רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ידעתי
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

חקירות ודרישות האט געשריבן:
בילדער
4568_640x426.jpg
4557_640x426.jpg
5465_640x426.jpg
דער עלטערער איד ערשטער אויף די לינקע זייט פונעם בילד (מיט די האנט אויפן טיש) זעהט אויס ווי רבי ליפא שווארץ ז"ל.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3827
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

ניסן תשפ"ג
הכנסת אורחים שטיבל "אשל משה אריה" שע"י ביהמ"ד אהל רחל הערליך רענאווירט
ע"ש ולזכרו פון מרן הגאב"ד וראש ישיבת סאטמאר ירושלים הרמ"א פריינד זצוק"ל
IMG_0340.jpg
IMG_0340.jpg (222.56 KiB) געזען 1086 מאל
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

איך האב א מחזור דברי יואל וואס הגה"צ ר' משה אריה זצוק"ל האט גענוצט
איינער ווייסט ווי איך קען עס פארקויפן?
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1553
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

קדוש ונורא האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:41 pm
איך האב א מחזור דברי יואל וואס הגה"צ ר' משה אריה זצוק"ל האט גענוצט
איינער ווייסט ווי איך קען עס פארקויפן?
מחזור דברי יואל לשבועות
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ירושת פליטה. שאלות ותשובות מאת ענקי מדינת הונגריא, אשר רובם נהרגו על קדושת השם בשעת הגזרה התש"ד… הוחל להדפס קודם הגזרה, ונשאר קטוע וחסר, ועתה יצא לאור ע"י ה"חברת ש"ס" דקהל יראים פעסט. בודפסט, תש"ו [1946].
הספר כולל תשובות על שאלות אקטואליות ומעניינות ביותר שעלו בפני רבני הונגריה לפני השואה. התשובות עוסקות בשאלות שהתחדשו בתקופה ההיא, ובמיוחד שאלות הקשורות בחשמל: חשמל בשבת, טלפון בשבת ויום טוב, טלפון לעניין שמיעת מגילה ותפילה, מניות בחברות מחללי שבת ולגבי חמץ בפסח, מצות מכונה, נסיעה באווירון על בית קברות, גניזת עיתוני חול שיש בהם דברי קודש וכדומה ועוד.
בדפים האחרונים: שמות הקדושים רבני ארץ הונגריא שמתו על קדושת השם בשנת התש"ד. הרשימה כוללת מאות שמות של רבני וגאוני הונגריא. אחד הרבנים במפורסמים המופיעים ברשימת הניספים הינו הגאון רבי משה אריה פריינד שנזכר ברשימה [תוך ידיעה מוטעית שאף הוא היה בין הנספים. זוגתו וילדיו אכן נספו בשואה] אך למעשה רבי משה אריה לא נספה בשואה, ואף עלה ארצה לאחר השואה, כאן כיהן במשרה הרמה ביותר כגאב"ד העדה החרדית והאריך ימים עד גיל 93!
אטעטשמענטס
YP90.jpg
YP90.jpg (211.87 KiB) געזען 937 מאל
YP89.jpg
YP89.jpg (54.84 KiB) געזען 937 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
א איד פון אמאל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 5:30 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א איד פון אמאל »

dovidal האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 01, 2023 12:16 pm
ירושת פליטה. שאלות ותשובות מאת ענקי מדינת הונגריא, אשר רובם נהרגו על קדושת השם בשעת הגזרה התש"ד… הוחל להדפס קודם הגזרה, ונשאר קטוע וחסר, ועתה יצא לאור ע"י ה"חברת ש"ס" דקהל יראים פעסט. בודפסט, תש"ו [1946].
הספר כולל תשובות על שאלות אקטואליות ומעניינות ביותר שעלו בפני רבני הונגריה לפני השואה. התשובות עוסקות בשאלות שהתחדשו בתקופה ההיא, ובמיוחד שאלות הקשורות בחשמל: חשמל בשבת, טלפון בשבת ויום טוב, טלפון לעניין שמיעת מגילה ותפילה, מניות בחברות מחללי שבת ולגבי חמץ בפסח, מצות מכונה, נסיעה באווירון על בית קברות, גניזת עיתוני חול שיש בהם דברי קודש וכדומה ועוד.
בדפים האחרונים: שמות הקדושים רבני ארץ הונגריא שמתו על קדושת השם בשנת התש"ד. הרשימה כוללת מאות שמות של רבני וגאוני הונגריא. אחד הרבנים במפורסמים המופיעים ברשימת הניספים הינו הגאון רבי משה אריה פריינד שנזכר ברשימה [תוך ידיעה מוטעית שאף הוא היה בין הנספים. זוגתו וילדיו אכן נספו בשואה] אך למעשה רבי משה אריה לא נספה בשואה, ואף עלה ארצה לאחר השואה, כאן כיהן במשרה הרמה ביותר כגאב"ד העדה החרדית והאריך ימים עד גיל 93!
עס איז געווען נאך א 'משה אריה פריינד' אבד"ק נאסויד בן הגה"צ ר' חנוך העניך פריינד ז"ל בן הגה"ק ר' אברהם יהושע פריינד זיע"א אבד"ק נאסויד.
ר' חנוך העניך האט איבערגענומען די רבנות נאכן נאסוידער רב אבער ער איז ליידער אוועק א יאר דערויף האט איבערגענומען זיי נעפיו הגה"ק ר' משה אריה גאב"ד ירושלים ביז שנת תרצ"ו ווען זיי זוהן ר' משה אריה איז געווארן ראוי לאותו איצטלא האט דאס דער ירושלימער רב אים איבערגעגעבן, אין איז געווארן דאמאלט רב אין 'ראגנא' אין די גלילות,
שפעטער איז זיין ברודער ר' מרדכי יודא געקומען פון פוילן בשנת תרצ"ח איז געדארפט וועגן די שריפטן א רבנות פאסטון
איז דער ירושלימער רב געגאנגען וואוינען אין עואב"י סאטמאר.
א געזונטער
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 6:16 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א געזונטער »

ווען איז די יארצייט ?
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א געזונטער האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2023 2:38 pm
ווען איז די יארצייט ?

