הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

1) האט דער כהן גדול נישט געלערנט מס' יומא, אז דאס איז א חלק פון דעם פראצעדור, און 'עכט' איז מען אים נישט חושד.

2) געדענקט ער נישט פון פאראיאר אז מ'האט אים געפרעגט? פארוואס וויינט ער נאכאמאל
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

El Rushbo האט געשריבן: 1) האט דער כהן גדול נישט געלערנט מס' יומא, אז דאס איז א חלק פון דעם פראצעדור, און 'עכט' איז מען אים נישט חושד.

בדרך אפשר: די משנה איז געשריבען געווארן שפעטער און פארציילט וויאזוי עס איז געווען

2) געדענקט ער נישט פון פאראיאר אז מ'האט אים געפרעגט? פארוואס וויינט ער נאכאמאל

יתכן אז עס איז טאקע נאר געווען די ערשטע מאל אין נישט יעדער האט מיטגעהאלטען ממילא האט ער נישט געוויסט פון פריער. או אפשר י"ל אז טאקע דאס האט איהם געשטערט - עטס האטס דאך געזעהן פאריאר אז איך בין ערליך....
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול. 2) די שבועה איז נישט געווען עפעס א פארמאלע שפיל. מען האט אים עכט 'יא' חושד געווען; יוחנן כה"ג איז געווארן א צדוקי נאך 80 יאר.

ב. ער וויינט אויף דעם אז מען האט אים דאס יאר נאכאמאל חושד געווען.

אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ווען מען איז מדייק דארט אין יומא י"ט, זעהט מען אז די חכמים האבן זיך בעיקר געוואלט באווארענען אז דער כה"ג זאל נישט פארטוישן די עבודה און אנרעכטן די קטורת אינדרויסן כשיטת הצדוקים. הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין וכו' וכל כך למה (השבועה הזאת למה. רש"י) שלא יתקן מבחוץ ויכניס כדרך שהצדוקין עושין.

אבער וואס טוט זיך מיט דעם עצם פראבלעם אז דער כה"ג, דער שליח ציבור וואס ברויך ברענגען א כפרה אויף כלל ישראל, איז א פארקרימטע צדוקי? והלועג על דברי חכמים נידון וכו', אויף דעם האט מען נישט געברויכט זארגן?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מונאוויטש:
ברוך שכוונתי לדבריך למפרע...

אויף אייער שאלה מיין איך אז דער ענטפער איז: דאס איז געווען אן עקסטערע חשש לקראת יום הכיפורים ווייל אויב עס ווערט נישט געמאכט כמו שצריך איז עס מעכב די עבודה.

לגבי די פראבלעם פון האבן אזא שליח ציבור: א גאנץ יאר איז עס יא אויסגעהאלטען?! זיכער נישט. נאר יו"כ האט מען עקסטער געטארפט בודק זיין אין ווארענען כמש"כ לעיל.
ארגינעל
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעל »

מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול. 2) די שבועה איז נישט געווען עפעס א פארמאלע שפיל. מען האט אים עכט 'יא' חושד געווען; יוחנן כה"ג איז געווארן א צדוקי נאך 80 יאר.

ב. ער וויינט אויף דעם אז מען האט אים דאס יאר נאכאמאל חושד געווען.

אגב איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז ווען מען איז מדייק דארט אין יומא י"ט, זעהט מען אז די חכמים האבן זיך בעיקר געוואלט באווארענען אז דער כה"ג זאל נישט פארטוישן די עבודה און אנרעכטן די קטורת אינדרויסן כשיטת הצדוקים. הוא פורש ובוכה והן פורשין ובוכין וכו' וכל כך למה (השבועה הזאת למה. רש"י) שלא יתקן מבחוץ ויכניס כדרך שהצדוקין עושין.

אבער וואס טוט זיך מיט דעם עצם פראבלעם אז דער כה"ג, דער שליח ציבור וואס ברויך ברענגען א כפרה אויף כלל ישראל, איז א פארקרימטע צדוקי? והלועג על דברי חכמים נידון וכו', אויף דעם האט מען נישט געברויכט זארגן?


