ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

אחראי: יאנאש

אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3297
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פאראן א פשעווארסקע מעשה אויף רבי איציקל דאכציך... ר האט געגעבן פאר איינעם שיריים פון מייערן צימעס זאגנדיג 'נאדיר מירון'...
אז מייערן איז אותיות מירון זאל שוין מונרא אויך זיין.....
געוועזענע 'יהיה כן' ניק
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

כאניש וואס צו טוּן האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:02 pm
אנגעשאשקעטער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:59 am
monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:31 am
....ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיינעם מעמד אין סאטמאר, א 25 יאר צוריק,....
אפשר 15 יאר צוריק. 25 יאר צוריק האט נאר די תולדות אהרנ’ע ביהמ”ד אויף ווען ביורען ע”ה געהאט א הדלקה
האט מען נישט אנגעהויבן דעם הדלקה בשנת תש"ס = 24 יאר צוריק?
(עכ"פ 15 זיכער נישט, דער רבי ז"ל איז שוין אוועק 18 יאר צוריק, און דער הדלקה האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו)
תש"ס - די ערשטע...
ווי כדענק איז עס געווען א פלאן פון א מינוט צו די צווייטע

דער ר"י מנהל איסז געקומען זאגן אז מגייט צום בהימ"ד ווי מוועט צינדן א הדלקה - א נר של שמן.

ניטאמאל געזאגט אינדערהיים אז מקומט אהיים אביסל שפעטער..

די לעצטע 10 15 יאר איז פון ווען סגעווארן די היינטיגע מעגניטוט - ווען מהאט אוועק געריקט די מדורה צום גרויסן לאט
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

קראכער האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:53 am
בניהו האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:33 am
latter האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:28 am
נישט מיר האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 11:11 am
לגבי טרעפיק
איך האב אביסעל געקוקט די מעפ פארן ארויספארן און געהאט א בערכ'דיגע פלאן ווי איך וויל פארקען, איך האב ביי מיר אליין געמאכט די חשבון וואס וועט זיין די בעסטע וועג אהין און געגאנגען,
איך בין אנגעקומען און שטעטל בערך 7:45 גלייך אנגעהויבען פארן צו דעסטינאציע אויף מיין וועג וואס איך האב אויסגערעכנט און געפארקט ממש ווי אויסגרעכנט כמעט אן טרעפיק, א 7 מינוט וואק צום בית מדרש,
אויפן וועג ארויס בערך 11 אזייגער האמיר געפלאנט צו גיין עיקרס, 105, 32, וכך הוה, אונטער 10 מינוט געווען אויף די טראוועי
איך בין געווען זייער צופרידען מיט די טרעפיק
אט אזוי פאר קומענדיגע יאר ביטע צירוק עפענען דעעש לאזן די עולם אראפלייגן מאמעס מיט קליינע קינדער נענטער צום שול לאזן פארקן אויף בארדיטשוב וכו
אויב לאזט מען פארקן אויף בארדיטשב וועט די טרעפיק נישט פארן געשמירט. עס וועט זיין ווי פאר יאר, מ'וועט זיצן א שעה צוויי אויף סקאנימאנק ארויסצופארן פון קרית יואל.
וואס האט מען אויפגעטון?
איינער האט מיר פריער געזאגט אז ער איז געזיצן אויף סקאנימאנק נאכן הדלקה איבער א האלבע שעה.
ער זאגט אז די פראבלעם איז ווייל ס'איז געווען א טא וועי....
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

בגבעון דום האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:14 pm
אויב מעג מען אויפפרישן זכרונות פון יענע יארן. (תש"ס)

הרב יאקאב (מגי"ש בישיבה) זייענדיג אן אר"י’דיגער האט געבעטן פונעם רב צו מאכן אן הדלקה. בחורים פלעגן אליינס מאכן פארדעם און עס איז געווען הפקר. דער רב האט מסכים געווען.