קוק אין קעפל













מארגן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

הרה"ק רבינו משה אריה ב"ר ישראל זי"ע, (פריינד), בעל עטרת יהושע, גאב"ד ירושלים ועדה החרדית

ער איז געבוירן אין שטאט הוניאד, ו' תשרי תרס"ד,

צו זיין טאטן הרה"ק רבי ישראל פריינד אב"ד הוניאד זי"ע,
בן הרה"ק רבי אברהם יהושע פריינד בעל מאור יהושע מנאסאד זי"ע,
בן החסיד המפורסם מוה"ר משה אריה פריינד ראה"ק בסיגוט זי"ע,
בן הרה"ק רבי יהושע קראלער זי"ע,
בן הגה"ק רבי יצחק אב"ד פאפא זי"ע,
בן הגה"ק רבי אליעזר זי"ע,
וואס דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט זיך אויסגעדריקט אויף די משפחה בזה"ל, "א כשר'ע משפחה"
און עס איז מקובל אז די משפחה זענען זיך מייחס ביז צום של"ה הקדוש זי"ע, און פון די גזע פונעם הייליגען רמ"א, המהרש"ל, המהר"ם, והש"ך זי"ע,

און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת שרה ע"ה, הי"ד,
בת הגה"ק רבי זאב וואלף גאלדבערגער אב"ד הוניאד זי"ע,
בן הגה"ק רבי ברוך זי"ע,
פון די גזע פון הגה"ק בעל בית יוסף זי"ע, און הגה"ק המקובל האלקי רבי שמשון מאוסראפאלי זי"ע,

דעם הייליגען נאמען האט ער געטראגן נאכן זיידן החסיד מפורסם רבי משה אריה פריינד ראה"ק בסיגוט זי"ע וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם זיידן אז אפילו זייענדיג א ראש הקהל איז ער געווען א גרויסע קדוש און מען האט ביי אים געקענט פויעלען ישועות,

דער הייליגער שינאווא רב זי"ע האט מפרש געווען דעם נוסח וואס מען זאגט שבת קודש ביים זמר מנוחה ושמחה, "הוּא אֲשֶׁר דִּבֶּר לְעַם סְגֻלָּתו, שָׁמור לְקַדְּשׁו מִבּאו וְעַד צֵאתו," האט דער הייליגער שינאווא רב געזאגט אז די ווארט "דִּבֶּר" גייט ארויף אויף א מנהיג ישראל, און דאס מיינט דער פסוק, ווער קען זיין א אמת'ע מנהיג ישראל, דער וואס איז אפגעהיטן בקדושה וטהרה פון ווען ער קומט אויף דער וועלט, ביז ער גייט אוועק פון די וועלט,

דאס קען מען זאגן אויפן הייליגען ירושלימער רב זי"ע, וואס צדיקים וואס האבן אים געקענט נאך פון אלס קינד האבן מעיד געווען אז ער האט זיך געפירט מיט א געוואלדיגע קדושה וטהרה און ער האט ארויס געברענגט א געוואלדיגע התפעלות ביי אידן וואס האבן אים געקענט נאך פון אלס קינד, ער איז שוין דאן געווען אפגעשייט פון תענוגים גשמיים,

אויך אויף די עלטערע יארן האט מען געזען זיין צהלות פנים, וואס אפילו די דאקטורים אין שפיטאל סוף ימיו האבן באוואונדערט אז א מענטש וואס איז אין די יארן פון דעם הייליגען רב זי"ע זאל האבן אזא הדרת פנים ווי דער הייליגער רב האט דאן נאך געהאט, און עס איז מקובל פון צדיקים אז דאס האט מיט די מדרגת הקדושה פון א איד,

אויך דערציילט מען אז בשעת מען האט דעם רב זי"ע אריין געפירט מיטן אמבולנס דעם לעצטן שבת קודש בחייו און מען האט פראבירט צו סטאבלעזירן דעם מצב, האט דער צדיק וקדוש געהאט איין דאגה, אז ער ליגט אויפן ריקן וואס דאס איז קעגן די הלכה פון שולחן ערוך, ווייל דאס איז געווען אויפן מחשבה פין דעם צדיק כל ימי חייו,

ער איז געווען א גאון וגדול בתורה ובחסידות, צדיק אמת קדוש וטהור, אוהב שלום ורודף שלום, ענוותן גדול ושפל ברך, א גרויסע פועל ישועות, זיין רעדן איז אייביג געווען בנחת און יעדער איד וואס איז געקומען צו דעם צדיק האט געפילט אז דא שטייט מען בעפאר א איד א עובד ד' בקדושה ובטהרה, דער צדיק האט אייביג געהאט א שמייכל אויפן פנים און אריין געברענגט שמחה אין יעדן איינעם, ער האט זיך מכניע געווען פאר יעדן ערליכען איד און אפילו פאר פשוטע מענטשן האט ער אייביג געהאט אן הכנעה,

דער הייליגער רב זי"ע האט כסדר געזאגט אז דער טאטע זי"ע האט זיין גאנץ לעבן געברענט פאר קדושת שבת קודש, און יעדן שבת קודש פלעגט דער טאטע ווען די קינדער זענען נאך געווען גאר קליין, נעמען די קינדער אויפן שויס און געפרעגט דעם מאמר הזוה"ק "מאי שבת" וואס איז שבת, און די קינדער זענען שוין געווען געוואוינט צו ענטפערן "שמא דקודשא בריך הוא" אז שבת קודש איז דעם באשעפער נאמען,

ער איז געווען באוויסט אלס א געוואלדיגע עניו, ער האט באמת ביי זיך געהאלטן אז ער איז גארנישט, דערציילט מען אז איינמאל איז א איד געקומען צום רב זי"ע און געבעטן אז דער רב זאל אים געבן חיזוק, האט דער רב מיט זיין גרויסע עניוות געזאגט, איך אליין פאר מיר ברויך אויך חיזוק, איינמאל האט א איד געבעטן אז דער רב זאל אים בענטשן מיט א ברכה אויף יראת שמים, האט דער רב מיט זיין שפלות געזאגט, איך ברויך אויך אז מען זאל מיך בענטשן מיט יראת שמים, און ווען איינער איז אמאל געקומען בעטן אז דער רב זאל אים געבן היתר הוראה, האט דער רב געזאגט מיט א תמימות, איך פארשטיי באמת נישט פארוואס אידן בעטן מיר היתר הוראה, איך בין דאך אויך נישט קיין מושלם אין הוראה,

אלס קינד האט ער געלערנט ביים מלמיד החסיד רבי אברהם מארטין זי"ע הנקרא בפי כל "רבי אברהמ'לע אינטערדאמער" וואס איז געווען א געוואלדיגע ירא שמים און א צדיק נסתר און א עובד השם בקדושה,

ער האט זיך מסתופף געווען ביי די צדיקי הדור ובתוכם די הייליגע קינדער פונעם דברי חיים מצאנז זי"ע, הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע והרה"ק רבי ישעי'לע מטשחויב זי"ע, וואס די רב זי"ע איז געווען שטארק מקושר לבית צאנז,

נאך ווען ער איז געווען גאר יונג האט אים זיין טאטע אויף גענומען אלס זיין געהילף מיטן פירן דעם ישיבה אין שטאט הוניאד, און ביי די 18 יאר האט אים די זיידע מצרף געווען אלס איינע פון די דיינים בהוראה צוזאמען מיטן גרויסן גאון הגה"ק רבי אברהם שלמה הכהן כ"ץ אב"ד ריסקווא זי"ע וואס איז געווען באוויסט אלס איינע פון די גרעסטע מומחים בדיני ממונות,

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת בילא ע"ה,
בת הגה"ק רבי ברוך אב"ד פיר זי"ע,

