איבער 60? גייט נישט אין מקווה און דאווענט ביחידות

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

לא נגר ולא בן נגר אני, אבער מיין פערזענליכע מיינונג ערלויב כ'זיך צו זאגן. אינני אומר קבלו דעתי, אדרבה נעמטס עס נישט אן און דינגטס זיך אויף מיר שארף.

יידישע קהילות האט נישט געהייסן אויפהערן לייגן תפילין אדער היטן שבת ח"ו, ער האט געראטן (געהייסן / באפוילן וואטעווער) די עלטערע זאלן צייטווייליג דאווענען ביחידות און נישט גיין אין מקוה. רבותי, ווייסט עטץ דעם חילוק צווישן דאורייתא'ס און דרבנן'ס? אויב גייט 'איין' איד געראטעוועט ווערן פון טויט דורכדעם וואס א מיליאן תפילות וועלן געדאווענט ווערן ביחידות, איז יצא הפסדו בשכרו. את הנראה לענ"ד כתבתי.

אויף בשעת הדחק, זאל מען געדענקען די ווערטער פונעם מאירי ברכות כז ע"ב, וואס הייבט ארויס די מעלה פון תפילה ביחידות: "עכשיו נהגו קצת חכמים להקדים תפלתם לתפלת הצבור בשבתות וימים טובים, מפני שרוב ההמון מטרידם ואין יכולים לכוין, ואחר כונת הלב הן הן הדברים".
מענטש צווישן מענטשן
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש צווישן מענטשן »

זארג נישט האט געשריבן:
מענטש צווישן מענטשן האט געשריבן: סקוקט אויס אז דעי אלע ניקס דא זענען אינגע מענטשן מיט אינגע אין געזונטע טאטעס ב"ה

אבער פאר נישט אינגע אין נישט געזונטע איז עס פיקוח נפש אזויווי ייאדישע קהילות האט געשריבן פשוטו כמשמעו, פשוט און פראסט,

אמת מדארף אייביג אנפרעגן א דיין, אבער ווען איינער שיסט אויפן גאס העט קיינער נישט זאגן אז מדארף פרעגן א דיין אויב מ'מעג ארויסגייןכל שכן דא ווי די ווייסט נישטאמאל ווער די שיסער קען זיין און דעי פאל.

איז עס טאקע ממש ווי מען שיסט אין גאס?


פאר נישט געזינטע מענטשן? יא
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12242
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אין טייך איז א פראבלעם צו גיין?
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
כל מקדש
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 12:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כל מקדש »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אדער איז ער נישט קיין גדול
אדער איז ער פשוט נישט באקאנאט מיט די טריקנע פאקטן וואס דא גייט פאר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

געפרעגט צוויי גאר גרויסע דיינים, וואס מחמת גילוי אלערט קען איך נישט זאגן קיין נעמען, זיי האבן קלאר געזאגט אז מען דארף נישט חושש זיין, מען זאל לאזן יעדער קומען, נאר זיי דארפן אליינס שטארק אכטונג געבן וואשן די הענט וכדו'
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

כל מקדש האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אדער איז ער נישט קיין גדול
אדער איז ער פשוט נישט באקאנאט מיט די טריקנע פאקטן וואס דא גייט פאר

אפשר ביסטו נישט באקאנט.?
איינער האט געפראווט אז די מקווה יעצט איז א פראבלעם פאר א געזונטע מענטש אז די מאכסט אזא פאניק.?
בפרט מיט די אלע ווארנעוג מיטלען וואס די מקוואות האבן גענומען ווי למשל מער קאלארין פארלאנגאן שאוערס אסאך מקוואות פילטרען די בורות עטליכע מאל אינמיטן די צייט וואס מניצט עס וכו. ?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ווייזער האט געשריבן: א חשוב'ער איד זאגט מיר פאריגע וואך, אז ער האט געהערט קלאר אז אידן קענען עס נישט האבן...

