נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מאנטאג יוני 05, 2023 10:25 am
סטיוו עלסטער האט געוואלט רעגיסטרירן אלס א טרעידמארק אן אויפשריפט וואס ער האט געלאזט דרוקן אויף העמדלעך מיט די פראזע "טראמפ איז צו קליין"

די טרעידמארק אפיס האט אבער אפגעווארפן די אפליקאציע זאגנדיג אז עס פארלעצט סעקשאן 2 פון די לענהעם אקט וועלכע פארבאט פעדעראלע טרעידמארק רעגיסטראציעס וועלכע אנטהאלטן די נעמען פון און אידענטיפיצירן ספעציפישע לעבעדיגע אינדיווידועלן סיידן מען באקומט זייער ערלויבעניש און אזוי דארף מען באקומען שריפטליכע ערלויבעניש פון די אלמנות פון פארשטארבענע פרעזידענטן

עלסטער האט אפעלירט די באשלוס צום אפעלאט באורד וועלכע איז געקומען צום זעלבן אויספיהר אבער נאכן אפעלירן די קעיס צום פעדעראלן סירקוט קאורט (וועלכע איז די קרייז געריכט וועלכע באהאנדלט אלע טרעידמארקס אישוס) האבן זיי צוריקגעדרייט די באשלוס שרייבנדיג אז סעקשאן 2 פון די קאנגרעס באשטעטיגטע לענהעם אקט גייט אקעגן די ערשטע אמענדמענט פרייהייט פון אויסדרוק קאנסטיטוציאנאלע רעכט און מען אז צו באגרעניצן אויסדרוק מוז מען קוקן אויף די אינהאלט אוןעס באזירן אויף וויכטיגע רעגירונג אינטערעסע אבער אין דעם פאל איז נישט דא סיי וועלכע אנדייטונג אז אזא פארבאט איז אין די אינטערעסן פון די רעגירונג

די געריכט שרייבט אז די רעגירונג האט נישט קיינע פריוואטקייט רעכטן אדער פובליסיטי אינטערעסן צו באגרעניצן אויסדרוק וועלכע קריטיקירט אירע באאמטע אדער פובליק פיגורן אין די טרעידמארק קאנטעקסט

ד ביידען אדמיניסטראציע האט אפעלירט די באשלוס צום סופרים קאורט וועלנדיג באשוצן אינסטיטוציאנאלע אינטערעסן און די מעגליכקייט פון קאנגרעס צו באשטימען אזעלכע געזעצן

איצט אינדערפרי האט די סופרים קאורט באוויליגט אויסצוהערן די קעיס אינעם קומענדיגן טערמין

די געריכט האט אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן און אויסגעקוקט גענויגט איבערצודרייען די אורטייל פונעם קרייז געריכט

ריכטערין סאטאמאיאר האט ארויסגעברענגט אז די פראגע איז נישט אויב עלסטער קען נוצן די פראזע נאר בלויז אויב ער קען באקומען א טרעידמארק דערויף

דאס מיינט אז זיין פרייהייט פון אויסדרוק ווערט נישט באגרעניצט און ער קען פארקויפן העמדלעך אדער אנדערע זאכן מיט דעם אויסדרוק וואו ער וויל אן קיין אפהאלט

ער קען אפילו מאכן א טרעידמארק אונטער אלגעמיינע וועלכעטליכע טרעידמארק געזעצן וועלכע ווערן אינפארסירט אין א רייע סטעיט'ס אבער ער קען נישט צווינגען די אמעריקאנע פעדעראלע טרעידמארק אפיס עס צו אנערקענען

ריכטערין דזשעקסאן האט אויסגעקוקט איינצושטימען מיט די צוגאנג אבער ריכטער גארסוטש האט באטראכט די קעיס פון א צווייטע פערספעקטיוו

גארסוטש וועמען'ס ארגומענט איז געווארן געשטיצט דורך ריכטער קעווענאו איז געווען אז צוריקקוקנדיג אין היסטאריע טרעפט מען געזעצן וועלכע פארבאטן אזעלכע סארט טרעידמארקס גייענדיג צוריק כמעט ביז אמעריקא'ס גרינדונג און אזא אור אלטע טראדיציע איז די גרעסטע באווייז אז קאנסטיטוציע שרייבער וועלכע האבן געשריבן די ערשטע אמענדמענט האבן נישט געזעהן דערין קיין פארלעצונג צו פרייהייט פון אויסדרוק

ריכטערין קעיגען האט געפארמענט איר אייגענע צוגאנג פארוואס צו בארעכטיגן די געזעץ זאגנדיג אז די געזעץ איז קאנצעטרירט צו באגרעניצן "געוויסע סארט" אויסדרוקן און צום ביישפיל ציהלן אויף פראזן וועלכע קריטיקירן פאליטיקאנטן