בשנת תרצ"ב ווען די זיידע דער הייליגער נאסאדער רב זי"ע איז נסתלק געווארן האט דער זון הרה"ק רבי חנוך העניך זי"ע איבער גענומען דאס רבנות אין שטאט נאסאד, אבער ליידער האט ער נישט מעריך ימים געווען און ער איז נסתלק געווארן בשנת תרצ"ג, און זיין זון איז נאך דאן געווען גאר יונג, האט הרה"ק רבי משה אריה גאב"ד ירושלים זי"ע איבער גענומען דאס רבנות אין נאסאד כדי צו האלטן דאס רבנות אז ווען דער זון וועט גרויס ווערן זאל ער איבער נעמען דעם פלאץ פון זיין טאטן אין נאסאד,

דאן איז ער אריבער צום שטאט רוגנא און דארט איז ער געווען פאר א שטיק צייט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

אביסל שפעטער האט אים דער הייליגער צדיק הרה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע געבעטן צו קומען דינען אלס ראש ישיבה אין די ישיבה אין שטאט סאטמאר, ווי באוויסט האט דער רב זי"ע געהאלטן דעם סאטמאר רבי זי"ע אלס זיין רבו מובהק, אויך איז ער אימאפיציעל געווען דער דומ"ץ אין שטאט סאטמאר און רבינו הקדוש האט איבער געגעבן דאס הנהגה בהלכה אין זיינע הענט,

ליידער בשנת תש"ד האט דער צדיק וקדוש מיט געטיילט זעם זעלבן גורל ווי א גרויס חלק פון כלל ישראל, און ער איז אנגעקומען צום טרויעריגע לאגער אין אוישוויץ אונטער די הענט פון די דייטשן ימ"ש, דארט האט ער ליידער פארלוירען זיין אשת נעוריו און 8 קינדער וואס דער צדיק האט ליידער מקריב געווען על קידוש השם הי"ד,

אפילו זייענדיג גאר שטארק צובראכן פארלירענדיג זיין גאנצע משפחה, האט זיך דער הייליגער צדיק מחזק געווען און עוסק געווען בתורה ועבודה מיט א מסירת נפש ממש, ער האט דארט געלערנט גמרא בעל פה פון וואס ער האט געדענקט און אויך געלערנט תורה מיט די אידן דארט אין לאגער, אויך האט ער מיט א מסירת נפש זיך משתדל געווען ח"ו נישט צו מחלל שבת זיין און אויך נישט צו עסן ח"ו מאכלות אסורות, און דאס אלעס האט ער געטון מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,

וויבאלד ער איז געווען געשטעלט אויף די וואסער אין לאגער, פלעגט ער ארום גיין טיילן פאר די אידישע קינדער וואסער אז מען זאל זיך קענען דער האלטן ביים לעבן, אבער ער האט געפאדערט אז די אידן זאלן מאכן א ערליכע ברכה ווען מען טרינקט וואסער, און כסדר מחזק געווען די אידן אז דער זעלבער באשעפער פון בעפאר איז נאכאלץ די באשעפער און ער וועט בקרוב אונז אויסלייזען פון די הענט פון די רשעים, אויך איז באוויסט אז אין לאגער האט ער געלערנט בחברותא מיט הרה"ק רבי יקותיאל יהודה הלברשטאם אב"ד קלויזענבורג זי"ע,

נאכן באפרייט ווערן בחסדי ד' פון די הענט פון די דייטשן ימ"ש, האט זיך דער צדיק צוריק געקערט צום שטאט סאטמאר, און מיט מסירת נפש אנגעהויבן אויף שטעלן אידישקייט און אויף געשטעלט די קהלה דארט אין סאטמאר,

ער האט נאך די מלחמה חתונה געהאט בזיווג שני מיט הרבנית הצדקת מרת פריידא ע"ה,
בת הרה"ק רבי פנחס יוסף דאכנער זי"ע, נכד הרה"ק מגארליץ זי"ע, ונכד מהרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע,
ליידער האט ער פון דעם זיווג נישט געהאט קיין קינדער,

אפאר יאר שפעטער האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת טשארנא בת רבי משה טארים זי"ע,
זי האט מיט געברענגט א קינד הרה"צ רבי מנחם מענדיל טארים פונעם פאריגן זיווג און דער הייליגער רב זי"ע האט דעם קינד אויף געצויגען ווי אן אייגען קינד,

ווען די קומוניסטים האבן איבער גענומען רומניה און עס איז געווארן שווערער און שווערער צו דינען דעם באשעפער, האט דער צדיק בשנת תשי"א זיך אריבער געצויגען קיין ארץ ישראל,

אזוי ווי דער צדיק איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל זייענדיג א גאון הגאונים און א קדוש וטהור און א לוחם מלחמת ד' מיט א מסירת נפש, האבן זיך אידן יראים ושלמים גלייך מדבק געווען צו דעם צדיק, אידן זענען געקומען צו דעם צדיק אפילו נאר צו כאפן א בליק אויף זיין צורת קדשו וואס מען האט גלייך געזען אז די קדושה ריעט אויף דעם צדיק,

ווען רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט מייסד געווען דעם ישיבת ייטב לב אין ירושלים, האט ער אויף גענומען דעם רב זי"ע אלס ראש ישיבה אין די ישיבה, און דארט האט דער הייליגער צדיק מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים פאר איבער 40 יאר כולן שוין לטובה, ביי זיינע תלמידים איז ער געבליבן ביז צו די פטירה מיטן נאמען "דער הייליגער ראש ישיבה",

די קשר וואס דער ראש ישיבה האט געהאט מיט זיינע תלמידים איז ממש נישט צום באשרייבן, ער איז געווען צו זיין ווי א טאטע צו זיינע אייגענע קינדער, מיט יעדן פון זיינע תלמידים און אויך סתם מענטשן וואס זענען געווען נאנט, האט ער זיך באמת מיט געפרייט ווען עס איז געווען ביי יענעם א שמחה ווי עס וואלט געווען זיין אייגען קינד, און ח"ו ווען מען איז צו אים געקומען מזכיר זיין א צרה אדער א חולה, האט מען ממש געזען ווי עס טרעט אים צו צום הארץ, ער האט מיט געפילט יענעמס צער און באמת געהאט עגמת נפש אז ביי יענעם איז ל"ע דא א צרה,

זיינע טייערע תלמידים קענען דערציילן הונדערטער מעשיות וואס מען האט געהאט ביי דעם ראש ישיבה וואס ברענגט ארויס זיין קשר וואס ער האט געהאט מיט די תלמידים, און הונדעטער אידן זענען ביי דעם צדיק געהאלפן געווארן מיט ישועות למעלה מדרך הטבע, צענדליגע מעשיות דערציילט מען ווי דער צדיק האט מתפלל געווען און אינזין געהאט אידן וואס זענען געקומען זיך מזכיר זיין, און נישט נאך געלאזט ביז מען איז אים געקומען מבשר זיין די בשורה טובה אז מען איז געהאלפן געווארן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תשט"ו איז ער געווארן א חבר אין דעם וועד בית היתומים בית לפליטות אין ירושלים ווי עס האבן זיך אויף געהאלטן הונדערטער יתומים און יתומות וואס האבן ליידער נישט געהאט קיין שטוב ווי צו וואוינען, און דער צדיק מיט זיין לב טוב האט גאר אסאך געזארגט פאר די קינדער אז עס זאל זיי דארט גארנישט פעלען,

