green sunday האט געשריבן:
עס איז פשוטער פון פשוט, סאיז א לכתחילה אז מקען מאכן אויפדעם א בורא פרי הגפן, אזוי פאסקענען אלעדיינים וואס האבן גענימען אליינס די מי און אליינס מברר געווען לאמיתה של תורה, ויאכלו ענבים וישבעו.
איך ווייס פון א חשוב'ער מו"ץ שליט"א וואס האט דאס מברר געווען עד הסוף, און 'עס הייסט' אז ער איז דאס מתיר, אבער באמת האלט ער "מ'קען נישט זאגן אז א חולה קען נישט מאכן אן הגפן".
בס"ה, ס'איז נישט פשוט לפי הרבה מורי הוראות, און ס'איז יא פשוט למורי הוראות אחרים (לדוגמא, הגה"צ מפאיע שליט"א כנ"ל).