מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5407
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

מעג מען מאכן שבת קודש די פיאות שבת מיט דזשעל?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

אין די משנה אין מסכת שבת (דף צד ב) הנוטל צפרניו זו בזו או בשיניו וכן שערו וכן שפמו וכן זקנו וכן הגודלת וכן הכוחלת וכן הפוקסת רבי אליעזר מחייב וחכמים אוסרין משום שבות:

מיר וועלן זיך באציען אויף די צווייטע חלק פון די משנה אויף די ווערטער "וכן הגודלת וכן הכוחלת וכן הפוקסת" און פון די צווייטע חלק, בעיקר אויף די טייטש פון דאס ווארט "וכן הפוקסת" ווייל דאס בעיקר נוגע פאר אונזער שמועס.

קודם פשט אין די משנה: אז איינער נעמט אראפ נעגל אדער האר פון זיין שנאץ אדער זיין בארד מיט די הענט אדער ציין, אדער א פרוי וואס טוט די מלאכה פון גודלת, כוחלת אדער פוקסת (מיר וועלן באלד מסביר יעדע איינע וואס דאס איז) איז א מחלוקה צוווישן רבי אליעזר און די חכמים אויב מ'איז מחייב מדאורייתא אדער נאר א שבות (א סארט איסור דרבנן). רבי אליעזר האלט עס איז אן איסור דאורייתא און די חכמים האלטן אז עס נאר אז איז נאר א שבות.

פרעגט די גמרא - גודלת כוחלת ופוקסת משום מאי מחייבא? ענפערט די גמרא - אמר רבי אבין א"ר יוסי בר' חנינא גודלת משום אורגת - וועבען, כוחלת משום כותבת - שרייבן, פוקסת משום טווה - שפינען. פרעגט די גמרא וכי דרך אריגה בכך? וכי דרך כתיבה בכך? וכי דרך טויה בכך? ענפערט די גמרא - אלא א"ר אבהו לדידי מפרשא לי מיניה דר' יוסי בר' חנינא אכוחלת משום צובעת - פארבן, בגודלת ופוקסת משום בונה - בויען, פרעגט די גמרא וכי דרך בנין בכך? ענפערט די גמרא - אין, כדדרש רבי שמעון בן מנסיא (בראשית ב, כב) ויבן ה' אלהים את הצלע מלמד שקילעה הקב"ה לחוה והביאה אצל אדם שכן בכרכי הים קורין לקלעיתא בניתא. תניא ר"ש בן אלעזר אומר גודלת כוחלת ופוקסת לעצמה פטורה, לחברתה חייבת וכן היה רבי שמעון בן אלעזר אומר משום רבי אליעזר אשה לא תעביר סרק על פניה מפני שצובעת ע"כ.

עכ"פ זעהן מיר פון די גמרא אז עס איז דא צוויי סיבות פארוואס הגודלת, הכוחלת און פוקסת זאל מען נישט טארן טוען אום שבת. לויט רבי רבי אבין איז גודלת וועגען דעם איסור פון וועבען, כוחלת וועגען דעם איסור פון כתיבה – שרייבן, פוקסת וועגען דעם איסור פון שפינען. לויט רבי אבהו איז כוחלת וועגען דעם איסור פון פארבן, גודלת און פוקסת וועגען דעם איסור פון בויען.

יעצט אז מען ווייסט די צוויי וועגן דארף מען וויסן די טייטש פון די דריי ווערטער. כוחלות - טייטשט פארבן. גודלת - זעהט אויס פון רשיז"ל און אנדערע אז דאס טייטש פלעכטן די האר.

פוקסת - ע"ז אנו דנין, דאס איז שוין א גרויסע שאלה. קודם וועלן מיר אנהויבן מיט רשיז"ל אויפן פלאץ און דערנאך גיין צו אנדערע פלעצער און אויך צו די אנדערע ראשונים.

