Re: עצה וועגן בּאנעצן
נאך מיין בר מצוה האב איך עס נישט געוואלט האבן מעראפגעגאלט האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:04 pmפארוואס נישט קיין דייעפער?מיין הערצעלע האט געשריבן: ↑ מאנטאג אוגוסט 12, 2024 8:17 pmזוכרי בימי בחרותי פלעגט תשעה באב זיין א נייטמעיר
עס האט זיך שוין אן געפאנגן די נערוועזעניש פון די 9 טעג
עס איז געקומען ערב ת"ב האט זיך אן געפאנגן א גאנצע וויכוח מיר אליין פון איין זייט דארף איך אסאך טרינקן נישט צו ווערן אויס געטריקענט אין די תענית און פון די צווייטע זייט דארף מען אריין נעמען גרויסע קוואנטומס פון ליקוואד וואס דעס מיינט אז כאטש פאר 12 שעה גייט די באדי האלטן אין איין ארויס ווארפן ליקוואד
נאך אפאר תעניתים האב איך שוין קלאר איין געזעהן אז נעמען די ווייטומינען צו העלפן גוט פאסטן איז סם המות פאר א בעדוועטער עספעשעלי ווען מען שלאפט אין קעמפ מיט אנדערע בחורים און קינדער אבער תשעה באב איז פלעגט עס זיין גענוג חורבן אפילו אן די וויטומינען
עס איז געקומען תשעה באב צופרי בין אין קיין מאל נישט געכאפט געווארן מיט סופרייז אז דעס יאר איז געשעהן א נס און איך בין נישט אויף געשטאנען נאס נאר יעדעס יאר איז עס געווען די זעלבע וואס איך האב שוין מיר שוין געהאט פאר דעזעהן פון אן פאנג די 9 טעג אז איך בין אויף געשטאנען דורך געווייקט און איל דארף נישט ווייטער רעדן וויזוי עס האט אויס געקוקט ביז איל בין אן געקומען אין שול און מיט די ענקזייעטי וואס איז מיר נאך געלאפן א גאנצן טאג אז איך שטינק און איל דארף מיר פארשטעקן פון יעדע מענטש
בעת מיינע זכרונות טראגן מיר צוריק מיט א שיינע פאר יאר צוריק זענען היינט דא צענדליגע אויב נישט הינדערטער תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא און גייען עס יעצט דורך און נאר דער אייבישטער קען זיי עכט פארשטיין
דו גייסט באלד דאווענען? שטעל דיר אפ פאר 5 סקונדעס ביי שמע קולינו און בעט א תפילה קצרה ביי אונזער גרויסע טאטע אין הימל ער זאל רחמנות האבן פאר אט די קינדערלעך און פאר אלע אנדערע יודן וואס גייען דעס דורך דו קענסט זיך נישט פאר שטעלן וויפול עגמת נפש נפש און בושות דו שפארסט איין פאר א קינד דורך דעם וואס מיט דיין תפילה גייט ער מארגן אויף שטיין טריקן אדער כאטש טריקענער פון וויפול ער האט זיך געהאט פאר געשטעלט
דו קענסט אים מיט דעם בויען זיין סעלף עסטיעם פאר א גאנצע יאר עס זאל אים געבן די כוחות און מוט ער זאל נישט צוריק פאלן מיט וואס ער טוט זיך צו העלפן