ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

אחראי: יאנאש

לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

אבי.גערעדט האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 8:54 am
מונאוויטש האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 8:22 am
כיהודה ועוד לקרא, די מעמד הדלקה איז געווען עפעס אויסטערליש און דערהויבן. די דברות קודש, די ניגונים, די היימישקייט, די געפילן, אן עולם בליעה"ר, די טענץ אינג און אלט בענאזאם, עד לב בשמים.

די משפחת דראון האבן מיר שוין נישט געשטערט, דאס איז עס, מאך צו דיינע אויגן און קאך אריין, פארטיג.

קומט זיך קרעדיט פאר די חשוב'ע עסקנים פארן אהערשטעלן אזא מעמד מיט אלע לאגיסטיקס. דא ליגט וואכן פון שווייס, קאפ און מח. מעמד אויסשטעל, באסעס, סטעף, טראפיק אין ק"י און גאנצן אומגעגנט, עסן, טרינקען, הצלה, פאון סיסטעם און אפדעיטס, ועוד ועוד.

אלס פידבעק, די פארקינג ביי אראנזש קאונטי פארק-רייד איז געווען א געוואלדיגע איידיע, אבער די טראנספארטאציע פון דארט און צוריק איז געווען טאטאלע כאאס. נישט געווען גענוג באסעס צוגעגרייט פאר די טויזענטער אידן וועלכע זענען געקומען מיט פולע הונדערטער קארס, און ווען א באס האט זיך ענדליך באוויזן האט דער עולם זיך גע'ה...ג'עט ארויפצוגיין, טייל פון די עמערזשענסי טירן. קיין קלארע קאמיוניקאציע וואו/ווען די באסעס אויף צוריק וועלן פארן. דער ציבור דארט איז געווען זייער אנגעווייטאגט און האבן באדויערט אז זיי האבן געפאלגט די אנווייזונגען און געפארקט אינדרויסן. נישט קיין קריטיק ח"ו, נאר פידבעק פאר די עסקנים פאר לשנה הבאה בירושלים.
די באסעס סיסטעם איז לכאורה געגאנגען קראכן צוזאמען מיט די גאנצע טראפיק סיסטעם, וואס אויסער די פאר אפגעשפארטע גאסן איז איבעראל געווען גרויס כאאס, און וויבאלד מ'וויל נישט אפשפארן די גאנצע שטאט פאר טראפיק איז לכאורה ממש נישטא קיין עצה פאר די פראבלעם
ווי לאנג האט גענומען די וועג פון פארעסט צום פארקינג לאט?

ווען דער דשאברא האט געמאלדן אז מען האט אנגעגרייט גענוג באסעס און די וועג וועט נעמען נישט מער ווי 10 מינוט... האב איך גלייך פארויס געזען כאאס, אז די וועג נעמט א האלבע שעה דארף מען דריי מאל אזויפיל באסעס.. זייער א שיינע אילוזיע אז די וועג וועט נעמען אזוי שנעל, אבער כמעט נישט שייך וועט די ראודס אהין זענען געשעיר'ט מיט הונדערטער קארס.

די איינציגסטע עצה וואלט געווען אפצושפארן איין רוט אהין פאר קארס, איז עס מעגליך?
אוועטאר
מגדים
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:58 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגדים »

Presidential Estates האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:47 am
רעדענדיג פון די פונקטליכע זייגער.
איז דא א סאטמארער אויסדרוק:
אויפן צעטל שטייט 8:00. מוזט נישט גיין פונקטליך 9:00, 10:00 איז אויך פיין....
והוא אדר דיברנו,....
עקזעקטלי, איך ווינדער מיר אויף די מענטשן וואס האבן באמת געמיינט אז מען גיין אנהייבן 6:30, מיר האבן אראפגעוואקט ארום 7:45 און אנגעקומען צום דברות קודש מיטן גאנצן רואיגקייט.
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:33 am

ווי לאנג האט גענומען די וועג פון פארעסט צום פארקינג לאט?

ווען דער דשאברא האט געמאלדן אז מען האט אנגעגרייט גענוג באסעס און די וועג וועט נעמען נישט מער ווי 10 מינוט... האב איך גלייך פארויס געזען כאאס, אז די וועג נעמט א האלבע שעה דארף מען דריי מאל אזויפיל באסעס.. זייער א שיינע אילוזיע אז די וועג וועט נעמען אזוי שנעל, אבער כמעט נישט שייך וועט די ראודס אהין זענען געשעיר'ט מיט הונדערטער קארס.

די איינציגסטע עצה וואלט געווען אפצושפארן איין רוט אהין פאר קארס, איז עס מעגליך?
דו רעדסט שוין יא פון ר' דוד ג'ברא, מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער איד האט אריין געלייגט שעות אויף שעות פון אומערמידליכע כוחות אין די פארלאפענע וואכן, בלויז אז דער מעמד זאל זיין א סוקסעס און אלעס זאל פארן געשמירט די מערסטע שייך.
די גרויס סוקסעס פונעם מעמד איז אים צו פארדאנקען און איז זיין קרעדיט.
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

חצי נזק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:40 am
לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:33 am

ווי לאנג האט גענומען די וועג פון פארעסט צום פארקינג לאט?