די צוויי ברודער קאהן האבן אויפגעשטעלט דעם הדלקה פארנט פונעם ביהמ"ד ערב לג בעומר נאכמיטאג און עס איז נאך אפילו געווען קארן געפארקט דא דארט אין די זייט...

כפי מיטב זיכרוני איז נאך אפילו נישט געווען א סטעידש פארן רב, נאר געשטאנען אויף די ערד מיט א לאנגע שטעקן און אזוי אנגעצינדן.

דער עולם איז געשטאנען אויף די טרעפ (ביטערעלעך שווער געווען צו טאנצן...), און די מער עלטערע זענען געווען אונטן. עס איז געווען איין גרויסע רינג צום רקידה, ערשטע יאר איז נאך ניטאמאל געווען בר יוחאי’ס געפרינט פארן עולם...

שפעטער איז מען אריין אין ביהמ"ד ווי עס איז געווען א לחיים. רב האט דאן געזאגט תורה אויף יוד חכמה קדומה און ארומגערעדט אז אין רוחניות איז נישט דא קיין גבול אויף א מקום.

ווי שוין ערווענט אויבן, האט ר’ יעקב חנון פון אר"י געזינגען בר יוחאי א יאר שפעטער.

עס איז נאך נישט געווען קיין שטאטע ניגונים פארן אנצינדן, נאר די מוזיק האט געשפיעלט. רב האט נאך נישט גערעדט פארן הדלקה, דאס איז געווארן היבש שפעטער.
דערמאנסט זכרונות....
אוודאי נישט געווען קיין סטעיזש, נישט די ערשטע און נישט די צווייטע יאר און אפילו נישט די דריטע יאר
די סדר איז אלץ געווען די הדלקה, און דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד צו א לחיים ווי די רבי האט גערעדט
דאס גאנצע סדר וואס איז היינט דא האט זיך מאסיוו געטוישט הערשט תשע"ו, נאכן געהויבענעם שבת פקודי אין מירון, דעמאלטס האט מען אריבערגעפירט די הדלקה צום זייטיגן פארקינג לאט, און דאכט זיך אז דעמאלטס האט די רבי די ערשטע מאל גערעדט פאר די הדלקה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Borrower
שר חמשת אלפים
תגובות: 5471
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

בגבעון דום האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:14 pm
אויב מעג מען אויפפרישן זכרונות פון יענע יארן. (תש"ס)

הרב יאקאב (מגי"ש בישיבה) זייענדיג אן אר"י’דיגער האט געבעטן פונעם רב צו מאכן אן הדלקה. בחורים פלעגן אליינס מאכן פארדעם און עס איז געווען הפקר. דער רב האט מסכים געווען.

די צוויי ברודער קאהןהאבן אויפגעשטעלט דעם הדלקה פארנט פונעם ביהמ"ד ערב לג בעומר נאכמיטאג און עס איז נאך אפילו געווען קארן געפארקט דא דארט אין די זייט...

כפי מיטב זיכרוני איז נאך אפילו נישט געווען א סטעידש פארן רב, נאר געשטאנען אויף די ערד מיט א לאנגע שטעקן און אזוי אנגעצינדן.
די ערשטע דענק איך ר' שאולי פיש...
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

Borrower האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:18 pm

קלאר געווען די קאהן ברודער (איך האב געוואלט אריינלייגן שמן, און זיי האבן געטשעקט צו עס איז שמן און נישט בענזין...) יעדער האט דאן געקענט אריינלייגן שמן פארן מעמד האט זיך אנגעהויבן
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

סדארף ווען זיין צוגעשטעלט באסעס פון ציון צום שטח ההדלקה אהין און צירוק, טויזנטער אידן האבן זיך געדארפט קלעטערן אין די שווערע היצן
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

