Re: רבי אליהו יוסף ב"ר גדליה אהרן זי"ע מליניץ - באפעלא ניו יארק - י"ג חשון תרע"א
וואס געפאלט די יאר דארנעשטיג פרשת וירא למספרם NOV 3
איז ברוב סייעתא דשמייא ב"ה געלונגען די יאר ארויס צו נעמען א בית המדרש אין די געגענט פונעם ציון,
די פלאץ איז א מקום רחבת ידים וואס וועט שטיין צו דינסט די גאנצע 24 שעה פונעם יארצייט פאר די אלע וואס קומען פוקד זיין דעם ציון הק' ביומדה"ל,
מוועט קענען ניצן דעם בית המדרש במשך דעם יארצייט לתורה ולתפילה,
און אזוי אויך וועט דארט זיין צוגעשטעלט אכילה ושתיה בהרחבה קאלטס אין ווארעמס כיד המלך.
פאלגטס נאך פאר ווייטערדיגע פרטים בס"ד