בשנת תשל"ט ווען כבה נר מערבי און דער צדיק הדור רשכבה"ג רבינו יואל מסאטמאר זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען דאן אויף גענומען דעם רב זי"ע אלס ממלא מקום אלס ראב"ד ירושלים, דארט אויף דעם פאסטן האט דער צדיק געדינט מיט א געוואלדיגע געטריישאפט און לוחם געווען מלחמת ד' און מכריז געווען דעם דבר ד' בירושלים מיט א געוואלדיגע מסירת נפש,

ער איז געווען בידידות מיט אלע רבנים און צדיקים בדורו, יעדער איינער אפילו די וואס זענען נישט געווען בשיטה ווי אים האבן דעם צדיק מעריץ געווען און מכבד געווען, ער איז געווען דער ראש וראשון לכל דבר שבקדושה און זיך ארויס געשטעלט אויפן פראנט ווען עס איז געקומען צו סיי וואס האט נוגע געווען בעניני הדת,

אויך האט ער זיך צו געשטעלט צום הייליגען רבין זי"ע קעגן די ציונים און לוחם געווען אויף יעדן גזירה וואס די ציונים האבן ארויסגעגעבן אויף אחינו בני ישראל בארצנו הקדושה, און בחייו האט ער זוכה געווען צו מבטל זיין גזירות רעות וואס וואלט ח"ו געקענט אראפ פירן אידישע קינדער פון דרך ישראל סבא, אבער דער צדיק וויסענדיג אז דאס עגזיסטענץ פון כלל ישראל ווענט זיך אין מסירת נפש, האט ער זיך ארויס געשטעלט בחרב ובחנות און נישט געלאזט אז מען זאל נאכלאזן קיין זוז כל שהוא פון אידישקייט,

בשנת תשמ"ט ווען דער הייליגער מנחת יצחק זי"ע איז נסתלק געווארן, האט מען אים אויף גענומען אלס גאב"ד העדה החרדית, וואס אויף דעם פאסטן האט ער געדינט ביז צו זיין הסתלקות,

דערציילט מען אז ווען ער איז געווארן גאב"ד ירושלים האט מען אים געקויפט א שיינעם שטעקן, און דער רב מיט זיין געוואלדיגע עניוות האט געזאגט פארן רעבעצין אז ער שעמט זיך צו גיין מיטן שטעקן, האט די רעבעצין געזאגט אז אלע חברי הבד"ץ גייען מיט אזא שטעקן, האט דער רב געזאגט, אוודאי די אלע זענען דאך גרויסע מענטשן, אבער איך וואונדער מיך טאקע פארוואס מען האט מיך אויף גענומען אלס ירושלים רב, מן הסתם האט מיר די מזל צו געשפילט, ווייל דאס האט דער צדיק באמת געהאלטן פון זיך, אז ער איז באמת גארנישט,

בשנת תשנ"ו האט ער אויף געשטעלט די תלמוד תורה חיי עולם המקורית, און אויך א ישיבה קטנה און א ישיבה גדולה, וואס נאכן פטירה האט מען די ישיבה און תלמוד תורה געריפן אויפן נאמען פונעם רב זי"ע "מוסדות רמ"א",

מען קען אפילו נישט מסביר זיין דעם עבודת הקודש פון דעם צדיק וקדוש, וואס אפילו אין זיינע עלטערע יארן האט ער אפגעראכטן אן עבודה וואס א יונגערמאן קען נישט אפרעכטן, און אלעס איז צו געגאנגען מיט א ברען און אש דקדושה, סיי דאס דאווענען פאר ווער עס האט נאך געהאט די זכי' דאס מיט צו האלטן, ווי דער צדיק זייענדיג א עלטערער איד שטייט און ברענט מיט א התלהבות דקדושה און דאווענט פארן באשעפער,

ווער רעדט נאך פון די הייליגע טישן ווי מען האט געזען דעם צדיק ברענען פארן שבת קודש מיט זיין ווארעמע קול פיל מיט נעימות, זיין קידוש די זמירות פון שב"ק אלעס איז געזאגט געווארן מיט א שמייכל און א זיסקייט וואס האט צונומען יעדן וואס איז דארט געווען,

ווער רעדט נאך פון די ימים נוראים ווי דער צדיק האט אפ געראכטן אן עבודה ראש השנה יום הקדוש און סוכות, און ווען מען דערמאנט זיך די הייליגע הקפות פונעם צדיק וואס אפילו פשוטע אידן האבן געקענט זען אז דער צדיק איז עוסק אין הויעכע ענינים און איז בכלל נישט אויף דעם עולם, ער האט מיט זיינע ווייעדיגע פיס געטאנצען און זיך געפרייט מיט די תורה הקדושה, און יו"ט שנית ווען די אמעריקאנע אידן האבן דאך געהאט דעם צווייטן טאג יו"ט ווען מען איז געקומען צום רב אויף יו"ט, איז דער צדיק געגאנגען זיך מיט פרייען מיט די אידן און געהאלטן פאר א זכי' אז ער קען זיך פרייען מיט די תורה הקדושה נאך א טאג,

וויפיל פון זיינע נאנטע תלמידים קענען מעיד זיין אז דער צדיק האט געקענט בטעות דורך לערנען די גאנצע נאכט ממש אן זיך צולייגען אין א בעט און דאס איז געווען מיט א געוואלדיגע פשטות, און ווען דער צדיק האט זיך שוין יא אריין געלייגט אין בעט איז דאס געווען מיט א הכנה דרבא, ער פלעגט מקפיד זיין צו ליגען אין בעט נישט אזוי באקוועם כדי ער זאל קענען גרינג אויפשטיין און נישט הנאה האבן צופיל פון די וועלט, און דאס זעלבע איז געווען מיט זיין עבדות האכילה וואס איז אויך געווען מוקדש נאר כדי צו האבן כח צו דינען דעם באשעפער, גאנצע טעג האט דער צדיק פשוט געקענט פארגעסן צו טועם זיין נאר ווען מען האט אים דערמאנט האט ער געגעסן עפעס נאר כדי יוצא צו זיין,

זיינע הייליגע דברי תורה און שו"ת ופסקים זענען געדריקט געווארן אין די ספרים,

ספר עטרת יהושע, על התורה, ועל המועדים, חידושים על הש"ס,
ספר מרא דשמעתתא, מפסקיו בהלכה,

ליידער האט דער צדיק וקדוש נישט איבער געלאזט קיין זש"ק, און ווי עס איז מקובל פון צדיקים הראשונים קען מען ביי א צדיק וואס האט נישט איבער געלאזט קיין זש"ק גאר אסאך פויעלען ביום היארצייט, וויבאלד דער צדיק וועט זיך זיכער מטריח זיין בעולם העליון פאר ווער עס טוט עפעס לטובת נשמתו,

נסתלק לגנזי מרומים בשיבה טובה בן צ"ב שנה, כ' אלול תשנ"ו, ומנוחתו כבוד איז אונעם ביה"ח אויפן הר הזיתים אין ירושלים,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

