רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
בירור יחוס פשעווארסק לאפטא
בהמשך להנ"ל, ברענג איך אראפ דער סדר היחוס פון רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל מבוקארעסט ווי עס ווערט געברענגט אין ספר באהלי צדיקים.
און בשייכות לזה דער בעלזא יחוס צו אפטא, געדרוקט אין באהלי צדיקים
וואס לויט דעם שטימט עפעס נישט דער פשעווארסק יחוס צום אוהב ישראל.
בנוסף, א טעמעשוואר יחוס צום אוהב ישראל מיט דער זעלבע נוסח יחוס ווי פשעווארסק

- אטעטשמענטס
-
- יחוס הרבנית טויבא.jpg (227.08 KiB) געזען 3488 מאל
-
- יחוס בעלזא לאפטא.jpg (115.99 KiB) געזען 3488 מאל
-
- יחוס טעמעשוואר.jpeg (172.15 KiB) געזען 3488 מאל
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3255
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
ישלהוסיף האט געשריבן: בהמשך להנ"ל, ברענג איך אראפ דער סדר היחוס פון רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל מבוקארעסט ווי עס ווערט געברענגט אין ספר באהלי צדיקים.
און בשייכות לזה דער בעלזא יחוס צו אפטא, געדרוקט אין באהלי צדיקים
וואס לויט דעם שטימט עפעס נישט דער פשעווארסק יחוס צום אוהב ישראל.
בנוסף, א טעמעשוואר יחוס צום אוהב ישראל מיט דער זעלבע נוסח יחוס ווי פשעווארסק
אויסדריקליך א טעות זיי זענען נישט קיין אפטא אייניקליך, מ האט אויסגעמישט צוויי ערשטע שוועסטער קינדער מיט די נאמען אברהם יהושע העשיל וואס איינער איז בן ר' שמואל אשכנזי (שווער פון רבי יהושע'לע פון בעלזא) און יענער איז יא א אפטא אייניקל .
משא"כ רבי איציקל'ס עלטער שווער ר' אברהם יהושע העשיל איז געווען בן ר' משולם זלמן ( ברודער פון ר' שמואל אשכנזי הנ"ל) וואס איז געווען א איידים אין בארדיטשוב ביי ר' אליעזר ליפא חתן הקדושת לוי זיע"א .
ועיין באריכות בספר "מבית אבותי ורבותי" מהידען הגדול ר' בערלע הלברשטאם זצ"ל פון אנטווערפן שהוא נכד חותן רבי איציקל זצ"ל שמביא באריכות גדול את כל יחוסו כנ"ל ,וכן עוד ידענים גדולים ביחוס למשפחותם ולבית אבותם רבי שמואל חיים גרובער ועוד.
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3255
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
ישלהוסיף האט געשריבן: הילף מברר צו זיין יחוס רבי איציקל'ס יחוס צום אוהב ישראל מאפטא
דא האב איך געלייגט צוויי אויסצוגן, איינס פון י"ג אורות ח"ב (לשה"ק, אנטווערפן, תש"ס); דער צווייטער פון די דרייצן ליכטיגקייטן (אידיש, ברוקלין, תשס"ד)
בפשטות גייט דער יחוס:
רבי איציקל מפשעווארסק
חתן רבי ישכר דוב הכהן גלאנץ
חתן רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל (אשכנזי) מבוקארעסט (ושם זוגתו הרבנית טויבא ע"ה בת בי יהודה זונדל בן מהר"ש מבעלזא)
בן רבי שמואל מזינקוב (בן רבי משולם זלמן נכד בן אחר בן להחכם לצבי)
חתן רבי יצחק מאיר מזינקוב
בן אוהב ישראל מאפטא
וואו דערמאנט אויבן איז ער געווען א ברודער פון ר'משולם זלמן, קינדער פון ר' משה אפרים אבד"ק קאליש .
בירור יחוס פשעווארסק לאפטא
א גרויסע דאנק פאר דאס אויסקלארן. אינטערעסאנט אז רבי איציקל האט געקענט מאכן אזא טעות ווען פאר אים איז יענע דורות געווען אזוי נאהנט, ער האט נאך גוט געקענט זיין עלטער באבע הרבנית טויבא דער רביצין פון רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל פון בוקארעסט.
