so now what האט געשריבן:
אין קרית יואל איז די א אינגערמאן עקובא געשטעטנער וואס ער עווליעט אין מאכט אויך טערעפי, טערעפי האט געארבעט ווילאנג מען האט עס געטון,
מיר האָבן ב"ה געהאט הצלחה ביי Dr Siwoff (908) 955-7715 א סאך היימישע נוצן עם
Do not waste time עס איז א שאד א יעדען טאג וואס די קינד מיטשעט זיך
עין טובה האט געשריבן:
געדענק אין נישט זיין נאמען, אבער קען איך אפאר אידן וואס זענען געגאנגען צו עפעס א דר אין וועסטשעסטער, נאך אזוי גוט ווי די דר אין לאנדאן.
מיין קינד איז אויך ארויף זייער שנעל די נומערן פון די גלעזער איך בין געגאנגען צו Dr. Frederick M. Wang, MD(דרוך רפואה העלט ליין) ער מיר געגעבען א טראפען וואס מען דארף לייגען א יעדע נאכט דאס מאכט אז עס זאל נישט ארויף גיין

די נאמען פון די טראפען איז Atropine איך האב נישט צו סאך אינפארמאציע איבער דעם איך ניץ עס שוין בערך 4 חודשים דאס ארבעט אז די אויגען זאל נישט ארויף גיין העכער דאס איז נישט א נייע מין טראפען מען האט עס געניצט פאר אנדערע זאכען. נאר מען האט לעצטענס אויסגעפונען אז עס ארבעט אויך פאר דעם אינשורינס באצאלט עס(אינשורינס באצאלט נאר אויף זאכען עס איבער צייגט אז עס ארבעט) עס נישט קיין שום סייד עפעקטס איך מיין אז עס איז גארנישט אז מען לאזט אויס א נאכט
אינטערסאנט אז די אשכול איז היבש שטיל לעצטענס. סא וואס איז די פלאן ? די דאקטער פון לאנדאן איז שוין פון אנפאנג קאראנא קיין אפשען חוץ אויב איינער וויל זיך קווארטין פאר צוויי וואכען (אפשר יעצט פאר די וואס האבן וואקסינען איז יא אנדערש..) כ'האב א נאנטע וואס דארף האבן פריזם בין איך געווען ביי ODA און למעשה איז עס זייער נישט גוט. ווייסט איינער וואו איז די בעסטע פלאץ צו גיין יעצט ? האט שוין איינער געהערט פון DR Mccrodam ? כ'האב געהערט אז מענטשן זענען זייער צופרידן פון אים. ער האט אן אפיס אין ווילי. שכח פאר אלע וואס קענען אריינקומען מיט אינפא.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ? [email protected]מען בעיט און אי"ה עס געשעהט. - לאמיר זאגןתפילת תודה- זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט ארייןדאנקן די גוטער באשעפער
גוט אז דו זאגסט אז או די עי איז נישט גוט, ווייל איך שפיר פאר א פליכט לתועלת הרבים הגם איך שרייב מער נישט דא מיטצוטיילן מיטן עולם מיין עקספיריענס מיט זיי וואס איז זיך פארלאפן די לעצטע פאר וואכן.
מיין נומבער איז געווען סטאביל פאר יארן שוין. לעצטנס האב איך געקריגן העדעקס בין איך געגאנגען צו זיי מיינענדיג אז זיי זענען פשוטע אויגן דאקטורים. די דאקטער דארט האט געטוישט מיין נומבער אראפ מיט א 100, פריזם, און צוגעלייגט פראגרעסיוו. איך האב מיך געיושבט צו איך זאל דאס פאלגן אבער איך האב געהערט אז איינער וואס דארף פריזם קען עס זיין א שטארקע זאך האב איך געמאכט די גלעזער פאר אן אפותיקי און געהאפט צום בעסטן.
