רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יוסף משה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:25 am

רבי מרדכי טווערסקי מסקווירא - פלעטבוש זי"ע - ז"ך תמוז תשס"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף משה »

הרה"ק ר' מרדכי איז געבוירען געווארן צו זיין גרויסן פאטער הרה"ק ר' יצחק מסקווירא זי"ע אום ד' אדר תרפ"ג זייענדיג בנו השלישי, אין קעשינוב - ראמעניא ווי א גרויס חלק פון די סקווירא משפחה האט דעמאלטס פארוויילט אנטלויפנדיג פון סקווירא מחמת המציק פון די קאמוניסטען ימ"ש. א קורצע צייט דערנאך - נאך אינ'ם זעלבן יאר האבן זיך די פאטער רבי איציקל מיט די משפחה ארויסגעצויגן קיין אמעריקע ווי מ'האט זיך באזעצט אין ברוקלין, קודם אין וויליאמסבורג און נאכדעם אין ב"פ ווי אסאך סקווירא חסידים זענען שוין דעמאלטס געווען דארט און זיי האבן זיך געפרייט צו האבן דעם רבין אליינס צו קומען וואוינען מיט זיי אין אמעריקא. ווי באוואוסט איז אמעריקע נאכדעמאלטס געווען א מדבר שממה ברוחניות, אבער אין די סקווירא הויף ווי אין סקווירא האט זיך עס נישט אנערקענט. מ'האט נישט מוותר געווען אויף קיין קוצו של יוד! פארשידענע סיפורים זענען פארהאנען פון די מסי"נ פאר די מקוואות וואס זענען דעמאלטס ליידער נאך נישט געווען אזוי בנמצא און ווי ער פלעגט שפאצירן מיילען ווייט פאר א מקוה וואס ער האט נישט פארפעלט קיין טאג, ביז ער האט געמאכט זיין אייגענע מקוה. אזוי אויך איז ער געווען באוואוסט מיט זיין געוואלדיגע לב טוב מיט זיינע פעולות פאר אידנ'ס וועגן און בפרט זיין הכנסת אורחים וואס ער פלעגט אלס ארייננעמען פליטים פון אירופא צו פון די קומוניסטן אדער פון די דייטשען ימ"ש. און נישט איינמאל האט זיך געמאכט אז די קינדער האבן אוועקגעגעבן זייער בעט! און אין דעם גרויסן שטוב איז דער רבי ז"ל נתגדל געווארן זיך אנשעפנדיג מלא חפניים דקדושה פון דעם סקווירא'ן הויף.

אבער אין ויהי אלא לשון צער, די רבי זי"ע איז שוין ביי די זיבעצן יאר פאריתומ'ט געווארן פון זיין גרויסן טאט'ן אויף ג' אב תש"א. די רבי זי"ע האט דעמאלטס געלרנט אין תורה ודעת ווי רוב ערליכע בחורים האבן דעמאלטס געלערנט. ס'איז כדי צוצוצייכענען אז דער רבי זי"ע מיט זיין עלטערע ברידער רבי דוד'ל זענען אין יענע תקופה געווען די 'איינציגסטע' בחורים מיט בערד! אין צוגאב פון די גאנצע לבוש וואס זיי מ'האט אנגעהאלטן במסי"נ. הגם די שוועריגקייט וואס איז דעמאלטס פאריבער אויף דעם חצר נאכ'ן פארלוסט פון זייער פאטער מרן מהר"י זי"ע, האט זיך עס אבער ווייטער אנגעהאלטן דורך די זון פון רבי'ן ה"ה רבי דוד'ל און כ"ק אדמו"ר זי"ע. מיט די צייט, ביעוץ פון כמה וכמה אדמורי"ם - ביניהם אדמו"ר מקופיטשניץ זצ"ל אין בעיקר דודם הגדול כ"ק אדמו"ר רבי יעקב יוסף זי"ע האבן די קינדער ווייטער ממשיך געווען די שלשלת הק', די עלטערע ברידער רבי דוד'ל אויפ'ן טאטנ'ס פלאץ און כ"ק אדמו"ר זי"ע האט מיט א צייט שפעטער געעפנט זיין אייגענע ביהמ"ד אין ב"פ, און נאך אפאר יאר האט ער זיך געצויגן קיין פלעטבוש אויף די אוישען פארקוועי עוועניו ווי ער האט דארט געפירט זיין הנהגה על מי מנוחות אריינשיינענדיג א ליכטיגקייט אין די אידישע קינדער וואס האבן זיך מסתופף געווען בצילא דמהימנותא.