א איד א תלמיד און א גרויסע חסיד פונעם רב זי"ע איז אמאל געקומען קיין ארץ ישראל און פארשטייט זיך אריין מיט א קוויטל צו זיין רבין, דער הייליגער צדיק האט געליינט דעם קוויטל און ווען ער ענדיגט ליינען דעם קוויטל פרעגט ער דעם איד, די נעמען אונעם קוויטל שטימען, דער איד קוקט איבער דעם קוויטל און זאגט אז יא, אבער אזוי האט זיך עס איבער גע'חזר'ט אפאר מאל,

ביז דער איד האט איבער געקוקט דעם קוויטל האט ער געזען, אז צוויי פון זיינע שנירן האבן זייער ענדליכע נעמען, (ווי למשל רחל בת בילא, און די אנדערע בילא בת רחל), און דער איד זיך יאגענדיג האט געמאכט א טעות, דער איד האט גלייך פאראכטן דעם טעות און איבער געגעבן דעם קוויטל פארן רב זי"ע, האט זיך דער רב אנגערופען מיט זיין עניוות און א שמייכל, אוודאי וועט מען שוין זאגן אז דאס איז א מופת, אבער באמת איז איינע פון די נעמען א קרוב מיינער,
--
א איד וואס איז געווען גאר שטארק מקורב ביים רב זי"ע און איינע פון די קינדער זענען אויך געווען גאר נאנט צום רב זי"ע, איז דער טאטע געקומען מזכיר זיין דעם בחור פאר א שידוך, און דער רב האט אייביג שיין אנגעווינטשן אז דער בחור זאל א חתן ווערן בקרוב,

אבער ווען דער בחור איז געווארן 21 יאר אלט איז דער טאטע געקומען צום רב און זיך גע'עקש'נט אז ער גייט נישט ארויס ביז די רב איז אים מבטיח אז דער זון וועט א חתן ווערן, דער צדיק האט זיך פארטראכט, און דאן זאגט ער פארן טאטן, די כלה איז דאך נאכנישט קיין 18 יאר אלט, כך הוה אפאר וואכן שפעטער איז דער בחור א חתן געווארן און געציילטע טעג בעפאר דעם שידוך איז די מיידל געווארן 18 יאר אלט,
--
א איד וואס איז געווען גאר נאנט צום הייליגען רב זי"ע האט געהאלטן אפאר יאר נאך די חתונה און נאכנישט זוכה געווען צו קיין קינדער, ער האט זיך כסדר מזכיר געווען ביים צדיק און געבעטן פאר א ישועה,

איינמאל איז ער אריין חודש תשרי צום רב זי"ע און ער האט געגעבן א קוויטל און אויך געגעבן א שיינעם סכום פאר די מוסדות פונעם רב, וואס ווי באקאנט זענען די מוסדות אין ארץ ישראל געווען גאר שטארק חביב ביים צדיק, אזוי ווי דער צדיק ליינט די קוויטל, זאגט ער פאר דעם איד, די בוסט שוין א געהאלפענער, זאגט דער יונגערמאן וואס הייסט איך ווייס נישט דערפון, אבער ברכת צדיק עושה רושם, און 9 חדשים שפעטער האט דער איד געהאט א בן זכר,
--
הרה"ח רבי שמואל מרדכי שווארץ מגיד מישרים בירושלים זי"ע האט דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון הרה"ח רבי שמחה עקשטיין ע"ה, וואס איז געווען א גרויסער עסקן אין ירושלים און געהאלפן אסאך בחורים מיט די גזירה פון דינען אין די מיליטער, איין מאל האט זיך געמאכט אז א בחור איז ליידער געשלאגן געווארן אויף די נערווען, די עלטערן זענען געווען זייער אנגעווייטאגט און נישט געוויסט וואס צו טון,

מען איז געקומען מזכיר זיין דעם בחור ביים רב זי"ע, האט דער רב געלאזט רופן רבי שמחה עקשטיין ע"ה און געהייסן אז מען זאל באקומען א מעדעצין וואס מאכט אז מען זאל שלאפן פאר 48 שעה אין איין צו, און מען האט דאס געגעבן פאר דעם בחור,

לפלא ווען דער בחור האט זיך דערוועקט איז ער געווען כאחד אדם אינגאנצן געזונט, ווען מען איז געוואר געווארן פון די רפואה וואס דער רב זי"ע האט געהייסן טון, האט מען געמיינט אז דאס איז א רפואה לכל אז מען קען דאס ניצן פאר אנדערע אויך, האט אבער די רעבעצין דערציילט, אז די רב זי"ע איז די גאנצע 48 שעה חוץ פון דאווענען און לערנען געזעצן מיט א תהילים און איינגעריסן פאר דעם בחור'ס געזונט, ווי צדיקים האבן געזאגט בּוֹרֵא רְפוּאוֹת. נישט נאר ער האט באשאפן רפואות, נאר נוֹרָא תְהִלּוֹת ער האט מיט זיינע הייליגע תפילות אויסגערייניגט דעם נשמה פונעם בחור און צוריק געברענגט געזונט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

ווי באקאנט איז דער רב זי"ע געווען שטארק באהאווענט אין תורת הנסתר און אפילו ער האט דאס שטארק באהאלטן פון די שטוב מענטשן האט מען דאס אסאך מאל אימווילענדיג באמערקט, דערציילט מען אז דער רב זי"ע האט געהאט א מנהג ערב שבת קודש ווען ער האט אנגעטון דעם שטריימל האט ער דאס אראפ געווארפן אויף דער ערד און דאס אליינס אויפגעהויבן, אבער ער האט קיינמאל נישט מגלה געווען דעם סוד פארוואס ער טוט דאס, אויך ווערט דערציילט אז ביים לייגן די תפילין האט ער די רציעות א ווארף געטאן און דאן צוריק געשלעפט צו זיך, בסוד קדושים מי יעמוד,
--
דערציילט מען אז דער רב זי"ע איז דאך געווען אויסגעטון פון סיי וואס האט געהאט מיט עולם הזה, ער איז געווען גאר שטארק קעגן בילדער און ער האט געזאגט אז אויף בילדער ריעט א רוח טומאה און זיך קיינמאל נישט געלאזט פאטאגרעפירן, ווער רעדט נאך פון א שפיגל,

איז דער רב זי"ע אמאל געווען ערגעץ און דארט איז געווען א וואנט וואס האט געהאט א שפיגל און בדרך לא דרך האט ער געקוקט אויפן שפיגל, האט ער זיך אנגעריפן צום גבאי, קוק נאר אויף דעם איד דארט ער ענדעלט זייער צום זיידן דער הייליגער נאסאדער רב זי"ע, עס איז אים בכלל נישט איין געפאלן אז דאס איז ער,
--
דערציילט א איד וואס די ווייב איז געווען א מקשה לילד און דאס איז געווען ביינאכט, איז ער געקומען צום רב זי"ע מזכיר זיין דאס ווייב, דערציילט דער משמש בקודש, אז דער רב זי"ע האט זיך געזעצט מיט א תהילים און מיט בכיות געזאגט תהילים די גאנצע נאכט,

