ניגוני חסידי בעלזא

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

ניגוני חסידי בעלזא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

פארווארט:

בס"ד ווידמען מיר דעם אשכול פאר אלעס וואס אנבעלאנגט די היכל הנגינה פון בעלזא.

כידוע, איז אין בעלזא מקדמת דנא נישט געווען איינגעפירט גאר שטארק די ענין פון נגינה, חוץ פון כמה ניגונים קבועים ומקודשים: די 7 הקפה ניגונים, שאו שערים, ניגון אנעים זמירות, תורה הקדושה, תמניא אפי, מעוז צור, מזמור שיר, באגלייטן ניגון, ניגון מונקאטש (והביאנו).

בימינו, האט די בעלזא'ער רב שליט"א גאר שטארק אנטוויקלט און פארברייטערט די ענין פון נגינה (ווי מאנכע ווילן זאגן האט ער דאס גענומען מימי שבתו בצל כ"ק חו"ז מוויזניצא זצ"ל), און היינט צוטאג'ס פארנעמט נגינה גאר א פראמינענטע ארט אין בעלזא.

די עולם הנגינה אין בעלזא איז שוין איבער 40 יאהר אלט, און האלט שוין ביים צווייטן דור פון מלחינים. אך בעוד וואס אין די וועלט איז באקאנט די פאר צענדליגע 'היטס' פון בעלזער ניגונים, איז פארהאן אן אוצר שלם פון הונדערטע (!) ניגונים פין אלע סארטן וועלכער בארייכערן דעם גאנצען מעגל השנה, וואס איז נישט אזוי באקאנט פאר'ן ציבור.

בס"ד וועלן מיר דא ארויפשטעלן ניגונים און ברייט ארומשמועסן די ניגונים זעלבסט און וואס ליגט אונטער זיי, ווי אויך אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות. כמו"כ וועל איך זיך פרייען צו ענטפערן אייערע שאלות בענין היכל הנגינה של בעלזא, עד כמה שידי מגעת וכפי מיסת הפנאי שתחת ידי.

איך וויל שטארק בעטן דעם ציבור זיך צו האלטן זאכליך, און נישט פארפירן דעם אשכול צו אנדערע עניינים, להנאתכם ולטובתכם!

ויהי נועם ה"א עלינו ומעש"י כוננה עלינו וכוננהו.
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

תודה רבה פאר'ן גיין פתיחה
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

לכבוד 'שבת נאך חנוכה' וואס מ'הייבט אן אין בעלזא צו זינגען דעם זמר 'יום שבת קודש הוא'.

יום שבת קודש הוא

דער ניגון איז נישט קיין בעלזער ניגון, אבער ער איז אריינגעברענגט געווארן אין בעלזא (צוזאמען מיט נאך צענדליגע גאליציאנער ניגונים) דורך הרה"ח ר' יצחק זאב דמן ז"ל, ר' ירמי'ס פאטער.

ר' איטשע דמן ז"ל איז יארן לאנג געווען א בעל תפלה ימים נוראים אין בעלזער שטיבל אין בני ברק, ער האט ענטהאלטן אין זיך א אוצר בלום פון ניגונים און נוסחאות מבית ראפשיץ וראזוואדאוו.

זיין זוהן ר' ירמי' זז"ג האלט אינמיטען ארויס געבן א גאנצע סעריע פון טעיפס פון זיין טאטענ'ס ניגונים מיט'ן נאמען 'עתיקא קדישא'. ביזדערווייל איז שוין דא דריי חלקים אויף שבת, צוויי אויף חנוכה, און איינס אויף די הייליגע טעג, ועוד ידו נטויה.

דער ניגון 'יום שבת קודש הוא' (מתוך עתיקא קדישא לליל שבת) איז א טיפישע גאליציאנער ניגון... - הן מצד דער ניגון זעלבסט וואס איז יעלו שמים ירדו תהומות, און הן מצד דעם אריינזעצן די ווערטער...
דער צוהערער שפירט ווי מ'נעמט אים אויף א רייד מיט א ראולעקאוסטער... . אבער די פארצייטישע חן איז נישט צום באצאלן...
ודי לחכימא ברמיזא
שירה וזמרה
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 10, 2012 10:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה וזמרה »

זייער שיין, יישר כח.

אויב מען מעג מעיר זיין, לדעתי וואלט געווען כדאי צו האלטן דיזע אשכול צום קעפל
און די עתיקא איז א נושא פאר זיך וואס פאדערט אפשר א באזונדערע אשכול
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

הלשון האט געשריבן: תודה רבה פאר'ן גיין פתיחה
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

חכימא האט געשריבן: חוץ פון כמה ניגונים קבועים ומקודשים: די 7 הקפה ניגונים, שאו שערים, ניגון אנעים זמירות, תורה הקדושה, תמניא אפי, מעוז צור, מזמור שיר, באגלייטן ניגון, ניגון מונקאטש (והביאנו).