רשיז"ל ד"ה וכן הפוקסת, יש מרבותי אומרים מתקנת שערה במסרק או בידי' ויש שמפרשין טחה כמין בצק על פניה וכשנוטלו מאדים הבשר. פשטות זעהט אויס ווי דאס ערשטע פשט אין רש"י איז, אז מען קעמט אויס די האר מיט א קאם און מ'האט מורא אז די האר וועלן ארויס געריסן ווערן, (אבער ווי מיר וועלן באלד זעהן האלטן די ראשונים אז נישט דאס איז פשט אין רש"י). די צווייטע פשט אין רש"י איז, אז מ'נעמט א שטיקל טייג מ'לייגט דאס ארויף אויפן פנים און נאך א שטיק צייט נעמט מען דאס אראפ און די פנים באקומט א קרויטן קאליר דערפון.

תוס' שרייבט אין ד"ה פוקסת - מה שפירש בקונטרס פוקסת היינו סורקת ביד או במסרק אין נראה, דבגמרא משמע דהוי כעין טוויה וסריקה אינה כעין טוויה כלל, ועוד דא"כ היה שונה סורקת כדתנן (נזיר דף מב.) נזיר חופף ומפספס אבל לא סורק. תוס' זאגט אז עס קען נישט זיין אזוי-ווי די ערשטע פשט פון רש"י אז עס מיינט קעמן די האר מיט א קאם ווייל די גמרא זאגט (לויט רבי אבין) אז ס'איז אסור וועגן טוויה - שפינען, און שפינען האט גארנישט מיט קעמן די האר מיט א קאם, תוס' פרעגט דארט נאך א קשיא אויף רש"י. תוס' ענפערט נישט און אויך קומט ער נישט אויף מיט אן אייגענעם פשט וואס עס טייטשט די ווארט פוקסות. אין ספר מגיני שלמה שטייט יא עפעס א תירוץ ועיי"ש. באמת איז שווער לויט רש"י אפילו די וואס זאגן (לויט רבי אבהו) אז די איסור איז בונה, בויען אויך האט גארנישט מיט קעמן די האר מיט א קאם?

אין רש"י אליין זעהט מען אנדערע טייטשן אויף דאס ווארט "פוקסת", אין די גמרא אין מסכת מועד קטן (דף ט, ב) אויף די ווארט "ופוקסת" זאגט רש"י מחלקת שערה לכאן ולכאן. ווידעאום אין מסכת כתובות שרייבט רשיז"ל (דף ד, ב) פוקסת - מעברת שרק על פניה.

אין רמב"ם הלכות שבת (פרק כב הלכה כו) ווערט גע'פסק'נט אזוי - אין גודלין את שער הראש ואין פוקסין אותו מפני שנראה כבונה. זאגט אויף דעם די מגיד משנה אז עס מוז זיין אז דער רמב"ם האט געהאלטן ווי דער ערשטער פשט אין רש"י ווייל טאמער נישט איז נישט שייך קיין בונה (ב"י).

אין פירוש המשניות שרייבט דער הייליגער רמב"ם ז"ל: וגודלת היא האשה היודעת לגדל השער פלעכטן די האר ולעשותו עבות - געפלאכטן, ופוקסת היא הנות:ת שער על הצדעים והוא ממין גדילת השער. פשטות מיינט עס אויך א סארט וועג וויאזוי מ'האלט צוזאם די האר (נישט קלאר פונקטליך וויאזוי) וואס איז ענדליך צו פלעכטן ממילא איז עס אויך אסור וועגן מלאכת בונה מדרבנן. דאס שטימט לכאורה מיט די ווערטער פון דעם מגיד משנה וואס דער בית יוסף האט צוגעברעגט, אבער אז מ'קוקט אין רש"י זעהט עס בכלל נישט אויס ווי דער ערשטער פשט אין רש"י וואס זאגט אז פוקסת מיינט מען קעמט אויס די האר מיט א קאם.

רבינו עובדיה מברטנורא זאגט: הפוקסת - מחלקת שער שבאמצע הראש מכאן ומכאן אצל הצדעים. צוטיילט די האר צו צוויי חלקים ארויף אויף די שלייפן זייער ענדליך צו ווערטער פון רשיז"ל אין מו"ק. ממש די ווערטער שרייבט אויך רבי ישעי דטראני (שו"ת באר משה).

