Re: UFO'ס
גלות איד האט געשריבן: חברה, איך קען נישט רעדן קיין סאך, איך וואלט געצה'ט אז מ'זאל לייגן א שלאס אויף דעם אשכול.
די גרינע מענטשעלעך האבן א שיינע פאר ניקס דא וואס האבן געהיימע, איבערנאטירליכע צוטריט צו תגובות. אויב איינער שרייבט עפעס וואס שמעקט זיי נישט, קען זיין תגובה פליען אין א סעקונדע, און זיי האבן שוין זאגאר ארויסגע'זרק'עט א צאל ניקס לחלוטין. ס'כאפט א פחד!
אויב איז דאס נישט גענוג, ווייס איך פאר קראנט אז א שיינער צאל אומשולדיג אויסזעענדע אייוועלט באזוכער זענען געקליידט מיט שווארצע הוט און רעקל. בררר... (ס'איז אפגעכאפט אויף ווידעא!)