אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

בס"ד



קאפיטל 1

בערלין 1945 למס'

רואיגע קלאסישע מוזיק שפילט אין דעם לייכט באלאכטענעם זאל, די טישן זענען פול מיט לייכטע צובייס און טייערע שמעקעדיגע פליישן, די סארווער דרייען זיך ארום אויסגעצירט מיט די שענסטע אנצוגן און זענען מכבד די אנוועזנדע מיט גלעזלעך אנגעפילט פון די שווערע פעסער פון אלקאהאלישע געטראנקען, צענדליגע מענטשן גייען ארום מיט פילע גלעזער פון טייערע משקה און ווינטשן זיך מיט גרויס ליבשאפט, מען נעמט זיך ארום און מען קושט זיך מיט טרערן אין די אויגן.
א שטילקייט נעמט איבער די פארזאמלטע ווען דער טויער עפנט זיך אויף ברייט און דער גענעראל זיכערמאן קומט אריין מיט שטאטע טריט, דער גאנצער עולם סאלוטירט און מען זעצט זיך צוריק, די מוזיק הייבט אן שפילן א טרויעריגע מעלאדיע וועלכע וועקט אויף בענקעניש ביי יעדן אין הארץ.
"טאטע" פרעגט בראנאו דער אכט יעריגער זון פונעם גענעראל "וואס איז דער באדייט פון די היינט נאכטיגע פייערונג?" – "איי קינד מיינס" ענטפערט דער פאטער מיט התרגשות "היינט נאכט מאכן מיר מיינע פריינט און קאלעגעס א געזעגענונגס פייערונג צוליב דעם וואס מיר ציען זיך ארויס פון בערלין, מיר גייען ארויף צו די שיינע בערג צווישן די וועלדער און די פעלדער, דארט גייען מיר וואוינען, ליבער בראנאו".
"אבער טאטע" איז בראנאו ממשיך צו פרעגן "דאס מיינט אז איך וועל מוזן אפלאזן אלע מיינע פריינט פון די שולע? דאס הייסט אז מיר וועלן זיך נישט קענען מער שפילן אונזערע באליבטע שפילערייען?" – "יא בראנאו, אבער נישט אויף א לאנגע צייט, דאס הייסט ביז די מלחמה וועט זיך ענדיגן".
די מאמע פון גענעראל זיכערמאן איז צוגעקומען און דער שמועס האט זיך אפגעשטעלט, זי האט אנגעהויבן ווינטשן איר זון מיט אלע בענטשונגען וואס זענען שייך ארויפצוקומען אויפן צונג ביז ער האט איר געזאגט "מאמע גענוג, איך מוז יעצט גיין געבן מיין רעדע, איך בלייב דיין זון דארפסט נישט וויינען…" ער איז צוגעגאנגען צום מיקראפאן און אנגעהויבן זיין געזעגענונגס רעדע.
"מיינע ליבע פריינט! מיר שטייען יעצט אין א צייט פון שלאכט, די ארמיי שלאגט זיך אויף אלע פראנטן און גיבט נישט אויף אויף קיין שום ווילן פון אונזער לאנד און פון אונזער אלמעכטיגער פירער! עס איז נאר געבליבן פאר מיר אלס גענעראל אייך צו שטארקן און אייך צו געבן מוט און קוראזש ווייטער אנצוגיין מיט אייער ארבעט, מיין פליכט איז יעצט זיך צו דערנענטערן צו די קאנצעטראציע לאגערן וואו מיר האלטן אויף די וועלכע שטערן פאר די וועלט און זיי צו שיקן וואו זיי געהערן צו זיין, האלט אייך שטארק און ווערט נישט געפאלן ווייל די דריטע רייך איז אויפן וועג איינצונעמען די וועלט!".

הילכיגע קלאטשערייען האבן אויסגעפלאצט אין זאל, אלע באטייליגטע אין זאל האבן זיך אויפגעשטעלט און געגאנגען ווינטשן נאכאמאל פאר דעם גענעראל הצלחה אין זיין נייעם אמט.
אויפצומארגנס האט א דייטשע מיליטערישע דזשיפ אפגעווארט די זיכערמאן פאמיליע, דער גענעראל רומאן און זיין פרוי אטיא מיט די צוויי קינדער - די צוועלף יעריגע גריס און דער אכט יעריגער בראנאו, זיי זענען ארויסגעפארן צום צענטראלן באן סטאנציע און מיט פיר גלאטע בילעטן זיך באקוועם געמאכט אין די ערשטע קלאס.
בראנאו האט אומאויפהערליך געוויינט און פארפירט זעענדיג די בערלינע בנינים וועלכע ווערן ווייטער און ווייטער, אויך גריס האט עס נישט גענומען אזוי גרינג, זי איז געווען פארנומען איבעררעדן איר מאמע וועלכע האט לייכט געדרימלט אז עס וואלט געווען אסאך בעסער ווען זיי וואלטן נישט געפארן צו די בערג וואוינען, "מאמע, איך קען נישט אזוי איבערלאזן מיינע לערנונגען, איך בין דאך פון די בעסטע שילערינ'ס איז פארוואס מוזן מיר פארן? ווייל טאטע איז א גענעראל?"
אטיא האט זיך לייכט געשאקלט און געגלעט איר טאכטער "פאר מיר איז עס אויך נישט גרינג גלייב מיר, טאטע איז א גרויסער גענעראל און א געלונגענער מאן, איך וועל אין קיין פאל נישט שטערן אז ער זאל נישט קענען טון זיינע פליכטן פארשטייסט גריס?" האט זי זיך אויפגערוקט נענטער צו איר טאכטער מיט ליבשאפט "איך קען נישט שטערן אפילו ווען איך וואלט ווען געוואלט, אבער זארג זיך נישט, מיר גייען באקומען א שיינע הויז ארומגענומען מיט הערליכע פעלדער און יעדער פון אונז וועט קריגן א פריוואטע העלפערין, דאס לעבן וועט באמת ווערן גרינגער און קען זיין אז דו וועסט אפילו נישט ווילן אוועקגיין פון דארטן!" האט זי פייערליך אויסגעפירט, גריס האט געמאכט א גרימאס אויפן געזיכט פון צוטרוי און זי האט זיך אויסגעשטרעקט שלאפן אויף א ליידיגן באנק.
נאך עטליכע שעה'ן פון פארן אן
אויפהער האט זיך דער באן אפגעשטעלט, עטליכע סאלדאטן זענען ארויפגעקומען אויפן באן "הער זיכערמאן" האט זיך איינער מיט א שנאלץ אנגערופן "ביטע ווייזט מיר וואו אייערע פעקלעך זענען, מיר זענען געשיקט געווארן פון די הויפטקוואטיר אין בערלין אייך אפצופירן צו אייער נייער היים".
דער גענעראל האט זיך אויפגעשטעלט און געוויזן מיט די פינגער אויף זייערע רענצלעך, אטיא האט זיך באדאנקט און אפגעשטייגט אינאיינעם מיט די קינדער פון באן.
מיט א דזשיפ וועלכע האט זיי אפגעווארט אין סטאנציע זענען זיי געפארן א וועג פון עטליכע שעה צו זייער נייע היים, עס איז געווען א גרויסער פעסטונג ארומגענומען מיט עטליכע צוימען, הערליכע ביימער זענען געוואקסן ארום און ארום און צוויי שומרים האבן זיי אפגעווארט אינדרויסן זיי אריינצוטראגן אינעם נייעם הויז.
אטיא האט געשיקט די קינדער קלויבן שלאף צימערן און זי האט דערווייל מסדר געווען די קיך, רומאן האט זיך אריינגעזעצט מיט צוויי פון זיינע אונטערטאנען אין זיין אפיס און געבעטן די העלפערין זאל אים ברענגען א קאווע.

ער האט זיך אראפגעזעצט אויף זיין בענקל און זיך געוואנדן צו די צוויי לייט מיט א שטרענגע אבער פריינטליכע שטימע "איז אזוי מיינע פריינט, איך בין דא אנגעקומען היינט אויף אויסצופירן דעם וואונטש פונעם פירער זאל לעבן, אבער מיינע קינדער טארן נישט וויסן אז דא נישט ווייט געפינט זיך דער קאנצעטראציע קעמפ, דער עיקר דארפט איר אבאכט געבן אז מיין ווייב זאל בשום אופן נישט וויסן וואס עס גייט פאר דארט אין דעם קעמפ, ספעציעל נישט, און איך זאג איבער אז זי טאר ספעציעל נישט וויסן וואס עס קומט פאר אין די רויטע טורעמעס ווי פארשטענדליך" די צוויי האבן געשאקלט מיט די קעפ ווי צו קלאר מאכן אז זיי האבן פארשטאנען דעם ענין.
ער האט אויסגעטרינקען די לעצטע שוין קאלטע טראפנס פון די קאווע וואס די העלפערין האט געברענגט און זיך פארקעמט די האר מיט די הענט, דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט פון זיין בענקל און אויסגעשטרעקט זיין האנט צו די צוויי ווי צו שליסן דעם זיצונג, ער האט זיך געזעגנט פון זיי מיט א פראסטיגע דייטשע מינע אויפן פנים, ער איז זיך געגאנגען לייגן שלאפן גרייטנדיג זיך אויפן מארגנדיגן טאג וועלכע וועט זיין פיל מיט ארבעט.
אינדערפרי האט זיך די צוועלף יעריגע גריס אויפגעוועקט, זי האט געקלאפט איר ברודער'ל בראנאו אויף די אקסלען און געזאגט ציניש און אביסל פארזויערט "איך מיין אז היינט וועלן מיר קענען שפילן אן אויפהער… טאטע איז פארנומען מיט זיינע מיליטערישע זאכן און מאמע איז דא אן קיין פלאן, עס וועט זיין זייער געשמאק… לאמיר אויפשטיין און זען וואס עס טוט זיך דא ארום, עס זעט אויס ווי גאר א געשמאקער ארט דא"- "אויף א וואך וואקאציע" האט בראנאו צוגעלייגט מיט א טרויעריגן שמייכל.
זיי זענען אריין אין קאך און געטראפן די מאמע זיצן און ליינען א צייטונג, די קעכערין האט זיי אויפגענומען מיט א שמייכל און זיך אנגעטראגן זיי צו געבן עפעס עסן אבער זיי האבן עס אפגעזאגט גלייך, גריס איז ארויס פון קאך און בראנאו איז געגאנגען נאך איר אבער ער האט זיך אפגעשטעלט נאך א רגע, "גריס גריס גיב א קוק!" האט ער געזאגט איבעראשט "ווער איז דער מאדנער מענטש אן די האר מיט די צוקנייטשטע געזיכט וואס שיילט די קארטאפל דארט ביים ווינקל?" גריס האט נישט רעאגירט נאר געקוקט, דאן האט זי א שאקל געטאן מיט די הענט און געגאנגען ווייטער.