דער הייליגער ריב"א איז דער עושה שלום דא אין אונזער סוגיא, ער זאגט פשט אין רש"י דא אין מסכת שבת און דאס ברענגט אלעס מער ווייניגער צו איין מהלך, וז"ל: אין כונת רש"י בזה בסריקה, דזה אסור משום גוזז, ועוד שלא אמרו סורקת במסרק, אלא הוא תקון אחר נעשה במסרק. ואפשר שהוא התקון שעושין הנערות שאחר שראשן היה סרוק יפה ואין בו חשש של השרת נימין, רוחצין המסרק בשמן טרוף במים ומעבירין המסרק על ראשן להדביק השערות זו בזו ולהשכיבן על הראש וזה דומה לבנין עכ"ל.

אין אידיש: עס קען נישט זיין אז רשיז"ל אינעם ערשטן פשט וואס מיינט "פוקסות" אז מען קעמט אויס די האר מיט א קאם און מ'האט מורא אז האר וועלן ארויס געריסן ווערן ווייל דאס איז אן איסור פון מלאכת גזיזה און אויך ווייל רש"י נוצט נישט די לשון סורקת במסרק - קעמט מיט א קעמל, נאר דאס איז נאכדעם וואס די האר איז שוין גוט אויסגעקעמט טונקט מען איין די קעמל אין אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן פלאך און דאס איז ממש דומה צו בנין.

דער מגן אברהם (ס"ק כב) וואס מיר פסק'נען געווענדליך וואו אים, ברעגנט אראפ דעם ריב"ש להלכה. דער ביאור הלכה (סעיף כ"ז) ברעגט אראפ דעם מגן אברהם.

קומט דער דעברעצינער רב אין זיין ספר שו"ת באר משה און ער גייט מיט א טריט ווייטער. ער שרייבט אז דאס וואס דער רש"י שרייבט מסכת מועד קטן (דף ט, ב) אז "ופוקסת" מחלקת שערה לכאן ולכאן מיינט ממש דאס וואס דער ריב"א האט מסביר געווען בדברי רש"י אין מסכת שבת ער האט שיינע ראיות דערויף, אויך שרייבט ער אז דער אור זרוע האט אויך אזוי געלערנט פשט אין רש"י סיי אין מסכת שבת און סיי אין מסכת מו"ק.

השתה דאתית להכי קען מען זאגן אז אז דער רמב"ם אין די פסקים און אזוי אויך אין פירוש המשניות און אזוי רבינו עובדיה מברטנורא זאגן אלע אזויווי דער פשט פונעם ריב"א בדברי רשיז"ל. מיט דעם וועט אויך פארענפערט ווערן די קשיא פון תוס' וסריקה אינה כעין טוויה כלל? דאס איז נאר אז מען לערנט אז עס מיינט קעמן די האר מיט א קאם אבער טאמער מיינט דאס טונקט מען איין די קעמל אין אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן קען דאס יא זיין דומה צו טוויה ווייל כעין זה טוט מען מיט פעדערן ווען מ'שפינט, און אוודאי וועט מען פארשטיין וואס דאס האט מיט בנין. איינציגסטע זאך וואס איז יא געבליבן שווער איז די רש"י אין מסכת כתובות וואס שרייבט: פוקסת - מעברת שרק על פניה, מיר וועלן אי"ה בהמשך הדברים דאס אויך פארענטפערן.

היוצא לנו מכל זה אז: קעמען די האר אויל אויסגעמישט מיט וואסער כדי די האר זאל זיך צוזאמען קלעבן און זיך האלטן איז ממש דומה צו בנין.

אויב אזוי איז "דזשעל" וואס איז איר עיקר ציל איז געמאכט געווארן צו צוזאמען קלעבן די האר/פיאות עס זאל זיך האלטן איז לכאורה נישט מותר צו ניצן אום שבת. אזוי פסק'נט טאקע דער דעברעצינער רב אין זיין ספר שו"ת באר משה (חלק א סי יט) און אסאך היינטיגע פוסקים.
ס'איז אן אומגלויבליכן מעסיזשינג פעיליור פון א פארעלטערער פרעזידענט מיט א רעלאטיוו גוט רעקארד, אבער די ערגסטע פראפאגאנדע דורכפאל אין אמעריקאנער היסטאריע. (קרעדיט שלמה הילדסהיימער)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

WOW - הערליך שיין הרב פאליטיקלי, נישט געוויסט אז מיר האבען דא אזא תלמוד חכם.