פארשטייט זיך א שטיק צייט נאכן מזכיר זיין ביים רב איז די קינד געבוירען געווארן בשעה טובה ומוצלחת, אבער דער איד האט געטראכט אז ער וועט נישט יעצט שטערן דעם רב אינמיטן די נאכט, נאר ער וועט שוין דערציילן די בשורה טובה מארגען אינדערפרי,

אבער צופרי ווען דער רב טרעפט דעם איד און פרעגט אים וואס הערט זיך, דערציילט דער איד אז ברוך השם עס איז אים געבוירען געווארן א געזונט קינד, פרעגט די רב ווען איז דאס געבוירן געווארן, האט דער איד געזאגט אינמיטן די נאכט, פרעגט די רב זי"ע פארוואס האסטו נישט אריינגערופן דערציילן די גוטע בשורה, איך בין אויף געווען דאס גאנצע נאכט און מתפלל געווען פאר די ווייב אז אלעס זאל דורך גיין מיט הצלחה, און געווארט אז די זאלסט רופן מיט די גוטע בשורה,
--
דערציילט מען אז ווען הגה"ק רבי ישראל משה דושינסקי גאב"ד העדה החרדית זי"ע איז נישט געזונט געווארן ליידענדיג אויפן הארץ ר"ל, און דער רב זי"ע איז אים געקומען מבקר חולה זיין, האט ער זיך זייער אויס גערעדט לגבי זיין מצב הבריאות פארן רב זי"ע,

ווען דער רב איז ארויס האבן די נאנטע מענטשן פון הרב דושינסקי געפרעגט, פארוואס ער האט זיך אזוי אויסגערעדט צום רב, מער ווי פאר אנדערע רבנים, האט ער געענטפערט בזה"ל, "אונז ווייסן אז די ריכטיגע אדרעסס איז ביי אים",
--
דערציילט מען אז דעם טאג ב' סיון ווען עס איז אויסגעפאלן די יארצייט פון זיין ערשטע רעבעצין איון די אכט קינדער קדושים וואס זענען ליידער אומגעקומע אויף קידוש השם דורך די דייטשן ימ"ש, פלעגט די רב זי"ע זיך איינשפארן ביי זיך אין שטוב און זיך מתבודד זיין און אנצינדען ליכט לעילוי נשמתו פון די קדושים,

איין יאר יענעם טאג ב' סיון איז א יונגערמאן וואס עס איז אים בשעה טובה ומוצלחת געבוירן געווארן דאס ערשטע קינד עטליכע יאר נאך די חתונה, געקומען מבשר זיין די בשורה פארן רב זי"ע און אפ נעמען מזל טוב, אבער ווען ער איז ארויף געקומען צום שטוב פונעם רב האט מען אים נישט געוואלט אריין לאזן צום רב, וויבאלד דער רב איז דאן געווען איינגאשפארט,

אבער דער יונגערמאן האט זייער מפציר געווען און צום סוף האט מען אים אריין געלאזט צום רב, און אזוי ווי די רב האט געהערט דעם בשורה האט ער געגעבן פארן איד א גרויסע מזל טוב מיט די גרעסטע שמייכל און שמחה, דער איד האט בכלל נישט באמערקט די אלע ליכט אויפן טיש פונעם רב,

אבער בשעת'ן ארוסגיין האט דער איד באמערקט די ליכט אויפן טיש, און ער האט דאן געפרעגט די גבאים וואס דאס איז, ווען מען האט דעם איד דערציילט וואסערע טאג עס איז יעצט ביים רב, איז דער איד ממש ארויס פון התפעלות, ווי אזוי קען א איד וואס האט ליידער פארלוירן די גאנצע משפחה ביים קריג, אויף נעמען אן אנדערן איד מיט אזא שמייכל און שמחה און אנווינטשן מיט א צהלות פנים מזל טוב, נאר דער הייליגער רב האט בכלל נישט געטראכט פון זיך און אייביג זיך מיט געפרייט מיט יעדענס שמחה,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

געווען איז דאס סוף ימיו פונעם רב זי"ע ווען ער האט זייער געליטן אויף די פיס, אפאר טאג בעפאר פסח האט די דאקטאר פארשריבן פארן רב א שטארקע מעדעצין און אנגעזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט טרינקען קיין וויין און עסן פלייש,

די רב האט ביז פסח געפאלגט דעם דאקטאר און גענומען די מעדעצין, אבער ווען עס איז אנגעקומען פסח אויפדערנאכט האט די רב בשום אופן נישט געוואלט נעמען די מעדעצין, און ער האט דעם יו"ט פסח געטרינקען וויין פאר די ארבע כוסות און געגעסן פלייש ווי די הלכה איז,

אזוי איז דאס אנגעגאנגען ביז דעם ערשטען טאג חוה"מ, וואס דאן איז די יסורים שוין געווען ממש אימדערטרעגליך, די רב האט פראבירט צו אויפווייזען פאר די רעבעצין אז ער ברויך נישט קיין מעדעצין, אבער ער האט זיך ממש נישט געקענט אויפשטעלן פון בענקל, אבער ער האט בשום אופן נישט געוואלט זיך ברעכן און נעמען די מעדעצין אים פסח,

דאן האט די רעבעצין גערופען דעם דאקטאר און מסביר געווען וואס דא גייט פאר אז דער רב וויל בשום אופן נישט נעמען די מעדעצין אים פסח, דער דאקטאר האט געזאגט אז ער האט א עצה אז ער וועט אריין געבן די מעדעצין גלייך אין די פיס, און כך הוה ער האט דאס געטון און די ווייטאג האט זיך בארואיגט, דער רב האט זיך אויסגעדריקט צום משמש אויפן רעבעצין בזה"ל, "זי האט זיך איינגעקויפט עולם הבא", דאס איז געווען די מסירת נפש פונעם רב זי"ע אפילו זייענדיג אין גאר גרויסע יסורים האט ער נישט געוואלט נאך געבן צו נעמען די מעדעצין אים פסח,
--
די קדושה מיט וואס דער צדיק וקדוש האט זיך געפירט איז ממש נישט צום פארשטיין, ער האט קיינמאל נישט געלייגט די האנט אונטערן גארטל, איין יאר פורים ווען די רב זי"ע האט געטרינקן גאר אסאך וויין, און ווי דער סדר איז געווען ביים רב, אז ער פלעגט אנהייבן די סעודה ביי זיך אין שטוב, און נאכדעם איז ער אריין אין ביהמ"ד פירן טיש,