זי זאגט אז די געוויכט פונעם געזעץ איז נישט איבער וועלכע סארט אויסדרוק ווערט גענוצט נאר איבער "ערלויבעניש וואס די טרעידמארק אפליקאנט דארף באקומען פונעם פאליטיקאנט" און דאס איז אפילו אויב די אויסדרוק איז קאמפלימענטירנד צום פאליטיקאנט

ביים ענדע פונעם סעסיע האט ריכטער ראבערטס קאנגראטולירט מאלקאלם סטוארט וועלכע האט רעפרעזענטירט די רעגירונג צו זיין הונדערט'סטע מונדליכע ארגומענט אינעם העכסטן געריכט

ראבערטס האט אונטערגעשטראכן אז סטוארט איז דער פערטער פערזאן אין די לעצטע 10 יאר צו גרייכן אז ציפער

ריכטער ראבערטס האט זיך עראינערט מיט זיינע מעמוארן פון זיינע יארן ווען ער איז נאך געווען אן אדוואקאט און דערמאנט א קעיס וועלכע ער (ראבערטס) האט רעפרעזענטירט אין סופרים קאורט און סטוארט האט געמאכט די קעיס פאר די צווייטע זייט

ראבערטס האט אויסגעפיהרט אז אין די ענדע ווען די אורטייל איז אראפגעקומען איז ער (ראבערטס) געווען בלויז קארגע 9 שטימען אוועק פון אן איינשטימיגן אורטייל אין שטיצע פון זיין קליענט..

די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט אין שטיצע פון די רעגירונג און ריכטער טאמאס האט געשריבן די אורטייל פאר אן איינשטימיגע געריכט
אוועטאר
פארדינט
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע:אויפן טראוועי

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדינט »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 5:17 pm
קאנגרעס האט באשטעטיגט א געזעץ וועלכע האלט א מלוה פאראנטווארטליך צו באצאהלן די שאדנס פאר א לוה אויב האט די מלוה פרעזענטירט פאלשע אינפארמאציע איבער די בארגן היסטאריע פונעם לוה

די פראגע וואס מיר וועלן היינט באהאנדלען איז אויב ווען די רעגירונג איז די מלוה קענען זיי זיך ארויסדרייען פון אזא פאראנטווארטליכקייט

א מאן מיטן נאמען קירץ האט געהאט ארויסגענומען אן הלואה ביי פענסילוועניע ערציאונג אגענטור און א באזונדערע ביי די אגריקולטור דעפארטמענט און זיי אפגעצאהלט אין צייט אבער טראץ וואס ער האט געהאט א זערא באלאנס האבן זיי ביידע באריכטעט צו טרענס יוניאן אז ער האלט אן אומבאצאהלטע באלאנס פאר מער פון 120 טעג און זיין קרעדיט סקאור איז אין רעזולטאט אראפגעגאנגען

קירץ האט געשיקט א בריוו צו טרענס יוניאן אפצושלאגן די אומריכטיגע אינפארמאציע און זיי האבן געשיקט א נאטיץ דערוועגן צו די די צוויי אגענטורן וועלכע האבן גארנישט געטוהן עס צו פארריכטן

קירץ האט דאן געקלאגט די 2 דעפארטמענטס און די אגריקולטור דעפארטמענט האט פארלאנגט אז מען זאל ארויסווארפן די קעיס צוליב וואס די רעגירונג איז באשוצט מיט זעלבסטשטענדיגקייט באשיצונג און די דיסטריקט ריכטער האט איינגעשטימט

קירץ האט אפעלירט די באשלוס צום דריטן קרייז געריכט וועלכע האט ארויסגעווארפן די אורטייל און געשריבן אז סעקשאן 1681 פון די געזעץ שרייבט אז יעדע "פערזאן" וועלכע טוט פאלש באריכטן איבער די בארגן היסטאריע פון א לוה, אפגעזעהן אויב עס איז בייזוויליג אדער צוליב פארנאכלעסיגונג דארף ווערן געהאטלן פאראנטווארטליך

די דריטע סירקוט קאורט האט מיט דעם גענומען די זעלבע שטעלונג פון די זיבעטע און די סי קרייז געריכטן וועכע האבן געשריבן אז די ווארט "פערזאן" שליסט אויך איין די רעגירונג און סיי וועלכע אגענטור אונטער זיי און מיט דעם האט קאנגרעס קלארגעשטעלט אז ווען עס קומט צו די געזעץ נעמען זיי אוועק די אלגעמיינע באשיצונג וואס די רעגירונג האט אקעגן אנדערע סארט קלאגעס

