די בעקיטשע אינטערן קיטל
מנהגים וסגולות שונות
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
- געדענקסט נאך
- שר חמש מאות
- תגובות: 597
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm
יוה"ק אין בית המדרש האב איך געזען אז אסאך אידן האבן אן די בעקיטשע אינטערן קיטל בשעת זייער א גרויסער עולם טראגט נאר די קיטל אליין אן די בעקיטשע, איך האב מיך שוין לאנג געווינדערט דערויף היות א קיטל איז לכאורה א געהריגער בגד וואס פעלט זיך אויס צום דאווענען, איך געדענק אין ישיבה זענען געווען אסאך בחורים וואס האבן ביים דאווענען אנגעטון דעם רעקל אין נישט געדאווענט מיטן כאלעטל וואס רוב בחורים גייען דורכ'ן טאג ווייל א כאלאט הייסט נישט קיין גהעריגער בגד אין ביים דאווענען ברויך אנטון א געהריגן בגד, אבער דא ביים קיטל פארוואס ברויך מען די בעקיטשע אינטער דעם ? הייסט א קיטל נישט קיין בגד ?
- וויל זיין גוט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8996
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- פריילעך אידל
- שר האלפיים
- תגובות: 2027
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
א קיטל איז לכאורה נישט "אנשטאט" א בעקיטשע, פונקט ווי די אידן וואס גיין א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס, טוען נישט אויס די בעקיטשע פון אונטער דעם...
א בעקיטשע טראגט מען, ווייל דאס איז דער שבת ויו"ט מלבוש, "ובנוסף" טוט מען אן א קיטל צוליב די פילע טעמים וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים, אבער דאס איז נישט דער אפיציעלער "מלבוש לתפילה".

אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכןאדער טוחן= מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3806
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע:צווישן גראז און ביימער
ניס קראכער האט געשריבן: די וואס גייען גייען אלעמאל (וכן אני נוהג )
נישט קיין חילוק אין די וועטער
פארוואס ? ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוען
די ביסט אפשר אויכט פון די אידן וואס ניצן נישט קיין מעיל פאר א רעגן מאנטל?
אפילו ווען ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, ליגט אויף יעדן בראדער איינוואינער א פליכט צו שוייגן.
- געדענקסט נאך
- שר חמש מאות
- תגובות: 597
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm
פריילעך אידל האט געשריבן: א קיטל איז לכאורה נישט "אנשטאט" א בעקיטשע, פונקט ווי די אידן וואס גיין א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס, טוען נישט אויס די בעקיטשע פון אונטער דעם...
א בעקיטשע טראגט מען, ווייל דאס איז דער שבת ויו"ט מלבוש, " ובנוסף" טוט מען אן א קיטל צוליב די פילע טעמים וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים, אבער דאס איז נישט דער אפיציעלער "מלבוש לתפילה".
צו רעשוואולקע איז עס אינו דומה, א רעשוואולקע איז א "אויבער" מלבוש, דהיינו מ'קען נישט אנטון א רעשוואולקע אנעם בעקיטשע, משא"כ א קיטל וואס איז א בגד בפני עצמו
ווי האט איר געזען שטיין אז מ'זאל מוסיףזיין א ווייסען בגד ווייל אידן זענען דומה למלאכים אין יוה"ק ?? איך מיין ס'שטייט מ'זאל אנטון א ווייסן בגד וואס דאס מיינט לכאורה נישט מוסיף זיין
- געדענקסט נאך
- שר חמש מאות
- תגובות: 597
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן: א קיטל איז לכאורה נישט "אנשטאט" א בעקיטשע, פונקט ווי די אידן וואס גיין א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס, טוען נישט אויס די בעקיטשע פון אונטער דעם...
א בעקיטשע טראגט מען, ווייל דאס איז דער שבת ויו"ט מלבוש, "ובנוסף" טוט מען אן א קיטל צוליב די פילע טעמים וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים, אבער דאס איז נישט דער אפיציעלער "מלבוש לתפילה" .