זיי מדייק אין לשון המשנה וועסטו זעען אז מען האט באשוואוירן דעם כהן גדול שלא ישנה 'מכל מה שאמרנו' זאגן טאקע די ראשונים אז דאס באציט זיך איבערן גאנצן עבודת היום אז ער זאל נישט ח"ו משנה זיין
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

12.PDF
(235.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 113 מאל
עיני יצחק מהמגיד מווילקאמיר
וכ"כ השפ"א משום קושיא אחרת
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול.

דאס מאכט די מערסטע סענס, דהיינו, ס'איז נישט געווען א הלכה אז מ'דארף אים באשווערן, נאר די משנה פארציילט א מציאות אז מ'האט יעדע כ"ג פאקטיש חושד געווען. איז שוין נישט געווען קיין בכיה של חינם...
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

דער רמב"ם אויך פארציילט א מציאות, אין זיין ספר הלכה?

משניות און רמב"ם זיינען היסטאריע ספרים? אדער קיבוץ פון אלע הלכות?
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אויך דער רא"ש וואס איז מקבץ אלע הלכות פון גמרא (ניט אגדה אוין מעשיות) ברענגט עס, און שרייבט משביעין אותו.
אז דאס איז דער הלכה אז מען איז משביע דער כהן גדול, ניט א סיפור דברים.
און ווי דער קעפל איז דארטן אין רא"ש "הלכות עבודת יום הכפורים"
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

גערעכט.

נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.

נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?

ווען די דאקטער זאגט דיר אז מען גייט בודק זיין אין דיין בלוט פאר א מחלה וואס נאר הפקר יונגען ווערן אנגעשטעקו, ווייל מען איז בודק דאס ביי יעדעם, כאפט דיר נישט א ציפ?? מיר יא!

כ''ש ווען גרויסע לייט זענען בודק א גרויסע מאן צו ער איז ערליך...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

כפארשטיי נישט די שאלה בכלל, פשוט פשט איז געווען א חשד יעדעס יאר עקסטער צי ער איז נישט געווארן איבערגערדט וכדומה פון די צדוקים צו טאהן וואס זיי ווילן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

אין נתיבות שלום שטייט אויף דעם א מורא'דיגע דערהער.

ערב יום כיפור שטייט יעדער יוד ביי די ברעג פון קומען צו טרערן. מיט א קלייגניקייט, הייבט זיך עס אן צו גיסן.

אז מ'הייבט אן זאגן דעם כה"ג "אפשר ביסטו נישט אזוי אויסגעהאלטן?" האט שוין גארנישט אויסגעפעלט. טייכן טרערן זענען שוין גערינען.

א גוט יאהר פאר די גאנצע 'אידישע וועלט'.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך גלייב אז די גרופע האט איבעראל געזוכט צו מאכן א טומעל אז די חכמים זענען אלס געווען אזוי באזארגט איבער זייערע קרומע שיטות און אז די כהן גדול איז דער וואס טוהט די עבודה האבן זיי זעכער פרובירט אלע אופנים אז זיי זאלן אויספירן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.

נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?

איך האב געברענגט פריער א לינק צו וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט אויף דעם.

דא האסטו נאך אמאל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=454

זע דעם עמוד און עמודים נאך דעם
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע:Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

zugurnish האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן: גערעכט.

נו? פארוואס טאקע זאל דער כ"ג זיך פיהלן געטראפן? ס'איד דאך standard operating procedure?

איך האב געברענגט פריער א לינק צו וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געזאגט אויף דעם.

דא האסטו נאך אמאל
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=454

זע דעם עמוד און עמודים נאך דעם

א דאנק.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

El Rushbo האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן: א. 1) ווען רבינו הק' האט מסדר געווען משניות מס' יומא האט כלל ישראל שוין נישט געהאט א כהן גדול.