בראנאו האט זיך אפגעשטעלט דארטן, ער האט געפרעגט די מאמע ווער דאס איז און זי האט אים געזאגט אז עס איז נישט וויכטיג צו פרעגן "עס איז נאך איינער פון די פילע מענטשן וועלכע העלפן ארויס טאטע'ן" האט זי געזאגט שנעל, בראנאו האט עס נישט אפגעקויפט.
ווען דער יעניגער האט זיך אפגעשטעלט האט בראנאו באמערקט ווי אונטער פון זיינע אפגעטראגענע הויזן שטעקט זיך ארויס א הויזן פון א פיזשאמע, ער האט גלייך געוויזן פאר זיין מאמע אטיא אבער אנדערש ווי ער האט ערווארטעט האט זי אים שטרענג געזאגט "הער אויף! קוק נישט אזויפיל אויף דעם מענטש, גיי באשעפטיג זיך מיט וויכטיגערע זאכן, מיר האבן מיטגעברענגט אלע דיינע שפילערייען עס ליגט פארפאקט אויבן אין שפיל צימער, גיי טרעף זיך וואס צו טון" בראנאו האט זיך געשפירט אפגעפאטשט.
ער האט געפאלגט און איז געגאנגען, אביסל שפעטער האט בראנאו געוואלט עפעס וואס צו טון, זיין טאטע רומאן איז פונקט געווען אין קאך, ער האט אים געזאגט "טאטע, איך וויל עפעס א אלטע רעדל ווייל איך וויל מאכן א הוידע אינדרויסן אויפן בוים" – "בראנאו" האט רומאן געזאגט קאלט אבער ליבליך "מיר זענען פון די ריינע ראסע, מיר באשעפטיגן זיך נישט מיט די אלע שמוציגע ארבעט און מיר שלעפן נישט קיין רעדער פאר קיין הוידע'ס, נעם זיך דאס גוט אריין אין די ביינער! דו ביסט א ריינער דייטש און דו וועסט זיך נישט אראפלאזן פון דיין סטאנדארט פאר קיין שום סיבה נישט אין די וועלט!" – "אבער טאטע, איך וויל האבן א הוידע" רומאן האט א בלאז געטאן פון נערוועזקייט און געזאגט "שוין, אז דו ווילסט דוקא…
מממ… דו!" האט ער שטרענג אויסגעשריגן צו דער מיט די פיזשאמע הויזן וואס האט געשיילט קארטאפל ביים ווינקל, יענער האט זיך אויסגעדרייט מיט א אונטערגעגעבענע מינע אויפן פנים, "קום אהער, יעצט!" האט רומאן געשריגן, יענער האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן קומען מיט שטאטע טריט, "שנעלער!" האט רומאן געשריגן, יענער האט זיך צוגעיאגט, "גיי אין קעלער און ברענג ארויף א רעדל, מיין זון וויל א הוידע, שטעל אים דאס אויף" יענער איז געלאפן, רומאן האט אים נאכגעשריגן "נאכדעם זאלסטו זיך גוט וואשן די הענט און צוריקגיין צו דיין קארטאפל פאזיציע! איך וויל דיר דא זען צוריק אין א פערטל שעה!".

יענער האט געבויעט דעם סווינג גאר שנעל און פאכמאניש, בראנאו האט זיך צוגעקוקט ווי יענער ארבעט אן אויפהער און ער האט אנגעהויבן רחמנות האבן אויף דעם אומבאקאנטן מאן "א דאנק" האט ער אים געזאגט ווען ער האט געפארטיגט.

ווען עס איז אריבער עטליכע וואכן און די קינדער האבן געפלאצט פאר ליידיג גיין האט רומאן אריבערגעברענגט פון בערלין א לערער וועלכע זאל פארברענגען מיט זיי און זי אויך בילדען און זיי אויסלערנען אינטערסאנטע ידיעות, די ערשטע טאג האט שוין בראנאו געפרעגט פון דעם לערער וועלכער האט געהייסן שערלינג "זאג מיר ביטע, ווער זענען די מענטשן מיט די פיזשאמע הויזן וועלכע טוען דא אלע שמוציגע ארבעט? וויאזוי הייסן זיי און צוליב וועלכע סיבה גייען זיי מיט די פיזשאמע הויזן?" שערלינג האט טיף אריינגעאטעמט און רעאגירט "זיי זענען… זיי זענען א סכנה'דיגע טייל פון די באשאפונג, זיי זענען לויט מיין מיינונג אפילו נישט קיין מענטשן נאר שדים וועלכע זעען אויס מענטשליך, דער פירער האט געהייסן זיי אויסראטן, זיי הייסן… זיי הייסן אידן!" האט ער אויסגעפירט.

בראנאו'ס אויגן זענען רינדעכיג געווארן פון שרעק, "דו ווילסט מיר איינרעדן אז מיין טאטע האט דא געברענגט שדים צו ארבעטן?"
שערלינג האט זיך אומבאקוועם געשאקלט אויף זיין בענקל, "יא, עס איז בעסער צו נוצן אט די מאדנע קראנקע באשעפענישן ווי געהעריגע מענטשן וועלכע קענען נאך עפעס אויפטון פארשטייסט?" בראנאו האט געשאקלט מיטן קאפ כאטש וואס ער האט בכלל נישט פארשטאנען.
אזוי איז אריבער עטליכע מאנאטן, יעדע שטיק צייט איז געקומען א צווייטע באזוכער גרינגער צו מאכן פאר אטיא'ן דאס זיין אפוועזנד אזוי לאנג, דער גענעראל'ס מאמע האט פארשפראכן צו קומען צוויי מאל א חודש ארויסצוהעלפן מיט די חינוך פון די קינדער.

בראנאו האט זיך אויפגעוועקט איין אינדערפרי און איז שאקירט געווארן ווען ער האט געהערט א הויכע געשריי פון אינדרויסן, ער האט אויך געשמעקט א גרויליגן גערוך אריינקומען פון די אפענע פענסטער, ער איז צוגעלאפן צום פענסטער און ארויסגעקוקט נישט גלייבנדיג וואס ער זעט.
ווייט אראפ נאך דעם וועלדל האט ער געזען א גרויסער שטח ארומגענומען מיט דראטענע צוימען, אין דעם שטח האבן זיך געדרייט שנעל פילע מענטשן אלע זענען געווען אנגעטון מיט די פיזשאמע'ס, זיי האבן געשלעפט גרויסע שטיקער צעמענט, ווען ער האט גוט געקוקט האט ער אפילו דערקענט עטליכע וועלכע האבן געארבעט צומאל ביי אים אינדערהיים, דארט אין דעם גרויסן לאגער זענען זיי אבער געגאנגען בלויז מיט די מאדנע פיזשאמע'ס און נישט מיט ציווילע קליידער דערויף, אלע זענען געווען אפגעגאלט פון קאפ ביז פיס, עס זענען דארט געווען פיל מיט גרויסע שטאלן וואו די מאדנע מענטשן האבן געהאלטן אין איין ארויסגיין און אריינגיין, ער האט געזען סאלדאטן פון זיין פאטער זיך ארומדרייען דארט מיט גרויסע בייטשן און טיילן שלעק רעכטס און לינקס, ביים עק פון דעם שטח האט ער געזען צוויי טורעמעס פון רויטע ציגל, אויפן דאך פון איינע פון די בנינים איז געווען א גרויסער פארשווארצטער קוימען פון וואו עס האט ארויסגעשטראמט א געדעכטער רויעך וועלכע האט פאראורזאכט אן אומאויסהאלטבארער גערוך וועלכע האט זיך דערטראגן אינעם גאנצן ארום.
ער איז געווען טאטאל שאקירט און געוואלט פרעגן, אבער ווען ער האט זיך אויסגעדרייט פון פענסטער און געטראפן זיין טאטן שטיין דארטן האט ער שוין בעסער געוואלט שווייגן "זאג קינד" האט רומאן געזאגט שטרענג "עס איז דיר געווען צו באקוועם אין דעם צימער?" – "ניין טאטע, עס האט פשוט געשטינקען און איך האב פארמאכט דעם פענסטער" האט ער ליגנט געזאגט, "הייסט עס אז פארמאכן דיין פענסטער נעמט פופצן מינוט? איך וועל מוזן זען אז עס זאל פארראכטן ווערן…"
ער איז ארויס פון צימער איבערלאזנדיג בראנאו אן אפגעפאטשטער, אבער ביינאכט ווען בראנאו איז אריין אין צימער איז ער בכלל נישט איבעראשט געווארן צו טרעפן זיין פענסטער פארקנאקט מיט עטליכע גראבע שלעסער…

דעם נעקסטן נאכמיטאג ווען ער איז געזיצן און זיך געוויגט אויף זיין הוידע אין חצר פונעם הויז האט ער ווידעראמאל געזען פון איבער די ביימער דעם נעכטיגן רויעך מיט די זעלבע גרוילהאפטיגן שטינק וואס זי האט ארויסגעגעבן, ער האט זיך אויף א רגע פארקלאצט אויף דעם רויעך און נישט אינאכט גענומען אז די שטריק וועלכע איז געווען באהאפטן צום הוידע האט זיך אפגעריסן.