די רעגירונג האט אפעלירט די קעיס צום סופרים קאורט וועלכע האט עס אקצצעפטירט און אצינד אויסגעהערט די מונדליכע ארגומענטן אין וועלכע קירץ האט גע'טענה'ט אז די געזעץ באציהט זיך צו סיי וועלכע פערזאן און אין די פירוש אויף די געזעץ האט קאנגרעס געשריבן אז פערזאן מיינט יעדע פערזאן און אז דאס רעכנט אריין סיי וועלכע רעגירונג אגענטור

די רעגירונג פארלאנגט אבער אז מען זאל זיך נישט רעכענען מיט די פירוש וואס קאנגרעס האט גענוצט פאר די ווארט פערזאן ווייל לויט זיי פארלאנגט זי איז די אלגעמיינע באשיצונג אקעגן קלאגן די רעגירונג אזוי שטארק אז קאנגרעס דארף קלאר ארויסשרייבן אין די ווערטער פון די געזעץ גופא אז זיי באזייטיגן די באשיצונג אין א ספעציפישע געזעץ אז עס זאל קענען חל זיין

די רעגירונג פאזיציע קען זיך הערן אביסל שוואך אבער עס ווערט אונטערגעשטיצט מיט די פרעצעדענט ארגומענט ווי זיי ווייזן אן אז צוריק אין 1973 למספרם איז באהאנדלט געווארן אן ענליכע קעיס איבער פארלעצונגען פון ארבעט סטאנדארטן וועלכע קאנגרעס האט פארלאנגט און אין יענע פאל האט די סופרים קאורט באפרייט סטעיטס פון קלאגעס טראץ וואס יענע געזעץ האט זיך אויך באצויגן צו יעדע פערזאן און אויך דארט האט קאנגרעס געשריבן אינעם פירוש אז עס איז גילט אויך פאר רעגירונגען

די רעגירונג ווייזט אן אז אפגעזעהן אויב די ריכטער זענען פולשטענדיג איבערצייגט איבער זייער ארגומענט זעלבסט דארפן זיי נעמען אין באטראכט אז די העכסטע געריכט האט עס אנגענומען מיט יארן צוריק און זינט דאן געאורטיילט אין עטליכע פעלער באזירט אויף יענע פרעצעדענט און אצינד איז שוין צו שפעט צוריקצודרייען די זייגער

ריכטער טאמאס, קעיגען סאטאמיאר און גארסוטש האבן אויסגעקוקט היבש שטארק אין שטיצע פון קירץ אין די צייט וואס ריכטער ראבערטס און אליטא האבן יא אויסגעקוקט מער סימפאטיש צו די רעגירונג

די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט אין שטיצע פון קירץ אז ער קען קלאגן די רעגירונג און די אורטייל איז געקומען פון ריכטער גארסוטש פאר אן איינשטימיגע געריכט
אויסגעהערט און געאורטיילט אינעם זעלבן טאג?
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פארדינט האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 5:03 pm

ניין

די לעצטע 3 באריכטן זענען בטעות געבליבן שטעקן אין דרעפט האט מען זיי אצינד ארויסגעשטעלט האלטנדיג נאכן אורטייל

הכל הבל האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 5:04 pm

אהא!
יישר כח.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!
אוועטאר
קודם טראכט
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 1:37 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודם טראכט »

הכל הבל האט געשריבן: זונטאג יולי 07, 2024 5:23 pm
צוריק אין 2005 למספרם האבן טשארלס און קעטלין מור אינוועסטירט 40 טויזנט דאלאר אין אן אינדיאנע קארפארעישאן וועלכע העלפט ארויס פארמער אין אינדיע און זיי האבן באקומען 13% פון די שעירס אין די פירמע

די פראפיטן פון די פירמע ווערן גלייך צוריק אינוועסטירט אין די פירמע זעלבסט און נישט פארטיילט צווישן די שעירהאולדער אבער אין 2017 למספרם האט די מור פארפאלק פון וואשינגטאן סטעיט באקומען א שטייער ביל פון ארום 15 טויזנט דאלאר

די שטייער איז געקומען אין ליכט פון די שטייער רעפארם פעקל וועלכע פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן און עס האט אנטהאלטן א פראוויזיע וועלכע ערלויבט פאר די רעגירונג איינצוקאסירן שטייער אויף פארדינסטן פון אויסלענדישע קארפארעישאנס אין וועלכע אמעריקאנע שעירהאולדער באטרעפן אמווייניגסטנס 50% פון די סטאק אפילו די פראפיטן זענען נאכנישט געווארן אפגענומען/גענוצט דורך די שעירהאולדער