ווען דער דשאברא האט געמאלדן אז מען האט אנגעגרייט גענוג באסעס און די וועג וועט נעמען נישט מער ווי 10 מינוט... האב איך גלייך פארויס געזען כאאס, אז די וועג נעמט א האלבע שעה דארף מען דריי מאל אזויפיל באסעס.. זייער א שיינע אילוזיע אז די וועג וועט נעמען אזוי שנעל, אבער כמעט נישט שייך וועט די ראודס אהין זענען געשעיר'ט מיט הונדערטער קארס.

די איינציגסטע עצה וואלט געווען אפצושפארן איין רוט אהין פאר קארס, איז עס מעגליך?
דו רעדסט שוין יא פון ר' דוד ג'ברא, מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער איד האט אריין געלייגט שעות אויף שעות פון אומערמידליכע כוחות אין די פארלאפענע וואכן, בלויז אז דער מעמד זאל זיין א סוקסעס און אלעס זאל פארן געשמירט די מערסטע שייך.
די גרויס סוקסעס פונעם מעמד איז אים צו פארדאנקען און איז זיין קרעדיט.
וועלכע חלקים פונעם מעמעד איז געווען אינטער זיין פראדאקשן?
צדיק פון א איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:13 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק פון א איד »

חצי נזק האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:40 am
לאנטש טיים האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 10:33 am

ווי לאנג האט גענומען די וועג פון פארעסט צום פארקינג לאט?

ווען דער דשאברא האט געמאלדן אז מען האט אנגעגרייט גענוג באסעס און די וועג וועט נעמען נישט מער ווי 10 מינוט... האב איך גלייך פארויס געזען כאאס, אז די וועג נעמט א האלבע שעה דארף מען דריי מאל אזויפיל באסעס.. זייער א שיינע אילוזיע אז די וועג וועט נעמען אזוי שנעל, אבער כמעט נישט שייך וועט די ראודס אהין זענען געשעיר'ט מיט הונדערטער קארס.

די איינציגסטע עצה וואלט געווען אפצושפארן איין רוט אהין פאר קארס, איז עס מעגליך?
דו רעדסט שוין יא פון ר' דוד ג'ברא, מוז ארויסגעברענגט ווערן אז דער איד האט אריין געלייגט שעות אויף שעות פון אומערמידליכע כוחות אין די פארלאפענע וואכן, בלויז אז דער מעמד זאל זיין א סוקסעס און אלעס זאל פארן געשמירט די מערסטע שייך.
די גרויס סוקסעס פונעם מעמד איז אים צו פארדאנקען און איז זיין קרעדיט.
דעטס רייט, און ס'איז דא אזויפיל חלקים פונעם מעמד וואס האט אזוי גוט געקלאפט וואס ער באקומט ביי מיר א A+ אבער נאכאלס רופטס ענק אן מיט קאמענטארען גוטע אדער נישט גוטע
פארגאנגענע וואך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5074
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

בעסטע חבר האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:55 am
פארגאנגענע וואך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:50 am
אסאך יודען וואס זענען געקומען פון די מרחקים ווי וויליאמסבורג און בארא פארק האבן געפאלגט די עסקנים צו פארקן די קאר ביי די פארקינג לאט, זיי האבן געווארט איבער א שעה א באס זאל קומען, ווען די באס איז שוין יא געקומען האבן זיך הונדערטער בחורים צוזמען מיט זקנים עם נערים זיך געהארגעט צו קענען ארויפגיין אויפן באס, איינמאל מ'איז שוין געווען אויפן באס וואס איז געווען געשטאָפט עס אפס מקום איז געווען געפערליכע טרעפיק ביזן אנקומען נעבן שיהל.
אסאך זענען ארויסגעטאנצן פון עמערזשענסי טיר אין געוואקט א וועג פון 20 מינוט.
אני הקטן בין אנקומען אהין, געזען וואס קומט פאר, זיך צוריק אריינגעזעצט אין קאר און געפארן זוכן פארקינג אין שטאט...
שטאט נישט געווען אפגעשפארט?
פון דא און פון דארט!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע:פריש'ידער

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

מורא'דיג א שיינע ארבעט געווען. דערהויבן, קנאקעדיג. יואלי קליין האט זיכער אסאך צוגעגעבן ב"ה. ג'ברא איז א גוטער עסקן.
עקסטער האב איך שטארק הנאה געהאט בעפאר די מעמד אז דער לעגענדארער ר' חיים שאול קאהן וואס האט מערסטע ערפארונג אין די הדלקה, ארבעט מיט די יונגערע עסקנים.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

Satmar drive האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:23 pm
farshlufen האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:15 pm
די דראונס אינמיטן די הדלקה האבן א פנים ווי דער אמיגאו פלעטשקעט אויפן פאון אין שול אינמיטן שטילע שמונה עשרה.
עס שטערט קיינעם נישט, די לעיזיר פוינטערס שטערט אסאך מער.
אגרי מיטן צווייטן ליין.
נישט מיטן ערשטן (נישט אז מיר שטערט עס זייער, אבער ס'איז פארשטענדליך אז ס'שטערט פאר אסאך)
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