ער האט אראפגעטראסקעט פונעם הוידע און געלאנדעט אויפן ערד מיט א זעץ, דער מאן וועלכער האט געבויעט דעם הוידע איז פונקט אריבער מיט א זאק מיסט, ער האט אראפגעווארפן די זאק און איז צוגעלאפן צו בראנאו, ער האט אים געכאפט און אריינגעטראגן אין הויז, אטיא איז פונקט נישט געווען אין שטוב, ער האט אים אראפגעזעצט אויפן טיש און גענומען פאכמאנישט פארבאנדאזשירן דעם וואונד, בראנאו איז געזיצן און געוויינט.
ער האט געפרעגט דעם מענטש "דו האלטסט אז עס קען זיין א סכנה?" יענער האט אים געענטפערט מיט א הייזעריגן שטימע נישט קוקנדיג אויף אים "נע, עס וועט זיך פארהיילן גרינג, האב נישט מורא" אבער דער פארפיעטשטער בראנאו האט אים נאכאמאל געפרעגט "ביסט זיכער אז איך מוז נישט פארן זען א דאקטאר?" יענער האט אים ווידעראמאל בארואיגט אז עס וועט זיך גרינג און שנעל פארהיילן, בראנאו האט אים געזאגט "וויאזוי ווייסטו? דו ביסט נישט א דאקטאר" יענער האט אויפגעהערט ארבעטן אויף א רגע, ער האט אויפגעהויבן צוויי פארלאשענע אויגן און געזאגט שטיל און טרויעריג "איך בין אפשר נישט היינט קיין דאקטאר אבער… אין בערלין פאר די מלחמה… פאר די מלחמה האט מען מיר גערופן דר. קליינשטיין… איך בין-" ער האט אויפגעהערט רעדן ווען אטיא האט אריינשפאצירט אין צימער און געקוקט מיט פארדעכטיגנדע בליקן, זי האט שנעל און טרוקן געפרעגט "וואס איז געשען?" בראנאו האט איר דערציילט און זי האט זיך ארומגעדרייט צו דר. קליינשטיין און געשוויגן, ער האט איר אנגעקוקט אינגאנצן דערשראקן, נאך עטליכע סעקונדן האט זי געזאגט שטיל "א דאנק" און א כאפ געטאן בראנאו און ארויסגעלאפן פון צימער.
דעם נעקסטן טאג ווען שערלינג דער לערער איז געזיצן מיט די קינדער האט ער געהאט גאר א שווערע ארבעט מסביר צו זיין בראנאו אז די אידן פלעגן אמאל זיין די דאקטורים און אדוואקאטן אין דייטשלאנד אזש עס האט געדראעט אראפצואווארפן אפילו די דייטשן פון די פעדעראלע פאזיציעס און דעריבער האט דער פירער זיי פארשריבן צום טויט, בראנאו האט נישט געקענט און נישט געוואלט פארשטיין.


קאפיטל 2

זעקס מאנאטן שפעטער…

איין נאכמיטאג ווען אטיא און רומאן זענען אריינגעפארן צום דערנעבנדיגן דארף אויף איינצוקויפן עטליכע זאכן איז בראנאו געזיצן לאנגווייליג אין גארטן, גריס האט גע'חזר'ט אירע לימודים אבער ער אלס קליין קינד האט נישט געזען קיין וויכטיגקייט דערין, מיטאמאל האט ער מחליט געווען צו כאפן א שפאציר ארום דעם גרויסן הויף און דערגיין די מיסטעריע וואס עס טוט זיך ארום זייער גאנצער אנוועזנהייט דא אין די בערג, ער האט אנגעהויבן ארומגיין און עס איז אים נישט שווער געווען אנצומערקן דעם קליינעם טויער אינעם הינטערשטן גארטן.
ער האט גענומען די מוט און געעפנט דעם טויער, צום ערשטן מאל אין א האלבע יאר האט ער געאטעמט לופט פונדרויסן, ער איז טאקע נישט געווען פיזיש ארעסטירט אבער דער פאקט אז ער מוז זיין איינגעצוימט האט אים געמאכט שפירן אזוי.
ער האט זיך צעווילדעוועט און אנגעהויבן לויפן און לויפן אן אן אפשטעל, ער איז אדורך דעם גאנצן וועלדל און זיך אנגעהויבן דערנענטערן צו די צוימען וואס ער האט שוין געהאט געזען פון פענסטער אין זיין שלאף צימער, זייענדיג א קינד וואס האט ליב געהאט אוואנטורעס האט ער זיך נישט אפגעשטעלט, ער איז ווייטער געלאפן ביז ער איז אנגעקומען נארט נעבן צוים, און דאן האט ער אים דערזען…

ער האט געזען א אינגל אין זיין עלטער זיצט עלנד ביים עק פון לאגער, ער איז געזעצן מיטן קאפ צווישן די קניען און געוויינט, בראנאו האט אנגעמערקט אז ער גייט אויך מיט די זעלבע פיזשאמעס ווי אלע מענטשן אין לאגער, זיין קאפ איז געווען גענצליך אפגעשוירן און זיינע ארעמעס האבן געצייגט שוואכקייט, בראנאו האט אויפגעהויבן א קליין שטיינדעלע און עס געווארפן אין ריכטונג פון דאס קינד ווילנדיג ציען זיין אויפמערקזאמקייט, עס האט נישט געטראפן אין ציל נאר עס האט זיך אנגעשטויסן אינעם צוים, א שרעקעדיגן "בזזזזזזזז" האט זיך געהערט און בראנאו האט געזען ווי די שטיין פאלט אראפ שווארץ און פארברענט, ער האט שוין געזען אז די צוים איז א סכנה אנצורירן.
דאס קינד אויפן צווייטן זייט צוים הערנדיג דעם גערודער האט זיך האסטיג אויפגעשטעלט און זיך ארומגעקוקט, בראנאו האט אים געשריגן "א גוטן!" אבער ער האט נישט אויסגעדרייט, בראנאו האט צושפאצירט נענטער צום צוים און געזאגט נאכאמאל "א גוטן, מיין נאמען איז בראנאו, איך בין אכט א האלב יאר אלט, דו זעסט אויס צו זיין אין מיין עלטער, איך בין דא געקומען וואוינען נישט ווייט פאר א האלבע יאר צוריק, איך בין עלנד און איך האב נישט קיין פריינט, קום, לאמיר זיין חברים" ער איז געווען אזוי איינזאם אז ער האט אפילו מסכים געווען צו פארברענגען מיט די שדים מיט די פיזשאמעס פון וועם זיינע עלטערן האבן אים אזוי אפגעהיטן.
דאס קינד האט אים אנגעקוקט פון קאפ ביז פיס און דאן ארויסגעשטעקט זיין האנט פונעם צוים, בראנאו האט צוריקגעגעבן די האנט און דאס קינד האט גערעדט "איך הייס שמואל, עס איז גוט זיך צו באקענען, פון וואו ביסטו און וואס טוסטו דא אין די וויסטעניש?" בראנאו האט געענטפערט שמייכלנדיג "איך הייס בראנאו, איך וואוין דא אויפן צווייטן זייט פון צוים, איך האב איין שוועסטער גריס וועלכע איז צוועלף יאר אלט, מיר זענען געקומען אהער וואוינען פון בערלין פאר א האלבע יאר צוריק", דאס קינד האט אים נאכאמאל באטראכט און געזאגט שטיל "האסט אפשר עפעס עסן מיט דיר?" בראנאו האט זיך אנטשולדיגט "ניין, אבער מארגן וועל איך דיר ברענגען צו עסן אין די צייט" שמואל האט אים אנגעקוקט און געשמייכלט, בראנאו האט באטראכט זיינע קרומע ציינער און אנגעהויבן רחמנות האבן.

ער האט שנעל געהויבן פיס און צוריקגעלאפן דורכן וועלדל צו זיין הויז, ווען ער האט געעפנט דעם צוים האט א האר געפעלט אז זיין מאמע אטיא זאל אים באמערקן, זי איז געווען אין הויף און ארויפגעקוקט צום הימל וואו עס האט זיך געזען א געדעכטן רויעך מיט א גרויליגן שמעק…
בראנאו איז אריין אין זיין שלאף צימער און אנגעהויבן טראכטן פון זיין נייעם חבר "שמואל, וואס פאר א אינטערסאנטע נאמען… ער זעט אויס צו זיין א געשמאקער אינגל, וויאזוי איז ער אהינגעקומען אין דעם מאדנעם פלאץ און פארוואס האט ער די אפגעטראגענע פיזשאמעס אויף זיך?" קולות פון זיין טאטנס ביורא האבן געצויגן זיין אויפמערקזאמקייט, ער האט זיך שטילערהייט צוגעשארט צום טיר און צוגעלייגט אן אויער.