ברוקלין דיסטריקט אטורני עריק גאנזאלעס איז געזעהן געווארן אין היכל התורה, אינאיינעם מיטן שר העסקנים נפתלי משה אינדיג.
(גאנזאלעס האט געעפנט א ספר, בשעת ער האט געשמועסט מיט נפתלי משה אינדיג און גרשון שלעזינגער...)
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געטראפן צווישן מיינע ארכיוון דברות קודש פון האדמו"ר מהר"א פון די ערשטע יאר, ווי צום סוף איז אפגעדרוקט וואס מ'האט אנגעפרעגט ביים רבין הברך משה
אטעטשמענטס
Image (1091).jpg
Image (1091).jpg (324.17 KiB) געזען 1169 מאל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

רבי.jpg
רבי.jpg (33.67 KiB) געזען 987 מאל
אלטע בילדער פון מעמד הדלקה אין מונרא,
דער רבי צינדט אן דעם הדלקה
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

כלל וכלל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:26 am
מיינע הארות, (ממעג מחולק זיין) :

סאונד: קען ווען זיין בעסער. גלייך נאכן צינדן איז עס געווען ממש שלעכט.

מוזיק: זייער פיין

שטאטע ניגונים: ווארעם, דערהויבן. עמרם, דזשאב וועל דאאָן! אסאך יודן געלאזט טרערן ביים ׳מידת הרחמים עלינו׳, אויסגעוואשן דאס הארץ.
סהאט אבער געפעלט א קינדס ווארעמע ציפעדיגע שטימע. ׳רבש״ע האב שוין רחמנות׳ וואלט זיך געהערט אנדערש.

רבי שליט״א: איין שטיק קאך. די הרגשים וואס ער ווייזט ארויס כאפט זיך אריבער צו די באטייליגט אויף א מאסיוון פארנעם. דע בכיות ביי ווארעמע ניגונים, קאכעדיגע דב״ק, שפרינגען און מעודד זיין דעם עולם ביים מדירה! אה!

אכילה שתייה: עסן בביהמ״ד געווען מאסיוו. אן ערנסטע אפאראציע. ערשטע מאל כבין אריין אינעווייניג.
טרינקן ברויך אן ערנסטע תיקון, סברויך זיין אינמיטן שטח, אפילו סאיז אפשר נישט שיין פאר די בילדער. כהאב געהאלטן ביי אפיסת הכוחות און כהאב געדארפט קלעטערן 5-6 מינוט פאר אביסל וואסער. סברויך זיין אינמיטן שטח.

רב קליין: און הער אים שוין און מירון אפאר יאר, האט מען זיך געשפירט אינדערהיים. אבער כקען פארשטיין יודן וואס קלערן אז ער איז אריינגעקימען צו אגרעסיוו. נישט יעדע ניגון ממש מוז ווערן שטייט, און נישט יעדע לש״ק ווארט ברויך ווערן איבערגעטייטשט צו מאמע לשון.

סורפרייז פונעם נאכט: בלי ספק די רקודי קודש. יונגע און אלטע מיט א ברען, לאנגע וויילע, כקעדענק נישט אזאנע ברענעדיגע ריקודים על אדמת אמעריקע. כרעד אפילו נאך גלייך אנהייב. בחורים און יונגעלייט קעדאטשקעס, מטאנצט לויט די אייגענע הרגשים אן קלערן מה יאמרו הבריות וואס איז די מכת המדינה.
אה!! כחו דרשב״י! נעמט ארויס יודישע נשמות און וואשט עס אויס כאדם העושה בתוך שלו, רוח חדשה אתן בקירבכם!

אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים.

זאל מען האבן געפויעלט אלעס גוטס!
להוסיף קצת נופך בנוגע יואלי קליין, נאכן עס איבערשלאפן..:

דאס איז זיכער אז ער האט אריינגעברענגט א מצב וואס האט מאסיוו געהויבן דעם עולם, ער האט אבער געטאן אפאר זאכן, מדארף דאס געהעריג ציטיילן צו פארשטיין וואס האט געהויבן, און וואס האט נישט אויסגעפעלט.