נהניתי מאוד מאוד.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

וכן פסק במנחת יצחק ח"א סי' פ'

https://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.a ... 48&hilite=
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

מצוה לפרסם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

מען קען זעהן אין שוהל אויף שבת אז אסאך זענען ליידער נכשל אין דעם ואין פוצה פה וכו'
ולפי המבואר אין די ווערטער פון רוב פוסקים איז עס א הארבע איסור,ווי הרב 'פאליטקלי קארעקט' האט אזוי שיין ערקלערט תשוח"ח לו !!

אבער עז איז דא א צד קולא, באופן וואס מען האט שוין געמאכט די פיאות ערב שבת מיט דזשעל, אין שבת אינדערפריה וויל מען עס אביסעל מסדר זיין, וואס דעמאלטס איז דא א טייל מורי הוראות וואס זענען מתיר אלץ 'מוסיף זיין על הבנין', וואס איז מותר בשבת
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

1. אויסער דאס וואס הגרי"ד הורפנס שרייבט אין ספר נשמת שבת (ח"ד סימן לח) אז hire spray איז נישט בכלל. כיעו"ש.

2. אפילו ביי ג'ל איז דא וואס זאגן אז דער איסור איז נאר אנצושמירן מיט א קעמל, עיין ספר תהילה לדוד (סימן שג ס"ק יג) ובדעת המג"א.

3. דער ריב"ש ווערט דאך נישט געברענגט אין שלחן ערוך, וואס דער "פרי מגדים" אין די הקדמה שרייבט דאך, אז אזא סארט דעה ווערט נישט פאר'רעכענט אפילו פאר קיין ספק ספיקא. כיעו"ש. לכן יש פנים להקל.

נ.ב. און בכלל מעורר צו זיין אויף דעם ברבים איז נישט קלאר צו ס'אויסגעהאלטן מטעם די גמרא ביצה (ל.) אז מוטב שיהיו שוגגים. וצע"ג בדברי הראשונים שם. ואכמ"ל.
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 29, 2017 11:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

מענין לענין באותו ענין היינט זעה מיר רוב בחורים און אינגעלייט מאכן זיך די פיאות תיכף נאך די מקוה שבת.
אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז מהאט נישט צוגערירט די פיאות ביז סאיז שוין נישט געווען טופח על מנת להטפיח.
פשטות איז דאך דא א איסור פון סחיטת שערות בשבת, אויב אזוי וואס האט זיך דא געטוישט? איז דא עפעס שיטות להקל? האט מען ביז יעצט זיך בלויז געפירט אלץ חומרא צו וואס?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

אוהב שלום האט געשריבן: אויסער דאס וואס הגרי"ד הורפנס שרייבט אין ספר נשמת שבת (ח"ד סימן לח) אז hire spray איז נישט בכלל. כיעו"ש.
איז דער ריב"ש ווערט דאך נישט געברענגט אין שלחן ערוך, וואס דער "פרי מגדים" אין די הקדמה שרייבט דאך, אז אזא סארט דעה ווערט נישט פאר'רעכענט אפילו פאר קיין ספק ספיקא. כיעו"ש. לכן יש פנים להקל.


ביטע א קאפי אדער לינק פון הגרי"ד הרפענעס
ייש"כ
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

נודה לך האט געשריבן: מענין לענין באותו ענין היינט זעה מיר רוב בחורים און אינגעלייט מאכן זיך די פיאות תיכף נאך די מקוה שבת.
אמאל איז געווען א נארמאלע זאך אז מהאט נישט צוגערירט די פיאות ביז סאיז שוין נישט געווען טופח על מנת להטפיח.
פשטות איז דאך דא א איסור פון סחיטת שערות בשבת, אויב אזוי וואס האט זיך דא געטוישט? איז דא עפעס שיטות להקל? האט מען ביז יעצט זיך בלויז געפירט אלץ חומרא צו וואס?

