
כ'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין . אאויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן. יענע איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפעצירן. לכאורה !איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן. ווי גרויס אייער זכות איז נישט שייך אויסצומשלען און צו שפאקאלירן.
קיין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלענסירן. יא ! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן. יעדעס מאל די איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן. םיט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.
עס זאל זיין די לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן. וואס דו טוסט נאר זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין. לעכטיגע אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן. םיט הרחבות הדעת גערינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.
מיט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן. לעולם זאלט איר האבן געזונט , פרנסה, נחת, באנפה נהירין. אין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....
Smoking is considered a risk to the potential donor. Because smoking damages the lungs, it may put the donor at a higher risk of developing pneumonia after surgery. Potential donors should be honest with the transplant center about smoking habits to ensure that the donation and transplant are successful.
Different transplant centers have different policies regarding smoking and living donation. Living donors may be asked to quit smoking prior to the donation, and if the person is a heavy smoker, he or she might be asked to see a pulmonary doctor to check breathing.
hi class האט געשריבן:
תלי"ת האב איך זוכה געווען צו מנדב זיין מיין קידני אויך פאר פסח, און איך דארף מיך טאקע דא ברבים באדאנקן פאר "לכאורה" [און פאר כבוד אכסניא "אייוועלט"] פארן מיר געבן א שטארקע שטיפ פאראויס מיט די ארטיקל, און דערנאך פאר זיין מוטיגע ווארעמע ווערטער ווען מיר האבן אויסגעשמועס די גאנצע דוירכגאנג און וויאזוי עס איבערצושמועסן מיט די קינדער, וואס דערמיט האב איך און זיי זיך געהאלטן רואיג דורך די גאנצע תקופה.