דער טו"ז אין סימן כ"ב ס"ק ג שרייבט
ועוד נראה לי, דגם כן ההולכים מבית הכנסת [ל]בית הכסא לפנות והם מלובשים קיט"ל, צריך שיפשיטו הקיט"ל, כיון שבגד זה מיוחד להתפלל בו, כן נראה לי:
- SPUSMN
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12993
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
- לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת
די היינטיגע קיטלעך זענען פון דינע ליילעכער מאטריאל. איך ווייס נישט ווען עס האט זיך אנגעהויבען.
אין ירושלים (דער ירושלים'ער לבוש) איז א שיינע ווייסע כאלאט פון פיינע סחורה און קיינער גייט נישט א בעקיטשע אויך אינטער דעם. טייל קויפען עס טאקע אין ארץ ישראל און גייען עס דא (בנוסף צו דער ירושלים'ער ווייסע קאפל און ווייסע גארטעל).
אינטער די ליילעכער מאטריאל ליגט עס מער ווי א שמאטע וואס מאכט וועלען גיין אינטער דעם א בעקיטשע; אדער איז קאלט, טוהט מען זיך אן א בעקיטשע אינטער דעם. אבער לאידך גיסא פילען זיך אנדערע מענטשען זייער באקוועם אין נאר א קיטל, ווי צו זיצען א גאנצען טאג, און טייל (די בני עליה) 26 שעה אין א בעקיטשע.

עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
SPUSMN האט געשריבן: די היינטיגע קיטלעך זענען פון דינע ליילעכער מאטריאל. איך ווייס נישט ווען עס האט זיך אנגעהויבען.
אין ירושלים (דער ירושלים'ער לבוש) איז א שיינע ווייסע כאלאט פון פיינע סחורה. טייל קויפען עס טאקע אין ארץ ישראל און גייען עס דא (בנוסף צו דער ירושלים'ער ווייסע קאפל און ווייסע גארטעל).
די אמאליגע קיטלען (בגדי מתים ) זענען געווען פון גאר פשוטע סחורה
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע:אין טעלער.
אלט מאנרא האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן: די וואס גייען גייען אלעמאל (וכן אני נוהג )
נישט קיין חילוק אין די וועטער
פארוואס ? ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוען
די ביסט אפשר אויכט פון די אידן וואס ניצן נישט קיין מעיל פאר א רעגן מאנטל?
מאכסט מיר לאכן, מיין טאטע איז טאקע נישט געגאנגען קיין מעיל גלייך ווען ס'איז ארויסגעקומען, איך ווייס נאכנישט פינקטלעך פון וואס אונזערע טאטעס האבן מורא געהאט.
די ריכטיגע ווארט איז רא קאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך רא פאט.
געהערט אמאל פון א איד אז אין מעשה רב ווערט געברענגט אז דער גר"א איז געגאנגען מיט ציצית פון קאטען, און די מבארים דארטן זוכען מסביר צו זייו פארוואס ער האט נישט מחמיר געווען אויף די שיטות אז מן התורה דארף זיין דוקא צמר ופשתן, זאגט דארט איינער אז דער גר"א איז געגאנגען מיט העמדער פון פשתן, און ער האט מחמיר געווען ווי שיטת רבינו יונתן אין הל' כלאים, אז מען טאר נישט אנטון א בגד פון צמר אויף א בגד פון פשתן -נאר מיט א הפסק אינדערמיט- אויב מען קען נישט אויסטון די אינטערשטע בגד אן אויסטון די אויבערשטע, איז לפי"ז אויב איינער וויל מחמיר זיין צו די שיטות, אויב די קיטל איז געמאכט פון פשתן דארף עפעס מפסיק זיין צווישען די קיטל און די טלית קטן, אדער גיין מיט א קאטענע ציצית.. (בעצם לייגט מען דאך ארויף די טלית גדול אויפן קיטל, אבער דאס קען זיין אז מען קען אויסטון די קיטל אן אויסטון די טלית)
אם יתקע שופר
בעיר ועם לא יחרדו?!