די רבי ז"ל איז געווען באוואוסט מיט זיין אצילות דקדושה. ער איז אלס געווען מיט אן ערענסטקייט, נישט נאר ביים דאווענען וכדו', נאר צו יעדע צייט איז געווען איז געווען כל כולו אומר כבוד מיט השראת הקדושה. במשך דעם טאג האט ער עוסק געווען אין תורה הק' און ווי די קינדער פארציילן איז ער ע"פ רוב געזיצן מיט א גמרא. זיין שבת טישען האט געהאט אן עקסטערע טעם. זיינע קינדער פארציילען אז מ'האט נישט געזען קיין שום חילוק פון א טיש צו א שבת סעודה אינדערהיים. די הנהגה איז געווען ממש פונקט די זעלבע, מיט די ערענסקייט און הכנעה וויאזוי ער איז געזיצן, די מנהגים זיך נישט אוועקרירנדיג כקוצו של יוד מדרכי אבותיו הקדושים. לגבי מנהגים איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז כאטש וואס למעשה איז די רבי ז"ל נישט געווען די איינציגסטע רבי לבית סקווירא דא אין אמעריקע, דאך איז ער געווען די אייניציגסטער מיט די ריכטיגע מסורה און די ארגינעלע מנהגים פון סקווירא אינדערהיים, וויבאלד זיין טאטע מרן מהר"י איז געווען די עלסטע אייניקל און איז געווען גאר נאנט מיט'ן זייד'ן, און אזוי אויך איז ער געווען זיין בריוון שרייבער. און אפילו דער פעטער רבי יעקב יוסף זי"ע נאכ'ן אנקומען קיין אמעריקע בשנת תש"ח האט ער זיך נאכגעפרעגט ביים רבי'ן ז"ל און ביי זיין עלטערן ברודער רבי דוד'ל ז"ל אויף מנהגים. למעשה האט דער עלטערע ברידער ר' דוד'ל - זיך האלטנדיג א חסיד פון פעטער - זיך געפירט רוב מנהגים אזוי ווי די פעטער, אבער דער רבי ז"ל האט ווייטער אנגעהאלטן זיין טאטנ'ס דרך. (אגב, אן אינטרעסאנע אנעקדאט. די רבי ז"ל פלעגט כסדר פארן קיין וויליאמסבורג און קיין ניו-סקווער צו וויילן במחיצת קדשו פון זיין גרויסן פעטער. איז איינס פון די ערשטע מאלן וואס ער איז געקומען האט די פעטער עם מכבד געווען מיט קבלת שבת. דארטן פירט מען זיך צו זאגן הבו לה' מיט די ז' קולות חזן וקהל. אבער די רבי ז"ל האט נישט געוואוסט פון דעם, און ווען ער איז אנגעקומען צו מזמור לדוד האט ער געזען אז דער עולם זאגט עם נאך... נאכ'ן דאווענען ווען ער איז אריין צום פעטער זאגן גוט שבת האט ער געפרעגט דעם פעטער פשט אויף דעם מנהג, היות דאס איז דאך נישט געווען אין סקווירא, האט עם די פעטער מודה געווען און געזאגט בלשונו 'ס'איז אייגענס... ווען ער איז ארויס פון צימער האט ער עס גלייך פארציילט פאר דעם פעטער'ס זון ה"ה בנו יחידו ומ"מ כ"ק האדמו"ר שליט"א, אבער דער לעצטער האט זיך זער געוואונדערט זאגנדיג אז וויפיל מ'ווייסט זענען אלע מנהגים מקורם בקודש נאך פון סקווירא און אפי' ביז'ן בעש"ט הק' זי"ע. פארדעם האט דער רבי ז"ל געוואלט אז ער זאל עס הערן פון זיין טאט'ן אליינס! איז ער נאכאמאל אריין צום פעטער צוזאמען מיט'ן פעטערס זון און איבער געפרעגט די זעלבע קשיא און דער פעטער האט נאכאמאל געענטפערט אז ס'איז אייגענס בנוכחות פון זיין זון! (יעצט פרעגטס איבער דעם רבי'ן זאל זיין געזונט...) און אגב דאגב, אינדערפרי האט מען אים צוגעשיקט צו מוסף, און פאר שמונה עשרה איז צוגעגיינגען איינער פון די חשובי הקהל און עם געוויזן אין די סלאוויטא סידור אז די צוויי פינטעלעך איז נאך ישלשו... אבער דאס האט ער שוין יא געוואוסט, און די רבי ז"ל האט שפעטער געזאגט אז זעט אויס מ'האט געמיינט אז ער איז אן אנגארישער גאסט ווי אלע אידן און מ'האט עם געדארפט ווייזן די נוסחאות...