בניהו האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 10:43 pm
איין זאך מוז מען זאגן, ס׳איז א עוולה גדולה צו רופן דעם עולם פאר 6:45 און צינדן ערשט ניין אזייגער. יונגעלייט מיט קליינע קינדער, מאמעס מיט פיצלעך קינדער זענען געשטאנען אין די היץ פאר איבער צוויי שעה. נישט נארמאל און דאס טאר נישט נאכאמאל געשעהן.
ס'דא 2 חלקים.
1 אז מ'שרייבט 6:45 למעשה קומט דער רבי ארויס הירשט 7:55.
אבער דאס האט נישט מיט די חלק פון מאמעס מיט פיצלעך, ווייל פון דער רבי הייבט אן רעדן ביזן צינדן איז לכה"פ א האלבע שעה, במילא דארפן די פרויען און קינדער הירשט קומען ווען דער רבי הייבט אן רעדן נישט קיין מינוט פריער.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
אוועטאר
נישט מיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 10, 2021 11:15 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט מיר »

לגבי טרעפיק
איך האב אביסעל געקוקט די מעפ פארן ארויספארן און געהאט א בערכ'דיגע פלאן ווי איך וויל פארקען, איך האב ביי מיר אליין געמאכט די חשבון וואס וועט זיין די בעסטע וועג אהין און געגאנגען,
איך בין אנגעקומען און שטעטל בערך 7:45 גלייך אנגעהויבען פארן צו דעסטינאציע אויף מיין וועג וואס איך האב אויסגערעכנט און געפארקט ממש ווי אויסגרעכנט כמעט אן טרעפיק, א 7 מינוט וואק צום בית מדרש,
אויפן וועג ארויס בערך 11 אזייגער האמיר געפלאנט צו גיין עיקרס, 105, 32, וכך הוה, אונטער 10 מינוט געווען אויף די טראוועי
איך בין געווען זייער צופרידען מיט די טרעפיק
אוועטאר
שמייכל תמיד
שר האלף
תגובות: 1258
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמייכל תמיד »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:59 am
די חידוש פון יואלי קליין איז אז דער וואס האט אים ליב האלט אז ער האט געמאכט די מעמד און דער וואס נישט האלט אז ער האט גע'הרג'ט די מעמד..

די חילוק איז לכאורה די אמעריקאנער וו"ס די ארץ ישראלדיקע נגינה. די אמעריקאנער ווילן טאנצן ווי ס'דארף צו זיין אבער ווילן קענען פרעדיקטן וואס קומט נעקסט, יעצט טאנצט מען שטייט דערנאך שנעל דערנאך וויינט מען אביסל.

דאס שנעל טוישן פון שטייט צו שנעל אדג איז מער גלייך צו וואס ס'טוט זיך אין מירון און טאקע דערפאר אסאך וואס זענען שוין אמאל געווען אין מירון האבן אים געגליכן היינט נאכט. א גרויס חלק עולם אבער, און ס'האט אויסגעזען אז די רבי אויך, האט אים נישט צו שטארק אויסגענומען, צו ווייל די צעמישעניש, צו ווייל ס'איז נישט געווען "היימיש" ווי מ'איז צוגעוואוינט.

סיי וויאזוי די לעבעדיגע טענץ ביז ממש די לעצטע מינוטן קומט זיך לכאורה אים קרעדיט, זעט אויס אז די וועג הייבט אויף מענטשן.
די חילוק איז לכאורה בעיקר מענטשן וואס זענען שוין געווען אין מירון vs די וואס זענען נאך נישט געווען.

א רוב פונעם ציבור איז שוין גענוג באקוועם מיט די קרית יואל’ע הדלקה מיט די גאנצע מצב ארום, עמרם אקער’ס מהלך און סטייל, און עס פעלט זיי גארנישט, עמרם קען ב"ה פיין זיין עולם און עס ארבעט א מחיה.

פאר די אידן שטערט די טויש, נישט אז עס איז שלעכט, אבער זיי זענען שוין באקוועם און צוגעוואינט צו דעם.

די אנדערע עולם וואס קומט אדער פלעגט פארן קיין מירון זיי דארפן יא די מירון סטייל וואס דאס האט יואלי קליין נעכטן דעליווערט.

