א חינוך שאלה וואס מאכט זיך גאר אפט
מיין יונגעל? זעכער?
דיין נאמבער איז דעיס......?
יא, דאס איז דער רעסיטס פון דו לעצטע פאר טעג...
יעדען טאג זיך איינגעקויפט טייערע טשאקליט נאש מיט נאך אנדערע מטעמים, און ווערט פון בערך 25 דאללער.
קוקענדיג אויפן צייט, זעה איך אז ער וואלט שוין געדארפט זיין אויפן באס, רוף איך אן דער דרייווער זאגט ער מיר אז ניין, לעצטענס איז ער נישט אויפן באס.
א כתה ה' יונגעל צווישען 9 און 10, יעצט זיך אויסגעלערנט קראסן א סטריט אבער נישט קיין עוועניו. כדי ער זאל אליין וואקן און אנקומען צו חדר, דארף ער קראסן עטליכע סטריטס מיט עוועניוס.
פון דער פאזיטיווע זייט, הודו לה' אז ער א קלוג יונגעל, און ער נוצט זיין קאפ..
אבער פארן עובר זיין כמה חטאים, ארויפשרייבען 25 דאללער א טאג, בלי רשות, פארפאסען זיין באס, וואקן אליינס צו חדר בלי רשות.
איך וויל עס שטארק פארדאמען, למען ישמעו וייראו, ער זאלן באקומען א הארבע עונש, אבער וואס? וואס איז דער בעסטע מהלך צו טוען, ס'זאל איהם נישט שאטן פיזיש און גייסטיש און דו לאנג ראן? וואס איז דער בעסטע זאך צוטוען ער זאל זיך לערנען א לעקציע?
שכויח פארן ענטפערן.