לע״ד דו יסוד פון זיין חידוש איז דאס אפשטעלן די מוזיק יעדע פאר מינוט, געבן א מינוט פון דביקות פארן ציבור, און נאכדעם אנהייבן מיט אן התחדשות. דאס טוט ער אין מירון ביי נעילה, כקעדענק די ערשטע יאר איז דאס אויך געווען ווילד פרעמד די ערשטע פאר מינוט, און א האלבע שעה דערויף האט שוין געדינערט פונעם עולם ׳אוי אנחנו וצאצאינו אוי וצאצאי צאצאינו..׳ אויס כ׳קעדענק גוט, איז א יאר דערויף איז געווען אסאך א גרעסערע עולם אין חצר ביי נעילה אלס א רזולטאט.

ווי אויך האלט איך יא אז די פרישקייט און די ניגונים קאלעקציע איז באגריסענווערד. ׳הייליגע תנא זאל זיך מיען ביים בורא..׳ דערהייבט שוין א חידוש. ׳טייערע יודן מיר וועלן זיך נאכאמאל זעהן׳ איז געווען און פלאץ, ׳ממלכת כהנים וגוי קדוש׳ האט געדינערט!
ווי אויך זיין בערישע שטימע איז בכלל נישט אויעקצימאכן!

מיט די נקידות מיינעך קען רוב עולם מודה זיין אז סהאט געהויבן, דערהויבן, דעם עולם. און סאיז ווערט צו אימפלעמענטירן קימענדיגע יארן.

פראבלעם איז געווען לע״ד, ער האט נישט מנפה געווען די ניגונים בעפאר. סהאט שטארק געשפירט ווי ער מאכט דאס אפ אויפן פלאץ. און חצר במירון מילא, אבער ביי א רבישע הדלקה, ווען די רבי איז נאך דארט, טאר דאס נישט פאסירן. געבן די לייצעס פאר איינער וואס האט נאכנישט מיטגעהאלטן די הדלקה, און קען נישט דעם רבין׳ס טעיסט בלע״ז איז א גרויסע ריזיקע. בעיקר האט געשטערט די עברי טייטש אויף יעדע ניגון וואס נישט רבינו און נישט דער עולם האט געקענט.

דאס איז עפעס וואס האט מסתם געבאדערט פאר די וואס רעדן זיך אפ, און דאס קען מתוקן ווערן בעז״ה.
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

דער דיין שליט''א
דיין.jpg
דיין.jpg (42.77 KiB) געזען 970 מאל
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5066
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

מי יודע האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:28 pm
געטראפן צווישן מיינע ארכיוון דברות קודש פון האדמו"ר מהר"א פון די ערשטע יאר, ווי צום סוף איז אפגעדרוקט וואס מ'האט אנגעפרעגט ביים רבין הברך משה
עס זענען געשטאנען דארט ביי יענע טעלעפאון רוף, הר”ר שלום וועבערמאן מנהל בית רחל (במקורו פון ירושלים) און הר”ר יושע טעללער מנהל התאחדות האברכים (במקורו פון בני ברק).
און זיי האבן א לענגערע צייט געמוטשעט אז מען זאל מאכן א הדלקה. און דעמאלטס איז געקומען די הוראה פון רביה”ק בעל ברך משה זי”ע כנ”ל.
איינמאל האט איינער געפרעגט דעם רב פארוואס מען מאכט נישט קיין הדלקה, האט דער רב (היינט דער רבי) געענטפערט, ווער דארף דאס האבן? האט יענער געענטפערט, שלום וועבערמאן דארף עס, האט דער רב געענטפערט, ער איז דאך א ירושלים’ער איד, ברענג מיר א אמעריקאנער איד... בקיצור, דער עולם דעמאלטס איז נאכנישט געווען דערביי. שפעטער איז עס אריינגעקומען גאר שטארק.