מיין מיינונג איז, אז די קרית יואל הדלקה איז שוין גענוג א ברענד פאר זיך אז מען דארף שוין נישט פרובירן נאכצומאכן אנדערע, נישט אז מען זאל נישט נעמען גוטע געדאנקען, אבער עס איז גענוג גוט פאר זיך.
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

נישט מיר האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:11 am
לגבי טרעפיק
איך האב אביסעל געקוקט די מעפ פארן ארויספארן און געהאט א בערכ'דיגע פלאן ווי איך וויל פארקען, איך האב ביי מיר אליין געמאכט די חשבון וואס וועט זיין די בעסטע וועג אהין און געגאנגען,
איך בין אנגעקומען און שטעטל בערך 7:45 גלייך אנגעהויבען פארן צו דעסטינאציע אויף מיין וועג וואס איך האב אויסגערעכנט און געפארקט ממש ווי אויסגרעכנט כמעט אן טרעפיק, א 7 מינוט וואק צום בית מדרש,
אויפן וועג ארויס בערך 11 אזייגער האמיר געפלאנט צו גיין עיקרס, 105, 32, וכך הוה, אונטער 10 מינוט געווען אויף די טראוועי
איך בין געווען זייער צופרידען מיט די טרעפיק
אט אזוי פאר קומענדיגע יאר ביטע צירוק עפענען דעעש לאזן די עולם אראפלייגן מאמעס מיט קליינע קינדער נענטער צום שול לאזן פארקן אויף בארדיטשוב וכו
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5412
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

שמייכל תמיד האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:22 am
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:59 am
די חידוש פון יואלי קליין איז אז דער וואס האט אים ליב האלט אז ער האט געמאכט די מעמד און דער וואס נישט האלט אז ער האט גע'הרג'ט די מעמד..

די חילוק איז לכאורה די אמעריקאנער וו"ס די ארץ ישראלדיקע נגינה. די אמעריקאנער ווילן טאנצן ווי ס'דארף צו זיין אבער ווילן קענען פרעדיקטן וואס קומט נעקסט, יעצט טאנצט מען שטייט דערנאך שנעל דערנאך וויינט מען אביסל.

דאס שנעל טוישן פון שטייט צו שנעל אדג איז מער גלייך צו וואס ס'טוט זיך אין מירון און טאקע דערפאר אסאך וואס זענען שוין אמאל געווען אין מירון האבן אים געגליכן היינט נאכט. א גרויס חלק עולם אבער, און ס'האט אויסגעזען אז די רבי אויך, האט אים נישט צו שטארק אויסגענומען, צו ווייל די צעמישעניש, צו ווייל ס'איז נישט געווען "היימיש" ווי מ'איז צוגעוואוינט.

סיי וויאזוי די לעבעדיגע טענץ ביז ממש די לעצטע מינוטן קומט זיך לכאורה אים קרעדיט, זעט אויס אז די וועג הייבט אויף מענטשן.
די חילוק איז לכאורה בעיקר מענטשן וואס זענען שוין געווען אין מירון vs די וואס זענען נאך נישט געווען.

א רוב פונעם ציבור איז שוין גענוג באקוועם מיט די קרית יואל’ע הדלקה מיט די גאנצע מצב ארום, עמרם אקער’ס מהלך און סטייל, און עס פעלט זיי גארנישט, עמרם קען ב"ה פיין זיין עולם און עס ארבעט א מחיה.

פאר די אידן שטערט די טויש, נישט אז עס איז שלעכט, אבער זיי זענען שוין באקוועם און צוגעוואינט צו דעם.

די אנדערע עולם וואס קומט אדער פלעגט פארן קיין מירון זיי דארפן יא די מירון סטייל וואס דאס האט יואלי קליין נעכטן דעליווערט.

מיין מיינונג איז, אז די קרית יואל הדלקה איז שוין גענוג א ברענד פאר זיך אז מען דארף שוין נישט פרובירן נאכצומאכן אנדערע, נישט אז מען זאל נישט נעמען גוטע געדאנקען, אבער עס איז גענוג גוט פאר זיך.
דער עולם זעה איך שרייבט כולם פה אחד אז די ריקודין איז געווען פי כמה ווי א געווענליכע יאר, קוקט אויס אז די טויש איז יא א גוטע עצה...
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

ב''ה
מונרא, אותיות מירון

די ווערטער איז באקאנט אז רביה''ק זי''ע זאל האבן געזאגט, בערוב ימיו.
און אז דער צדיק האט געזאגט, די דברים יוצאים מפי השליט, איז דער הייליגער טאג אין מונרא, פארוואנדעלט געווארן אין א ריזיג געשעעניש. א טאג פון כבוד פאר רבן שמעון בר יוחאי, א טאג פון התעוללות והתרוממות, אלעס דורך די הייליגע געציילטע ווערטער פון דעם צדיק וקדוש, זי''ע.
ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיינעם מעמד אין סאטמאר, א 25 יאר צוריק, איז עס נישט פארשטאנען געווארן געהעריג דורך אלעמען. עס איז געווען א 'נייער מושג', וואס מען האט געדארפט צוגעוואוינען זיך דערצו. אבער אז דער רבי האט געזאגט 'מונרא, מירון', איז דער השפעה קדושה העכער און ווייטער פון מענטשליכע באגריפן.