די רבי ז"ל האט געהאט פארשידענע ענינים און קפידות, און אלס סקווירא קינד איז דאס געווען נאטירלעך. אבער איינער
פון די גאר הארבע זאכ'ן ביים רבי'ן ז"ל געווען דיני ממונות. ער איז געשטאנען ווייט פון יעדן חשש גניבה. אמאל ווען ס'האט זיך געהאנדלט איבער א געוויסע טעות פון א גוי און מ'האט עם געזאגט אז ס'איז מותר היות ס'איז טעות עכו"ם האט ער געזאגט 'איך קען אויך די הלכות פון טעות עכו"ם און דאס איז אסור'. אמאל ווען ס'האט זיך געהאנדלט פון איינעם א מקורב זיינער וואס בי"ד האט געוואלט ארויס געבן אן עיקול אויף אים האט ער גאר שטארק פארפירט אז ס'זאל נישט פאסירן זאגנדיג אז אן עיקול איז נישט אזוי פשוט ווי מ'מיינט, ס'איז אסאך מער...! אבער ווען ס'נישט געלונגען און ס'איז יא ארויס אן עיקול אויף יענעם האט ער געזאגט אז היות די עיקול איז דא דארף מען יעצט שטיין ווייט פון יענעם און פאלגן אלע הלכות וואס ס'פארלאנגט זיך טאקע פארדעם ווייל ס'איז זייער הארב.

נאך א זאך וואס די רבי ז"ל האט זיך נוהג געווען איז געווען תעניתים. ע"פ רוב פלעגט ער פאסטן יעדן שני וחמישי אבער ער פלעגט דאס באהאלטן און די בני בית האבן ניטאמאל געוואוסט דערפון ! און אפילו פון זיין אייגענע דאקטער האט ער דאס באהאלטן! ווען זיין דאקטער איז געקומען מנחם אבל זיין האט דער דאס ערשטע מאל געוואר געווארן אז ער פלעגט בכלל פאסטן... דער דאקטער האט נאר געוואוסט צו זאגן אז דער רבי האט אים אמאל געזאגט אז אים קומט נישט אן שווער דאס פאסטן.

איינער פון די רבינ'ס קינדער האבן פארציילט אז ער האט אמאל געפרעגט זיין טאט'ן פון ווען מ'מעג אנהייבן צו פאסטן, האט עם זיין טאטע געענטפערט 'אויב מ'זעט אז נאכ'ן פאסטן אגאנצן טאג און מ'קומט אהיים און די עסען איז נאכנישט גרייט און מ'ווערט נישט בכעס, דעמאלטס קען מען שוין פאסטן!! און ער איז טאקע געווען א נאה דורש ונאה מקיים זייענדיג באוואוסט מיט זיינע גאלדענע מידות, אלס מיט א שמייכל צו אנדערע און זיצן און אויסהערן אנדערע אידן פון אלע סארטן און זיי מחזק זיין.
זיעועכי"א
לעצט פארראכטן דורך יוסף משה אום דאנערשטאג יולי 20, 2017 2:06 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

אויב ס'איז שייך please צו ברענגן א בילד פונעם רבי'ן?
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

לחי האט געשריבן: אויב ס'איז שייך please צו ברענגן א בילד פונעם רבי'ן?

ער איז געווען זייער שטרענג בנוגע בילדער
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

ישר כח זייער שיין, גארנישט געוויסט אז ער איז געווען אזא גרויסער איד ווי איר שרייבט.
כאב איינמאל געזהן דעם סקווירא רבין פון פלעטבוש, ער האט אויסגעזהן ענדליך צום ברודער פון סקווירא בארא פארק, נאר מיט א ביסל א לענגערן בארד. ער האט מיך אויפגענומען בסבר פנים יפות אפי׳ ער האט קיין אהנונג נישט געהאט ווער איך בין.