"רומאן!" האט ער געהערט זיין מאמע אטיא'ן שרייען "דו מוזט מיר זאגן וואס גייט פאר דארט אין לאגער! וואס זענען די צוויי שרעקעדיגע רויטע טורעמעס ביים עק און וואס פארברענט מען דארטן אז עס שאפט אזא שלעכטן שמעק?" - "גלייב מיר אטיא, איך וואלט דיר זייער געוואלט זאגן, איך קען נישט, מען האט מיר באשוואוירן נישט צו זאגן, פינטל!" – "זאג מיר נישט אז… זאג מיר נישט אז… ניין! ניין! זאג מיר נישט אז מען פארברענט דארט… אז מען פארברענט דארט די נישט ארבעטס פעאיגע אידן" זי האט אויסגעפלאצט אין א שרעקליכן געוויין און נישט געקענט אויפהערן.

"מיין פרוי אטיא!" האט רומאן געשטורעמט "זיי נישט קיין קליין קינד, די אידן זענען די וועלכע דראען איבערצונעמען די וועלט, מיר מוזן דאס טון פארן פאטערלאנד" – "ניין, עס איז קיין שום תירוץ נישט, דו ביסט דער וואס איז פאראנטווארטליך אויף דעם לאגער און דו קענסט אפשטעלן די גרויזאמע מענטשן שריפות, דו!" – "הער אויף אטיא ווייל באלד וועט מען נאך מיינען אז דו ביסט א איד" האט רומאן פרעך געענטפערט, אטיא האט נישט רעאגירט, זי האט זיך דערנענטערט צום טיר און בראנאו האט באצייטנס אפגעצויגן פון דארט.
זיין קליין הערצעלע האט נישט געקענט פארנעמען די געוויינען פון זיין מאמע אבער נאך מער האט עס נישט געקענט פארנעמען די אינפארמאציע וואס ער האט יעצט געהערט, "איך מוז ווארענען שמואל ער זאל זיך נישט דערוואגן אריינצוגיין אין דעם שרעקעדיגן טורעם" האט ער געטראכט.
אינדערפרי ווען ער איז אויפגעשטאנען האט ער געזען זיין מאמע זיצן אין קאך מיט רויטע פארטרערטע אויגן, זי האט אים נישט געגריסט ווי געווענליך, זיין טאטע רומאן האט זיך ארומגעדרייט אין הויז און גערייכערט אן אויפהער, ווען דער טעלעפאן האט געקלינגען איז רומאן צוגעלאפן ענטפערן, ער האט אראפגעלייגט מיט א שמייכל און געזאגט צו זיין פרוי מיט פרייד.
"אטיא!" זי האט זיך ניטאמאל ארומגעדרייט אבער ער האט פארגעזעצט צו רעדן "מיין מאמע האט מיר יעצט געלאזט וויסן אז זי קומט אינאיינעם מיט מיין פאטער אונז באזוכן" אטיא האט נישט געענטפערט, רומאן האט געברויזט, ער איז אריין אין זיין ביורא און זיך אריינגעטאן אין זיינע זאכן.
בראנאו איז צוגעגאנגען צו זיין מאמע און געזאגט "מאמע, איך האב נעכטן געטאן נישט אזא שיינע זאך און זיך אונטערגעהערט וואס דו האסט גערעדט צו טאטע'ן, עס איז מיר שווער ווייל אויב זענען די אידן טאקע ווי דו ווארנסט מיר אייביג אן איז פארוואס גייט דיר אזוי שטארק אן אז מען פארברענט זיי?"
אטיא האט געענטפערט ערנסט "מיין טייער קינד, איך וויל דיר יעצט זאגן איין זאך וואס דו זאלסט ארייננעמען גוט אין זיך, די אידן זענען א גוט פאלק, א קלוג פאלק, א געלערנט פאלק, זיי זענען אלע מעלות, דער פירער האט א בלינדע שנאה צו זיי און ער שלעפט מיט מיט זיך אלע סאלדאטן, טאטע איז א שליח פונעם פירער און דעריבער האט ער זיי אויך פיינט, איך אבער האב געהאט א שכנ'טע א איד רבקה וואס איך האב זייער ליב געהאט און אסאך זיך געשפילט מיט איר, זי איז פארטריבן געווארן אינאיינעם מיט איר פאמיליע פון בערלין ווען דער פירער איז אויפגעשטיגן, דו זאלסט קיינמאל נישט טשעפענען מיט זיי, פאר גריס קען איך עס נישט זאגן ווייל זי איז שוין א פולקאמע נאצי אבער דו מיין ליבער בראנאו… דו… דו זאלסט זיך פירן ווי דיין מאמע, דו הערסט?" האט זי אויסגעפירט וויינענדיג "יא, יעדן ווארט" האט בראנאו געענטפערט.

ער האט געווארט אויף די ריכטיגע מינוט ווען ער האט געקענט כאפן א סענדוויטש פון קאך אומבאמערקט, ער האט זיך ארויסגעשלייכט פון הויז און געלאפן צום הינטערשטן טויער, ער איז אריבער דעם וועלדל און געקומען נאנט צום צוים, ער האט געזען שמואל זיצן דארט פונקט ווי נעכטן.
"שמואל!" האט ער פרייליך געשריגן, שמואל האט זיך ארומגעדרייט און טרויעריג געשמייכלט, "וואס טוט זיך בראנאו?" – "איך האב דיר געברענגט עסן! קום נעם עפעס זאלסט נישט הונגערן" שמואל האט ארויסגעשטעקט זיין האנט פון צוים און בראנאו האט אריבערגעפירט דעם סענדוויטש, ער האט באטראכט ווי שמואל האט פארציקט דעם סענדוויטש אין א צייט אפשניט פון אונטער א מינוט, דאן האט ער אנגעהויבן ווילד צו לעקן זיינע פינגערס און געזוכט ברעקלעך אויפן ערד, עס האט זיך דערקענט אויף אים די אומדערטרעגליכע הונגער.
"אוי וויי שמואל" האט בראנאו קאמענטירט "איך וואלט דיר געברענגט מער ווען איך ווייס ווען אז דו ביסט אזוי הונגעריג" ער האט זיך באקוועם געמאכט אויפן ערד און אנגעהויבן רעדן מיט שמואל, זיי האבן גערעדט וועגן אלעס, שמואל האט אים דערציילט ווי די אפיצירן זענען אריין אין זיין הויז אין בערלין און געמאכט אן איבערקערעניש, "מיין טאטן האבן זיי אויפן פלאץ געשאסן צום טויט און פאר די מאמע האבן זיי אריינגעגעבן אזעלכע אומאויסהאלטבארע קלעפ אז זי איז געשטארבן פאר יסורים אויפן וועג, מיין שוועסטערקע אסתר ווייס איך נישט וואו זי איז אהינגעקומען אבער איך בין דא פארוואגלט געווארן, איך באהאלט זיך יעדן טאג און איך זיץ דא איינזאם אין דעם ארט וואו איך קען טראכטן פון מיינע ליבע עלטערן" שמואל האט גערעדט טרוקן אבער בראנאו איז גערירט געווארן ביז די טיפעניש פון זיין נשמה.
"איך האב שוין אויסגענוצט מיינע טרערן, איך קען שוין נישט וויינען אבער… מיין נישט אז עס טוט מיר נישט געפערליך וויי" האט שמואל געזאגט מיט קענטיגע בענקעניש אין זיינע פארלאשענע אויגן, בראנאו האט נישט געקענט צוריקענטפערן ער האט נאר ארויסגעמורמלט "און איך האב געמיינט אז מיר איז שלעכט ווייל איך מוז דא אהערקומען וואוינען אנע חברים…"
ער האט א קוק געטאן אויפן זייגער און אנגעהויבן צוריקלויפן נישט פאר ער האט צוגעזאגט פאר שמואל אים צו ברענגען עסן מארגן אויך, שמואל האט אים נאכגשריגן "א דאנק!" בראנאו איז געלאפן שנעל ביז צו זיין הויז, ער האט זיך נאכאמאל אריינגעשלייכט אין גארטן און דאסמאל האט ער געזען פארקירט פילע מיליטערישע טרעקלעך פארנט פון זיין הויז "נאך א פייערונג?" האט ער געטראכט…