והשנית וויל איך פרעגן, דער ר' משה אפרים אשכנזי מקאליש האט געהאט צוויי זוהן, א) ר' משולם זוסיא אשכנזי ב) ר' זלמן אשכנזי? אדער זענען זיי דעם זעלבן פערזאן (זעה, די קאפיס פון באהלי צדיקים)?
אויב איז דאס דער זעלבע מענטש ווען מיר אויסקומען, אז ר' שמואל און ר' אברהם יהושע העשיל זענען געווען ברודער'ס קינדער פון ר' משלום (זוסיא) זלמן אשכנזי.
והרוויח בזה בעלזא, אז רבי יהושע'לע בעלזא איז אויך א בארדיטשוב'ער אייניקל (אבער אין 'יחוס בעלזא' שטייט עס נישט, נאר אונטער עפעס א יש אומרים). ווייסט מען בכלל צו די בעלזא רבי'ס זענען זיך מתייחס צו בארדיטשוב?
והשנית וויל איך פרעגן, דער ר' משה אפרים אשכנזי מקאליש האט געהאט צוויי זוהן, א) ר' משולם זוסיא אשכנזי ב) ר' זלמן אשכנזי? אדער זענען זיי דעם זעלבן פערזאן (זעה, די קאפיס פון באהלי צדיקים)?
אויב איז דאס דער זעלבע מענטש ווען מיר אויסקומען, אז ר' שמואל און ר' אברהם יהושע העשיל זענען געווען ברודער'ס קינדער פון ר' משלום (זוסיא) זלמן אשכנזי.
והרוויח בזה בעלזא, אז רבי יהושע'לע בעלזא איז אויך א בארדיטשוב'ער אייניקל (אבער אין 'יחוס בעלזא' שטייט עס נישט, נאר אונטער עפעס א יש אומרים). ווייסט מען בכלל צו די בעלזא רבי'ס זענען זיך מתייחס צו בארדיטשוב?
- רימנובער אייניקעל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3255
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm
ישלהוסיף האט געשריבן: א גרויסע דאנק פאר דאס אויסקלארן. אינטערעסאנט אז רבי איציקל האט געקענט מאכן אזא טעות ווען פאר אים איז יענע דורות געווען אזוי נאהנט, ער האט נאך גוט געקענט זיין עלטער באבע הרבנית טויבא דער רביצין פון רבי אברהם יהושע העשיל פרענקל פון בוקארעסט.
והשנית וויל איך פרעגן, דער ר' משה אפרים אשכנזי מקאליש האט געהאט צוויי זוהן, א) ר' משולם זוסיא אשכנזיב) ר' זלמן אשכנזי? אדער זענען זיי דעם זעלבן פערזאן (זעה, די קאפיס פון באהלי צדיקים)?
אויב איז דאס דער זעלבע מענטש ווען מיר אויסקומען, אז ר' שמואל און ר' אברהם יהושע העשיל זענען געווען ברודער'ס קינדער פון ר' משלום (זוסיא) זלמן אשכנזי.
והרוויח בזה בעלזא, אז רבי יהושע'לע בעלזא איז אויך א בארדיטשוב'עראייניקל (אבער אין 'יחוס בעלזא' שטייט עס נישט, נאר אונטער עפעס א יש אומרים). ווייסט מען בכלל צו די בעלזא רבי'ס זענען זיך מתייחס צו בארדיטשוב?
א גוטן בעזר שמו יתברך לאמיר קלאר מאכן די זאך און ענטפערן על ראשון ראשון...
א) רבי איציקל'ס טעות שטאמט אז מ'האט אויסגעמישט צוויי שוועסטער קינדער מיט די זעלבע נאמען אברהם יהושע העשיל, איז מה כל הרעש ס' מאכט זיך אין די שענסטע משפחות אזעלעכע טעותים .
ב) אויסדריקליך נישט, ר' משה אפרים פון קאליש האט געהאט צוויי זוהן ר' משולם זלמן ( נישט זוסיא טעות מיעקרא ) וואס בלויז זיין רעבעצין איז געווען א בארדיטשעווער אייניקל, און דער צווייטער זוהן ר' שמואל ( שווער פונעם מיטלן בעלזא רב ) און בלויז ר' שמואל'ס רעבעצין איז געווען א אפטא אייניקל, און ביידע ברודער האבן געהאט א זוהן מיט די נאמען אברהם יהושע העשיל, פון דאננעט האט מען אויסגעמישט די צוויי.