נישט קיין וואונדער אז מען זעהט אידן וואס אלגעמיין זיצן זיי שטיל, זענען פאסיוו און ווערן נישט איבערגענומען פון קיין טאראראם, טויזענטער ברוקלינער אידן וואס פארן זעלטן צו א צדיק אדער א חסידישע מאורע, שלעפן זיך שעות ארוכות אויף די וועגן, צו נעמען אנטייל ביי ר' שמעון'ס שמחה.
די הונדערטער מענטשן עסקנים וואס ארבעטן שווער אויף דעם מעמד, און שטעלן אהער אזא הערליכע מסודר'דיגע מאורע, וואס דאס פרעציזקייט און סדר ווערט באוואונדער און באלויבט דורך אלעמען, זיי טוען דאס פאר כבוד התנא אלוקי. א געפיל קען אמאל זיך אריינ'גנב'ן, צו וואס אויסגעבן אזויפיל חדשים פון פלאנירן, אזויפיל כוחות און געלט, אויף א מעמד פון 2-3 שעה, אבער ניין, דער הייליגער כבוד פון רבן שמעון בר יוחאי איז ווערט אלעס אין דער וועלט. כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א זאגט אלץ איבער אז אין רוחני זענען די טבע'דיגע מושגים נישט פארהאן. אלזא פאר די עטליכע הייליגע שעות רוחני, לוינט זיך אודאי די פולע כוחות.

ראו מה בין בני לבן חמי. צווישן די הונדערטער עסקנים וואס האבן קאנטראלירט און ארויסגעהאלפן אויף די גאסן ארום די שטאט, האט מען געזעהן מענטשן פון פארשידענע עדות און חוגים, צווישן זיי מאחב''י הספרדים, גאנץ קענטליך נישט קיין קרית יואלער איינוואוינער. דאס האט געוויזן דעם קאנטראסט, אין דער צייט וואס אין דער מדינה הטמאה האבן די כוחות הטומאה והקליפה געדינגען ספרדישע בחורי הישיבות צו מסר'ן לא עלינו אויף ערליכע אידן, אז די ערב רב פאליציי זאל זיי קענען פארטרייבן פון רשב''י, האט מען אין הייליגן מירון דאמעריקא, געדינגען ערליכע ספרדישע בחורים וואס זאלן העלפן מיט א העפליכקייט דעם ציבור נענטער ווערן צום תנא אלוקי.
עס איז טאקע געווען מערקבאר דעם 'כבוד האדם', ווען די עסקנים האבן זיך באנומען מיטן גרעסטן מאס רעספעקט פאר די צענדליגער טויזענטער, מען האט מיט א רוהיגקייט געפירט די זאך.

דער אויסשטעל פון צינדן דעם צווייטן טאג לעת ערב, האט זיך ארויסגעשטעלט פיל בעסער אין פילע הינזיכטן, מען האפט אז לשנה הבאה כן.

לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7583
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

latter האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:28 am
נישט מיר האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:11 am
לגבי טרעפיק
איך האב אביסעל געקוקט די מעפ פארן ארויספארן און געהאט א בערכ'דיגע פלאן ווי איך וויל פארקען, איך האב ביי מיר אליין געמאכט די חשבון וואס וועט זיין די בעסטע וועג אהין און געגאנגען,
איך בין אנגעקומען און שטעטל בערך 7:45 גלייך אנגעהויבען פארן צו דעסטינאציע אויף מיין וועג וואס איך האב אויסגערעכנט און געפארקט ממש ווי אויסגרעכנט כמעט אן טרעפיק, א 7 מינוט וואק צום בית מדרש,
אויפן וועג ארויס בערך 11 אזייגער האמיר געפלאנט צו גיין עיקרס, 105, 32, וכך הוה, אונטער 10 מינוט געווען אויף די טראוועי
איך בין געווען זייער צופרידען מיט די טרעפיק
אט אזוי פאר קומענדיגע יאר ביטע צירוק עפענען דעעש לאזן די עולם אראפלייגן מאמעס מיט קליינע קינדער נענטער צום שול לאזן פארקן אויף בארדיטשוב וכו
@עסקנים, דאס קען זיין א גאר גוטע געדאנק. לאז איין גאס אפן נאר פאר דרייוו-טרו
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5412
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

די צווייטע טאג קען נישט ארבעטן געהעריג אינמיטן די וואך, עכ"פ אזוי גוט ווי זונטאג זיכער נישט.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

חסד השם האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:35 am
די צווייטע טאג קען נישט ארבעטן געהעריג אינמיטן די וואך, עכ"פ אזוי גוט ווי זונטאג זיכער נישט.
זיכער נישט.
שטראלען
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 29, 2024 1:06 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראלען »

מונאוויטש האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 8:22 am
אלס פידבעק, די פארקינג ביי אראנזש קאונטי פארק-רייד איז געווען א געוואלדיגע איידיע, אבער די טראנספארטאציע פון דארט און צוריק איז געווען טאטאלע כאאס. נישט געווען גענוג באסעס צוגעגרייט פאר די טויזענטער אידן וועלכע זענען געקומען מיט פולע הונדערטער קארס, און ווען א באס האט זיך ענדליך באוויזן האט דער עולם זיך גע'ה...ג'עט ארויפצוגיין,טייל פון די עמערזשענסי טירן. קיין קלארע קאמיוניקאציע וואו/ווען די באסעס אויף צוריק וועלן פארן. דער ציבור דארט איז געווען זייער אנגעווייטאגט און האבן באדויערט אז זיי האבן געפאלגט די אנווייזונגען און געפארקט אינדרויסן. נישט קיין קריטיק ח"ו, נאר פידבעק פאר די עסקנים פאר לשנה הבאה בירושלים.
פארגאנגענע וואך האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 9:50 am
אסאך יודען וואס זענען געקומען פון די מרחקים ווי וויליאמסבורג און בארא פארק האבן געפאלגט די עסקנים צו פארקן די קאר ביי די פארקינג לאט, זיי האבן געווארט איבער א שעה א באס זאל קומען, ווען די באס איז שוין יא געקומען האבן זיך הונדערטער בחורים צוזמען מיט זקנים עם נערים זיך געהארגעט צו קענען ארויפגיין אויפן באס
דאס אז עס האט גענומען טייל מאל אביסעל לאנג פאר א באס צו קומען איז פשטות געווען צוליעב די טרעפיק און איך ווייס נישט וויפעל עס איז שייך צו טוהן בעסער אז די באסעס זאל אויסקראסען טרעפיק (אפשר העליקאפטערס). אבער איך גלייב אז עס האט נאך אלס גענומען פיל שנעלער און גרינגער ווי אריינצופארן מיטן קאר. קוק נאר וואס די קאר דרייווערס רעדן זיך אפ וואספארא אפקומעניש עס איז געווען.

די חלק פון די שטופעניש ארויף אויף די באסעס איז געווען צוליעב א צוויי פאכיגע סיבה.
- איינס פשוט אז דער עולם וואס איז אנגעקומען שפעטער האט זיך נישט גערעכנט מיטן עולם וואס ווארט שוין פון פארדעם.
- צוויי אז די באסעס האבען נישט געהאט א דעזיגנירטע פלאץ ווי צו אויפנעמען דעם עולם און עס האט זיך געקענט מאכן אז די אלע מענטשען וואס זענען געבליבען ווארטען נאכן נישט האבן פלאץ אויף די פריעדיגע באס זענען געווארן אויסגעשפילט ווען די נעקסטע באס האט זיך אפגעשטעלט אויף אן אנדערע פלאץ, און ווי לאנג מען האט אנגעהויבן אהינלויפען איז שוין די באס געווען פיל מיט אנדערע וואס זענען געווען נענטער.

ביידע פראבלעמען וואלט מען מעגליך געקענט אויסמיידען אויב איז דא א דעזיגנירטע פלאץ ווי די באס סטאפט און עס איז דא א וועיטיג עריע מיט בעריקעטס מיט א סדר פון נכנס ראשון יצא ראשון. (אפשר איז עס נישט אזוי פשוט צוליעב וואס עס איז א פובליק פלאץ און מען וואלט געדארפט באקומען רשות פון די באערדע).

סיי וויאזוי, איז עס עפעס וואס אין די גרעסערער פיקטשערס איז עס א גאר גאר קליינע נקודה וואס די פלאנירער האבן מעגליך פארזעהן, עס איז פארט נישט מעגליך פאר א מענטש צו פאראויס זעהן יעדע קלייניקייט און א יעדע סינעריא וואס קען זיך מאכן, און מען וועט עס האפענטליך אדרעסירן נעקסטען יאר.

אבער... את חטאי אני מזכיר היום... שטייענדיג און ווארטענדיג דארט מיט מיינע קלענער קינדער האב איך נישט געקענט זיין פון די כל דאלים גבר חברה און איך האב נישט געקענט קלעימען מיינע רעכטען זיך ארויפצוזעהן אויף דעם ערשטען באס הגם וואס עס איז זיך מיר עס געקומען לויט רייע. און ווען די נעקסטע באס איז געקומען האט זיך עס אפגעשטעלט אויף אן אנדערע פלאץ און איך האב נישט געקענט מיט מיינע קינדער אזוי שנעל אריבערלויפען.
איך בין געווען אביסעל פראסטערעטד איז ליידער געווען א לב שליט על המוח מאמענט און איך האב אויסגעגאסען אביסעל פון מיין פראסטערעישן אויפן סדרן וואס איז פונקט דארט געשטאנען און אים פארגעהאלטען ברבים היתכן די באסעס שטעלען זיך נישט אייביג אויפן זעלבען פלאץ און אז איך ווער אויסגעשפיעלט וכד'.
א מינוט דערנאך האב איך זיך געכאפט אז איך האב געטוהן אן עולה, דער עסקן איז גארנישט שולדיג דא און אנשטאט אים זאגן א שכוח אז ער שטייט אין די היץ עטליכע שעה און געט זיך אוועק פארן ציבור האט איך אים פארגעהאלטען אויף א זאך וואס האט נישט מיט אים.
למעשה בין איך ממש נאכדעם ארויף אויף א באס און איך האב אים שוין נישט געקענט מפייס זיין. איך שפיר באמת שלעכט אויף וואס איך האב געטוהן, איז אויב איינער וואס לייענט דא ווייסט ווער איז דער עסקן וואס איז געווען ביי פארק ענד רייד #2 בערך 8טע צייט זאל פליז טוהן א חסד און אים איבערגעבען מיין דברי חרטה ופיוס.
איך האף אז איך וועל צוריקהערען אז די מעסעדזש איז אנגעקומען.
וּכְשֵׁם שֶׁאֲנִי מוֹחֵל לְכָל אָדָם כֵּן תִּתֵּן אֶת חִנִּי בְּעֵינֵי כָל אָדָם שֶׁיִּמְחֲלוּ לִי בִּמְחִילָה גְמוּרָה (תפילת זכה)
אוועטאר
קראכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

בניהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:33 am
latter האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:28 am
נישט מיר האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:11 am
לגבי טרעפיק
איך האב אביסעל געקוקט די מעפ פארן ארויספארן און געהאט א בערכ'דיגע פלאן ווי איך וויל פארקען, איך האב ביי מיר אליין געמאכט די חשבון וואס וועט זיין די בעסטע וועג אהין און געגאנגען,
איך בין אנגעקומען און שטעטל בערך 7:45 גלייך אנגעהויבען פארן צו דעסטינאציע אויף מיין וועג וואס איך האב אויסגערעכנט און געפארקט ממש ווי אויסגרעכנט כמעט אן טרעפיק, א 7 מינוט וואק צום בית מדרש,
אויפן וועג ארויס בערך 11 אזייגער האמיר געפלאנט צו גיין עיקרס, 105, 32, וכך הוה, אונטער 10 מינוט געווען אויף די טראוועי
איך בין געווען זייער צופרידען מיט די טרעפיק
אט אזוי פאר קומענדיגע יאר ביטע צירוק עפענען דעעש לאזן די עולם אראפלייגן מאמעס מיט קליינע קינדער נענטער צום שול לאזן פארקן אויף בארדיטשוב וכו
אויב לאזט מען פארקן אויף בארדיטשב וועט די טרעפיק נישט פארן געשמירט. עס וועט זיין ווי פאר יאר, מ'וועט זיצן א שעה צוויי אויף סקאנימאנק ארויסצופארן פון קרית יואל.
וואס האט מען אויפגעטון?
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

עס איז דא ערגעץ ווי קליפס גענומען דורך א דראון נעכטן נאכט?
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:31 am
....ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיינעם מעמד אין סאטמאר, א 25 יאר צוריק,....
אפשר 15 יאר צוריק. 25 יאר צוריק האט נאר די תולדות אהרנ’ע ביהמ”ד אויף ווען ביורען ע”ה געהאט א הדלקה
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:59 am
monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:31 am
....ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיינעם מעמד אין סאטמאר, א 25 יאר צוריק,....
אפשר 15 יאר צוריק. 25 יאר צוריק האט נאר די תולדות אהרנ’ע ביהמ”ד אויף ווען ביורען ע”ה געהאט א הדלקה
האט מען נישט אנגעהויבן דעם הדלקה בשנת תש"ס = 24 יאר צוריק?
(עכ"פ 15 זיכער נישט, דער רבי ז"ל איז שוין אוועק 18 יאר צוריק, און דער הדלקה האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו)
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
כאניש וואס צו טוּן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4738
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 12:17 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טוּן »

איז דא בילדער פון די צוגעשטעלטע מזונות אין ביהמ"ד?
איך הער אז עס איז געווען עפעס מאסיוו, אבער איך בין נישט אריין אינעם ביהמ"ד האב איך עס נישט געזעהן.
הנם ימים המבורכים!
די געבענטשטע טעג זענען שוין אט דא!


אחכה ל"ו בכל יום שיבא!
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:31 am
ב''ה
מונרא, אותיות מירון

די ווערטער איז באקאנט אז רביה''ק זי''ע זאל האבן געזאגט, בערוב ימיו.
און אז דער צדיק האט געזאגט, די דברים יוצאים מפי השליט, איז דער הייליגער טאג אין מונרא, פארוואנדעלט געווארן אין א ריזיג געשעעניש. א טאג פון כבוד פאר רבן שמעון בר יוחאי, א טאג פון התעוללות והתרוממות, אלעס דורך די הייליגע געציילטע ווערטער פון דעם צדיק וקדוש, זי''ע.
ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיינעם מעמד אין סאטמאר, א 25 יאר צוריק, איז עס נישט פארשטאנען געווארן געהעריג דורך אלעמען. עס איז געווען א 'נייער מושג', וואס מען האט געדארפט צוגעוואוינען זיך דערצו. אבער אז דער רבי האט געזאגט 'מונרא, מירון', איז דער השפעה קדושה העכער און ווייטער פון מענטשליכע באגריפן.


