רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ״ל - רב דק״ק חרדים מאנסי - א׳ סוכות תשמ״ו.

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ״ל - רב דק״ק חרדים מאנסי - א׳ סוכות תשמ״ו.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

[align=center]הרב הגאון המופלג בקי בכל חדרי תורה, חסיד ועניו.
רבי שמואל יששכר דוב טויבענפעלד זצ״ל
רב דקהל חרדים במאנסי [/align]

איז געבוירן אין שטאט יעריסלוב וואס איז אין גאליציע צו זיין טאטן הרבני ר׳ משה מנחם ז״ל.

בשנת תרצ״א.

ביים קריג איז די משפחה פארטריבן געווארן קיין סיביר און פון דארט אנגעקומען צו די קאנצערטראציע קעמפס אין דייטשלאנד, פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין שטאט מאנסי נ.י. און געווארן מתלמידיו המובהקים פון הגאון רבי ראובן גרוזובסקי זצ״ל, לערנענדיג אין די דארטיגע ישיבה פון ביהמ״ד עליון.

דארט האט ער געלערנט מיט נאך באקאנטע בארימטע תלמידי חכמים, ווי ער איז באקאנט געווארן אלס אן עילוי נפלא און בקי בכל חדרי תורה.

ער איז געווען אן עניו ושפל ברך, און נישט געמאכט קיין וועזן פון זיך אדער זיין גדלות בתורה וביראה.

שפעטער איז ער געווארן רב אין די ק״ק חרדים וואס איז שפעטער אריבער אונטער די בעלות פון ק״ק סאטמאר אין מאנסי.

רב טויבענפעלד מיט די שטאט ״מאנסי של פעם״ גייען סינאנים ווי ער איז געווען פון די בארימטע פיגורן און אויסגערופענע רבנים אין די שטאט.

ער איז נסתלק געווארן פליצלונג אין א יונגען עלטער ביום א׳ סוכות שנת תשמ״ו לפ״ק.

והובא למנוחות בעיה״ק, בהר המנוחות.

סמוך ממש לציון של רבו הרה״ק מהר״א מבעלזא זצ״ל.
אטעטשמענטס
890C5CE6-3FB3-47FF-BD7C-733F3056EDAD.jpeg
890C5CE6-3FB3-47FF-BD7C-733F3056EDAD.jpeg (103.58 KiB) געזען 3888 מאל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זיכער האב איך נישט אנגערירט א פּינטל איבער דעם אדם גדול צדיק ונשגב אשר כל רז לא אניס ליה.

סקוקט אויס אז מיט דעם וואס ער איז אזוי יונג און פליצלונג׳דיג אוועק איז נישט קיין סך באקאנט (באשריבן) איבער אים (פאר אונז יונגערע) און צופיל האב איך נישט געקענט געפינען איבער קורות ימי חייו הק׳.

סדא זיין חיבור ״זכרון שמואל״ אפשר איז דא דארט עפעס מער.

איך עפען דעם אשכול פאר די וועם עס איז יא באקאנט מער פרטים מתולדות האי צדיק ואדם גדול. יבואו ויגיבו.