"המבדיל'' (אויב ס'קען ווערן אנגערופן א ניגון)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7679
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אהרן הלוי האט געשריבן:

בר יוחאי.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

שחה האשה.
ודי לחכימא ברמיזא
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

זמירות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

בס"ד וועל איך יעדער וואך, פון מיטוואך און ווייטער ארויפשטעלן די ניגונים אויף די זמירות שבת אויפן סדר.

ווי פארשטייט קומט זיך די פתיחה פאר 'שלום עליכם'...
שלום עליכם א'
לחן: בעלזער רב שליט"א
מתוך: שבת טיש (תש"ס)

דאס איז דער קלאסישע 'שלום עליכם' וואס ווערט געזינגען ביי פיהל בעלזער חסידים אינדערהיים מדי שבת בשבתו, און מזמן לזמן אויך ביים טיש פון רב שליט"א, בעיקר ווען ער געפונט זיך אויף אפרוה.

שלום עליכם ב'
לחן: הרב יוסף צבי ברייער שליט"א
מתוך: מזמור שיר ליום השבת ח"א (תשנ"ה)

גראדע איז דער ניגון גאנץ ווייניג באקאנט אפי' צווישן בעלזער חסידים, און ווערט כמעט נישט גענוצט.

שלום עליכם ג'
לחן: הרה"ג ישי יעקובוביץ שליט"א - אב"ד קאפאוואר
מתוך: חביבין (תשע"ו)
לעצט פארראכטן דורך חכימא אום מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 8:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ודי לחכימא ברמיזא
חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
חכימא האט געשריבן: חוץ פון כמה ניגונים קבועים ומקודשים: די 7 הקפה ניגונים, שאו שערים, ניגון אנעים זמירות, תורה הקדושה, תמניא אפי, מעוז צור, מזמור שיר, באגלייטן ניגון, ניגון מונקאטש (והביאנו).

"המבדיל'' (אויב ס'קען ווערן אנגערופן א ניגון)

בר יוחאי.

ווי קען מען פארגעס'ן פון 'אדון עולם'!
הויכע פייפער
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

די "לחכימא" ברימזא!
ישר כח!
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2206
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

קעם איינער ברענגן דעם ניגון אב הרחמים ...תבנה
יישר כח
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1949
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

זייער א שיינע אשכול!

יישר כח מיר ווארטן אויף נאך.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

משה צימערינג האט געשריבן: קעם איינער ברענגן דעם ניגון אב הרחמים ...תבנה
יישר כח

אב הרחמים
לחן: הרב ירמי' דמן שליט"א
מתוך: אדיר הוא (תדש"ם)
ודי לחכימא ברמיזא
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

חכימא האט געשריבן: בס"ד וועל איך יעדער וואך, פון מיטוואך און ווייטער ארויפשטעלן די ניגונים אויף די זמירות שבת אויפן סדר.

ווי פארשטייט קומט זיך די פתיחה פאר 'שלום עליכם'...
שלום עליכם א'
לחן: בעלזער רב שליט"א
מתוך: שבת טיש (תש"ס)

דאס איז דער קלאסישע 'שלום עליכם' וואס ווערט געזינגען ביי פיהל בעלזער חסידים אינדערהיים מדי שבת בשבתו, און מזמן לזמן אויך ביים טיש פון רב שליט"א, בעיקר ווען ער געפונט זיך אויף אפרוה.

שלום עליכם ב'
לחן: הרב יוסף צבי ברייער שליט"א
מתוך: מזמור שיר ליום השבת ח"א (תשנ"ה)

גראדע איז דער ניגון גאנץ ווייניג באקאנט אפי' צווישן בעלזער חסידים, און ווערט כמעט נישט גענוצט.

שלום עליכם ג'
לחן: הרה"ג ישי יעקובוביץ שליט"א - אב"ד קאפאוואר
מתוך: חביבין (תשע"ו)

יישר כח!
און יעך בין א מן הארץ און ריינמאל נישט געוויסט אז די רב האט פארפאסט די הערליכע שלום עליכם.
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

משהלע האט געשריבן: יישר כח!
און יעך בין א מן הארץ און ריינמאל נישט געוויסט אז די רב האט פארפאסט די הערליכע שלום עליכם.

לכתחילה איז עס פערפאסט געווארן אויף 'עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון'.
ודי לחכימא ברמיזא
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

ייש"כ פאר אלע מעודדים דא און אין אישי, עס איז מיר א פארגעניגן אייך מהנה צו זיין!
ודי לחכימא ברמיזא
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

זמירות שבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

אשת חיל
לחן: הרב יוסף צבי ברייער שליט"א
מתוך: שבת טיש (תש"ס)

לכתחילה פארפאסט געווארן אויף האדרת והאמונה
מתוך: השיר והשבח (תשנ"ד)

והבוחר יבחר וועלכער איז שענער אראפגעלייגט...

