איך האב מיטגעהאלטען פון די נאנט, א ערליכע ערליכע בחור וואס עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, ווייל ער האט געהאט 2 חסרונות. ער איז גרויס און פעשליך, און האט אויך געהאט נאך א חסרון. די עלטערן האבן געוואוסט אז מ'גייט מיזען אוועקקוקען, אבער זיי האבן עס גענומען זייער שווער. ''אונז זאלן זיך משדך זיין מיט .... אדער ... ?''. שדכנים האבן געפילט אז מ'טוט זיי וויי ווען מטראגט אן ערליכע מיידלעך פון שווערע אדער אינטרעסאנטע שטובער וכדו'. איינמאל איז א שידוך אראפ פון טיש, ווייל נאך 5 וואכן איז די מאמע איז געוואויר געווארן אז די כלה הייסט נישט נאר רחל, זי האט נאך א נאמען... באמת א נישט געשמאקע נאמען. יעדער האט געזעהן אז עס איז ביטער, אבער קיינער וויל נישט לייגען זאלץ אויף די וואונדען.
ביז א קאזין האט זיך אריינגעלייגט און גערעדט מיט 5-6 קליינע שדכנים [פון אפאר שטעט], און במשך 8 חדשים האט ער געהאט א ליסטע פון 65 מיידלעך פון כל מיני שטעט וואס קענען אפשר זיין פאסיג. מ'רעדט פון אלע סארטן מעשיות, אלע סארטן פארווארפענע אדער חרוב'דיגע משפחות, אלע סארטן משפחה נעמען. למעשה, 3 נעמען האבן ערנסט געקאכט.... צוויי זענען ארויסגעפאלען נאך לאנגע 8 אנגעצויגענע וואכן.... אבער די דריטע איז ב''ה געווארן מיט די פולע הסכמה פון די עלטערן.
-
איך מיין ארויסצוברענגן, אז אין דעם פאל איז עס געוועהן א מורא'דיגע מעלה אז די שדכנים האבן נישט געהאנדעלט מיט די עלטערן [ביי די לעצטע פאזעס האבן זיי יא], און זיי האבן געקענט שיסען נעמען רעכטס און לינקס, זיי האבן נישט געדארפט שוקל זיין 10 מאל, אויב מ'מעג אנטראגען דעהר משפחה פאר דעהר שיינע יוד, די אבי הבן. אדאנק דעם, האט מען געקענט צאמשטעלן א גרויסע ליסטע פון געדאנקען. מ'האט געהאקט שטיקער. אן קיין הרגשים.
.
לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545#קהלֵב