זיין נאמען מיט וואס ער איז באקאנט איז רבי ״שמעלקא״ טויבענפעלד
אבער איך זעה נישט פון ווי דער נאמען נעמט זיך.
סהאט מיר איינער פארציילט וואס איז געווען נאנט מיט אים אז ער האט אים כמה פעמים געזאגט אז סיז אים נישט נייחא דער נאמען, נאר זיין עכטער נאמען ״שמואל״
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רבי שמעלקא איז געווען פון די חבורה פון אינגע גאונים תלמידי בימ"ד עליון וואס זענען ליידער אוועק אין זייערע פופציגער יארן רח"ל אויף די מינוט געדענק איך הגאון רבי משה דוד שטיינווארצל און הגאון רבי הערשל גאלדווארם אבער ס'געווען נאך
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון רבי שמעלקא אז ווען ער'ט געלערנט אין א"י אין די בעלזער ישיבה האט עם דער רב געבעטן אמאל צו זיין זיין שומר אין מקוה האט ער פארציילט אז ווי נאר דער רב איז אריין אין בור איז עם באפאלן עפעס א מידעקייט נישט סתם אזש ער'ט געדארפט קריגן אויף די ווענט זיך צו האלטן אויף האט ער אויסגעפירט און דאס איז נישט געווען פון די טעג וואס כ'בין אויף די גאנצע נאכט בעפאר....
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פונעם ברך משה אשכול
אטעטשמענטס
2 %282%29.jpg
2 %282%29.jpg (338.77 KiB) געזען 3793 מאל
2 %281%29.jpg
2 %281%29.jpg (276.31 KiB) געזען 3793 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ס'האט פארציילט זיין מאמע אז ווען ער'ז אהיימגעקומען פון ישיבה אין א"י האט זי עם געזאגט אז דער שדכן וויל וויסן וואס ער קען זיך פארהערן אויף האט ער געענטפערט ש"ס מיט שו"ע יו"ד!!
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מקום מנוחתו על הר המנוחות
אטעטשמענטס
CB0F17CD-9CC5-4BC9-878A-CC652AE50F48.jpeg
CB0F17CD-9CC5-4BC9-878A-CC652AE50F48.jpeg (159.79 KiB) געזען 3737 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דאס אידישע ווארט טבת תשמ"ו
Hebrewbooks_org_24477_Page_1.jpg
Hebrewbooks_org_24477_Page_1.jpg (394.82 KiB) געזען 3707 מאל

Hebrewbooks_org_24477_Page_2.jpg
Hebrewbooks_org_24477_Page_2.jpg (439.11 KiB) געזען 3707 מאל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

קוקט אויס ווי א סקווירא הספד
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13096
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער רב זצ"ל מיט דער וויזניצער רבי (מערקט די בוטסע"ס) טשענסקאוויצער רב און רבי משה ניישלאס אב"ד שיכון סקווירא זכר צדיקים לברכה
image38.jpg
image38.jpg (297.45 KiB) געזען 3610 מאל

ווערט אויך געזען וויזניצער רבי שליט"א פון מאנסי
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

רבי שמעלקא טויבענפעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

א מעמד מיטן ברך משה, וועלכער מעמד ווייסט איינער?
אטעטשמענטס
75F3D916-D1F4-4A7C-AC51-D7A0A0A41316.jpeg
75F3D916-D1F4-4A7C-AC51-D7A0A0A41316.jpeg (506.64 KiB) געזען 3235 מאל
אוועטאר
בן מנחם
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מנחם »

אין א טאנץ מיט רב ראזנבלום ר״י שערי יושר
אטעטשמענטס
2EBCB00C-7DB4-4352-A593-D8DC6B2FE6A1.jpeg
2EBCB00C-7DB4-4352-A593-D8DC6B2FE6A1.jpeg (717.37 KiB) געזען 3231 מאל
dovidal
שר עשרת אלפים
תגובות: 10072
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

בן מנחם האט געשריבן: אין א טאנץ מיט רב ראזנבלום ר״י שערי יושר

ביי די חתונה פון ש"ב הר"ר יחיאל גרשון גוטויין הי"ו אנכעפענדיג זיין פעטער דער בעל אשרי למשה זצ"ל הגה"צ ישראל משה לויפער זצ"ל נעבן אים הרה"ח פישל גוטווין ז"ל אבי החתן - לידו אבי הכלה הר"ר מענדל ווייס ז"ל גיסו של הגה"צ רבי שמעלקא זצ"ל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

dovidal האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: אין א טאנץ מיט רב ראזנבלום ר״י שערי יושר

ביי די חתונה פון ש"ב הר"ר יחיאל גרשון גוטויין הי"ו אנכעפענדיג זיין פעטער דער בעל אשרי למשה זצ"ל הגה"צ ישראל משה לויפער זצ"ל נעבן אים הרה"ח פישל גוטווין ז"ל אבי החתן - לידו אבי הכלה הר"ר מענדל ווייס ז"ל גיסו של הגה"צ רבי שמעלקא זצ"ל

רב לויפער איז דער מיטן שטריימעל?