ער איז אריינגעלאפן אין שטוב און געזען די טישן אנגעגרייט, דער סאלאן איז געווען פיל מיט הויעכראנגיגע מיליטערלייט, ער האט גלייך געזען אז אויף עפעס גרויס גרייט מען זיך דא, ער האט זיך אנגעהויבן דרייען אונטער די פיס ווען ער האט געהערט ווי זיין טאטע זאגט פאר איינער פון די סאלדאטן, "גיי ברענג מיר איינער מיט קליינע פינגערס, איך דארף איינער זאל מיר דא גוט אויסרייניגן די גלעזער פון אינעווייניג, גיי שוין שנעל ווייל מיין טאטע און מאמע קומען שוין באלד אן מיר באזוכן" בראנאו האט געקוקט ווי יענער לויפט ארויס אין ריכטונג פון די לאגער.
נאך עטליכע מינוט… די טיר האט זיך געעפנט און דער שליח האט אריינשפאצירט מיט א קליין קינד דער נאמען פונעם קינד איז געווען שמואל, בראנאו האט אים אריינגעקוקט אין די אויגן און געשריגן "אה!" שמואל האט אים געוואונקען ער זאל זיין שטיל און נישט ווייזן אז זיי קענען זיך… דער סאלדאט האט געשלעפט שמואל וועלכער האט געהינקעט פון שוואכקייט און אים צוגעטראגן צו א טיש פיל מיט קליינע גלעזלעך, ער האט געשריגן אויף אים גרויזאם "איך וויל דו זאלסט זיך יעצט רייניגן די הענט און זיך נעמען צו די גלעזער! שטעק אריין דיינע קליינע מיאוס'ע פינגערלעך אין די טיפעניש פון די גלעזער און וויש זיי אויס, כ'וויל אלעס זען ריין ביז צען מינוט, עקלהאפטיגער קליינער יודע וואס דו ביסט!"
בראנאו איז אריין אין צימער וואו שמואל האט געארבעט, ער האט אריינגעשטעקט די הענט אין זיין טאש און ארויסגענומען א שטיקל קוכן וואס ער האט גענומען פון איינע פון די גרייטע טישן, שמואל האט עס איבערגענומען און געזאגט א דאנק, ער האט דאס פארציקט אין סעקונדן און זיך גענומען אפשאקלען פון די ברעקלעך…
און דאן האט דער סאלדאט אריינשפאצירט און געשריגן "אהא, הייסט עס אז דו האסט גע'גנב'עט אביסעלע פון די טישן, הע?!" שמואל האט צוריקגעקוקט אויף דעם סאלדאט מיט דערשראקן צום טויט'דיגע אויגן, בראנאו האט זיך פארשטעקט אין ווינקל אבער אן ערפאלג, "דו קליינער מאן!" האט דער סאלדאט זיך געוואנדן צו זיין ריכטונג און געדינערט אויף אים "האסטו געגעבן עסן פאר דעם זאטן יודע?!" בראנאו האט אים אנגעקוקט, ער האט נישט געזען קיין פינטל רחמנות אין דעם סאלדאט'ס אויגן, ער האט געזאגט שטילערהייט "נ...ניין, א...א…איך האב דא נאר אריינשפאצירט און אים געטראפן עסן" דער סאלדאט האט א כאפ געטאן שמואל און אים פלינק אויפגעהויבן ווי א זאק קארטאפל און געשריגן דערביי "דו גרויליגער יודע! דו אפגעריסן פארפלוכטעט קינד! איך וועל דיר צייגן וואס דאס הייסט גנב'ענען פון א דייטשן גענעראל!".
בראנאו האט חרטה געהאט פון די ערשטע רגע, ער האט אנגעהויבן טראכטן וויאזוי ער קען נאכלויפן דעם סאלדאט און אים אפהאלטן פון טון וואס ער וויל טון מיט שמואל'ן, ער האט געטראכט צו זיך מיט שרעק.

"וואס וועט דא זיין מיט אים? קען זיין אז ער וועט אים גאר אריינפירן אין די שרעקעדיגע רויטע טורעמעס ביים עק פון לאגער ווי שמואל האט מיר געזאגט אז קיינער קומט פון דארט נישט ארויס? אוי וויי, איך האף אז נישט… נאר דאס פעלט מיר אויס אז מיין בעסטע פריינט זאל… זאל שטארבן צוליב מיין מויל…" ער האט אנגעהויבן וויינען.
אטיא איז אריבערגעגאנגען און געטראפן בראנאו וויינען, זי האט אים צוגעדרוקט צו זיך און געזאגט "וויין נישט מיין טייערער, עס איז נישט דיין שולד, איך האב אלעס מיטגעהאלטן דא, דו ביסט א בראווער אינגל און א נחת פאר דיין מאמע!".
בראנאו האט באמערקט אז זיין מאמע איז אויך ביים שוועל פון אויספלאצן וויינען, פון יענע נאכט וואס זי האט אויסגעפונען וואס מען טוט מיט די אידן אין די רויטע בנינים איז זי געווען אן אנדערע אטיא, זי פלעגט אפליגן אין בעט טעג און נעכט אן קיין צייכן פון ווילן לעבן, איר מאן פלעגט אפט זיך בייזערן אויף איר און שרייען אז עס פאסט נישט אז די ווייב פון א דייטשער גענעראל זאל אזוי רחמנות האבן אויף אפאר אידעלעך, זי האט נישט געענטפערט נאר ווייטער געבליבן ליגן אין פיין.
איין זאך האט זי אויפגעטון מיט אירע געוויינערייען אז קיין אידן האבן מער כמעט נישט געארבעט ביי זיי אינדערהיים, נאר אין עכט אנגעצויגענע צייטן ווי למשל היינט זענען זיי געקומען אנגעטון מיט שיינע קליידער העכער זייערע לאגער קליידער וועלכע בראנאו האט גערופן פיזשאמעס, בראנאו האט איר געפרעגט "מאמע וואס איז היינט אנדערש אז דו ביסט אזוי פרייליך און אויפגעלייגט?" אטיא האט געענטפערט "היינט קומען זיידע און באבע, איך וויל נישט אז זיי זאלן מיר זען אזוי טרויעריג" בראנאו האט פארשטאנען.


קאפיטל 3


דער עולם איז געזיצן ביים פייערונג, גוטע פליישן זענען סערווירט געווארן און טייערע וויינען זענען געטרינקען געווארן אין די מאסן, רומאן דער גענעראל איז געזיצן ארומגענומען מיט זיין טאטע און מאמע און אלע סאלדאטן האבן זיך געלאזט וואוילגיין, אטיא איז געזיצן אנטקעגן איבער איר מאן דער גענעראל און געשוויגן, נעבן איר האט זי געהאלטן בראנאו און גריס, זיי האבן זיך אויך נישט אנגערופן נאר געקוקט ווי די סאלדאטן לאזן זיך וואוילגיין.
רומאן האט זיך ארומגעדרייט דאס קאפ צום קאך און געזאגט "נאך וויין", דער באהעלפער מיט די פיזשאמעס איז צוגעלאפן מיט א באטל און אנגעפילט זיין גלאז, ער האט עס אויסגעטרינקען אין איין שאס און געזאגט נישט קוקנדיג אפילו אויף דעם מאן "ברענג נאך" יענער האט גענומען דעם באטל און אנגעהויבן גיסן, דער האלב שיכור'ער רומאן האט א שאקל געטון זיין גלאז פון נערוועזיגקייט און דאס באטל איז ארויסגעפאלן פון דעם באהעלפער'ס הענט און האט זיך געגעבן א קער איבער אויף… רומאנ'ס גלאנציגע שטיוול…
ער האט נישט געקענט אטעמען פון כעס, "דו אומפארשעמטער יודע!" האט ער געדינערט "דו צוויי פיסיגער טייוול! ווי נעמסטו די קוראזש שמוציג צו מאכן מיינע ריינע דייטשע שטיוול?!" ער האט זיך האסטיג אויפגעשטעלט און אראפגעשליידערט דעם איד אויפן ערד, ער האט אים אריינגעקוקט אין די אויגן מיט בלוט פארלאפענע בליקן.
"הער אויף! הער אויף!" האט אטיא געשריגן "רומאן, האב רחמנות הער אויף!" רומאן האט נישט געהערט און נישט געזען, ער האט גענומען זיין רעוואלווער און געמורמלט ווען שפייעכטס רינט אויף זיין מארדע פון אויפרעגעניש "גענוג געווען מיט דיר יודע, גענוג!" ער האט געצילט דעם ביקס, א שאס האט זיך געהערט און דעם איד'ס קאפ איז צוריקגעפאלן פון הינטן, א שטראם פון בלוט איז ארויסגעפלאסן פון זיין מויל, זיינע אויגן האבן זיך געקוילערט אויף עטליכע סעקונדן און דאן האט ער ארויסגעלאזט א הילכיגער גרעבס און געשטארבן.
אטיא איז ארויסגעלאפן פון צימער כאפנדיג איר זון און טאכטער, רומאן האט זיך אראפגעזעצט און באפוילן איינער פון די סאלדאטן ארויסצוטראגן דעם קערפער, ער האט זיך ארומגעקוקט דעם טיש און געזען ווי דער עולם לאכט ווי עס וואלט ווען יעצט געזאגט געווארן א גוטער ווערטל, ספעציעל זיין פאטער האט זיך געווארפן פאר געלעכטער, ער האט ארומגענומען רומאן און געזאגט "מיין נחת'ל… נישט אומזיסט האט מען דיר אויפגענומען אלס גענעראל, הא?" רומאן האט גרויס הנאה געהאט.