למעשה גיי איך שוין דערמיט א חודש און עס איז אזא מין דורכפאל איך קען אייך עס קוים מסביר זיין. מיין לעצטע וואכן זענען מיר געווען ממש ווי סומא חשוב כמת. נישט א זעהער און נישט א בלינדער, צעמישט און צעחושט. דער דאקטער פארפירט איך דארף מיך צוגעוואוינען, פרעג איך פאר ווי לאנג זאגן זיי ״דריי חדשים!״
עטץ ווייסט וואס נעמט אפיציעל שנעלער זיך צוגעוואוינען צו? די שווערע פי-אר-קעי סארט לעיזער פראצעדור. אז עס גייט נעמען דריי חדשים פארוואס זאגט מען נישט פארדעם?! ווער זאגט איך האב די צייט? ווער זאגט מיין פראבלעם איז אזוי שטארק אז איך זאל יעצט אוועקגעבן דריי חדשים?! אלעס חוץ א מעשה אז דריי חדשים זיך צוצעגוואוינען צו א לענס הערט זיך ווייט פון קראנט.
למעשה האב איך געטראפן אן אינטערוויו פון נפשי מיט דעם הויפט דאקטער דארט אין או די עי. שטעלט זיך ארויס אז דער חכם איז א דורכפאל פון א מענטש וועלכע איז נאר אנגעקומען אין א שוואכע אויגן דאקטעריי סקול צוליב וואס יענע סקול האט בלויז דאן געעפענט יענע אפטיילונג און זיי האבן געדארפט סטודענטן. ער זאגט דארט אז פאר כמעט אלע פאציענטן וואס קומען צו אים געט ער פריזם! קיינער ביז אים איז נישט געווען גענוג קלוג, נאר ער האט אויסגעטראפן די פראבלעם.
דערנאך האט ער א גאנצע פראצעדור פון עקסערסייזעס, ווי מען מאכט דיר אראפקומען פאר וואכן און חדשים און אויך אינדערהיים טון טעגליכע עקסערסייזעס וואס נעמען ארויס די קישקעס פון קאפ. ווייל ער ווייסט בעסער און קערט מער ווי די געווענליכע אויגן דאקטורים.
א ליגנער, א שארלאטן. א חוצפה און א בושה אז או די עי האט אריינגעברעגנט אזא ״אלטערנאטיווע מעדעצין״ שלאנג-אויל סעילסמאן ביי אונז אונטער די שלייער פון א געהעריגע אויגן דאקטער.
קען זיין עס איז דא ביי וועם די אויפגעקלערטע וועג ארבעט, אפשר די זעלבע וואס האבן קאראונע-מיזעלס פארטיס קענען גיין אהין. דאס רוב עולם זאלן זיי צורו לאזן און אויפהערן שטאפן אונזערע קינדער מיט פריזמס און אנדערע גארביטש פאר גארנישט און פארנישט.
מיין מיינונג (אבוויעסלי..וועמעס דען? דיינס?), אייביג יתכן אז איך בין ראנג, למיחש מיהא בעי.
eller האט געשריבן:
אינטערסאנט אז די אשכול איז היבש שטיל לעצטענס. סא וואס איז די פלאן ? די דאקטער פון לאנדאן איז שוין פון אנפאנג קאראנא קיין אפשען חוץ אויב איינער וויל זיך קווארטין פאר צוויי וואכען (אפשר יעצט פאר די וואס האבן וואקסינען איז יא אנדערש..) כ'האב א נאנטע וואס דארף האבן פריזם בין איך געווען ביי ODA און למעשה איז עס זייער נישט גוט. ווייסט איינער וואו איז די בעסטע פלאץ צו גיין יעצט ? האט שוין איינער געהערט פון DR Mccrodam ? כ'האב געהערט אז מענטשן זענען זייער צופרידן פון אים. ער האט אן אפיס אין ווילי. שכח פאר אלע וואס קענען אריינקומען מיט אינפא.
מיין זון פון 16 יאר האט קאמפלעינט אויף אויגן ווייטאג, זעמער געגאנגען צום געווענליכן אויגן דאקטאר, די גלעזער וואס ער האט פארשריבן האבן נאר ערגער געמאכט דעם פראבלעם, ער האט געשריגן אז די אויגן ברענען אים מיט די גלעזער.