שטייט דאס ביהמ״ד - און ווער איז דער ממלא מקום ?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

dovidal האט געשריבן:
לחי האט געשריבן: אויב ס'איז שייך please צו ברענגן א בילד פונעם רבי'ן?

ער איז געווען זייער שטרענג בנוגע בילדער

אויב אזוי.... אכן נודע.!

האב איך אייך א מופת פונעם רבין.

איך בין געווען א בחור׳ל און בין ארומגעגאנגן זיך בילדערן ביי פילע וואוילע יודן, און אויך ביי דעם סקווירא רבין פון פלעטבוש בין איך געווען מיט מיין חבריא אין געכאפט בילדער, און פונקט דער פילעם איז ערגעץ ווי חרוב געגאנגען מיט דעם בילד, (און נאך אנדערע בילדער פארשטייט זיך אויף דעם פילעם) כאב מיך געווינדערט ביז היינט ועכשיו איז עס שוין פארענטפערט....
יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע:... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום זה מכובד »

איך בין אמאל געווען אין ביה"ח אין מאנסי האב איך געזעהן זיין אוהל, ריזיג גרויס!
איך האב געהערט אז ער האט עס אפגעקויפט אן קיינער זאל וויסן נאר נאך זיין פטירה פאר'ן לויה האט מען זיך דערוואסט פון דעם...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

לחי האט געשריבן: אויב ס'איז שייך please צו ברענגן א בילד פונעם רבי'ן?

קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
סקווירא פלעטבוש.PNG (660.56 KiB) געזען 5565 מאל
לעצט פארראכטן דורך טריסקער אום דאנערשטאג יולי 20, 2017 9:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

א בילד פונעם חתונה פון הרב מנחם נחום טווערסקי שליט"א חתן דודו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ב שליט"א, ובן הרה"צ רבי יהושע העשיל זצ"ל בני הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים זי"ע.
הרה"ק רבי מרדכי מסקווירא פלעטבוש זי"ע ווערט געזעהן ערשטער פון לינקס:

קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
3 (2).PNG (485.55 KiB) געזען 5560 מאל

פון ר. צו ל.
הרה"ק רבי דוד מסקווירא ב"פ זי"ע, אבי החתן הרה"צ רבי יהושע העשיל טווערסקי זצ"ל, כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ מאנסי שליט"א, הרה"ק ה'ברך משה' מסאטמאר זי"ע, החתן הרב מנחם נחום טווערסקי שליט"א, אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסקווירא ש"ס שליט"א, הרה"ק רבי מרדכי מסקווירא פלעטבוש זי"ע
לעצט פארראכטן דורך טריסקער אום דאנערשטאג יולי 20, 2017 9:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

ביים חופה פירן פון רבינו זי"ע:

קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
לכידה (3).PNG (244.27 KiB) געזען 5557 מאל

פון ר. צו ל.
אחיו הרה"ק מסקווירא ב"פ זי"ע, החתן רבינו זי"ע, חותנו הרה"ק רבי שמואל דייטש מבוקארעסט זי"ע
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

חתימת יד קדשו:

קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
חתימה.PNG (21.48 KiB) געזען 5557 מאל

זיין לעטערהעד:

קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
קרעדיט: אדמו"רי מלכות בית טשערנאביל
לכידה (2).PNG (44.76 KiB) געזען 5557 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבניש האט געשריבן: ישר כח זייער שיין, גארנישט געוויסט אז ער איז געווען אזא גרויסער איד ווי איר שרייבט.
כאב איינמאל געזהן דעם סקווירא רבין פון פלעטבוש, ער האט אויסגעזהן ענדליך צום ברודער פון סקווירא בארא פארק, נאר מיט א ביסל א לענגערן בארד. ער האט מיך אויפגענומען בסבר פנים יפות אפי׳ ער האט קיין אהנונג נישט געהאט ווער איך בין.

שטייט דאס ביהמ״ד - און ווער איז דער ממלא מקום ?

זיין זון וואס וואונט אין ב"פ האט איבערגענומען דאס ביהמ"ד אין פלעטבוש אבער כ'האב אמאל געהערט אז ער פלאנט זיך צו אריבערציען קיין מאנסי און עפענען דארט א ביהמ"ד
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13101
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

די דריי זון פון רבי איציקל זצ"ל
פון ל. צו ר. רבי דוד מב"פ ר' גדלי' אהרן ורבי מרדכי מפלעטבוש
(קרעדיט הרה"ת הירשל ציג)
אטעטשמענטס
Capture2.JPG
Capture2.JPG (51.11 KiB) געזען 5517 מאל
דביה תחדי נפשא
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

ווער עס וויל שיקן א קוויטל צום ציון קען שיקן אין אישי אדער עימעיל [email protected] ביז 3:00 היינט. (איך האף בל"נהיינט אדער מארגן, אבער ווער עס קען אליין גיין זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר ווייל עס איז שוין געשען אז כ'בין נישט אנגעקומען.)

