Kosher Travel האט געשריבן: און די אלע טראפנס וואס ער פארקויפט, דאס איז דאך א סימן אז עס ארבייט!
אלעקס דזשאונס זאגט אויך אזוי
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
תוספות האט געשריבן: קודם כל, א יישר כח פאר ר' טוט זיך און ר' בנציון פארן זיך אננעמען פאר מיין כבוד וועגן.
אבער יאך פארשטיי גענצליך נישט וואס אזוינס דא קומט פאר, סך הכל האב איך געטראפן אפאר אלטע תגובות וואס איך האב געטראכט אז עס קען זיין אינטערעסאנט פאר די ליינער דא. און אויב האלט איינער אז איך האס געמאכט א טעות, קומט מיר שוין פארדעם סקילה מיט שריפה ביינעזאם.
לעכטיגער האט געשריבן: נישט קיין ווערטל, איך האלט באמת אז ס'ליגט מער אמת אין די אנטי באלב טעאריע ווי אין אין די אנטי וואקסין.. (כ'מיין נישט די עצם באלב.. פאר די געלט קען איך זיין אנטי וואקסין.. כ'מיין די חלק אז אמאל האט מען געלעבט מסודר אין נישט אויף געווען שפעט אין די נאכט)
נאכאמאל, איך רעד טעארעטיש
אין ריאליטעט ארבעט ביי אונז די לעקטער ביז שפעט אין די נאכט אריין..
אין די קינדער זענען וואקסינירט אפ טו דעיט ב"ה..
Kosher Travel האט געשריבן:בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן: אנטשולדיגט ר' לעכטיגער,
איר האט נישט געזען די אנדערע וואקסין אשכול, צו פארשטיין וואס דער גרינדער פון דעם אשכול האט געוואלט, אדער זענט איר אויך פארביסן קעגן די מענטשן וואס נעמען זיך די חוצפה צו ניצן זייער אייגענע קאפ.
שער אשכול האט מאל און ביטע שטעל נישט אראפ דא כאילו kosher travel האט נישט וואס צו טאן מיט'ן איז נאר צו שרייבן נארישקייטן.
ווער עס האט אביסל געליינט דעם וואקסין אשכול ווייסט אז kosher איז עלטער פון דעם...
בנציון, ישר כח פאר דיינע ריכטיגע ווערטער.
ווי אויך א ישר כח פאר ר' לעכטיגער, באמת א ריכטיגע ניק צו אונזער נושא.
איצט א שטיקעלע לימוד גמרא... יש נוחלין ומנחילין, נוחלין ולא מנחילין.
לעינינו:
יש פרא וואקסין וג"כ פרא לייטס
יש פרא וואקסין ואנטי לייטס.
יש פרא לייטס ואנטי וואקסין.
ויש אנטי לייטס ואנטי וואקסין.
אבער... טייערע חברים,
לאמיר לאזן די וואקסין דעבאטע ביי די וואקסין נושא.
דא לאמיר רעדן פון די סכנה פון לייט באלבס.
און איך בעט איעדן צו נוצן זיין אייגענע שכל. אויב האט איהר נאך נישט קיין שטעלע אין די נושא, דארפט איהר נישט כאפן. איהר זאלט עס גיט אדורכטוהן און נוצן אייער אייגענע שכל. מען קען גיין אויף גוגל, און עס אליינס שטודירן. בכלל היינט, ווען די אינטערנעט איז אפן און מען קען אפילו ניצן Google Translate צו פארשטיין די שווערע ענגליש. סתם בלויז ווייל איעדער ביהמ"ד installed די שטארקע LED לייטס, מיינט נאך נישט אז עס איז גיט פאר אונז. עס קען קומען מחוסר ידיעה, עס קען קומען ווייל זיי זענען אינטערגעקויפט פין די Utility Companies וואס געבן גרויסע rebates ווייל זיי ווילן מען זאל ניצן ווייניגע לעקטער. איך וועל נאר נוצן די וואקסין אלטץ א משל. איעדער ווייסט אז די insurance companies פראבירן ווי ווייניגער צו באצאל. מען דארף פרי עפראווען רוב זאכן (אויב האט איהר מעדיקעיד זענט איהר lucky). די היינטיגע גאר טייערע medical insurance ווי Oxford דרייען זיך ארויס פון באצאלע כמעט איעדע זאך. נו ווי קומט אז זיי באצאלן פלוצלינג אלע וואקסינס? זייער אפציעלע הסברה איז אז אזוי וועלן זיי זיך שפארן מיליאנען א יאהר, ווייל מענטשען וועלען נישט קראנק ווערען פון די זאכן וואס די וואקסינס וועט זיי אפהיטן. אבער מען דארף נישט זיין קיין נער צו פארשטיין אז זיי מיינען נישט אונזער טובה. די נמשל... פארוואס זאל די עלעקטריק קאמפאני וועלן מיהר זאלן שפארן עלעקטריסיטי? זיי מיינען פלוצלינג אונזער טובה? זיכער נישט!