יענעם יאר האט זיך די סעודה ביי זיך אין שטוב אביסל פארצויגען, און ווען איינע פון די גבאים האבן געזאגט פארן רב, אז עס ווערט שוין שפעט און מען ברויך אריינגיין אין ביהמ"ד, האט דער הייליגער רב זי"ע געזאגט, די גמרא (קידושין דף ל:) זאגט, אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש, האט דער צדיק געזאגט איך האב נאכקיינמאל נישט באגעגענט דעם מנוול און קיינמאל נישט געברויכט גיין אין ביהמ"ד וועגן אים,
--
מען דערציילט אז בשנת תשמ"ט האט ער געוויילט אין צפת פאר צורך רפואה, און ער איז איין געשטאנען אין א בנין אויף א העכערע שטאק און מען האט געברויכט ארויף גיין מיט א עלעוועטאר, איין טאג ווארטענדיג אויפן עלעוועטאר איז ארויס געקומען א יידיש מיידל פונעם עלעוועטאר, פלוצלונג איז דער רב אויפגעשפרינגען פון פלאץ כדי ח"ו נישט נכשל ווערן מיט א ראי' אסירה, ער איז דאן כמעט אראפ געפאלן די שטיגן און די לעצטע רגע האט איינע פון די שמשים געכאפט דעם רב, אבער דאס איז געווען די קדושה וואס דער הייליגער רב זי"ע האט געהאט און זיין אפגעהיטענקייט,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

בשנת תשכ"ה האט מען זיך געגרייט צו פארן קיין אמעריקע און די שטאט האט פאר לאנגט אז ווער עס קומט אריין מיז האבן עפעס א ספעציפישע אימוניזעישאן קעגן עפעס א מחלה וואס האט זיך דאן ארום געדרייט, און די רב זי"ע האט נישט געהאט באקומען דעם שאט,

איז מען געגאנגען מיטן רב צום שפיטאל כדי ער זאל באקומען דעם שאט אז ער זאל קענען פארן, אבער ווען מען איז אנגעקומען אין שפיטאל איז דארט געווען נאר א פרוי דאקטאר וואס קען געבן די שאט, אבער דער רב זי"ע האט בשום אופן נישט געוואלט לאזן א פרוי אים אנרירען, בלית ברירה האט דער משמש געוואלט צוריק קומען דעם קומענדיגן טאג, אבער דער רב האט געזאגט, "לאמיר ווארטן נאך אפאר מינוט אפשר וועט אנקומען א מאן וואס קען דאס טון",

לפלא נאך אפאר מינוט איז אנגעקומען א דאקטאר א מאן פון די שפיטאל, און ווען ער האט געזען ווי דער רב זיצט דארט און ווארט, האט ער געפרעגט וואס גייט פאר, האט דער משמש דערציילט אז מען ברויך נעמען די שאט און עס איז דא נאר א פרוי און דערפאר ווייסט מען נישט וואס צו טון, האט דער דאקטאר געזאגט אז ער וועט דאס געבן פארן רב,

און דער דאקטאר דערציילט אז געווענליך איז ער שוין לאנג נישט דא אין שפיטאל אזא צייט, נאר פונקט היינט האט ער זיך דערמאנט אז ער האט עפעס איבער געלאזט אין אפיס און דערפאר איז ער צוריק געקומען, דאן האט שוין דער משמש פארשטאנען פארוואס די רב האט געבעטן צו ווארטן, און דער רב האט געגעבן פאר דעם דאקטאר א ברכה אז ער זאל אייביג זיין דער גוטער שליח פאר רפואת חולי ישראל,

אויפן וועג אהיים איז מען געפארן מיט באס, און ארויפקומענדיג אויפן באס איז דארט געזעצן א פרוי פון די תימענע אפשטאם וואס זי איז געווען אינגאנצן באדעקט אזוי ווי זיי פירן זיך, און דער רב האט נישט געכאפט אז דאס איז א פרוי און ער האט זיך געוואלט אראפ זעצן נעבן איר, אבער די לעצטע רגע האט דער גבאי געזאגט פארן רב אז דאס איז א פרוי, דעריבער האט זיך דער רב נישט געוואלט מער אראפ זעצן די גאנצע וועג אהיים,

דעם קומענדיגען טאג קומט די רעבעצין און פרעגט דעם גבאי ווי אזוי איז געווען דעם נעכטיגען באזיך ביים דאקטאר, דער גבאי האט דערציילט די גאנצע מעשה מיטן דאקטאר, אבער די רעבעצין האט ווייטער געפרעגט וואס נאך האט פאסירט,

ווען די גבאי האט געפרעגט די רעבעצין פארוואס זי פרעגט זיך אזוי נאך אויפן באזיך, האט די רעבעצין דערציילט, אז דער רב פאסט היינט די גאנצע טאג און זי ווייסט נישט די סיבה פארוואס פונקט היינט פאסט די רב, דאן האט דער גבאי געכאפט אז דער רב האט געפאסט דעם גאנצן טאג, נאר ווייל ער האט זיך כמעט אראפ געזעצט נעבן א פרוי באונס, אפילו ער האט זיך למעשה נישט אראפגעזעצט, ווייל דער צדיק האט זיין גאנצע לעבן געלעבט מיט א געוואלדיגע קדושה און אפילו עפעס וואס איז געווען באונס און עס איז למעשה נישט געשען איז ביי אים געווען א פגם וואס ער האט געשפירט אז ער ברויך תשובה טון אויף דעם,
--
דערציילט מען אז אויף די עלטער יארן איז דער רב זי"ע שוין נישט קיין סאך געפארן אפילו אויף שמחות, ווייל עס איז אים זייער שווער אנגעקומען, אבער איין טאג האט א איד וואס האט געהאט א גרויסע משפחה מיט קינדער און געווען א שוואכע בעל פרנסה מכבד געווען דעם רב מיט סנדקאות און צוליב דעם כבוד פון דעם איד האט די רב זי"ע אנגענומען דעם כיבוד,

אפאר טאג בעפאר דעם ברית איז א קרוב פון דעם איד געקומען צו דעם איד און געבעטן אז ער זאל אים געבן סנדקאות און ער האט אים געזאגט אז ער וועט אים באצאלן דריי טויזענט דאלער פארן כיבוד, דער איד האט געזאגט פאר דעם קרוב אז ער האט שוין מכבד געווען דעם רב און ער וויל נישט אוועק נעמען דעם כיבוד, אבער פון די אנדערע זייט קען ער דאך ניצן די געלט,

איז דער איד אריבער צום רב און דערציילט די גאנצע נושה אז דער קרוב וויל אים געבן דריי טויזענט דאלער פאר דעם כיבוד פון סנדקאות, אבער דער רב האט געזאגט פאר דעם איד, די מצוה איז שוין מיינס אזוי ווי די האסט מיך שוין מכבד געווען וויל איך נישט אויף געבן אויף די מצוה, בלית ברירה האט דער איד מסכים געווען און דער רב איז געווען סנדק,

דעם קומענדיגן טאג קלאפט אויפן טיר פון דעם איד דער גבאי פונעם רב און געט אים איבער א קאנווערט וואס דער רב האט אים געשיקט, ווען דער איד מאכט אויף דעם קאנווערט זעט ער דארט ליגן פונעף טויזענט דאלער,

דער איד איז גלייך אריבער צום רב און זאגט פארן רב, אויב דער רב געט מיר דריי טויזענט דאלער קען איך נאך פארשטיין אז דער רב האט נישט געוואלט אז איך זאל שאדן האבן די געלט וואס דער קרוב האט מיר געוואלט געבן, אבער פארוואס האט דער רב מיר געגעבן פונעך טויזענט דאלער,