די געזעץ איז געגאנגען אויף למפרע צו ערלויבן די רעגירונג אפצונעמען שטייערן אויף פארדינסטן פון נאך 1986 למספרם און ווייטער

די מור'ס האבן אריינגעטראגן א קלאגע דערקעגן זאגנדיג אז די רעגירונג קען נישט רעכענען קיין שטייער אויף פארדינסטן פון שעירס וועלכע די פארדינער האבן נאכנישט ארויסגענומען פון די פירמע

די פארפאלק האט פארלוירן זייער קעיס אינעם אונטערשטן געריכט און די קעיס איז אצינד געווארן אויסגעהערט דורך די סופרם קאורט וואו ענדרו גראסמאן האט געמאכט די קעיס פאר די קלעגער און געזאגט אז די טערמין "איינקופט" פון וועלכע די קאנסטיטוציע ערלויבט צו רעכנען שטייער איז אייביג געווארן פארשטאנען אלס פארדינסטן וואס די פארדינער האבן פאקטיש אפגענומען ווי צום ביישפיל, רענט, געהאלט און אנדערע פארדינסטן

ריכטערין סאטאמאיאר האט אנגעוויזן פאר גראסמאן אז די באגריף פון פארדינסטן וועלכע זענען נאכנישט געווארן ארויסגענומען פון די פירמע איז שוין געווען באקאנט אין די צייט וואס מען האט געשריבן די 16'טע אמענדמענט צו די קאנסטיטוציע וועלכע אדרעסירט די רעכט פון די רעגירונג צו רעכענען שטייער

זי זאגט אז די שרייבער האבן געהאט א שאנס קלארצושטעלן אז אומרעאליזירטע פארדינסטן זענען אויסגעשלאסן אבער האבן עס נישט געטוהן און קאנגרעס האט דורכאויס די יארן באשטעטיגט עטליכע סארט שטייערן אויף געוויסע אומרעאליזירטע פארדינסטן

גראסמאן האט געענטפערט אז מיט דעם וואס די שרייבער האבן גענוצט די ווארט "איינקופט" האבן זיי אין פאקט קלארגעשטעלט אז זיי באציען זיך בלויז רעאליזירטע פארדינסטן ווייל דאס איז פארשטאנען געווארן אלס אפטייטש פון איינקופט

ריכטערין קעיגען האט אנגעוויזן אז קאנגרעס האט א לאנגע היסטאריע פון רעכענען שטייערן אויף אמעריקאנע סטאקהאולדער אין אויסלענדישע פירמעס זינט די רעגירונג קען נישט רעכענען שטייער אויף די פירמעס זעלבסט און זוכט צו בלאקירן די וועג פאר אמעריקאנער צו אינוועסטירן זייער געלט אין אויסלאנד וואו עס זאל וואקסן באשוצט פון אמעריקאנע שטייערן

סאלאסיטאר דזשענעראל עליזאבעט פרילאגער האט געמאכט די קעיס פאר די רעגירונג און געזאגט פאר די ריכטער אז זי וועט זיין צופרידן אויך מיט א מער געצוימטע אורטייל וועלכע מוז נישט אדרעסירן די פראגע פון די 16'טע אמענדמענט זעלבסט אויב אומרעאליזירטע פארדינסטן קענען אויסשטיין שטייערן

זי ווייזט אן די שטייער באשטעטיגט אין 2017 למספרם ציהלט פארדינסטן וועלכע זענען פאקטיש געווארן ערהאלטן דורך די אויסלענדישע קארפארעישאנס און קאנגרעס האט געהאט די רעכט צוצושרייבן די פארדינסטן צו די שעירהאולדער וועלכע זענען די אייגנטומער פון אט די באטרעפנדע קארפארעישאנס

די טענה באדייט אז אויך אויב מען קען נישט רעכענען שטייער פאר אומרעאליזירטע פארדינסטן קען קאנגרעס דערקלערן אז אזעלכע סארט פארדינסטן הייסן פאקטיש "רעאליזירט"

ריכטער קעווענאו און בערעט האבן ביידע ארויסגעצייגט אינטערעסע אין אזא לייטער וועג ארויס פונעם פלאנטער און געווען צופרידן אז עס איז כאטש דא אן אויסוועג נאכצוגעבן פאר די רעגירונג אן דארפן אדרעסירן די 16'טע אמענדמענט פון די קאנסטיטוציע