דאס מאכט די מערסטע סענס, דהיינו, ס'איז נישט געווען א הלכה אז מ'דארף אים באשווערן, נאר די משנה פארציילט א מציאות אז מ'האט יעדע כ"ג פאקטיש חושד געווען. איז שוין נישט געווען קיין בכיה של חינם...


לא נהירא לי, ווייל רביה״ק האט נאר אראפגעשריבן די משניות וואס חז״ל האבן שוין געלערנט מימות אנשי כנה״ג, כמבואר בפסחים שתי שורות במרתף ודו״ק.

די משניות זענען געווען באקאנט נאך בזמן הבית.
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

דעם יום הקדוש האב איך געזעהן אז רביה"ק זי"ע מסאטמאר בספרו הק' דברי יואל (מוצאי יוה"כ סימן ס"ג ס"ד) שטעלט זיך טאקע אויף די אלע דיוקים.
דער רבי איז אויך מדייק דעם לשון אין סדר אתה כוננת "שמא יש בלבו צד מינות".
אויך שטעלט ער זיך אויף די באקאנטע קשיא אז וויאזוי האט געהאלפן די שבועה, ווייל לשיטת הצדוקים איז דאך א מצוה צו לייגן די קטורת על האש אינדרויסן, און מקען נישט מאכן א שבועה לבטל את המצוה.

תודה"ק אז די חכמים האבן נישט מורא געהאט אז דער כה"ג איז א צדוקי; פאר אזא איינעם העלפט נישט קיין שבועה, אזוי ווי מען זעהט דארט אין די ברייתא אין יומא י"ט אז א געוויסע כה"ג א צדוקי איז געשטארבן ווייל ער האט טראץ די שבועה אויסגעדרייט די עבודה. די עיקר סיבה פון די שבועה איז וויבאלד די קליפה פון די צדוקים איז געווען זייער שטארק, און זיי האבן זאגאר געבויעט זייער שיטה אויפן פסוק כי בענן, האבן די חכמים חושש געווען אויפן ערליכן כה"ג אז שמא יש בלבו צד מינות , ד"ה עס וועט זיך אריינכאפן אין אים א קליינע צד מינות אז אפשר זענען די צדוקים גערעכט מיט דעם פרט, און ער וועט מתקן זיין די קטורת בחוץ.

דער רבי לייגט אויך צו א הפלא'דיגן חידוש, אז יתכן אז מן התורה איז נישט אזוי קלאר אז מען טאר נישט אנרעכטן אינדרויסן, נאר וויבאלד די צדוקים האבן געהאלטן אז מען מוז אזוי טוהן די עבודה האבן די חכמים געזאגט אז מען טאר נישט , להוציא מלבם. ער ברענגט א ראי' פונעם רא"ש וואס זאגט אז מען האט באשוואוירן דעם כה"ג צו לייגן די קטורת על הגחלים לפני ולפנים "להוציא מלבם של צדוקים". (ער שטעלט עס צו צו דאס אז מען האט מטמא געווען דעם כהן השורף את הפרה. וואס כאטשיק א הערב שמש מעג להלכה צורעכטן די פרה אדומה, אבער וויבאלד די צדוקים זאגן אז הערב שמש איז א מעכב, האבן די חכמים געזאגט אז מען זאל מטמא זיין דעם כהן כדי עס זאל נישט זיין הערב שמשו, להוציא מלבם של צדוקים.)

עיי"ש דבריו הק' באריכות.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מונאוויטש האט געשריבן: תודה"ק אז די חכמים האבן נישט מורא געהאט אז דער כה"ג איז א צדוקי; פאר אזא איינעם העלפט נישט קיין שבועה, אזוי ווי מען זעהט דארט אין די ברייתא אין יומא י"ט אז א געוויסע כה"ג א צדוקי איז געשטארבן ווייל ער האט טראץ די שבועה אויסגעדרייט די עבודה.