און וועלכע לויפער זענען דאס.?
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

זעה איך יעצט א דערנעבעדיגן אשכול איבער דעם רב לויפער ווי איר האט איבערגעשטעלט דעם בילד פון רבי שמעלקא.

האב איך נאכקיינמאל געהערט פון דעם רב ביז יעצט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27128
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן מנחם האט געשריבן: א מעמד מיטן ברך משה, וועלכער מעמד ווייסט איינער?

זעהט אויס כתיבת ספר תורה בעיר מאנסי

דער סופר ווטס שטייט רעכטס איז הרה"ח ר' אהרן בראנדסדארפער ממאנסי, זיצנדיג רעכטס איז ווארשיינליך דער שינאווער רבי שליט"א פון מאנסי, אונטערן רבי'ן ז"ל דער ברך משה באמערקט מען ר' שלמה זלמן שטיין מבאי ביתו ומשבקי"ו, דער אינגערמאן וואס בייגט זיך אריין שטארק נעבן רבי'ן איז הרה"ח ר' אלימלך שווארץ שו"ב שליט"א, דער אינגערמאן לינקס מיטן די סאמעט אויפן קרוגען איז הרב אברהם משה קרוס מטאפלטשאן-מאנסי שליט"א. עס דאכט מיר אז אונטער רבי שמעלקא ז"ל זעהט מען יבלחט"א הרה"ג רבי משה ראזנער שליט"א מטערצאל-פאפא

אויפן אונטערשטן טיש מיטן פנים צום פאטאגראפירער זעהט מען הרה"ח ר' יהושע גאלדבערגער שו"ב ז"ל
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9319
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

מיללער האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: א מעמד מיטן ברך משה, וועלכער מעמד ווייסט איינער?

זעהט אויס כתיבת ספר תורה

זיצנדיג רעכטס איז אפשר דער שינאווער רבי שליט"א פון מאנסי?

אויפן אונטערשטן טיש מיטן פנים צום פאטאגראפירער זעהט מען הרה"ח ר' יהושע גאלדבערגער שו"ב ז"ל

ס'זעהט נישט אויס צו זיין דער שינאווער רבי זז"ג לאויט"א פון מאנסי.
---
רעבישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעבישע »

הרב לויפער איז געווען גאר א דערהויבענע איד ער האט משמש געווען ברבנות אין בערלין איידער די מלחמה ווי ער האט מסדר קידושין געווען געפירט דיני תורה׳ס וכדומה אלעס וואס א רב פין א שטאט דארף טין נאכן מלחמה אנקומענדיג קיין אמעריקא האט ער נישט געוואלט משמש זיין ברבנות מער טראץ פילע האבן אים געבעטן ער פלעגט דאווענען אין בית המדרש נאנאש אין וויליאמסבורג ער איז געווען א גדול בתורה בקי בכל מסכתות הש״ס וד׳ חלקי שולחן ערוך אויסענוועניג מען האט געוויסט ווען מען דארף א מראה מקום גייט מען צו אים אזוי אויך אין עבודה איז ער געווען גאר שטארק פלעגט ענדיגען תהלים יעדן טאג זיינע תפילות זענען געווען מיט בכיות פלעגט זיין פין די משכימי קום פין די עשרה ראשונים יעדן טאג אין שיל ועוד ועוד עס איז נאך דא אסאך מאריך צוזיין איבער אט דעם גאון וצדיק אפשר אין אנדערע געלעגענהייט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27128
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