געפוילט אלעס גוטס!
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

יענקל פאטאש האט געשריבן: ווער עס וויל שיקן א קוויטל צום ציון קען שיקן אין אישי אדער עימעיל [email protected] ביז 3:00 היינט. (איך האף בל"נהיינט אדער מארגן, אבער ווער עס קען אליין גיין זאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר ווייל עס איז שוין געשען אז כ'בין נישט אנגעקומען.)

געפוילט אלעס גוטס!

איך בין נאך דא איינצילע מינוט אין אפיס און דערנאך לאזן מיר זיך ארויס בל"נ, ווער עס וויל נאך קען נאך אריין שיקן א קוויטל.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

כאפט אונז א בילד פונעם מציבה און דעם אוהל
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

/
אטעטשמענטס
IMG_0862.JPG
IMG_0862.JPG (80.05 KiB) געזען 5353 מאל
IMG_1412.JPG
IMG_1412.JPG (219.24 KiB) געזען 5353 מאל
IMG_0863.JPG
IMG_0863.JPG (223.33 KiB) געזען 5353 מאל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

נקדמה פניו בתודה לרב פעלים וידען נפלא הרב יוסף משה שליט"א פאר זיין הערליכע באשרייבונג בקצירת האומ"ר וקולע אל השערה פון האי גדול בענקים מממשיכי האי שושילתא דדהבא זיע"א.

אציגה איזה הערות:

1. הרבי נולד בעת שאביו כבר היה בארה"ב ואכן ערך כאן סעודה לכבודו הברי"מ בהשתתפות הרה"ק מבאיאן ועוד

2. אביו הק' גר מתחילה באיסט סייד ורק לאחמ"כ עבר לוומסב"ג וב"פ

3. שמעתי מנכדו אודות הסיפור של הבו לה' חו"ק, שאחד מהחשובים בשיכון סקווירא שאלו בתרעומות היתכן א סקווירא קינד קען נישט קיין סקווירא מנהגים?!... ועל זה ענה שאינו סקווירא מנהג וכו'

4. יש תצלום מהזמנה לסעודת הבר מצוה שלו באשכול הכללי של סקווירא.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן: ישר כח זייער שיין, גארנישט געוויסט אז ער איז געווען אזא גרויסער איד ווי איר שרייבט.
כאב איינמאל געזהן דעם סקווירא רבין פון פלעטבוש, ער האט אויסגעזהן ענדליך צום ברודער פון סקווירא בארא פארק, נאר מיט א ביסל א לענגערן בארד. ער האט מיך אויפגענומען בסבר פנים יפות אפי׳ ער האט קיין אהנונג נישט געהאט ווער איך בין.

שטייט דאס ביהמ״ד - און ווער איז דער ממלא מקום ?

זיין זון כ"ק הרה"צ רבי יצחק שליט"א וואס וואונט אין ב"פ האט איבערגענומען דאס ביהמ"ד אין פלעטבוש שבת וואוינט ער דארט אבער כ'האב אמאל געהערט אז ער פלאנט זיך צו אריבערציען קיין מאנסי און עפענען דארט א ביהמ"ד נאכנישט דא קיינע ערנסטע פלענער אויף דעם
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

מיר זענען אנגעקומען צום אהל אבער עס איז געווען פארשפארט. האב איך נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, די גבאים לאזן נישט אריין? איך האב שוין כמעט געוואלט אריין ווארפן א פיאסטער פארן גבאי, ביז איך האב געגעבען דעם טיר א שטארקער שטופ און עס האט זיך געעפענט.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

רבינו זי"ע איז געבוירן געווארן אום שושן פורים - ט"ו אדר ב' תרפ"ד (און נישט ד' אדר תרפ"ג).
נחום וואהלינער האט געשריבן: 1. הרבי נולד בעת שאביו כבר היה בארה"ב ואכן ערך כאן סעודה לכבודו הברי"מ בהשתתפות הרה"ק מבאיאן ועוד

אביו הרה"ק רבי יצחק זי"ע איז ארויפגעקומען קיין אמעריקע סוף תרפ"ג אן די רעביצין און קינדער זיי איבערלאזדיג אונטער זיך אין קעשינוב, און א האלבע יאר דערויף אום שושן פורים תרפ"ד איז געבוירן געווארן רבינו זי"ע אין קעשינוב.