צו ערשט האט ריכטערין בערעט געפרעגט פון גראסמאן וואס ער זאגט דערצו אבער שפעטער האט אויך קעווענאו אנגעוויזן אז די איינציגסטע ערנסטע פראגע איז איבער די צייט און אויב קאנגרעס וועלכע האט מעגליך די רעכט צוצושרייבן די פארדינסטן וועלכע די קארפארעישאן האט רעאליזירט אז עס זאל ווערן צוגעשירבן צו די שעירהאולדער אויך אויף למפרע אויף די יארן בעפאר די געזעץ איז געווארן באשטעטיגט

טייל קאנסערוואטיווע ריכטער האבן אויסגעדרוקט זארג איבער די אפעקט פון אן אורטייל אין שטיצע פון די רעגירונג און ריכטער טאמאס האט געפרעגט אויב אזא זאך וועט מיינען אז די רעגירונג קען רעכענען שטייער אויך שטייגנדע פראפערטי ווערד

ריכטער אליטא איז גראדע אויסגעשטאנען רופן צו צו רעקיוזן פון די קעיס צוליב זיינע פארבינדונגען מיט איינע פון די אדוואקאטן וועלכע רעפרעזענטירן די מור'ס אבער ער האט אפגעזאגט די פארלאנגען

ריכטער גארסוטש האט געוואלט פארשטיין אויב די רעגירונג וועט קענען באשטעטיגן א שטייער אויף רעטייערמענט אינוועסטמענט אקאונטס וועלכע וועט ערנסט באטרעפן מיליאנען אמעריקאנער

פרילאגער האט געזאגט אז די אלע היכי תמצי'ס זענען נישט עפעס וואס זענען ערווארטעט צו פאסירן ווייל פון אן אדמיניסטראטיוון שטאנדפונקט וועט די רעגירונג זוכן צו רעכענען שטייער אויף הארטע פארדינסטן וועלכע זענען פאקטיש אריינגעקומען

ריכטערין קעיגען האט איינגעשטימט מיט פרילאגער זאגנדיג אז מיר וועלן נישט באגעגענען אזעלכע סארט שטייערן אין אונזערע לעבנסטעג און ריכטער קעווענאו האט עס באשטעטיגט זאגנדיג אז קאנגרעס מיטגלידער וועלן עס נישט טוהן ווייל זיי ווילן געווינען ווידערערוויילונג

די סופרים קאורט האט אצינד געאורטיילט מיט 2-7 אין שטיצע פון די רעגירונג ווען ריכטער קעוואנאו שרייבט פאר די מאיאריטעט און ריכטער גארסוטש פאר די מינאריטעט האבנדיג בליז ריכטער טאמאס אויף זיין זייט
דא זעהט מען נאכאמאל הבל'ס אנאליז אז גארסיטש איז אנטי גאווערמענט
פאר סיי וועלכע געברויך איו עניני חו"מ א שטר, טוענות, קעיס מענעדזשמענט, ביטע שיקן א אישי אדער אימעיל צו [email protected] מיר האבן שטארקע קשרים פאר א גוטע צוגענגליכע ארבעט
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

@הכל הבל

מווארט מיר נאך אויף דעם לענגערע אנאליז אויפן אימיוניטי פסק!!
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אכטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט אז א מינעסאוטע געזעץ וואס פארלאנגט צו זיין מינימום 21 יאר אויף צו קענען באקומען א פערמיט צו טראגן א ביקס אין פובליק פארלעצט די צווייטע אמענדמענט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-16 222934.png
Screenshot 2024-07-16 222934.png (158.3 KiB) געזען 2708 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

דריטע קרייז אפעלאט געריכט אנטזאגט זיך פון בלאקירן אויף צייטווייליג א דעלעוועיר פארבאט אויף סעמי אוטאמאטישע וואפן, נאר פארארדענט אז די קעיס זאל פאראויסגיין ווי געהעריג.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-16 223411.png
Screenshot 2024-07-16 223411.png (133.1 KiB) געזען 2696 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ניינטע קרייז אפעלאט געריכט ווארפט ארויס א אנקלאגע קעגן די ביידן אדמיניסטראציע וואס באשולדיגט די אדמיניסטראציע אין שפילן א ראלע אין די (פעלקער מארד) אין עזה, באשטעטיגענדיג דערמיט די אורטייל פונעם דיסטריקט ריכטער.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-16 225708.png
Screenshot 2024-07-16 225708.png (170.07 KiB) געזען 2652 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פיפטע קרייז אפעלאט געריכט -אין א 13-6 באשלוס- אורטיילט צו לאזן אין קראפט א מיסיסיפי לעבנסלענגליכע פארבאט פאר מענטשן געפונען שולדיג אין געוויסע פעלאני פארברעכנס פון קענען שטימען אין סיי וועלכע וואלן, אויך נאכן אויסדינען זייערע טורמע טערמין.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-18 231336.png
Screenshot 2024-07-18 231336.png (167.29 KiB) געזען 2498 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סופרים קאורט בלאקירט אין די לעצטע מינוט די הינריכטונג פון רובען גוטיערעז וועלכע ווערט באשולדיגט אין די מארד פון א 85 יעריגע פרוי דורכאויס א רויבעריי אין 1998.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-18 231743.png
Screenshot 2024-07-18 231743.png (60.09 KiB) געזען 2483 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