אטיא איז געווען שאקירט, זי האט זיך אבער שנעל אריענטירט און געזאגט פאר בראנאו אז ער זאל צוריק אריינגיין און זיך מאכן כאילו גארנישט האט נישט פאסירט, גריס האט געפרעגט "מאמע, וואס ביסטו געווארן אזוי איבערגענומען? דער פראפעסאר שערלינג האט אונז געלערנט אז די אידן זענען א איבריג פאלק וועלכע פרובירן איבערצונעמען די וועלט, וואס גייט דיר אזוי אן אז איינער ווערט דערשאסן?" – "ביסט גערעכט גריס" האט אטיא געזאגט "איך קען פשוט נישט דערליידן קיין בלוט פארגיסן, דו ווייסט דאס" זיי זענען צוריק אריין אין סאלאן.
די לעקטער האט זיך אויסגעלאשן און רומאנ'ס געהילף האט אויסגערופן "יעצט טייערע פארזאמלטע ווילן מיר אייך צייגן דעם פילם וואס מיר האבן פאבריצירט צו צייגן די וועלט וויאזוי עס זעט אויס דאס לעבן אין דעם לאגער דא נישט ווייט, וויבאלד מיר ליידן פון לשון הרע'ס ארום די וועלט און זייער אסאך לענדער געטרויען נישט אונזער ציל פון מאכן די וועלט פאר א בעסערן ארט האבן מיר דאס געמאכט און דאס וועט זיי אויפווייזן אז עס איז גארנישט ווי זיי קלערן" ער האט סאלוטירט און דער פילם האט אנגעהויבן שפילן.
מען האט דארט געזען שיינע סצענעס ווי די אידן ארבעטן אין לאגער, מען האט זיי נאר געזען שמייכלען, מען האט געזען די קאפא'ס מיט שיינע רעקלעך אויף זייערע לאגער קליידער, עטליכע מאל האט מען געזען ווי מען טיילט זיי קאווע און ציגארעטלעך, מען האט געזען דארט דאס קינדערגארטן ווי פילע קינדער האבן געשפילט, בראנאו האט עטליכע מאל געזען שמואל אינעם ווידיא, (דאס איז געווען געמאכט ספעציעל איינצורעדן די אידן וועלכע זענען נאך דאן געווען אויף דער פריי אז זיי זאלן נישט קווענקלען פארן אריינקומען אין די לאגערן, אויך האבן די רשעים עס פארשפרייט כדי צו צייגן פאר די וועלט אז זיי זענען נישט אזוי גרויזאם ווי מען האט זיי געמאכט אויסזען).
ווען עס האט זיך געענדיגט דער פילם האט זיך די נאכט פייערונג געשלאסן, בראנאו האט זיך אריינגעלייגט אין בעט און געקלערט "וואס איז אזוי שלעכט פאר שמואל? לויט די ווידיא וואס מיר האבן היינט געזען זעט עס אויס ווי ער לעבט אפילו א בעסערן לעבן פון מיר, ער האט כאטש חברים מיט וועם צו פארברענגען" ער האט אפגעמאכט אז מארגן ווען ער וועט גיין אויף זיין טעגליכן באזוך וועט ער אים פרעגן.

אבער מארגן ווען ער איז אנגעקומען האט ער נישט געזען שמואל, ער האט ארומגעקוקט אין אלע זייטן און געזען שמואל זיצן ביים צווייטן עק פארשטעקט צווישן צווייגן און אייזענעס, ער איז צוגעלאפן און געשריגן "שמואל!" אבער שמואל האט אים נישט געענטפערט, ער האט אים אריבערגעווארפן א שטיקל קוכן וואס ער האט מיטגעברענגט פונדערהיים, שמואל האט עס א כאפ געטאן און אויפגעגעסן שנעל אבער ער האט נישט געענטפערט פאר בראנאו'ן, בראנאו האט אריינגעטראכט וואס דאס קען באדייטן.
און ער האט זיך דערמאנט… ער האט אנגעהויבן וויינען "שמואל, איך בעט דיר איבער אויף וואס עס איז געווען נעכטן, איך האב דיר אריינגעלייגט אין די הענט פון דעם סאלדאט, איך בעט דיר פארשטיי מיר, איך האב זייער מורא געהאט".

שמואל האט זיך דערנענטערט צום צוים און דאן האט ער אויפגעהויבן זיין קאפ, בראנאו האט אים שיעור נישט דערקענט, ער האט געהאט א געפערליכן ריס ביים אויג וועלכע איז געווען פיל מיט פארהארטעוועטע בלוט, ער האט געזאגט שטיל "איך פארשטיי דיר, אבער קוק וואס ער האט מיר געטון, איך בט דיר קומענדיגע מאל זיי פארזיכטיג, מיין בלוט איז גארנישט ווערד ביי זיי, איך ציטער צו איך וועל דורכלעבן דעם טאג, דיר וועלן זיי אין קיין פאל נישט הרג'ענען".
"אבער זאג מיר שמואל, איז טאקע אזוי געפערליך דארטן אינעווייניג אין לאגער? איך האב נעכטן געזען א פילם ווי עס קוקט אויס פארברענגט מען דא גאנץ פיין", א הויעכער פייף האט זיך געהערט און שמואל האט געזאגט שנעל "איך מוז לויפן אונז וועלן רעדן מארגן", און ער איז אוועקגעגאנגען.
בראנאו איז אהיימגעקומען און ער האט געזען ווי זיין שוועסטער גריס פאקט זיך איין איר רענצל, "גריס, וואס גייט דא פאר?" האט ער געפרעגט פארוואונדערט, זי האט געענטפערט מיט א שמייכל "טאטע האט געזאגט אז דא איז נישט קיין גוטע פלאץ פאר קינדער צו זיין, ער האט דאס איינגעזען נאך א יאר זיצן דא אינאיינעם" – "אבער וואו און ווען גייען מיר?" – "מארגן נאכמיטאג מיט די זיידע און באבע און מאמע צוריק קיין בערלין" האט זי געענטפערט מיט א שמייכל, פאר בראנאו איז שלעכט געווארן, ער האט זיך אויך אנגעהויבן צוזאמפאקן אבער אין זיין קאפ האבן זיך שוין אנגעהויבן וועבן פלענער, ער האט שוין נישט געוואלט צוריקגיין, ער האט געוואלט פארבלייבן א אייביגער חבר מיט שמואל.
ער איז געגאנגען צו זיין פאטער'ס ביורא און זיך אונטערגעהערט די העפטיגע שמועס צווישן זיינע עלטערן, ער האט געהערט אטיא כליפענען און ברעטשען אן א קול "ניין ניין ניין, איך וויל נישט אז דו זאלסט דא בלייבן! איך וויל גיין מיט דיר אינאיינעם! פאר דיר איז פונקט אזוי פארבאטן צו פארגיסן בלוט!" – "אטיא, הער זיך איין, דאס זענען מיינע פליכטן צו וואס איך האב זיך אונטערגענומען, עס איז נישט מעגליך עס אפצולאזן אזוי די גאנצע קאריערע און פרעסטיזש, דו פארשטייסט?" – "ניין!" איז געקומען אטיא'ס פראטעסט, בראנאו האט געמאכט זיין וועג צו זיין בעט, ער האט זייער געוואלט וויינען.

קאפיטל 4

ער איז אויפגעשטאנען פרי און מיטגענומען א סענדוויטש מיט זיך, ער האט זיך אנגעשטויסן אין זיין מאמעס פארטרערטע אויגן וועלכע האבן עדות געזאגט צו א שלאפלאזע נאכט, אטיא האט אים געפרעגט "וואו גייסטו?" ער האט נישט געענטפערט, זי האט אים נישט געוואלט איבריג באמוטשען האט זי אים געלאזט גיין.
ער איז געלאפן אן קיין אפשטעל, ער איז אנגעקומען נאנט צום לאגער און געטראפן שמואל ווי שטענדיג זיצן ביים צוים, ער האט אים געזאגט שטיל און טרויעריג "שמואל, מיר מוזן זיך געזעגענען, איך גיי אוועק פון דא, מיין טאטע זאגט אז עס איז נישט קיין גוטער פלאץ פאר קינדער, איך האלט אז ער איז נאריש" ער האט ארויסגענומען דעם סענדוויטש און געזאגט "קוק וואס איך האב דיר געברענגט" שמואל האט נישט אפילו אנגעקוקט דעם סענדוויטש נאר צום ערשטן מאל געשריגן "ניין! גיי נישט! איך בעט דיר, איך דארף דיר האבן!" בראנאו האט אויסגעבראכן אין א געוויין און געכליפעט "ווען עס ווענדט זיך ווען אין מיר…" שמואל האט אים געגעבן א זאג, "פאר דו גייסט, וויל איך דיר ווייזן וויאזוי עס זעט דא אויס אינעווייניג, דו האסט מיר נעכטן געפרעגט, איך וואלט דיר זייער געוואלט ווייזן כדי דו זאלסט זען וואס מיר מאכן מיט און אויב דו וועסט קענען רעדן צו דיין טאטע אז ער זאל אונז עפעס גרינגער מאכן" בראנאו האט נישט געקווענקלט אפילו אז זיין טאטע וועט עפעס טון אויב ער וועט אים בעטן…
בראנאו האט גענומען א דיקן צווייג און אנגעהויבן אונטערגראבן דעם צוים, ער האט געמאכט א לאך פונקט גענוג ברייט און טיף פאר זיין קערפער און האט שוין געוואלט אונטערקריכן ווען שמואל האט אים אפגעהאלטן, "דו קענסט זיך נישט ארומדרייען אין לאגער מיט דיינע שיינע קליידער בראנאו, מען וועט גלייך זען אז דו געהערסט נישט דא, ווארט דא, איך וועל דיר ברענגען פון די רויטע טורעמעס א פאר לאגער קליידער וועלכע זענען דיין מאס און דו וועסט זיי אנטון, דערנאך וועל איך דיר טראגן אויף א קליינע שפאציר אין לאגער כדי זאלסט וויסן וואס מיר אידן מאכן מיט פון די דייטשן".