איך בעט ענק נאכאמאהל צו גיין צי די לינק אין די ערשטע תגובה פון די אשכול ווי איך ברענג פון דאקטאר מערקאלע, פון די גרעסטע נאטורליכע דאקטוירים אין די וועלט. עס איז דא וואס קענען איהם בלויז פון זיין שיטה אנטקגעגן וואקסינס. אבער ער איז אויך אנטקעגן לייט באלבס. ועוד. אי"ה כשירחיב וועל איך שרייבן פון די אלע אנדערע סכנות וואס דער דאקטאר האט שטודירט.
יואל שרייבער האט געשריבן:
ביטע נישט גיין אויף די אינטערנעט סערטשן, אלע סקרינס ארבעטן מיט led ,איר וועט זיך שוין אינגאנצן פארסמען מיט די שעדליכע שטראלן פארן געוטאר ווערן דעם אמת
דערבארומדיג'ער האט געשריבן: צענטער פאר פארשונג פון נאטורליכע געזונטהייט באריכט:
קאושער טראוועל'ס נאטורליכע "שמייכל טראפן" שטעלט זיך ארויס צו זיין אויסטערליש עפעקטיוו.
די וועג ווי אזוי עס ארבעט איז אז דער מח ווערט סטימיוליזירט און אנגעצינדן פונעם קאראפטירטן קעפל, וואס דאס ברענגט א באלדיגע 4 פאכיגע רעאקציע אויסגעשפרייט איבער פארשידענע חלקים פונעם קערפער, צום ערשט טוען די פינגערס גאר האסטיג קליקן דעם אייוועלט לינק, ביז א מילי סעקונדע טוישט זיך די ריטעם פונעם אטעם און עס הייבט אן צו ארבעטן מיטן זעלבן האסטיגען אימפעט ווי די האנט קליקס, א סעקונדע שפעטער טוען זיך די אויגן אנשטרענגן - איך מיין צו זאגן זיי קוקן גאר ערענסט און "שטרענג" - אויפן סקרין בעת טיפע ווערטיקאלע קנייטשן פארמירן זיך אויפן שטערן צווישן די צוויי אויגן.
דאן קומט א אויפלאזונג און פארדעכטיגונג סעסיע, דאס פאסירט געווענטליך ווי באלד מען הייבט אן צו ליינען א קליין ביסל, דער מח הייבט אן ארויסצושיקן פארשידענע סיגנאלן אז "סאמטינג פישי" (וואס דאס הייבט דראמאטיש די אמעגא 3 שטאפלן) עפעס טיפער וויל דא דער שרייבער, לויט ווי די פארשער האבן באאבאכטעט קען מען באלד זען ווי די קנייטשן צווישן די אויגן גראדן זיך אויס, און די צוויי עקן פונעם מויל הייבן זיך אן צו נויגן לייכטערהייט אין די באקאנטע שמייכל פאזיציע, בעת וואס א פארדעכטיגטע מינע שוועבט נאך אלץ אויפן געזוכט.
אבער ווי די פארשער באטאנען קומט די עיקר בענעפיטן פונעם דריטן פאזע, דאס איז ווען די גאנצע קערפער נעמט אנטייל אין די פראצעדור, די שטים בענדער פון אינעווייניג געבן ארויס נאכאנאדע הא הא הא קלענגען, בעת וואס די בויך וואקעלט זיך גאר שנעל אהין אין צירוק, די הענט האקן אויפן טיש און אלע מוצאי הפה שרייען "אייזן גוט, דער איז גוט, דער איז גוט" עס ווערט שטערקער און שטערקער די פיס שאקעלט זיך און ריטשקעלעך טרערן הייבן אן ארויסצושפארן פון די אויגן ביז די גאנצע גוף געט א פלאץ אנידער און עס ווערט מקיום דבקה לארץ בטנינו...
מקור:
פסוק במשלי שהשמחה מעלה רפואה, ואיני זוכר כעת המקום בדיוק
יענקעלע האט געשריבן: שוידערליכע אויפדעקונג!!, א שנעלער סירטש אויף גוגל דעקט אויף וואס פארא קורופטירטע פאררעטער דער קאשער טרעוול איז,
דער האט פעסט אינוועסטירט אין לעכט, און זוכט אריינצורעדן דעם עולם צו נוצן לעכט אנשטאט באלבס
קיקטס וויפיל מאל די ווארט Candle ווערט דערמאנט אויף זיין סייט
https://www.google.com/search?q=site%3A ... com+candle
שומו שמים!!