רבי נפתלי צבי הלברשטאם מבאבוב זצ״ל - י״ב אדר ב׳ תשס״ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

מנשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 4:14 pm

Re: רבי נפתלי צבי הלברשטאם מבאבוב זצ״ל - י״ב אדר ב׳ תשס״ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנשה »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 9:36 am
הרה"ק מהרנ"צ באבוב זי"ע איז אנגעקומען שפעט צים קבלת פנים פון זיין עלטסטע אייניקלס חתונה צוליב וואס ער איז געפארן יענע טאג אויף א השתדלות קיין וואשינגטאן מיט יבלחט"א האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א.

(נ.ב. ער האט נישט פארציילט פאר מהר"א איבער דאס אז זיין אייניקל האט חתונה יענע טאג ווען מהר"א האט איהם פארבעטן צו מיטקומעןווייל ער האט חושש געווען אז ער וועט אפשטיפן די נסיעה פאר א שפעטערע געלעגנהייט צוליב דעם.. שפעטער ווען מהר"א האט געפרעגט אויב מ'קען בלייבן אויף ביינאכט האט ער בלית ברירה פארציילט..)
לפי ידיעתי האט דער רב ז"ל דאן גע'שתדל'עט ארויסצונעמען א איד אויף בעיל און אפי' פאר'משכונ'ט זיין אייגן הויז אויף דעם, ער האט געבעטן פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר אז ער זאל מיטקומען מיט אים, האט מהר"א געזאגט אז ער קען קומען אין יענעם טאג, דער רב ז"ל האט צוגעשטימט און אים גארנישט געזאגט וועגן די חתונה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”