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25

שופר האט געשריבן: געהערט אמאל פון א איד אז אין מעשה רב ווערט געברענגט אז דער גר"א איז געגאנגען מיט ציצית פון קאטען, און די מבארים דארטן זוכען מסביר צו זייו פארוואס ער האט נישט מחמיר געווען אויף די שיטות אז מן התורה דארף זיין דוקא צמר ופשתן, זאגט דארט איינער אז דער גר"א איז געגאנגען מיט העמדער פון פשתן, און ער האט מחמיר געווען ווי שיטת רבינו יונתן אין הל' כלאים, אז מען טאר נישט אנטון א בגד פון צמר אויף א בגד פון פשתן -נאר מיט א הפסק אינדערמיט- אויב מען קען נישט אויסטון די אינטערשטע בגד אן אויסטון די אויבערשטע, איז לפי"ז אויב איינער וויל מחמיר זיין צו די שיטות, אויב די קיטל איז געמאכט פון פשתן דארף עפעס מפסיק זיין צווישען די קיטל און די טלית קטן, אדער גיין מיט א קאטענע ציצית.. (בעצם לייגט מען דאך ארויף די טלית גדול אויפן קיטל, אבער דאס קען זיין אז מען קען אויסטון די קיטל אן אויסטון די טלית)
גוטע הערה!, נישט געטראכט דערפון, שכוח
- הצעיר באלפי
- שר חמש מאות
- תגובות: 709
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am
שופר האט געשריבן: געהערט אמאל פון א איד אז אין מעשה רב ווערט געברענגט אז דער גר"א איז געגאנגען מיט ציצית פון קאטען, און די מבארים דארטן זוכען מסביר צו זייו פארוואס ער האט נישט מחמיר געווען אויף די שיטות אז מן התורה דארף זיין דוקא צמר ופשתן, זאגט דארט איינער אז דער גר"א איז געגאנגען מיט העמדער פון פשתן, און ער האט מחמיר געווען ווי שיטת רבינו יונתן אין הל' כלאים, אז מען טאר נישט אנטון א בגד פון צמר אויף א בגד פון פשתן -נאר מיט א הפסק אינדערמיט- אויב מען קען נישט אויסטון די אינטערשטע בגד אן אויסטון די אויבערשטע, איז לפי"ז אויב איינער וויל מחמיר זיין צו די שיטות, אויב די קיטל איז געמאכט פון פשתן דארף עפעס מפסיק זיין צווישען די קיטל און די טלית קטן, אדער גיין מיט א קאטענע ציצית.. ( בעצם לייגט מען דאך ארויף די טלית גדול אויפן קיטל, אבער דאס קען זיין אז מען קען אויסטון די קיטל אן אויסטון די טלית)
מען קען אויך אויסטוהן די טלית קטן אהן אויסטוען די קיטל !!
ידידי הרב פייערמאן האט מיר אריינגעשיקט צוויי תשובות איבער דעם ענין
פייערמאן האט געשריבן: קעפל: די בעקיטשע אינטערן קיטל
שופר האט געשריבן: געהערט אמאל פון א איד אז אין מעשה רב ווערט געברענגט אז דער גר"א איז געגאנגען מיט ציצית פון קאטען, און די מבארים דארטן זוכען מסביר צו זייו פארוואס ער האט נישט מחמיר געווען אויף די שיטות אז מן התורה דארף זיין דוקא צמר ופשתן, זאגט דארט איינער אז דער גר"א איז געגאנגען מיט העמדער פון פשתן, און ער האט מחמיר געווען ווי שיטת רבינו יונתן אין הל' כלאים, אז מען טאר נישט אנטון א בגד פון צמר אויף א בגד פון פשתן -נאר מיט א הפסק אינדערמיט- אויב מען קען נישט אויסטון די אינטערשטע בגד אן אויסטון די אויבערשטע, איז לפי"ז אויב איינער וויל מחמיר זיין צו די שיטות, אויב די קיטל איז געמאכט פון פשתן דארף עפעס מפסיק זיין צווישען די קיטל און די טלית קטן, אדער גיין מיט א קאטענע ציצית.. (בעצם לייגט מען דאך ארויף די טלית גדול אויפן קיטל, אבער דאס קען זיין אז מען קען אויסטון די קיטל אן אויסטון די טלית)
ראה בשו"ת מנחת יצחק ח"ה סי' ס"ד ו בשו"ת שבט הלוי ח"ט סי' רכ"ו .