האט דער רב מיט זיין חכמה און פשטות געזאגט פאר דעם איד, דער קרוב האט דיר געוואלט געבן דריי טויזענט דאלער כדי די זאלסט אים מכבד זיין מיט סנדקאות, אבער מיך וואס די האסט מיר געגעבן דעם כבוד פון מכבד זיין מיט סנדקאות קומט דיר נישט נאך צוויי טויזענט דאלער עקסטער, דאס איז געווען די געוואלדיגע חביבות צו א מצוה פונעם הייליגען רב,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

דערציילט מען אז א איד וואס איז געווען ליידער מיט א קינד אין שפיטאל וואס איז געווען קראנק און מען האט נישט געוויסט וואס מען זאל טון צו בעסער מאכן פאר דעם קינד, איז דער איד אריבער צום רב זי"ע און מזכיר געווען דעם קינד פאר א רפואה בקרוב,

דער רב האט געליינט דעם קוויטל און דאן זאגט די רב זי"ע, דער קינד וועט אהיים קומען בעפאר שבת, דער איד האט געהאט אמונת צדיקים אבער בדרך הטבע האט נישט אויסגעזען ווי דאס קינד קען אהיים קומען אויף שבת,

ערב שבת קודש איז די מאמע געזעצן מיטן קינד אין שפיטאל און מען האט נישט געזען פון ווי די ישועה וועט קומען, אבער דאן איז אונעם דערנעבנדיגן שטוב געווען א קינד וואס האט אויך געווארט אז א דאקטאר זאל אים זען, יענער משפחה האט געקענט באצאלן פאר א דאקטאר,

ווען דער דאקטאר איז אנגעקומען האט ער אריינגעוואנדערט אינעם אנדערן שטוב פון דעם אנדערן קינד, און דער דאקטאר האט גלייך געוויסט פון וואס דער קינד ליידט און גלייך פארשריבן דעם ריכטיגען מעדעצין, און אזוי ווי דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אויף שבת קודש איז דער קינד שוין געווען אינדערהיים געזונט און שטארק,
--
הרה"ח רבי הלל דוב בן חנה דבורה לרפו"ש, (גאנץ)דערציילט, בשנת תשנ"ג איז זיין מאמע א עלטערע פרוי ליידער קראנק געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, און די מצב האט אויס געזען זייער שווער, און ער איז אריבער צום רב זי"ע וואס ער איז געווען א תלמיד חביב פונעם רב, און מזכיר געווען זיין מאמע לרפו"ש,

דאס איז געווען פורים און דער הייליגער צדיק זייענדיג גוט אנגעטרינקען האט געזונגען א ניגון און בתוך הדברים האט ער געזאגט בזה"ל, "דער באשעפער זאל העלפן זי זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב", לפלא נישט לאנג נאכדעם איז די מאמע געזונט געווארן און נאך געלעבט 20 יאר געזונטערהייט,

לערן א משנה און צינד אן ליכט לעילו נשמת:
הרה"ק רבינו משה אריה ב"ר ישראל זי"ע.
די זכות פונעם צדיק וועט זיכער מיגן זיין.

הַמְדַיֵּר אֶת שָׂדֵהוּ, עוֹשֶׂה סַהַר לְבֵית סָאתַיִם,
עוֹקֵר שָׁלֹשׁ רוּחוֹת וּמַנִּיחַ אֶת הָאֶמְצָעִית.
נִמְצָא מְדַיֵּר בֵּית אַרְבַּעַת סְאִין.
רַבָּן שִׁמְעוֹן בֶּן גַּמְלִיאֵל אוֹמֵר, בֵּית שְׁמוֹנַת סְאִין.
הָיְתָה כָל שָׂדֵהוּ בֵּית אַרְבַּעַת סְאִין,
מְשַׁיֵּר מִמֶּנָּה מִקְצָת, מִפְּנֵי מַרְאִית הָעַיִן,
וּמוֹצִיא מִן הַסַּהַר וְנוֹתֵן לְתוֹךְ שָׂדֵהוּ כְּדֶרֶךְ הַמְזַבְּלִין
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

יארצייטן פון צדיקים כ' אלול
אטעטשמענטס
IMG-20230905-WA0020.jpg
IMG-20230905-WA0020.jpg (123.12 KiB) געזען 701 מאל
אייזיק 0
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 23, 2021 6:26 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזיק 0 »

הילולא רמא פריינד.JPG
הילולא רמא פריינד.JPG (76.08 KiB) געזען 638 מאל
https://5db1a1c79498b.site123.me/%D7%92 ... a51d7a902e
(דראייוו: https://drive.google.com/file/d/1Clhh5W ... view?pli=1 )
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

געהערט א מעשה אז ווען ער איז געווען לצורך רפואה אין פלארידע, האט ער שבת גאר לאנג געצויגן מיט די תפלות און סעודות, מען האט זיך געוואונדערט דערויף, ביז ער האט מסביר געווען אז ער האט געוואלט די עולם זאל נישט האבן קיין צייט זיך צו דרייען אויף די גאסן...
כהן מיוחס!
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

הקפות

https://www.bechatzros.com/post/_0012-37
.
Screenshot_20240121-224025_Chrome.jpg
Screenshot_20240121-224025_Chrome.jpg (55.02 KiB) געזען 476 מאל
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעף מיך »

קדוש ונורא האט געשריבן: זונטאג מאי 28, 2023 1:41 pm
איך האב א מחזור דברי יואל וואס הגה"צ ר' משה אריה זצוק"ל האט גענוצט
איינער ווייסט ווי איך קען עס פארקויפן?
שוין פארקויפט?
טבריונער
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:08 pm

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים כ' אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טבריונער »

ידעתי האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 4:23 pm
חקירות ודרישות האט געשריבן:
בילדער
4568_640x426.jpg
4557_640x426.jpg
5465_640x426.jpg
דער עלטערער איד ערשטער אויף די לינקע זייט פונעם בילד (מיט די האנט אויפן טיש) זעהט אויס ווי רבי ליפא שווארץ ז"ל.
יא יא דעס איז ר' ליפא
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10146
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספר ויואל משה דפוס ראשון שהיה שייך לרבינו בו למד הרבה רבות בשנים
אטעטשמענטס
MAF101.jpg
MAF101.jpg (223.08 KiB) געזען 214 מאל
MAF10.jpg
MAF10.jpg (172.25 KiB) געזען 214 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4500
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ביי א סעודה אין ביהמ"ד סאטמאר רחוב יואל,
ווערט געזעהן: שטראסבורגער רב זצ"ל און רבי ליפא שווארץ ע"ה, יבלחט"א הג"ר משה זאב זארגער דומ"ץ.

23db.jpg
23db.jpg (86.34 KiB) געזען 160 מאל
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8912
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: רבי משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים - כ' אלול תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

הבעש''ט האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 6:29 pm
ביי א סעודה אין ביהמ"ד סאטמאר רחוב יואל,
ווערט געזעהן: שטראסבורגער רב זצ"ל און רבי ליפא שווארץ ע"ה, יבלחט"א הג"ר משה זאב זארגער דומ"ץ.


23db.jpg

און ר' יודאלע דזשיקובער זצ"ל
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”