מיין פריוואטע מיינונג: האדרת והאמונה
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7679
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

1. די ניגון שלום עליכם ג' ווערט נישט אנגערופן אלס א בעלזער ניגון, על אף א בעלזער חסיד האט עס געמאכט.
2. די ניגון אב הרחמים [די לינק איז נישט אפן ביי מיר, אבער איך מיין אז איך ווייס פון וואס מרעדט] איז למיטב ידיעתי א שטיקל פונם ניגון אהבתי כי ישמע וואס האט מחבר גיווען הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א.
3. די ניגון אשת חיל ווערט אויך געזינגען אסאך ביי בעלזער חסידים און ביים רב שליט"א ביי די וואכן פון אפרוה.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

1. עס ווערט אנגערופן א בעלזער ניגון ווייל עס איז מופיע אויף א עמטליכע בעלזער טעיפ, מיט'ן אויפשריפט 'ניגוני חסידי בעלזא'.
2. עס איז מיר א גרויסע חידוש, כ'וועל עס בודק זיין.
3. אה"נ. כדבריכם כן הוא.
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

יישר כח!
און יעך בין א מן הארץ און קיינמאל נישט געוויסט אז דער רב שליט"א האט פארפאסט די הערליכע שלום עליכם.

לגבי ''אב הרחמים'' - ''אהבתי'', מ'זינגט דאך דעם אהבתי ביי די טישן, אבער למעשה איז ביי אב הרחמים דא פעלער וואס מען האט צוגעלייגט, וואס איז נישט דא אין אהבתי (כמדומני).
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

חוץ פון דעם האט געשריבן: ווי קען מען פארגעס'ן פון 'אדון עולם'!

דער ניגון איז דען א בעלזער ניגון?
(שמעתי בבאבוב איך ששרים את זה עם שינויים)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן: 2. די ניגון אב הרחמים [די לינק איז נישט אפן ביי מיר, אבער איך מיין אז איך ווייס פון וואס מרעדט] איז למיטב ידיעתי א שטיקל פונם ניגון אהבתי כי ישמע וואס האט מחבר גיווען הרה"ג ר' פנחס פריעדמאן שליט"א.
3. די ניגון אשת חיל ווערט אויך געזינגען אסאך ביי בעלזער חסידים און ביים רב שליט"א ביי די וואכן פון אפרוה.
חכימא האט געשריבן: 2. עס איז מיר א גרויסע חידוש, כ'וועל עס בודק זיין.
3. אה"נ. כדבריכם כן הוא.

2. אמת נכון הדבר. ייש"כ פאר'ן מיר מעמיד זיין על האמת.
3. כ'האב עס נאר געפונען פאר נויטיג אנצומערקן ביי שלום עליכם, להבדילו פון די אנדערע צוויי וואס ווערן נישט גענוצט בכלל.
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
ירח וכוכבים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:26 pm
לאקאציע:וואו גא-ט וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירח וכוכבים »

דא האט איר א GOOGLE DRIVE פון אלע בעלזא ניגונים
https://drive.google.com/drive/folders/ ... KSftDCvL3T
אֶת הַיָּרֵחַ וְכוֹכָבִים לְמֶמְשְׁלוֹת בַּלָּיְלָה כִּלְ"חַ
(מיין גרעסטע הנאה פון אלס קינד איז געווען צו זאגן איינמאל ביי הודו כל"ח.... אנשטאט כי לעולם חסדו...)
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

אהרן הלוי האט געשריבן:
חוץ פון דעם האט געשריבן: ווי קען מען פארגעס'ן פון 'אדון עולם'!

דער ניגון איז דען א בעלזער ניגון?
(שמעתי בבאבוב איך ששרים את זה עם שינויים)

ווען מ׳רעדט פון בעלזער ניגונים דארף מען פארשטיין, אז בעלז האט קיינמאל נישט געהאט קיין ניגונים,
אפילו די פאר מקורות׳דיגע ניגונים וואס מ׳האט געזינגען איז אויך נישט געוועהן קיין בעלזער ניגונים, נאר ס׳איז געוועהן מקובל׳דיגע ניגונים פון הייליגע מקורות,
וועגן דעם, ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין אייגענע ניגונים, האט מען די פאר ניגונים גערופן ״בעלזא ניגונים״
איבער דעם הייסט דער ניגון ״דער בעלזער אדון עולם״
באמת קומט דאס פונעם מעזריטשער מגיד, אבער ס׳איז נישט קיין סתירה,
וויאזוי מ׳זאל עס נאר רופן, איז מען גערעכט.
והכל על מקומו יבא בשלום.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”