אם יתקע שופר
בעיר ועם לא יחרדו?!
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25
באקומט קעש בעק ביים קויפן אנליין, $10 באונעס פארן זיך אויפסיינען ווען איר ספענדט $25
אלט מאנרא האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן: די וואס גייען גייען אלעמאל (וכן אני נוהג )
נישט קיין חילוק אין די וועטער
פארוואס ? ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוען
די ביסט אפשר אויכט פון די אידן וואס ניצן נישט קיין מעיל פאר א רעגן מאנטל?
אין המשל דומה לנמשל
א בעקיטשע אינטער די קיטל איז ער "יא" געגאנגען כאטש אמאל איז אויך געווען אלע סארטן וועטערס סא ער האט א מנהג אויף יא
א מעיל איז ער נישט געגאנגען אבער עס איז נאך נישט געווען דעמאלטס סא עס איז נישט דא א מנהג אין דעם
אגב חוזק מאכן פין איינער וואס פירט זיך ווי זיין טאטע איז נאריש
אלט מאנרא האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן: די וואס גייען גייען אלעמאל (וכן אני נוהג )
נישט קיין חילוק אין די וועטער
פארוואס ? ווייל אזוי האט מיין טאטע געטוען
די ביסט אפשר אויכט פון די אידן וואס ניצן נישט קיין מעיל פאר א רעגן מאנטל?
טון אזוי ״ווייל מיין טאטע האט אזוי געטון״ איז זייער א שטארקע סיבה און בכלל נישט דומה צו א מעיל וואס איז א נייע מציאות ווי פרידען האט שוין ארויסגעברענגט. אבער ללמוד אני צריך צו וויסען די מקור און טעם פארוואס א טייל יודן - און ווי איינער האט דא פריער ערווענט גם רביה״ק מהריט״ב זי״ע - פירען זיך אזוי.
- יאצמעך
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3075
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
- לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל
קיקיון האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן: א קיטל איז לכאורה נישט "אנשטאט" א בעקיטשע, פונקט ווי די אידן וואס גיין א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס, טוען נישט אויס די בעקיטשע פון אונטער דעם...
א בעקיטשע טראגט מען, ווייל דאס איז דער שבת ויו"ט מלבוש, "ובנוסף" טוט מען אן א קיטל צוליב די פילע טעמים וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים, אבער דאס איז נישט דער אפיציעלער "מלבוש לתפילה" .
דער טו"ז אין סימן כ"ב ס"ק ג שרייבט
ועוד נראה לי, דגם כן ההולכים מבית הכנסת [ל]בית הכסא לפנות והם מלובשים קיט"ל, צריך שיפשיטו הקיט"ל, כיון שבגד זה מיוחד להתפלל בו, כן נראה לי:
האסט מיר אויסגעכאפט, מען זעהט אין ביהמ״ד אסאך מענטשן וואס ווייסן נישט פון די הלכה.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
- יאצמעך
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3075
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
- לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל
SPUSMN האט געשריבן: די היינטיגע קיטלעך זענען פון דינע ליילעכער מאטריאל. איך ווייס נישט ווען עס האט זיך אנגעהויבען.
