Re: טעגליכע טרעפיק - קרית יואל און ארום
הודו להשם האט געשריבן: וואס איז די פראבלעם דערמיט?
ער לייגט זיך אריין אין א סכנה (כל הדרכים בחזקת סכנה) גענצליך אומנויטיג. (דאס איז באמת נישט מיין דאגה, ווילאנג ער טשעפעט מיר נישט, וואס גייט מיר אן?)
אבער וואס יא נוגע פאר די דרייווערס איז אז נאכדעם וואס ער איז אנגעקומען צום קראסוואק איינמאל, און איך האב אים גערן דורכגעלאזט, און איך וויל מיך יעצט איינדרייען, קומט ער מיר ווידער אריין אינעם לעין, און איך דארף נאכאמאל ווארטן אויף אים. ער האלט אויף די טרעפיק אן קיין בארעכטיגטע סיבה אויף גאר א פארנומענע אינטערסעקשאן.
אזא איינעם דארף מען (הלכה ולא למעשה ח"ו)אריינשניידן אין פארנט פון אים, און געבן א שארט סטאפ א רגע פאר מ'קומט אן צו אים. אולי וועט ער נוצן זיין מח נעקסט טיים, און כאפן אז אריבערגיין א גאס, גייט אריין בגדר סכנה, און ער זאל נוצן אביסל מחשבה, און טראכטן אז אפשר קען מען פארמיידן איין קראס. (קיינער זאל עס אודאי נישט טון ח"ו. איך דרוק מיר נאר אויס מיינע געפילן...)
בפרט ווען ער טוט עס געמיטליך מיטן טעלעפאן אין די הענט און חלומ'ט אריין בשעת'ן אויסהערן דעם זייער וויכטיגן אפהאנלונג אויף קול מבשר