נאכמאל איך האב דורך געטוהן די אשכנזי פרענקל סוגיא מיט גרויסע ידענים ובתוכם דער באוואוסטער חוקר היחוס למשפחותם ולבית אבותם ר' שמאול חיים גרובער יו"ר מכון משכנות יעקב סקווירא ,
און ס'איז אויסגעקומען אז בעלזא רב'ס שווער איז נישט קיין בארדיטשובער אייניקל און רבי איציקל שוויגער איז נישט קיין אפטא אייניקל ,און ממילא זענען די בעלזא אייניקליך נישט בארדיטשובער אייניקליך על כל פנים דורך רבי יהושע'לע זיע"א רעבעצין .
ובדרך אגב די צוויי אויבנדערמאנטע ברודער ר' שמואל אשכנזי מיט ר' משולם זלמן פרענקל זענען געווען בן אחר בן צום חכם צבי וואס האט געהייסן אשכנזי און משום מה האט זיך ר'משולם זלמן א נאמען געגעבן פרענקל.
א גרויסע דאנק זייער קלאר אהערגעשטעלט.
אגב, האב איך נאכגעקוקט אינעם מגילות יוחסין באבוב מהדו"ת, שרייבן זיי אויך אז רבי שמואל אשכנזי איז געווען א זוהן פון רבי משה אפרים אשכנזי מקאליש.
און אז מ'רעדט שוין, וועל איך ארויפשטעלן וואס 'יחוס בעלזא' האט געשריבן דערוועגן.

- IMG_0293.jpg (302.12 KiB) געזען 3251 מאל
-
- IMG_0292.jpg (450.84 KiB) געזען 3251 מאל
- אליעזר לאנדא
- שר האלף
- תגובות: 1891
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am
בנוגע ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט זעה דא
על הספר 'שארית לשמואל' , ובנוגע יחוס מפוקופקות
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווי דער טעות (?) האט זיך אנגעהויבן
על הספר 'שארית לשמואל' , ובנוגע יחוס מפוקופקות
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווי דער טעות (?) האט זיך אנגעהויבן
אליעזר לאנדא האט געשריבן: בנוגע ר' אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט זעה דא
על הספר 'שארית לשמואל' , ובנוגע יחוס מפוקופקות
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווי דער טעות (?) האט זיך אנגעהויבן
ויש להוסיף - רבי יעקב הירש הורוויץ ב"ר רפאל מסטריזוב (נכד רבי אלעזר אלימלך וואלדמאן) איז געזעצן אמאל מוצשב"ק תשמ"ב (ג) אין ווילימסבורג ביי רבי יענק'עלע מפשעווארסק, רבי יענק'לע האט אים פארגעזאגט די יחוס און ער האט עס בשעת מעשה אראפגעשריבן. אין יענער מגילת יוחסין שטייט אויך רבי אברהם יהושע העשיל מבוקארעסט בן רבי שמואל (חתן יחוס אפטא) בן רבי משולם זלמן (חתן יחוס בארדיטשוב) בן רבי משה אפרים אשכנזי.
אינטערסאנט ווי רבי יענקעלע האט אנגענומען דעם סדר היחוס מיט א וודאות. פונקט דא ביי דעם זאל ער זיך אזוי טועה זיין אדער האט שוין זיין שווער רבי איצקל שוין געהאט דעם טעות?
- שאראש-פאטאק
- שר חמש מאות
- תגובות: 955
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm
הבעש''ט האט געשריבן: היסטארישע ווידעא פון הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל
https://ahblicklive.com/post.php?id=1671
ארבעט נישט
רבי איציקל און רבי יאנקעלע זי"ע
שרייבן די זמנים ווען זיי שרייבין זייער אינטרעסאטנט
- אטעטשמענטס
-
- PSHEVORSK.jpg (154.64 KiB) געזען 2811 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
- סטרעטענער אייניקל
- שר חמש מאות
- תגובות: 741
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm
נמכר היום
dovidal האט געשריבן: שרייבן די זמנים ווען זיי שרייבין זייער אינטרעסאטנט
נמכר היום עבור 3.200 $
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
Re: יחוס אפטא - ר' איציקל מפשעווארסק
בענין דער שמועס אנהייב דעם עמוד בנוגע דעם אפטא יחוס, וויל איך מוסיף א קאפי פונעם יחוס געדרוקט סוף קונטרס ליקוטי שושנה, זעה די הערות דארט.