אין ירושלים (דער ירושלים'ער לבוש) איז א שיינע ווייסע כאלאט פון פיינע סחורה און קיינער גייט נישט א בעקיטשע אויך אינטער דעם. טייל קויפען עס טאקע אין ארץ ישראל און גייען עס דא (בנוסף צו דער ירושלים'ער ווייסע קאפל און ווייסע גארטעל).
אינטער די ליילעכער מאטריאל ליגט עס מער ווי א שמאטע וואס מאכט וועלען גיין אינטער דעם א בעקיטשע; אדער איז קאלט, טוהט מען זיך אן א בעקיטשע אינטער דעם. אבער לאידך גיסא פילען זיך אנדערע מענטשען זייער באקוועם אין נאר א קיטל, ווי צו זיצען א גאנצען טאג, און טייל (די בני עליה) 26 שעה אין א בעקיטשע.
ירושלם׳ער גייען מיט ווייסע בעקיטשעס, נישט קיין קיטל. ס׳איז צוויי אנדערע מלבושים, ס׳האט נישט מיט אמאל און היינט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
יאצמעך האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן: א קיטל איז לכאורה נישט "אנשטאט" א בעקיטשע, פונקט ווי די אידן וואס גיין א רעשוואלקע פרייטאג צונאכטס, טוען נישט אויס די בעקיטשע פון אונטער דעם...
א בעקיטשע טראגט מען, ווייל דאס איז דער שבת ויו"ט מלבוש, "ובנוסף" טוט מען אן א קיטל צוליב די פילע טעמים וואס ווערן געברענגט אין ספרים הקדושים, אבער דאס איז נישט דער אפיציעלער "מלבוש לתפילה" .
דער טו"ז אין סימן כ"ב ס"ק ג שרייבט
ועוד נראה לי, דגם כן ההולכים מבית הכנסת [ל]בית הכסא לפנות והם מלובשים קיט"ל, צריך שיפשיטו הקיט"ל, כיון שבגד זה מיוחד להתפלל בו, כן נראה לי:
האסט מיר אויסגעכאפט, מען זעהט אין ביהמ״ד אסאך מענטשן וואס ווייסן נישט פון די הלכה.
קען גאר זיין אז דאס איז אפשר די סיבה פון די וואס האבן יא א בעקיטשע, אז ווען ער גייט ארויס זאל ער זיין באקוועם אויסצוטוען דעם קיטל..
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
יאצמעך האט געשריבן: האסט מיר אויסגעכאפט, מען זעהט אין ביהמ״ד אסאך מענטשן וואס ווייסן נישט פון די הלכה.
קען זיין אז זיי ווייסען פון מטה אפרים
איך באלאנג צו א גרויסע קהילה אין אמעריקע. ביי אונז גייען די חסידי'שע יונגעלייט מיט בעקעשעס אונטער די קיטל. אויב זאל איינער גיין אן א בעקעטשע, איז דאס א סימן אז ער איז שוין פון די בעסערע מענטשן ודי.
דאס יאר האב איך זיך געפינען יום-כיפור אין ארץ-ישראל, אין א חסידי'שע פרומע קהילה. יום-כיפור ביינאכט בין איך געקומען מיטן קיטל אויף די בעקעטשע, אבער צו מיין וואונדער האב איך געזען אז איך בין די איינציגסטער... יעדער, אבער יעדער ממש איז געגאנגען מיטן קיטל אן א בעקעטשע... אפילו די פרומע חניוקישע יונגעלייט האבן נישט געהאט קיין בעקעטשע - דער רבי אליין האט טאקע געטראגן א ירושלימ'ער קיטל, כדלעיל, אבער דער עולם האט קיינער נישט געהאט קיין בעקעטשע, אז איך האב זיך פשוט געשעמט.
יום כיפור אינדערפרי האב איך שוין נישט געטראגן קיין בעקעטשע.