די חלק שטייט אויך אין דברי יואל? שנעלערהייט האב איך עס נישט געזעהן, און אין תוספתא שטייט אז וועגן די מעשה האט מען מתקן געווען אז מען זאל משביע זיין.

מונאוויטש האט געשריבן: דער רבי לייגט אויך צו א הפלא'דיגן חידוש, אז יתכן אז מן התורה איז נישט אזוי קלאר אז מען טאר נישט אנרעכטן אינדרויסן, נאר וויבאלד די צדוקים האבן געהאלטן אז מען מוז אזוי טוהן די עבודה האבן די חכמים געזאגט אז מען טאר נישט , להוציא מלבם. ער ברענגט א ראי' פונעם רא"ש וואס זאגט אז מען האט באשוואוירן דעם כה"ג צו לייגן די קטורת על הגחלים לפני ולפנים "להוציא מלבם של צדוקים".

בעצם איז דאס א לשון הגמרא, וראה בכלי חמדה שתמה מאוד ע"ז, ולא מצא מי שירגיש בזה, ועיי"ש מה שמפרש ע"פ דרכו, וקצת דמי למהלך רבינו.

לגבי די שאלה פונעם פותח האשכול, זעה אין יפה מראה פון מהר"ש יפה אויף אגדות ירושלמי , שנתקשה בזה, והשבט מוסר מביאו באגדת אליהו , און דער שבט מוסר אליין ענטפערט אזוי ווי מען האט אויבן געברענגט פון עיני יצחק, און ס'קען אפשר זיין אז דאס איז מרומז אין תוספתא, אין תוספתא שטייט 'למה פירש ובוכה, מפני שצריכין להשביעו', דער גר"א איז אבער גורס 'להשביע', קען זיין אז די פשט איז כנ"ל אויף די עצם זאך אז מען דארף משביע זיין.
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

פייערמאן האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן: תודה"ק אז די חכמים האבן נישט מורא געהאט אז דער כה"ג איז א צדוקי; פאר אזא איינעם העלפט נישט קיין שבועה, אזוי ווי מען זעהט דארט אין די ברייתא אין יומא י"ט אז א געוויסע כה"ג א צדוקי איז געשטארבן ווייל ער האט טראץ די שבועה אויסגעדרייט די עבודה.

די חלק שטייט אויך אין דברי יואל? שנעלערהייט האב איך עס נישט געזעהן, און אין תוספתא שטייט אז וועגן די מעשה האט מען מתקן געווען אז מען זאל משביע זיין.

גערעכט, און יש"כ פארן אנמערקן. איך האב געשריבן מפי זכרון, און ווען איך האב נאכגעקוקט האב איך געזעהן אז רבינו ערווענט די מעשה אין איינע פון די קשיות, אבער אויף א צווייטע נקודה.

ער זאגט טאקע אז די ריכטיגע צדוקים האט מען נישט געקענט באשווערן משום דנשבע לבטל את את המצווה לא חל השבועה, כקשיות הפרי חדש. דערפאר איז ער מחדש אז מען האט באשוואוירן אלע כה"ג שמא יש בלבם "צד מינות".
ישיחנה
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 22, 2016 9:46 am

אולי יש לומר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיחנה »

איך האב נישט געעפנט די אלע לינקס, אפשר זאגט איינער וואס איך וויל זאגן.

אולי יש לומר בדרך צחות, דלכאורה קשה "הוא פורש ובוכה", אויב איז ער געווען א צדוקי האט ער דען געוויינט?

נאר קען זיין דאס האט מען געוואלט זען, צו ס'פורש ובוכה, איז ער געווען א ערליכער כהן איז געווען פורש ובוכה, האט מען געוויסט אז מ'קען אים לאזן טוהן די עבודה, אבער טאמער האט ער נ ישט געוויינט האט מען געוויסט אז מ'דארף שטיין ווייט פון אים אין טוהן אלע השתדלות וואס מעגליך אים נישט צו לאזן טוהן די עבודה.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”