נ.ב.

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

נ.ב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יעדער ווייסט אז נ.ב. ווערט ארויסגעשריבן "נאך באמערקונג", יא?

היינט בין איך קלוגער געווארן.

קוקענדיג אויף ליפא'ס מראה מקום פון די וועלט זייגער, http://www.peterrussell.com/Odds/WorldC ... ?id=15123# , שטאלפער איך מיך אן אין די פאלגענדע איינגערינגעלטע ווערטער: (NB During January, the number of days passed is the same as the number of days passed in the year so far. So the counts will be the same.)


כדרכי ביי יעדע אומפארשטענדליכע ווארט אדער צייכענונג, מאך איך SHIFT און רעכט-דרוק אויפן מייזל, און באבילאן געט מיר א פירוש דערויף. דא שרייבט ער מיר אז NB איז די פארקורצונג פון NOTA BENE, וואס איז א לאטיינישע אויסדרוק ווען מען וויל באצייכענען עפעס וואס דער ליינער זאל גוט מדייק זיין.

שפעטער שרייבן זיי אז אין היינטיגן ענגליש צילט דאס צו ציען דאס אויפמערקזאמקייט פונעם ליינער צו א געוויסע זייטיגע פרט פון א ענין וואס ווערט באהאנדעלט, וזה לשונם: In present day English, it is used to draw the attention of the reader to a certain (side) aspect or detail of the subject on hand, translating it as "pay attention" or "take notice". It is often written in the abbreviated form: N.B.

נו, זעהט איר שוין פון וואנעט נ.ב. שטאמט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36823
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער: א דאנק, ס'איז מיר באמת א חידוש.
לעצט פארראכטן דורך farshlufen אום מאנטאג פעברואר 25, 2008 2:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27142
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב אלס געוויסט אז די ר"ת איז 'נכתב בצדו' אלענפאלס, שכוח פאר די מראה-מקום.

איז P.S. פון די זעלבע קאליווער?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע:חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

קרעמער, שכוח.

מיללער, איך האב אויך אזוי געוויסט אייביג, און איך האב געקוקט אויף באבילאן, שרייבן זיי אזוי.

נ.ב.
נזכרתי בזאת, נזכרתי בדבר, נזכרתי בסוף, נכתב בצידו, תוספת למכתב.


און אויף P.S. שרייבן זיי .

P.s. (postscript)
extra text added to a document; addition to a letter that was already finished; appendix to a book
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך זעה אז גם בעיניכם יפלא, עס איז א חידוש וחידוש.

"נכתב בצידו" האב איך אויך געוויסט, און "נאך באמערקונג" אויך, אבער די ריכטיגע אפשטאם איז לאטייניש, שפעטער האט מען צוגעשטעלט אנדערע באדייטן און אויסטייטשונגען כדי עס זאל אויסזעהן מער אידישליך אדער לה"ק.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אין יום שאין בו חידוש.

שכח הרב מייסד.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קרעמער, יישר כוכחם.

אין בית מדרש בלא חידוש...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יאפס גם בעיני זה חידוש. ואחרי ככלות הכל, יעצט נאכן זוכה זיין צום ביאור הסוגיא עדיין קשה לי. דא"כ, לפי"ז אז דער גאנצער נ"ב איז גאר מקורו פונעם ענגלישן NB, טא אויב אזוי וואס איז טאקע פשט אז אין ענגליש שרייבט PS און מ'נוצט כלל נישט דעם NB?
אן עולם הפך!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אינטרעסאנט

וויקיפעדיא שרייבט אז Nota Bene מיינט גארנישט דאס
וויקיפעדיע
לויט זייער אויסטייטשונג, מיינסט דאס "שרייב גוט".
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב מורא אז אלץ-ווייסער האט נישט גע'נ.ב.'ט אין וויקיפידיע, ווייל דארט שטייט קלאר אז עס באדייט "זיי מדייק/באמערק גוט", וזה לשונם:

Nota Bene is a Latin phrase meaning "Note Well," coming from notâre—to note.[1] It is in the singular imperative mood, instructing one individual to note well the matter at hand. (The pluralis form is notate bene.)

In present day English, it is used to draw the attention of the reader to a certain (side) aspect or detail of the subject on hand, translating it as "pay attention" or "take notice". It is often written in the abbreviated form: N.B.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע:פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

הייסט אז צווישן NB און נ.ב. (וואס ערנסט זאגנדיק א וודאי מיינת טאקע 'נכתב בצדו' וכדומה אין לה"ק און נישט 'נאך באמערקונג' אין אידיש) באמת נישטא קיין שייכות, און ס'איז סתם א צופאל אז זיי זעען אויס ענליך.

NB פלעגט מען שרייבן נישט וועלנדיק צולייגן עפעס נאכן ענדיקן א בריוו, נאר אינמיטן ליינענדיק עפעס (NB שרייבט מען אין א זייט פונעם בלאט) כדי צו באצייכן אז דאס איז א וויכטיקע שטיקל.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע:אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, שכוח פאר די חידושים דא.
אוועטאר
ערד ציטערניש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 9:42 pm

Re: נ.ב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד ציטערניש »

איך האב אלץ געמיינט סע'שטייט פאר נ'אכן ב'ריוו...
רוב מאל שטייט עס ביי אזא די וועי סוף בריוו.
וטהר לבינו לעבדך באמת

איטשע קלמן ביי של''ס - חלק ב' viewtopic.php?p=5526247#p5526247
אוועטאר
לעצטע ווארט
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 1:01 am

Re: נ.ב.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעצטע ווארט »

עס ווערט גענוצט אין ספרים אלץ נכתוב בצידו סיי מיט די ראשי תיבות אין סיי ארויס געשריבן, עס איז מיר אינטערעסאנט צי זאגן אז זיי נעמען עס פון לאטייניש אין זיי האבן עס אדאפטירט צי לשון קודש אין גאר געטראפן א ראשי תיבות וואס זאל שטימען מיט עס
איך סופארט דעם כולל אינגערמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”