א געוועזענע פראקוראר ביי די וואשינגטאן די.סי. פעדעראלע פראקוראר'ס אפיס, וועלכע איז געווען פארמישט אין מערערע פראצעסן קעגן פראטעסטירער דורכאויס די טראמפ איינשווערונג צערמאניע, ווערט באשולדיגט אין בייזוויליג צוריקהאלטן באווייזן וואס וואלט געקענט ריינוואשן די באשולדיגטע.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-07-18 232606.png
Screenshot 2024-07-18 232606.png (163.67 KiB) געזען 2464 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

פעדעראלע ריכטער נאמינירט דורך פרעזידענט בוש ערלויבט פאר טראמפ פאראויסצוגיין מיט א פארלוימדונג קלאגע אקעגן דזשארדזש סטעפאנאפאלוס פארן זאגן אין אן אינטערוויו מיט קאנגרעספרוי נענסי מעיס אז טראמפ איז שולדיג אויף פערזענליכע איבערפאל באזירט אויף די אורטייל פון א ריכטער אין ניו יארק אין די צייט וואס יענע אורטייל גייט נישט אזוי ווייט ווי די אויסדרוק וואס סטעפאנאפאלוס האט גענוצט
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:54 pm
הבשר עודנו בין

די אהייא סופרים קאורט האט געאורטיילט מיט 4 אקעגן 3 צו אנולירן די באשלוס פון נידריגע געריכטן וועלכע האבן ערלויבט פאר א קלעגער פאראויסצוגיין מיט א קלאגע אקעגן א רעסטוראנט נאכן ווערן פארוואונדעט ביים אראפשלינגען א ביין וואס איז געווען פארשטעקט אין א פארציע פון ביינלאזע פליגלען

די מאיאריטעט שרייבט אז די טערמין "ביינלאזע פליגעלעך" מיינט אויסצודרוקן א סארט מאלצייט אבער נישט א פארשפרעכונג אז דער עסער וועט זיך זיכער נישט אנשטאלפערן מיט קיין איינציגע ביין

זיי שרייבן אז קונדן ווייסן צו ערווארטן אזא מעגליכקייט און זענען אין אלגעמיין פארזיכטיג ביים עסן איבערהויפט ווען די רעדע איז נישט פון דרויסנדיגע אביעקטן וועלכע פאלן אריין אין די מאלצייטן נאר נאטורליכע זאכן וואס קומען ארגינעל אין פלייש
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 2:28 pm
עטליכע אידישע סטודענטן אריינגעגעבן א אנקלאגע אין פעדעראלע געריכט קעגן די הארווארד יוניווערסיטי, מיט די באשולדיגונג אז די אוניווערזיטעט אינפארסירט נישט די אנטי דיסקרימינאציע פאליסיס ווען עס קומט צו באשיצן אידישע סטודענטן.
ריכטער אורטיילט אז די סטודענטן קענען פאראויסגיין מיט זייער קלאגע.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-06 221521.png
Screenshot 2024-08-06 221521.png (147.81 KiB) געזען 1690 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פערטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט צו לאזן אין קראפט א מערילאנד סטעיט פארבאט אויף געוויסע א.ג. סעמי-אוטאמאטישע וואפן.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-07 215959.png
Screenshot 2024-08-07 215959.png (161.11 KiB) געזען 1556 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 9:34 am
קו ירוק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 6:58 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 5:50 pm
ערשטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט אז די מעקסיקאנע רעגירונג איז יא ערלויבט צו קלאגן וואפן פראדוצירער אין אמעריקאנע געריכט, איבערדרייענדיג א אורטייל פון די אונטערשטע געריכט.
שייך צו בעטן צו שרייבן אין צוויי שורות די טענות צווישן די צוויי זייטן?
◄ ווייז ספוילער
מעקסיקא באשולדיגט עטליכע אמעריקאנע וואפן פראדוצירער אין זיין דירעקט פאראנטווארטליך פאר די הויכע פארברעכן/טויט ראטע אין לאנד, דורכן פראדוצירן אזעלכע סארט וואפן בעפארצוגט דורך לאקאלע דראג קארטעלן.

