משה רבינו'ס קינדער
האב איך אנגעהויבען קלערן "ווער זענען געווען זיינע קינדער פון וואס ער רעדט" ?
מען טרעפט אין פ' שמות אז ער האט געהאט איין קינד און ער האט אים א נאמען געגעבן "גרשם" און.... דאס איז עס.. ווי איז דער גרשם? ווי איז ער נעלם?
אהרן הכהן איז די תורה כסדר מאריך איבער זיינע דורות, 2 קינדער זענען ל"ע אוועק
און די איבריגע האבן גענומען א אקטיווע ראלע אין די 40 יאר אין מדבר מיטן טראגען און ברענגען. מען רעדט פון זיי די תורה שרייבט איבער זיי זייער אסאך.
אבער פון משה רבינו'ס קינדער זעה איך נישט אז מען זאל רעדן פון זיי
קען איינער אריינקומען מיט אינפוי: האט משה רבינו געהאט נאך קינדער חוץ גרשם? אויב יא ווער? און אויב נישט וואס טוט זיך מיט דעם גרשם ווי איז ער געווען? ווי לאנג האט ער געלעבט???