(געהערט נעכטן פון מיין זיידע ר’ שלום)
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

הגאון רבי ברוך מיללער ז''ל, נאסטאלגיע.
רבנים.jpg
רבנים.jpg (54.02 KiB) געזען 947 מאל
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:37 pm
רבי.jpgאלטע בילדער פון מעמד הדלקה אין מונרא,
דער רבי צינדט אן דעם הדלקה
דאס איז שוין שפעטער.
אויב געדענק איך גוט, איז יואל ראטה געווען דער ערשטער הויז בחור, נאכדעם ראזענפעלד, און נאכדעם הערשט ווערטהיימער.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
BMW
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 4:27 pm
לאקאציע:Above Sea Level
פארבינד זיך:

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך BMW »

די דיין איז געווען נעכטן ביי די הדלקה?
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

גאר שטארק הנאה געהאט פון יואלי קליין, חידושים נפלאים געווען, קיפ איט אפ.

לכבוד התנא אלוקי רשב''י.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
בגבעון דום
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 21, 2023 7:47 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בגבעון דום »

monroe10950 האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:39 pm
הגאון רבי ברוך מיללער ז''ל, נאסטאלגיע.
רבנים.jpg
מושכל ראשון ס"ו - ס"ז.
אבער זעהט נישט אויס ווי די רבי גייט שוין מיט ווייסע זאקן.
לעצט פארראכטן דורך בגבעון דום אום מאנטאג מאי 27, 2024 12:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מידת הסבלנות איז גאר א גוטער מידה.
אבער נאר פאר די קאר וואס פארט אינטער מיר, און נישט פאר די קאר וואס פארט פאר מיר.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 33602
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

BMW האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:45 pm
די דיין איז געווען נעכטן ביי די הדלקה?
יא
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

BMW האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:45 pm
די דיין איז געווען נעכטן ביי די הדלקה?
Yes
ראש גולם אריאל
monroe10950
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך monroe10950 »

אין א המשך פון בין בני לבן חמי, איז געווען זייער פראפעסיאנאל דאס בימת הכבוד. די זיכערהייטס וועכטער זענען געווען ענליך צו די אין ארה''ק, אין אויסזעהן, אבער אין קאנטראסט זענען געוווען זייער פראפעסינאל.
יעדער וואס האט געוויזן אזא ספעציעלן אישור האט געקענט ארויפגיין, ווען דער זיכערהייטס וועכטער מיטן בולעט פראוו וועסטל רוקט זיך און לאזט יענעם ארויפגיין.
בנוסף לזה איז געשטאנען דארט א חסידישער יונגערמאן אן עסקן, און באלד דערשמעקט ווער איז א רב אדער א איש ציבור וואס האט קיין אישור אבער יענער באלאנגט אויבן אן, און לויט די דיקטאטן פון דעם איש חסיד, האט דער וועכטער געעעפנט דעם וועג פאר רבנים, עסקנים, ואישי ציבור.
כדי צו באקומען אן א שיעור סופליי, וועט דער נארסיסיסט טון פארשידענע פעולות, אפילו גוטע, צו קונה זיין סופליי. זיי וועלן פרובירן צו האבן א בכבוד'יגע פאסטן אדער רעספעקטפולע קאריערע, צומאל א שיינע רייכע הויז אדער טייערע קאר, ברענד נעים קליידער וכדו'.
טשאלענט מיט קושקע
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 23, 2020 3:11 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט מיט קושקע »

כלל וכלל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 12:38 pm
כלל וכלל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 2:26 am
מיינע הארות, (ממעג מחולק זיין) :

סאונד: קען ווען זיין בעסער. גלייך נאכן צינדן איז עס געווען ממש שלעכט.