דער בן איש חי פרשת ויחי (אות ט) זאגט אז ס'נישטא קיין איסור סחיטה מיט א האנטיך ביי שערות. עי"ש. און אזוי שרייבט אויך דער אשל אברהם מבוטשאטש (סימן רמ וסימן שכ).
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום זונטאג אקטאבער 29, 2017 11:13 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אויב אזוי פארוואס אין די פריערדיגע יארן האט מען אזוי מקפיד געווען?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1647
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

הרב אוהב שלום
שוין אפאר מאל אין מיין לעבן געפרעגט עטליכע דיינים קיינער האט זיך נאך נישט פארלאזט אויף דעם היתר וואס די האסט געטראפן אלע האבן קלאר געזאגט אז מ'רירט נישט צי די פיאות ביז ס'איז שוין נישט טופח על מנת להטפיח
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

כא כא כא האט געשריבן: הרב אוהב שלום
שוין אפאר מאל אין מיין לעבן געפרעגט עטליכע דיינים קיינער האט זיך נאך נישט פארלאזט אויף דעם היתר וואס די האסט געטראפן אלע האבן קלאר געזאגט אז מ'רירט נישט צי די פיאות ביז ס'איז שוין נישט טופח על מנת להטפיח

וויל דעי חברה פסק'נען פון אוצר הלכות. ותו לא מידי.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

ס'נישט בגדר "מציאות" דעי התירים ס'דא אויך א ביאור הלכה וואס שרייבט קלאר אין (סימן שב) ד"ה אסור: "אז האר וואס איז נאך אויפן מענטש איז לכולי עלמא נישט שייך קיין סחיטה".
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א מין זלזול נגד ת"ח? כ'בין מוחה בכל התוקף!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אוהב שלום האט געשריבן: כ'האב געטראפן...
און וואסע מיט דעם וואס דער ביאור הלכה שרייבט קלאר אין (סימן שב) ד"ה אסור: "אז האר וואס איז נאך אויפן מענטש איז לכולי עלמא נישט שייך קיין סחיטה".
דאס איז אויכעט א עפעס א געטראפענע היתר?!

מהיכי תיתי אז הענגעדיגע פיאות הייסט 'אויפן מענטש'? אפשר רעדט ער פון האר אויפן גוף וואס איז ממש אויפן מענטש.

דיסקלעימער: כ'האב נאכנישט דורכגעליינט דעם אשכול, נאר די לעצטע פאר תגובות.

און אוועקמאכן אלע דיינים בעת דו ביסט גאר דער ת''ח.. שמעקט נישט גוט.

למעלה האקט
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

ווישוואש האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן: כ'האב געטראפן...
און וואסע מיט דעם וואס דער ביאור הלכה שרייבט קלאר אין (סימן שב) ד"ה אסור: "אז האר וואס איז נאך אויפן מענטש איז לכולי עלמא נישט שייך קיין סחיטה".
דאס איז אויכעט א עפעס א געטראפענע היתר?!

מהיכי תיתי אז הענגעדיגע פיאות הייסט 'אויפן מענטש'? אפשר רעדט ער פון האר אויפן גוף וואס איז ממש אויפן מענטש.

דיסקלעימער: כ'האב נאכנישט דורכגעליינט דעם אשכול, נאר די לעצטע פאר תגובות.

און אוועקמאכן אלע דיינים בעת דו ביסט גאר דער ת''ח.. שמעקט נישט גוט.

למעלה האקט

וואס הייסט האקט?
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איר זאלט מיר מוחל זיין לפי זכרוני רעדט דער ביה"ל דאין איסור מה"ת, אבל איסור מדרבנן לנגבם משום סחיטה יש, כמו שהביא המשנ"ב בסי' ש"כ בשם הרמב"ם [כמדומה], וראה עוד בסי' ש"ל במג"א תחילת הסי' לא זוכר הס"ק.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

ווישוואש האט געשריבן:
אוהב שלום האט געשריבן: כ'האב געטראפן...
און וואסע מיט דעם וואס דער ביאור הלכה שרייבט קלאר אין (סימן שב) ד"ה אסור: "אז האר וואס איז נאך אויפן מענטש איז לכולי עלמא נישט שייך קיין סחיטה".
דאס איז אויכעט א עפעס א געטראפענע היתר?!

מהיכי תיתי אז הענגעדיגע פיאות הייסט 'אויפן מענטש'? אפשר רעדט ער פון האר אויפן גוף וואס איז ממש אויפן מענטש.

דיסקלעימער: כ'האב נאכנישט דורכגעליינט דעם אשכול, נאר די לעצטע פאר תגובות.

און אוועקמאכן אלע דיינים בעת דו ביסט גאר דער ת''ח.. שמעקט נישט גוט.