נאך א לאנגע פערטל שעה האט זיך שמואל אומגעקערט מיט קליידער, ער האט עס אריבערגעווארפן דעם צוים און בראנאו האט זיך איבערגעטאן, ער האט איבערגעלאזט זיינע געהעריגע קליידער אינדרויסן און איז אונטערגעקראכן דעם צוים, אינאיינעם מיט שמואל האט ער אנגעהויבן ארומגיין דעם לאגער, ער האט געפרעגט שמואל "וואו איז דער קינדערגארטן?" שמואל האט געלאכט א טרויעריגע געלעכטער "דו מיינסט טאקע אז עס איז דא דא צוגעשטעלט אלס וואס דו האסט געזען אין די פילם? מען האט אונז געצווינגען מיט בייטשן צו שמייכלען צו די קאמערע'ס, דא איז דער סוף פונעם לעבן בראנאו פארוואס כאפסטו נישט?" בראנאו האט נישט פארשטאנען "דו ווילסט מיר זאגן אז מיין טאטע איז אזוי שלעכט? ער פירט דא אן אזא טויט לאגער און בלייבט גלייכגילטיג?" – "יא, בראנאו יא" בראנאו האט נישט געקענט גלייבן.
דאן האט זיך ארויסגעזען א געדעכטן רויעך מיט א קענטיגן שטינק, בראנאו האט געפרעגט שמואל, "יעצט פארברענט מען מענטשן?" שמואל האט טרויעריג געשאקלט מיטן קאפ אויף יא און בראנאו האט אויסגעפלאצט וויינען.

זיי האבן אריינשפאצירט אין א טונקעלן באראק וועלכע איז געווען פיל מיט מענטשן, אלע מיט די פיזשאמעס, עס האט געשמעקט פון פארשטינקענע נבילות און פארדארבענע קערפערס, בראנאו האט נישט געקענט פארנעמען דעם גערוך, ער האט זיך פארשטאפט די נאז און געגאנגען האנט ביי האנט מיט שמואל, זיי האבן זיך אראפגעזעצט אויף א האלץ וועלכע שמואל האט אנגערופן בעט, שמואל האט אנגעהויבן רעדן ווען א פויסט האט אראפגעלאנדעט אויף זיין אפגעגאלטן קאפ, "שווייג קינד ווייל איך וועל דיר הרג'ענען! עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דו וועקסט מיר אויף מיט דיין אומבאנומענע גערודער!" האט דער קאצעטניק פון אויבערשטן בעט געשריגן.
שמואל האט אים איגנארירט און געזאגט עטוואס שטילער "זעסט בראנאו, אזוי זעט עס אויס דא, מען פארלירט דאס לעצטע ביסל מענטשליכקייט אין אזעלכע אומשטענדן, דו זעסט דער מענטש וואס האט מיר יעצט געשלאגן, ער פלעגט טיילן צוקערלעך אין בית הכנסת אין בערלין, ער איז געווען דער בעסטער מענטש וואס איך האב געקענט, היינט איז ער נעבעך אזוי חרוב" שמואל האט פארווישט א טרער.

זיי האבן געשמועסט געמיטליך ווען פלוצים האבן זיך די טירן אויפגעעפנט און צענדליגע קאפא'ס האבן אריינגעשטורעמט אינאיינעם מיט די דייטשע סאלדאטן "אלע אויפשטיין, ביז צען סעקונדן זאל זיין א גלייכע רייע ביים טיר, מען גייט אין באד!" נאך פאר ווען זיי האבן געענדיגט רעדן האבן זיי שוין אנגעהויבן טיילן קלעפ מיט זייערע האלצערנע שטעקענעס וואס זיי האבן געהאלטן אין די הענט, בראנאו האט שיעור פארלוירן זיין באוואוסטזיין כאפנדיג א זעץ אין בויך פון איינע פון די קאפא'ס, אלע הונדערטע קאצעטניקעס האבן זיך אנגעהויבן שטופן צום טיר און עס איז שווער געווארן צו האלטן סדר אויף זיי, די קאצעטניקעס האבן געקעמפט מיט ציין אין נעגל אויף צו בלייבן אין די שורה ווייל ווער עס איז ארויסגעפאלן איז דערשאסן געווארן אויפן ארט ה"י.
***

אטיא האט זיך שוין געגרייט ארויסצוגיין פון הויז אריין אין דזשיפ וועלכע האט געווארט אויף זיי ווען זי האט זיך געכאפט "איין מינוט! וואו איז בראנאו?" זי איז אריין אין א היסטעריע און געלאפן צו איר מאן רומאנ'ס ביורא, רומאן האט געהאלטן אינמיטן א זיצונג ווען זי האט אריינגעשטורעמט "בראנאו איז פארשוואונדן!" האט זי געיאמערט, רומאן האט זיך אויפגעשטעלט און געפרעגט היבש אנגעצויגן "וואו איז ער געגאנגען?" – "ער איז געגאנגען אין ריכטונג פונעם הינטערשטן גארטן" האט זי געענטפערט שרייענדיג, רומאן האט א פייף געטאן און פיר סאלדאטן האבן זיך געשטעלט צו זיין זייט, ער האט א שריי געגעבן מיט א הייזעריגן שטימע, "לויפן! מיין זון איז פארשוואונדן!" זיי האבן זיך גענומען לויפן ווען אטיא און גריס פרובירן מיטצולויפן, רומאן איז געלאפן מיט אלע כוחות און אינאכט גענומען דעם טויער פון הינטערשטן גארטן וואס איז געווען ברייט אפן, ער האט אפילו געזען אויף די נאסע ערד צייכענעס פון פוסטריט אין די מאס פון זיין בראנאו, ער איז געלאפן אן אויפהער, די סאלדאטן זענען מיטגעלאפן באגלייט מיט זייערע הינט.

***


שמואל און בראנאו האבן זיך פעסט אנגעהאלטן איינער אינעם צווייטן, זיי האבן זיך געשטופט צווישן די פילע אויסגעמאגערטע קאצעטניקעס, זיי זענען געווען אויסגעמוטשעט און אנע כוחות, זיי האבן אבער נישט געקענט אויסמיידן די בארבארישע שלעק וואס די סאלדאטן האבן געטיילט, בראנאו האט פון ווינקל פון זיין אויג באמערקט ווי דער וואס האט פריער געשלאגן שמואל'ן פאלט אראפ א טויטער און ווערט אויפן ארט צוריסן דורך א הונט, ער האט אנגעהויבן כאפן אז זיין באזוך איז אן אייביגער, נישטא קיין וועג ארויס, שמואל האט אים געזאגט אז מען גייט נאר זיך באדן אבער ווען בראנאו האט געזען אין וועלכן ריכטונג מען צילט האט ער געזאגט פאר שמואל "איך ווייס נישט וואס צו טון, קוק אהין!".
מען האט זיי געפירט אין ריכטונג פון די רויטע טורעמעס.

***

רומאן איז אנגעקומען צום צוים פון לאגער, ער האט זיך ארומגעקוקט און געזען א הויפן קענטיגע וועש און דעם לאך אונטער דעם צוים, ער האט געשריגן אבער ער האט זיך שנעל אריענטירט און אנגעהויבן לויפן אין ריכטונג פון די אריינגאנג צום לאגער, מיט קולות וברקים האט ער אריינגעשטורעמט אין לאגער, אלע וועכטער האבן אים סאלוטירט, אבער ער האט געשריגן "וואו האט מען יעצט געפירט דעם שיפמענט?!" אלע האבן געצייגט אויפן רויטן טורעם.

***

מען האט אראפגעפירט די קאצעטניקעס אין א שמאלן וועג אריין אינעם קעלער פון די רויטע טורעם, בראנאו איז אריין צוזאמען מיט שמואל, מען האט זיי אומאויפהערליך געיאגט, בראנאו האט שוין נישט געקענט אטעמען, מען האט זיי אריינגעשטופט אין א צימער וועלכע האט נאר פארמאגט בענק, די קאפא'ס זענען ארומגעלאפן ווילד און געשריגן "טוט אייך אויס די קליידער און גרייט זיך פארן באד!" בראנאו האט זיך עטוואס בארואיגט און געזאגט צו שמואל "עס איז נאר א באד שמואל, מיר גייען שוין נאכדעם ארויס" שמואל האט אים נישט געענטפערט, זיי האבן זיך נאר פעסט אנגעהאלטן איינער אינעם צווייטן, מען האט זיי אריינגעשטופט אין א צווייטן צימער וועלכע איז געווען אינגאנצן ליידיג, מען האט נאר געזען רערן אויפן דאך.
מען האט אריינגעטריבן נאך און נאך קאצעטניקעס ביז עס איז געווארן געשטאפט מיט מענטשן אז מען האט זיך נישט געקענט רירן, עס איז געווארן א געדרענג, די אייזערנע טירן זענען פארקלאפט און פארשפארט געווארן מיט א הילכיגן זעץ און די לעקטער האט זיך אויסגעלאשן, אלע קאצעטניקעס האבן אויסגעשריגן אינאיינעם און עס האט זיך געהערט א שרעקעדיגן קול פון שדים אין די לופט.

***

רומאן איז געלאפן און געלאפן ביז ער האט דערגרייכט דעם טורעם, ער איז אראפגעלאפן און געזוכט וואו די אריינגאנג צום באד איז, ער האט ארויסגעהערט קולות פון איין טיר, ער האט עס פרובירט אויפצוברעכן אבער עס איז נישט געלונגען, ער האט אנגעהויבן שיסן אויפן שלאס אבער עס האט נישט געהאלפן, ער איז פארלוירענערהייט ארויסגעלאפן און געשריגן "העלפט!" אלע וועכטער זענען צוגעלאפן צו אים.

***

פלוצלינג האט אנגעהויבן רינען פון די שויער'ס, נישט וואסער, עפעס א דיקער פליסיגקייט מיט א דערשטיקנדן גערוך, ציקלאן בי גאז! די קאצעטניקעס האבן זיך אנגעהויבן שטיקן און הוסטן, יעדע סעקונדע זענען געפאלן צענדליגע טויטע, נאך צוויי מינוט האט זיך אויפגעהערט דאס רינען און עס האט געהערשט א דומער שטילקייט, דער שטילקייט פון דאס טויט!