מוזיק: זייער פיין

שטאטע ניגונים: ווארעם, דערהויבן. עמרם, דזשאב וועל דאאָן! אסאך יודן געלאזט טרערן ביים ׳מידת הרחמים עלינו׳, אויסגעוואשן דאס הארץ.
סהאט אבער געפעלט א קינדס ווארעמע ציפעדיגע שטימע. ׳רבש״ע האב שוין רחמנות׳ וואלט זיך געהערט אנדערש.

רבי שליט״א: איין שטיק קאך. די הרגשים וואס ער ווייזט ארויס כאפט זיך אריבער צו די באטייליגט אויף א מאסיוון פארנעם. דע בכיות ביי ווארעמע ניגונים, קאכעדיגע דב״ק, שפרינגען און מעודד זיין דעם עולם ביים מדירה! אה!

אכילה שתייה: עסן בביהמ״ד געווען מאסיוו. אן ערנסטע אפאראציע. ערשטע מאל כבין אריין אינעווייניג.
טרינקן ברויך אן ערנסטע תיקון, סברויך זיין אינמיטן שטח, אפילו סאיז אפשר נישט שיין פאר די בילדער. כהאב געהאלטן ביי אפיסת הכוחות און כהאב געדארפט קלעטערן 5-6 מינוט פאר אביסל וואסער. סברויך זיין אינמיטן שטח.

רב קליין: און הער אים שוין און מירון אפאר יאר, האט מען זיך געשפירט אינדערהיים. אבער כקען פארשטיין יודן וואס קלערן אז ער איז אריינגעקימען צו אגרעסיוו. נישט יעדע ניגון ממש מוז ווערן שטייט, און נישט יעדע לש״ק ווארט ברויך ווערן איבערגעטייטשט צו מאמע לשון.

סורפרייז פונעם נאכט: בלי ספק די רקודי קודש. יונגע און אלטע מיט א ברען, לאנגע וויילע, כקעדענק נישט אזאנע ברענעדיגע ריקודים על אדמת אמעריקע. כרעד אפילו נאך גלייך אנהייב. בחורים און יונגעלייט קעדאטשקעס, מטאנצט לויט די אייגענע הרגשים אן קלערן מה יאמרו הבריות וואס איז די מכת המדינה.
אה!! כחו דרשב״י! נעמט ארויס יודישע נשמות און וואשט עס אויס כאדם העושה בתוך שלו, רוח חדשה אתן בקירבכם!

אשריכם ישראל לפני מי אתם מטהרין ומי מטהר אתכם, אביכם שבשמים.

זאל מען האבן געפויעלט אלעס גוטס!
להוסיף קצת נופך בנוגע יואלי קליין, נאכן עס איבערשלאפן..:

דאס איז זיכער אז ער האט אריינגעברענגט א מצב וואס האט מאסיוו געהויבן דעם עולם, ער האט אבער געטאן אפאר זאכן, מדארף דאס געהעריג ציטיילן צו פארשטיין וואס האט געהויבן, און וואס האט נישט אויסגעפעלט.

לע״ד דו יסוד פון זיין חידוש איז דאס אפשטעלן די מוזיק יעדע פאר מינוט, געבן א מינוט פון דביקות פארן ציבור, און נאכדעם אנהייבן מיט אן התחדשות. דאס טוט ער אין מירון ביי נעילה, כקעדענק די ערשטע יאר איז דאס אויך געווען ווילד פרעמד די ערשטע פאר מינוט, און א האלבע שעה דערויף האט שוין געדינערט פונעם עולם ׳אוי אנחנו וצאצאינו אוי וצאצאי צאצאינו..׳ אויס כ׳קעדענק גוט, איז א יאר דערויף איז געווען אסאך א גרעסערע עולם אין חצר ביי נעילה אלס א רזולטאט.

ווי אויך האלט איך יא אז די פרישקייט און די ניגונים קאלעקציע איז באגריסענווערד. ׳הייליגע תנא זאל זיך מיען ביים בורא..׳ דערהייבט שוין א חידוש. ׳טייערע יודן מיר וועלן זיך נאכאמאל זעהן׳ איז געווען און פלאץ, ׳ממלכת כהנים וגוי קדוש׳ האט געדינערט!
ווי אויך זיין בערישע שטימע איז בכלל נישט אויעקצימאכן!