למעלה האקט
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

ביטע טייל אונז נישט קיין קולות. ס'איז אונז גוט די תורה וואס אונזער טאטעס האבן געהאלטן.
וגם אני מצטרף לדברי ידידי למעלה למחות נגד הזלזול ת"ח.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

למעלה משבעים האט געשריבן: איר זאלט מיר מוחל זיין לפי זכרוני רעדט דער ביה"ל דאין איסור מה"ת, אבל איסור מדרבנן לנגבם משום סחיטה יש, כמו שהביא המשנ"ב בסי' ש"כ בשם הרמב"ם [כמדומה], וראה עוד בסי' ש"ל במג"א תחילת הסי' לא זוכר הס"ק.

געדענקסט נישט גוט.
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:54 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

געדענק איך מיין דיין האט געפסקעט אז מען מען וויל שנעל מאכען די פיאות זאל מען נאך די מקוה אריינלייגען די פינגערס אין די פיאות און עס קעמן אויף די פארקערטע וועג, ער האט געזאגט אז עס הייסט נישט קיין סחיטה.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וואס זאל איך טון אז כ'האב מער טראסט אין מיין זכרון ווי אין א זאך וואס איר שרייבט בוודאות...? כ'האב דיר דאך געגעבן מראי מקומות קלאר פארקערט, ווילסט כ'זאל עס אויפקוקן, נו נו, כ'האב זיך געוואלט שפארן צייט האלטענדיג אז די וועסט וויסן פון וואס כ'רעד.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

משנה ברורה סימן ש"כ סקנ"ה: הסוחט שער או עור פטור אבל אסור [רמב"ם] ולכן הטובל בשבת יזהר שלא יסחוט שערו לנגבם:

מגן אברהם סימן של סק"ג: ואם צריכה לשמן לא תשים שמן בשער' ותבא אצלה ותסחט אותה אלא תביא בכלי תלוי בשער' דמוטב לעשות הוצא' ע"י שינוי מבלי איסור אחר מלהוסיף איסור סחיטה (ב"י) ועססי' ש"כ:

וראה שם הביאור במחצית השקל: דאם מביאה בכלי תלוי בשערה אין בזה תוספת הוצאה, דהיינו הכלי, דהא הכלי בטל לגבי שמן, וכדאיתא בשבת דף צ"ג ע"ב במשנה, ועיין מה שכתב מ"א סימן ש"ח ס"ק ע"א, וכשתביא בשערה יש איסור מוסיף, הסחיטה מה שצריכה אח"כ לסחוט השמן מן השער, אף על גב דקיימא לן [רמב"ם שבת ט, יא] אין סחיטה בשער, מכל מקום אסורא דרבנן איכא, כמו שכתב הרב ב"י:

קלאר אז אפי' ס'איז נאך אויפן מענטש איז דא אן איסור סחיטה. שטימט?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12750
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די אמת איז כ'ווייס נישט פארוואס די מג"א איז מיר ארויף אין קאפ, באמת שטייט עס שוין פריער, אין סימן שכ"ו. בכל אופן, כ'האב יעצט נאכגעקוקט דעם ביה"ל, ער זאגט דאס בכלל נישט אלץ דבר ברור.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

דיין זכרון איז בעסער פון מיין זעהן

קענסט נישט מודה זיין אז האסט געמאכט א טעות?!


מה שציינת ממשנה ברורה לקמן (סימן שכ ס"ק נה):
ולכן הטובל בשבת יזהר שלא יסחוט שערו לנגבם

ריכטיג; "למעשה" קריגט ער זיך נישט אויף די אחרונים, ובראשם רבינו יהודה החסיד בספר חסידים (סימן תתכז). ומהאי טעמא האב איך אים נישט מציין געוועהן מתחילה בין המתירים (הבן איש חי והאשל אברהם) לעיל.
לעצט פארראכטן דורך אוהב שלום אום מאנטאג אקטאבער 30, 2017 12:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

למעלה משבעים האט געשריבן: די אמת איז כ'ווייס נישט פארוואס די מג"א איז מיר ארויף אין קאפ, באמת שטייט עס שוין פריער, אין סימן שכ"ו. בכל אופן, כ'האב יעצט נאכגעקוקט דעם ביה"ל, ער זאגט דאס בכלל נישט אלץ דבר ברור.
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכות שבת”