די דיסטריקט ריכטער האט ארויסגעווארפן די קלאגע באזירט אויף די 'באשיצונג פון געזעצליכע האנדלמיט וואפן עקט' (PLCAA) וואס טוט אין אלגעמיין פארבאטן קלאגעס אין אמעריקאנע געריכטן קעגן וואפן פירמעס.

טענה'ט אבער מעקסיקא -און אויף דעם האט די אפעלאט געריכט געגעבן גערעכט- אז די באשיצונג פאר וואפן פירמעס איז נאר פאר אקטיוויטעטן וואס זענען 'געזעצליך', וואס אין דעם פאל איז די באשולדיגונג אז די פירמעס זענען דירעקט פאראנטווארטליך פאר די וואפן שמוגלעריי אריבער די גרעניץ און דעריבער זענען זיי נישט באשיצט.
דיסטריקט ריכטער ווארפט ארויס מיינסטענס פון די קלאגעס באזירט אויף יוריסדיקציאנאלע אורזאכן.

אורטייל ערלויבט די קעיס פאראויסצוגיין קעגן 'סמיט ענד וועסאן' און די 'וויטמער פובליק סעיפטי גרופע' - צוויי פון די אכט אנגעקלאגטע.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-07 222206.png
Screenshot 2024-08-07 222206.png (140.59 KiB) געזען 1531 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:38 pm
ריכטער אין מיזורי בלאקירט טיילן פון די ביידען אדמיניסטראציע סטודענטן חובות פראגראם.
אכטע קרייז אפעלאט געריכט פארלאפענע ענדע וואך געאורטיילט צו צייטווייליג בלאקירן די אדמיניסטראציע פון פאראויסגיין מיט די פראגראם.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-13 235657.png
Screenshot 2024-08-13 235657.png (182.51 KiB) געזען 1379 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:55 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:38 pm
ריכטער אין מיזורי בלאקירט טיילן פון די ביידען אדמיניסטראציע סטודענטן חובות פראגראם.
אכטע קרייז אפעלאט געריכט פארלאפענע ענדע וואך געאורטיילט צו צייטווייליג בלאקירן די אדמיניסטראציע פון פאראויסגיין מיט די פראגראם.
אדמיניסטראציע אריינגעגעבן א ביטע ביים סופרים קאורט צו אנולירן די בלאקאדע.

סטעיט דארפן אריינגעבן זייער ענטפער ביז מאנטאג.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-14 011001.png
Screenshot 2024-08-14 011001.png (99.68 KiB) געזען 1332 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע ריכטער אין קאליפארניע רייסט אראפ די 'יוניווערסיטי אוו קאליפארניע לאס אנזשעלעס' (UCLA) איבער דעם וואס פרא-חאמאס פראטעסטירער האבן פריער אין יאר געשטערט אידישע סטודענטן פון אנקומען צו זייערע קלאסן און אנדערע טיילן פון יוניווערסיטי קעמפוס.

ריכטער פארארדענט די יוניווערסיטי צו פארזיכערן אז אידישע סטודענטן האבן גלייכע צוטריט צו אלע קלאסן/אקטיוויטעטן, און נישט צולאזן אז סיי ווער זאל דאס שטערן.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-14 202715.png
Screenshot 2024-08-14 202715.png (209.94 KiB) געזען 1194 מאל
אוועטאר
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 46913
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:16 pm
צוריק אין אפריל האט די פעדעראלע האנדלס קאמיסיע געשטימט אויף פארטייאישע ליניעס צו פארבאטן נאן קאנקורענץ אפמאכן צווישן ארבעטסגעבער און ארבעטער

עס איז געקומען נאך וואס פילע ארבעטער האבן זיך באקלאגט אז זייערע ארבעטסגעבער פארלאנגען אז זיי זאלן אונטערשרייבן אז זיי גייען נישט אריבערגיין ארבעטן פאר זייער קאנקורענט און ווען די ארבעטער ווערן אומצופרידן שאפט עס זיי שוועריגקייטן צו קענען זוכן אנדערע גליקן אין די פעלד אין וועלכע זיי האבן שוין ערפארונג

די ארבעטסגעבער זאגן אבער אז די סארט אמפאכן פעלט זיך אויס צו באשוצן זייער אינוועסטירונג אין די רעקוטירן ארבעטער און די ביזנעס פארבינדונגען און אנדערע בינעס געהיימעניסן וועלכע זענען אין געפאר צו ווערן איבערגעגעבן צו קאנקורענטן דורך ארבעטער וועלכע גייען אהין