בהגיעו לפרקו האט רבינו זי"ע געהייראט יבלחט"א הרבנית הצדקנית מרת ברכה תליט"א א טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל דייטש האדמו"ר מבוקארעסט זי"ע נכד להמגיד ממעזריטש, המאור עינים מטשערנאביל, המגיד מזלאטשוב, והמגיד מסטעפין.

יו"ח:
▪ בנו מ"מ הרה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א מסקווירא פלעטבוש (חתן הרה"צ רבי וועלוועל טווערסקי זצ"ל בן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים זי"ע)
▪ בתו מרת מירל תחי' אשת הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א מב"פ (בן הרה"צ רבי יהושע העשיל זצ"ל בן הרה"ק רבי יוחנן מראחמיסטריווקא ירושלים זי"ע)
▪ בנו הרב פנחס משה שליט"א (חתן הרה"צ רבי רפאל גאלדשטיין שליט"א מסקאליע)
▪ בנו הרב דוד שליט"א מפלעטבוש (חתן הרה"צ רבי דוד משה טווערסקי מלאנדאן בן הרה"ק רבי פנחס מטריסק לאנדאן זי"ע)
▪ בתו מרת דבורה תחי' אשת הרב אברהם ראבינאוויטש שליט"א (בן הרה"ג רבי יצחק שליט"א אבד"ק באיאן וומס"ב)
▪ בנו הרב יוסף יואל שליט"א

נחום וואהלינער האט געשריבן: 4. יש תצלום מהזמנה לסעודת הבר מצוה שלו באשכול הכללי של סקווירא.

פון דא (קרעדיט: בן בוזי):

בילד
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

טריסקער האט געשריבן:
בהגיעו לפרקו האט רבינו זי"ע געהייראט יבלחט"א הרבנית הצדקנית מרת ברכה תליט"א א טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל דייטש האדמו"ר מבוקארעסט זי"ע נכד להמגיד ממעזריטש, המאור עינים מטשערנאביל, המגיד מזלאטשוב, והמגיד מסטעפין.

היחוס בפרטות יכולין למצוא בספרים שי"ל ע"י מוסדות תולדות אהרן, יושר דברי אמת, בני יששכר ועוד
זיי זענען פון די זעלבע משפחה נכדי רבי שמואל העליר.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:

גאנץ פשוט:

1. רבי שמואל דייטש מבוקארעסט = הרבנית שפרה לאה
2. חתן ר' אברהם יצחק העללער מצפת = מרת חנה יוטא
3. חתן ר' משה (ב"ר אהרן) פעלהענדלער = מרת שפרה לאה
4. חתן רבי יוסף מגראנוב = הרבנית מרים
5. בן רבי חיים משה המגיד מגריידינג
6. בן רבי דוד המגיד מסטעפין
7. חתן רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב

רבי יוסף מגראנוב (4)
8. חתן רבי יעקב יצחק מגראנוב
9. בן רבי מרדכי מקרעמניץ
10. בן רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב

רבי יעקב יצחק מגראנוב (8)
11. חתן רבי שלום שכנא מפראהבישט
12. בן רבי אברהם המלאך מפאסטוב
13. בן רבי דוב בער המגיד ממעזריטש

רבי שלום שכנא מפראהבישט (11)
14. חתן רבי אברהם מקאריסטשוב
15. חתן רבי מנחם נחום מטשערנאביל בעל 'מאור עינים'
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מונח בזכרוני שהם גם נכדי רבי משה דוד מטולשובא, חוץ אם זה רק תו"א ע"י אחד מצאצאי רא"י העליר?
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

נחום וואהלינער האט געשריבן: מונח בזכרוני שהם גם נכדי רבי משה דוד מטולשובא, חוץ אם זה רק תו"א ע"י אחד מצאצאי רא"י העליר?

ס'איז שטותים די יחוס צום טאלטשאווער, מ'האט דאס שוין דורכגעטוהן אין אן אנדערן אשכול, עיין מכאן והלאה ותמצא נחת.
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”