רעבישע האט געשריבן: הרב לויפער איז געווען גאר א דערהויבענע איד ער האט משמש געווען ברבנות אין בערלין איידער די מלחמה ווי ער האט מסדר קידושין געווען געפירט דיני תורה׳ס וכדומה אלעס וואס א רב פין א שטאט דארף טין נאכן מלחמה אנקומענדיג קיין אמעריקא האט ער נישט געוואלט משמש זיין ברבנות מער טראץ פילע האבן אים געבעטן ער פלעגט דאווענען אין בית המדרש נאנאש אין וויליאמסבורג ער איז געווען א גדול בתורה בקי בכל מסכתות הש״ס וד׳ חלקי שולחן ערוך אויסענוועניג מען האט געוויסט ווען מען דארף א מראה מקום גייט מען צו אים אזוי אויך אין עבודה איז ער געווען גאר שטארק פלעגט ענדיגען תהלים יעדן טאג זיינע תפילות זענען געווען מיט בכיות פלעגט זיין פין די משכימי קום פין די עשרה ראשונים יעדן טאג אין שיל ועוד ועוד עס איז נאך דא אסאך מאריך צוזיין איבער אט דעם גאון וצדיק אפשר אין אנדערע געלעגענהייט

האמיר דאך אן אשכול מיוחד לכבודו, באלאנגט נישט אין דעם אשכול
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6799
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

בשבילי נברא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: א מעמד מיטן ברך משה, וועלכער מעמד ווייסט איינער?

זעהט אויס כתיבת ספר תורה

זיצנדיג רעכטס איז אפשר דער שינאווער רבי שליט"א פון מאנסי?

ס'זעהט נישט אויס צו זיין דער שינאווער רבי זז"ג לאויט"א פון מאנסי.

דאס איז הגה"ח ר' איטשע גוטמאן ז"ל
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

מיללער האט געשריבן:
רעבישע האט געשריבן: הרב לויפער איז געווען גאר א דערהויבענע איד ער האט משמש געווען ברבנות אין בערלין איידער די מלחמה ווי ער האט מסדר קידושין געווען געפירט דיני תורה׳ס וכדומה אלעס וואס א רב פין א שטאט דארף טין נאכן מלחמה אנקומענדיג קיין אמעריקא האט ער נישט געוואלט משמש זיין ברבנות מער טראץ פילע האבן אים געבעטן ער פלעגט דאווענען אין בית המדרש נאנאש אין וויליאמסבורג ער איז געווען א גדול בתורה בקי בכל מסכתות הש״ס וד׳ חלקי שולחן ערוך אויסענוועניג מען האט געוויסט ווען מען דארף א מראה מקום גייט מען צו אים אזוי אויך אין עבודה איז ער געווען גאר שטארק פלעגט ענדיגען תהלים יעדן טאג זיינע תפילות זענען געווען מיט בכיות פלעגט זיין פין די משכימי קום פין די עשרה ראשונים יעדן טאג אין שיל ועוד ועוד עס איז נאך דא אסאך מאריך צוזיין איבער אט דעם גאון וצדיק אפשר אין אנדערע געלעגענהייט

האמיר דאך אן אשכול מיוחד לכבודו, באלאנגט נישט אין דעם אשכול

אז מען דערמאנט אים שוין אזוי בדרך אגב, שאדט נישט אז מען גיבט א שרייב א שנעלן איבערזיכט פון אים.

און זאל איינער ביטע שטעלן דעם לינק אהין צו זיין דעזעגנירטער אשכול.
אוועטאר
רבניש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3066
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע:בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבניש »

יציב פתגם האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: א מעמד מיטן ברך משה, וועלכער מעמד ווייסט איינער?

זעהט אויס כתיבת ספר תורה

זיצנדיג רעכטס איז אפשר דער שינאווער רבי שליט"א פון מאנסי?

ס'זעהט נישט אויס צו זיין דער שינאווער רבי זז"ג לאויט"א פון מאנסי.

דאס איז הגה"ח ר' איטשע גוטמאן ז"ל

מיר קוקט עס עפעס נישט אויס ווי ר׳ איטשע גוטמאן אויך נישט
שמונה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמונה »

רבניש האט געשריבן:

זיכער יא ר' איטשע גוטמאן ז"ל יא דערמאנט אונז אלטע גוטע צייטען
שמונה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמונה »

דער בחור מוטען הויכע היט קוקט אויס ווי אשר ישעיה' הורוויץ
שמונה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמונה »

אדער אפשר זיין עלטערע ברידער ברוך אברהם וויל דער בחור אויף די אנדערע זייט קען זיין פיוויש בן ר ליפא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”