נישט קיין וואונדער אז מען זעהט אידן וואס אלגעמיין זיצן זיי שטיל, זענען פאסיוו און ווערן נישט איבערגענומען פון קיין טאראראם, טויזענטער ברוקלינער אידן וואס פארן זעלטן צו א צדיק אדער א חסידישע מאורע, שלעפן זיך שעות ארוכות אויף די וועגן, צו נעמען אנטייל ביי ר' שמעון'ס שמחה.
די הונדערטער מענטשן עסקנים וואס ארבעטן שווער אויף דעם מעמד, און שטעלן אהער אזא הערליכע מסודר'דיגע מאורע, וואס דאס פרעציזקייט און סדר ווערט באוואונדער און באלויבט דורך אלעמען, זיי טוען דאס פאר כבוד התנא אלוקי. א געפיל קען אמאל זיך אריינ'גנב'ן, צו וואס אויסגעבן אזויפיל חדשים פון פלאנירן, אזויפיל כוחות און געלט, אויף א מעמד פון 2-3 שעה, אבער ניין, דער הייליגער כבוד פון רבן שמעון בר יוחאי איז ווערט אלעס אין דער וועלט. כ''ק אדמו''ר מהר''א שליט''א זאגט אלץ איבער אז אין רוחני זענען די טבע'דיגע מושגים נישט פארהאן. אלזא פאר די עטליכע הייליגע שעות רוחני, לוינט זיך אודאי די פולע כוחות.

ראו מה בין בני לבן חמי. צווישן די הונדערטער עסקנים וואס האבן קאנטראלירט און ארויסגעהאלפן אויף די גאסן ארום די שטאט, האט מען געזעהן מענטשן פון פארשידענע עדות און חוגים, צווישן זיי מאחב''י הספרדים, גאנץ קענטליך נישט קיין קרית יואלער איינוואוינער. דאס האט געוויזן דעם קאנטראסט, אין דער צייט וואס אין דער מדינה הטמאה האבן די כוחות הטומאה והקליפה געדינגען ספרדישע בחורי הישיבות צו מסר'ן לא עלינו אויף ערליכע אידן, אז די ערב רב פאליציי זאל זיי קענען פארטרייבן פון רשב''י, האט מען אין הייליגן מירון דאמעריקא, געדינגען ערליכע ספרדישע בחורים וואס זאלן העלפן מיט א העפליכקייט דעם ציבור נענטער ווערן צום תנא אלוקי.
עס איז טאקע געווען מערקבאר דעם 'כבוד האדם', ווען די עסקנים האבן זיך באנומען מיטן גרעסטן מאס רעספעקט פאר די צענדליגער טויזענטער, מען האט מיט א רוהיגקייט געפירט די זאך.

דער אויסשטעל פון צינדן דעם צווייטן טאג לעת ערב, האט זיך ארויסגעשטעלט פיל בעסער אין פילע הינזיכטן, מען האפט אז לשנה הבאה כן.

לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

צוויי נקידות:

איז דא א מראה מקום אויף די רביס צרופי אויתיות? ווי האט ער דאס געזאגט, פארוועם געזאגט?

ועכשיו ביותר: א מקור אז ברוקלין יודן פארן זעלטן צו א חסידישע מאורה, אדער צו א רבין??
זעה איבערציבעטן די יודן וואס צאלן טבין ותקילין שבועות צו שמחת תורה צו פארן צי זייער רבי׳ן.
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

אויב מעג מען אויפפרישן זכרונות פון יענע יארן. (תש"ס)

הרב יאקאב (מגי"ש בישיבה) זייענדיג אן אר"י’דיגער האט געבעטן פונעם רב צו מאכן אן הדלקה. בחורים פלעגן אליינס מאכן פארדעם און עס איז געווען הפקר. דער רב האט מסכים געווען.

די צוויי ברודער קאהן האבן אויפגעשטעלט דעם הדלקה פארנט פונעם ביהמ"ד ערב לג בעומר נאכמיטאג און עס איז נאך אפילו געווען קארן געפארקט דא דארט אין די זייט...

כפי מיטב זיכרוני איז נאך אפילו נישט געווען א סטעידש פארן רב, נאר געשטאנען אויף די ערד מיט א לאנגע שטעקן און אזוי אנגעצינדן.

דער עולם איז געשטאנען אויף די טרעפ (ביטערעלעך שווער געווען צו טאנצן...), און די מער עלטערע זענען געווען אונטן. עס איז געווען איין גרויסע רינג צום רקידה, ערשטע יאר איז נאך ניטאמאל געווען בר יוחאי’ס געפרינט פארן עולם...

שפעטער איז מען אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז געווען א לחיים. רב האט דאן געזאגט תורה אויף יוד חכמה קדומה און ארומגערעדט אז אין רוחניות איז נישט דא קיין גבול אויף א מקום.

ווי שוין ערווענט אויבן, האט ר’ יעקב חנון פון אר"י געזינגען בר יוחאי א יאר שפעטער.

עס איז נאך נישט געווען קיין שטאטע ניגונים פארן אנצינדן, נאר די מוזיק האט געשפיעלט. רב האט נאך נישט גערעדט פארן הדלקה, דאס איז געווארן היבש שפעטער.
לעצט פארראכטן דורך בגבעון דום אום מאנטאג מאי 27, 2024 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”