***

רומאן איז געלאפן מיט די וועכטער צום טיר, דער וואס האט געהאט דעם שליסל האט געעפנט די טיר, רומאן האט געזען ענדלאזע בערג פון די פיזשאמעס ליגן אויף די בענק אבער קיין מענטשן האט ער נישט געזען, ביי איין באנק האט ער געזען א פאר קענטיגע שיכעלעך, ער האט אויסגעשריגן "ניין!" און איז אראפגעפאלן אויף דער ערד…
דאן האט זיך די טיר געעפנט און אטיא איז אריינגעלאפן מיט גריס, זיי האבן זיך אנגעקוקט שאקירט, דאן האט זי זיך אויסגעשטרעקט פלאך און געיאמערט "מיין קינד… מיין קינד…"



-ענדע-





נצח ישראל לא ישקר!


די געשיכטע איז נאר איינע פון זעקס מיליאן אנדערע, פון די הייליגע זעלן פון די קדושים וטהורים וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם אין אט די גרויזאמע צייטן, זאל דער באשעפער נקמה נעמען אין זייער בלוט אין וואס מיר קענען נישט זיך נוקם זיין, זאלן מיר זיך שוין זען אינאיינעם מיט אונזערע באבעס און זיידעס, פעטערס און מומעס, שוועסטער און ברידער, וועלכע האבן צוריקגעגעבן זייערע נשמות בלויז ווייל זיי זענען געווען אידן, זאל שוין מקוים ווערן וינקום לעיננו נקמת דם עבדיך השפוך.


לאמיר נישט פארגעסן און אנהאלטן א געדענקעניש צו אט די פינסטערע צייטן, לאמיר אויף אייביג געדענקען וואס דער בלוטדארשטיגער דייטש האט מיט אונז געטון זייענדיג אין אט די שווערע אומשטענדן, לאמיר אריינכאפן און פרעגן און וויסן פון דעם דור וואס געדענקט און האט עס מיטגעלעבט זאלן מיר טאקע זוכה זיין צו זען די גרויסע נקמה אין די רודפים בביאת המשיח בב"א.
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

ווערטער-לאז
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

בס.pdf
(143.24 KiB) געווארן דאונלאודעד 696 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9434
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן: מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך


עס איז א אמת'ע מעשה?

איך האב פארשטאנען אז עס איז א נאוועל.

בד"וו, מען ברויך טוישן די יאר, 1945 האט זיך אנגעהויבן ווייניגער ווי א האלב יאר פאר די קריג האט זיך גע'ענדיגט .
אוועטאר
פיינקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 28, 2017 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינקייט »

איך ווייס נישט אויב עס איז אמת אבער איך האב געהאט NIGHTMAERS פון די מעשה...............
"כלנו לנארמאל"!!!...(קרעדיט:שאץ מאץ)
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

א WOW פון א געשיכטע!

דאס האט איר אליין געשריבן? עס לייענט זיך פליסיג און זייער דראמאטיש
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

! WOW
...
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך


עס איז א אמת'ע מעשה?

איך האב פארשטאנען אז עס איז א נאוועל.

בד"וו, מען ברויך טוישן די יאר, 1945 האט זיך אנגעהויבן ווייניגער ווי א האלב יאר פאר די קריג האט זיך גע'ענדיגט .

יש"כ טישטוך פארן ברענגען די מעשה. הערליך שיין געשריבן, און פיין אראפלייגט מיט קאלירפולע פארבן.

די געשיכטעלע - וואס איז צו ערשט געווען באשריבן אין א בוך - איז א פיקציע און איז כמובן נישט אויסגעהאלטן פון א היסטארישע שטאנדפונקט, לעבעדיגע קינדער האבן זיך נישט געדרייעט און געשמועסט ביי די צוימען אין אוישוויץ. עס קוקט אויס אז דער שרייבער האט פשוט געוואלט צייגן די בארבארישע רציחות פון א דרויסענדיגער קוק ווינקל. פון אונזער זייט איז די מעשה א געזונטער מוסר השכל, דער נאצי גענעראל האט נישט געטראכט אז מיטן פייניגן דעם קליינעם שמואל וועט אין די ענדע זיין על דאטפת אטפוך, און זיין אייגן קינד וועט אנקומען אינעם גאז קאמער.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מונאוויטש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן: מעשה נורא, זיי האבען געמאכט א ווידיע פון די מעשה אויך דאכצעך


עס איז א אמת'ע מעשה?

איך האב פארשטאנען אז עס איז א נאוועל.

בד"וו, מען ברויך טוישן די יאר, 1945 האט זיך אנגעהויבן ווייניגער ווי א האלב יאר פאר די קריג האט זיך גע'ענדיגט .

יש"כ טישטוך פארן ברענגען די מעשה. הערליך שיין געשריבן, און פיין אראפלייגט מיט קאלירפולע פארבן.

די געשיכטעלע - וואס איז צו ערשט געווען באשריבן אין א בוך - איז א פיקציע און איז כמובן נישט אויסגעהאלטן פון א היסטארישע שטאנדפונקט, לעבעדיגע קינדער האבן זיך נישט געדרייעט און געשמועסט ביי די צוימען אין אוישוויץ. עס קוקט אויס אז דער שרייבער האט פשוט געוואלט צייגן די בארבארישע רציחות פון א דרויסענדיגער קוק ווינקל. פון אונזער זייט איז די מעשה א געזונטער מוסר השכל, דער נאצי גענעראל האט נישט געטראכט אז מיטן פייניגן דעם קליינעם שמואל וועט אין די ענדע זיין על דאטפת אטפוך, און זיין אייגן קינד וועט אנקומען אינעם גאז קאמער.

ווי קען זיין די מעשה אמת אז קיינער פון די קינדער האבן נישט איבערגעלעבט צו קענען דערציילן זייער פריינדשאפט, ס'דערמאנט מיך די מעשה פון די רויבערס אין וואלד וואס זענען גע'הרג'ט ווערן, די רבי ז"ל האט דאס אמאל גענוצט פאר א משל אויף די היינטיגע מעשיות, ווער האט דערציילט די מעשה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

צל עובר האט געשריבן: עס איז א נאוועל.

מטעמים האט געשריבן: א מאווי
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

גיט ארויס געבערנגט
עס שטייט אז תשע באב זאל מען אויך טרויען אויף אלע צרות ישראל
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29908
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח טישטוך פאר די ציענדע טרויעריגע געשיכטע
אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע:ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשעל פאסטעכער »

עס האט מיר אינגאנצן איבערגענימען!
ביז טרערן!
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאמעטוכע »

טישטוך האט געשריבן: בס"ד


***

פלוצלינג האט אנגעהויבן רינען פון די שויער'ס, נישט וואסער, עפעס א דיקער פליסיגקייט מיט א דערשטיקנדן גערוך, ציקלאן בי גאז! די קאצעטניקעס האבן זיך אנגעהויבן שטיקן און הוסטן, יעדע סעקונדע זענען געפאלן צענדליגע טויטע, נאך צוויי מינוט האט זיך אויפגעהערט דאס רינען און עס האט געהערשט א דומער שטילקייט, דער שטילקייט פון דאס טויט!

***

רומאן איז געלאפן מיט די וועכטער צום טיר, דער וואס האט געהאט דעם שליסל האט געעפנט די טיר, רומאן האט געזען ענדלאזע בערג פון די פיזשאמעס ליגן אויף די בענק אבער קיין מענטשן האט ער נישט געזען, ביי איין באנק האט ער געזען א פאר קענטיגע שיכעלעך, ער האט אויסגעשריגן "ניין!" און איז אראפגעפאלן אויף דער ערד…
דאן האט זיך די טיר געעפנט און אטיא איז אריינגעלאפן מיט גריס, זיי האבן זיך אנגעקוקט שאקירט, דאן האט זי זיך אויסגעשטרעקט פלאך און געיאמערט "מיין קינד… מיין קינד…"




איז נישט ציקלאן בי געווען שטיקלעך נישט רינעדיג?
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

פרעגסט אדער דו זאגסט?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10980
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

טישטוך האט געשריבן: פרעגסט אדער דו זאגסט?

וואס גייט זיין מיט די סיני מעשה ???????
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע:בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

איך האב נאכנישט קיין אנונג צו וועלכע דירעקציע צו ציען די מעשה
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5332
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

וואה ווערטערלאז
אוועטאר
אבי דוד
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2022 5:52 pm

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי דוד »

יויש איך האב ניטאמאל געשפירט וואס גייט פאר ארום מיר בשעת'ן ליינען דעיס
דא האט איר וואס ספעלט איר קענט דאס לייגן וואו איר ווילט לויט אייער געשמאק
,,,,,,,,,,,,,,,,,,,................."""""""""""""""???????????????????!!!!!!!!!!!!!!!
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24294
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

Wow
השם ינקום דמם
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3519
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

wowowow
מוירעדיג......
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

גרויסן יישר כוח פארן באשרייבן אזוי הערליך און זאפטיג די רירנדע געשיכטע!!!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
ערד_עפל
שר האלף
תגובות: 1158
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

שווער צו גלייבן קוים 80 יאר צוריק
אוועטאר
חיים שתקן
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 26, 2022 8:08 am

Re: אַ נייַע געשיכטע °נישט צו לייענען שבת°

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שתקן »

אמת צי נישט, פיין געשריבן!
חיים איז מיין נאמען, א שתקן בין איך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”