- אטעטשמענטס
-
- ליקוטי שושנה 1.jpg (280.37 KiB) געזען 2609 מאל
-
- ליקוטי שושנה 2.jpg (313.75 KiB) געזען 2609 מאל
-
- ליקוטי שושנה 3.jpg (281.94 KiB) געזען 2609 מאל
- טוב ה' לכל
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
יעצט געליינט די אינטערעסאנטע ספר 'בית פשעווארסק', גאר אינטערעסאנטע מעשיות מיט א אריגינעלע חן פון אמת. אנטווערפן בתוקפו...
נישט ווי די היינטיגע צוגעפיצטע מעשיות דורך שרייבער'ס, איך גלייב עס איז ע''פ רוב אלעס אמת, אבער דאך, נישט מיט די אריגינעלקייט.
אגב, ער זאגט דארט אז ער האט אן א שיעור געמוזט ארויסנעמען דורך זיינע יועצים וואס האבן נישט געלאזט ער זאל אלעס לייגן, איך קען מיך פארשטעלן פון וואס ער רעדט...
ער שרייבט אז ער האט ביי זיך ממש נאך א ספר פון די אלע השמטות, איך וואלט היבש געקענט באשטיין דיקא עס יא צו זען...
נישט ווי די היינטיגע צוגעפיצטע מעשיות דורך שרייבער'ס, איך גלייב עס איז ע''פ רוב אלעס אמת, אבער דאך, נישט מיט די אריגינעלקייט.
אגב, ער זאגט דארט אז ער האט אן א שיעור געמוזט ארויסנעמען דורך זיינע יועצים וואס האבן נישט געלאזט ער זאל אלעס לייגן, איך קען מיך פארשטעלן פון וואס ער רעדט...
ער שרייבט אז ער האט ביי זיך ממש נאך א ספר פון די אלע השמטות, איך וואלט היבש געקענט באשטיין דיקא עס יא צו זען...
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
הספד
- אטעטשמענטס
-
- פשעווארסק.jpg (321.75 KiB) געזען 2275 מאל
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8915
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע:אין מאה שערים
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
אינטערעסאנט די אויסדרוק צום סוף הס"ק
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
גלאזער האט געשריבן: הספד
מהאט געדארפט מסביר זיין ווי פינקטלעך איז סאטמאר ראדני?
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
איז דער יחזקאל שרגא דער מוציא לאור פון דעם ספר ? רבי יחזקאל שרגא פרענקל ?
אויפן ספר דברי יחזקאל שהיה שייך להרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל
אויפן ספר דברי יחזקאל שהיה שייך להרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זצ"ל
- אטעטשמענטס
-
- DY6.jpg (83.55 KiB) געזען 1906 מאל
-
- DY7.jpg (94.03 KiB) געזען 1906 מאל
-
- DY8.jpg (141.08 KiB) געזען 1906 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
נעקסטע וואך איז די יארצייט.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
כרוז
- אטעטשמענטס
-
- ITZIKEL.jpg (179.68 KiB) געזען 1651 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
Re:
איך שיהיה האט געשריבן: רועה אבן ישראל
איז דא ערגעץ ווי מ'קען באקומען / בארגן / קויפן / ליינען דעם ספר??
הנותן לשכוי בינה...
- יוסף פריעדמאן
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7684
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am
Re: רבי משה יצחק (ר' איציקל) געווירצמאן מפשעווארסק - יוה"כ תשל"ז
dovidal האט געשריבן: כרוז
וואז איז געווען דעמאלס אין ארץ ישראל.
כי לך טוב להודות
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר .ע . ע .ע . ע
.ע . ע .ע . ע . ע . ש .ע . ע . . ש . .ע . ש .ע . ע .ש . ש . ש .ע . ע ולשמחה נאה לזמר .ע . ע .ע . ע