מיט די נקידות מיינעך קען רוב עולם מודה זיין אז סהאט געהויבן, דערהויבן, דעם עולם. און סאיז ווערט צו אימפלעמענטירן קימענדיגע יארן.

פראבלעם איז געווען לע״ד, ער האט נישט מנפה געווען די ניגונים בעפאר. סהאט שטארק געשפירט ווי ער מאכט דאס אפ אויפן פלאץ. און חצר במירון מילא, אבער ביי א רבישע הדלקה, ווען די רבי איז נאך דארט, טאר דאס נישט פאסירן. געבן די לייצעס פאר איינער וואס האט נאכנישט מיטגעהאלטן די הדלקה, און קען נישט דעם רבין׳ס טעיסט בלע״ז איז א גרויסע ריזיקע. בעיקר האט געשטערט די עברי טייטש אויף יעדע ניגון וואס נישט רבינו און נישט דער עולם האט געקענט.

דאס איז עפעס וואס האט מסתם געבאדערט פאר די וואס רעדן זיך אפ, און דאס קען מתוקן ווערן בעז״ה.
יא דו ברענגסט עס גאר גוט און קלאר ארויס
אוועטאר
קו ירוק
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:07 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו ירוק »

נייגעריק,

שוין געפרעגט פריער, דוד גברא איז געווען פראדאקשן אויף די גאנצע נאכט אינקלאנדיג עסן, אנגרייטען וכו'?
איינער האט א השגה פון בערך וואספארא נומבערס מען רעדט וואס עס קאסט אזא נאכט, הכל בכל מכל?
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

נעכטן ביים שטיין אין O&R און ווארטנדיג היבש לאנג אויף א באס, האב איך אריינגעטראכט אין א לעזונג

כ'מיין אז די איינציגסטע עצה פאר די טראפיק איז: מען זאל גענצליך ארויסטראגן די הדלקה פון קרית יואל.
ס'הערט זיך ווילד, אבער ס'קען זיין א געוואלדיגע זאך. מען ברויך נישט דאס בית המדרש.
די קרית יואל'ער איינוואוינער זעלבסט גייען אזוי אויך פאר לאנגע שטרעקעס און דארפן צוקומען צו באסעס.

נעם א ריזן שטח אינדרויסן פון שטאט, טויזענטער פארקינגס, הונדערטער באסעס, א ריזן שאטער, והכל על מקומו וכו'
קוה אל השם רבותי
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5839
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: ל"ג בעומר הדלקה (סאטמאר מהר"א) קרית יואל - נייעס און אפדעיטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

קאווע באנדל האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 1:10 pm
נעכטן ביים שטיין אין O&R און ווארטנדיג היבש לאנג אויף א באס, האב איך אריינגעטראכט אין א לעזונג

כ'מיין אז די איינציגסטע עצה פאר די טראפיק איז: מען זאל גענצליך ארויסטראגן די הדלקה פון קרית יואל.
ס'הערט זיך ווילד, אבער ס'קען זיין א געוואלדיגע זאך. מען ברויך נישט דאס בית המדרש.
די קרית יואל'ער איינוואוינער זעלבסט גייען אזוי אויך פאר לאנגע שטרעקעס און דארפן צוקומען צו באסעס.

נעם א ריזן שטח אינדרויסן פון שטאט, טויזענטער פארקינגס, הונדערטער באסעס, א ריזן שאטער, והכל על מקומו וכו'
בעצם איז עס א שטארקע געדאנק, מען האט שוין דא גערעדט דערפון די לעצטע פאר יאר, אבער כמדומה לי וועט די רבי נישט מסכים זיין.
שרייב תגובה

צוריק צו “אקטועלע נייעס”