יידישע קהילות האט נישט געהייסן אויפהערן לייגן תפילין אדער היטן שבת ח"ו, ער האט געראטן (געהייסן / באפוילן וואטעווער) די עלטערע זאלן צייטווייליג דאווענען ביחידות און נישט גיין אין מקוה. רבותי, ווייסט עטץ דעם חילוק צווישן דאורייתא'ס און דרבנן'ס? אויב גייט 'איין' איד געראטעוועט ווערן פון טויט דורכדעם וואס א מיליאן תפילות וועלן געדאווענט ווערן ביחידות, איז יצא הפסדו בשכרו. את הנראה לענ"ד כתבתי.
אויף בשעת הדחק, זאל מען געדענקען די ווערטער פונעם מאירי ברכות כז ע"ב, וואס הייבט ארויס די מעלה פון תפילה ביחידות: "עכשיו נהגו קצת חכמים להקדים תפלתם לתפלת הצבור בשבתות וימים טובים, מפני שרוב ההמון מטרידם ואין יכולים לכוין, ואחר כונת הלב הן הן הדברים".