די קאמיסיע האט ווי געשריבן פארבאטן די סארט אפמאך נעמענדיג די זייט פון די ארבעטער און פירמעס און פלארידא און אין פענסילוועניע האבן אריינגעטראגן קלאגעס אין געריכט דערקעגן

אין פלארידא האט די געריכט געאורטיילט אין שטיצע פון די קלעגער אבער בלויז פאר יענע ספעציפישע פירמע און נישט פאר אנדערע און אין פענסילוועניע האט די געריכט געשריבן אז די קלעגער האבן נישט איבערצייגט אז זיי האבן שאנדן פון די פארבאט און עס קוקט אויס ווי זיי גייען פארלירן די קעיס

אין טעקסאס האט די טשעימבער אוו קאמערץ אריינגעטראגן א קלאגע אקעגן די פארבאט און ריכטערין בראון (נאמינירט דורך פרעזידענט טראמפ) האט אצינד געאורטיילט אז די קאמיסיע איז נישט בארעכטיגט ארויסצוגעבן אזא פארבאט נאציאנאל און קען בלויז אדרעסירן אזעלכע אפמאכן אויף א קעיס ביי קעיס באזיס און בלויז קאנגרעס איז באפולמעכטיגט צו איינשטעלן אזא רעגולאציע

די קאמיסיע וועט זייער מעגליך אפעלירן די אורטייל און די קעגנזייטיגע צוגאנג פון פארשידענע געריכטן מאכן די קעיס גאנץ רייף עווענטועל אנצוקומען אין סופרים קאורט
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פערטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט 14-2 צו לאזן אין קראפט א מערילאנד געזעץ וואס פארלאנגט פון האנט-ביקסן איינקויפער צו דארפן דרכגיין א בעקגראונד טשעק און א זיכערהייט קאורס פון עטליכע שטונדן.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-26 171753.png
Screenshot 2024-08-26 171753.png (183.05 KiB) געזען 663 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 8:11 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 6:55 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:38 pm
ריכטער אין מיזורי בלאקירט טיילן פון די ביידען אדמיניסטראציע סטודענטן חובות פראגראם.
אכטע קרייז אפעלאט געריכט פארלאפענע ענדע וואך געאורטיילט צו צייטווייליג בלאקירן די אדמיניסטראציע פון פאראויסגיין מיט די פראגראם.
אדמיניסטראציע אריינגעגעבן א ביטע ביים סופרים קאורט צו אנולירן די בלאקאדע.

סטעיט דארפן אריינגעבן זייער ענטפער ביז מאנטאג.

בילד
סופרים קאורט אנטזאגט זיך צו אנולירן די בלאקאדע פונעם אפעלאט געריכט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-29 165938.png
Screenshot 2024-08-29 165938.png (39.83 KiB) געזען 446 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פיפטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט אז אומלעגאלע אימיגראנטן זענען נישט קוואליפיצירט צו געניסן פון די צווייטע אמענדמענט רעכט צו באזיצן געווער.
◄ ווייז ספוילער
געריכט אורטיילט אז די ווערטער
A well regulated Militia, being necessary to the security of a free State, the right of the people to keep and bear Arms, shall not be infringed.
רעכענט אריין בלויז 'געזעץ-היטענדע און פאראנטווארטליכע' מענטשן וואס זענען 'טייל פון די פאלטיטישע געמיינדע'.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-08-29 170614.png
Screenshot 2024-08-29 170614.png (141.29 KiB) געזען 418 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: נייעס און נאטיצן פון די אמעריקאנע געריכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:59 pm
שכולו טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 4:48 pm
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:42 pm
דריטע קרייז אפעלאט געריכט אורטיילט אז פענסילוועניע מוז נישט אננעמען מעיל אין בעלאטס וועלכע האבן נישט קיין דאטום ווי פארלאנגט לויט די געזעץ.
זיי מעגן?
סטעיט געזעץ זאגט אז נישט.

---
געריכט האט געאורטיילט אז דאס איז נישט קיין סתירה מיט די פעדעראלע וואל רעכט געזעץ.
סטעיט געריכט אורטיילט אז די סטעיט געזעץ איז נישט אויסגעהאלטן אונטער די סטעיט קאנסטיטוציע.

די אורטייל וועט אפעקטירן פילאדעלפיע און אלעגהאני קאונטיס, וואו די באאמטע וועלן מוזן רעכענען אויך פאסט בעלאטס וועלכע טראגן נישט א פולע דאטום אויף די דרויסענדע קאנווערט.
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-03 175536.png
Screenshot 2024-09-03 175536.png (173.43 KiB) געזען 244 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”