זאג איך אים: הלואי. דער בוכ"ע זאל העלפן אז אידן זאלן עס נישט האבן. אבער... אבער... אבער מעדיצייש זאל השי"ת שומר ומציל זיין.

דאס איז דער צוגאנג פון מענטשן מיט פלאכע קעפ.

יא יא, געהאט ענדליכס, א יוד געט מיר די האנט אין איך געב אים נישט צירוק נאר איך שאקל מיט די האנט, פרעגט ער מיר היימישע יודן צווישן זיך געבן זיך אויך נישט די האנט??..
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

ווייזער האט געשריבן: א חשוב'ער איד זאגט מיר פאריגע וואך, אז ער האט געהערט קלאר אז אידן קענען עס נישט האבן...

זאג איך אים: הלואי. דער בוכ"ע זאל העלפן אז אידן זאלן עס נישט האבן. אבער... אבער... אבער מעדיצייש זאל השי"ת שומר ומציל זיין.

דאס איז דער צוגאנג פון מענטשן מיט פלאכע קעפ.

.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10302
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אזא פסק איז לא מעלה ולא מוריד אן א נאמען ווייל דאס איז נישט בעיסט אויף שולחן ערוך ופוסקים. מ'דארף וויסן ווער די בעל הפסק איז ווייל ס'מעגליך אז ער קומט פון א פלאץ ווי מ'האט זייער מקפיד געווען אויף מקוה אפעלו שלא לעת הצורך. אבער רובא דרובא וועלט (אפילו חסידים) איז עס נישט אזא קפידה אויסצולאזן א מקוה ובפרט בספק פיקוח נפש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

FAKE NEWS
THAT'S A LIE PLEASE DON'T BUY NONSENSE
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Growth hacker »

maybeeynot האט געשריבן:
כל מקדש האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אדער איז ער נישט קיין גדול
אדער איז ער פשוט נישט באקאנאט מיט די טריקנע פאקטן וואס דא גייט פאר

אפשר ביסטו נישט באקאנט.?
איינער האט געפראווט אז די מקווה יעצט איז א פראבלעם פאר א געזונטע מענטש אז די מאכסט אזא פאניק.?
בפרט מיט די אלע ווארנעוג מיטלען וואס די מקוואות האבן גענומען ווי למשל מער קאלארין פארלאנגאן שאוערס אסאך מקוואות פילטרען די בורות עטליכע מאל אינמיטן די צייט וואס מניצט עס וכו. ?

No, mikva is not the probable, all should stay home
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5900
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

אין סווענד זיך אויך אופן נשאל. סאיז דא אידן העכער די 60 וואס זענען געבויעט שטארק אין געזונטער ווי אנדערע ביי די 50.
קוקטס להבדיל אונזער טראמפ איבער דע 70 געזונט פריש אין......
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע:אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

עסן תיקון אין שוהל האט גארנישט מיט הלכה
נישט גיבן די האנט אדער גיין צו שמחות האט גארנישט מיט הלכה
זאג נאר ווען ביזט אין שפיטאל רופסטו א דיין פרעגן וועגן מנין? ווען פילסט נישט גוט רופסטו א דיין פרעגן וועגן מנין? מאיז נישט עובר קיין איין סעיף קטן ווען מאיז זיך מתעטף בטליתו אינדערהיים און מדאווענט בכוונה
ובפרט ווען סהאנדעלט זיך אין א ספק אדער אפילו נאר א ספק ספיקא פון פיקוח נפש

מדארף נאר איין זאך: שכל! און דעיס האט מען פארלוירן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2837
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אדער לעבט ער אויף מארס אדער האט די מעשה קיינמאל פאסירט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מען האט אלע יארן גאר מחמיר געוועהן אויף סכנתא חמירא מאיסורא.
דא קומט חברה הצלה און שרייט אז אלע עלטערע מענטשען זאלן בלייבן אינדערהיים.
דא קומט די רעגירונג און פארשפארט אלעס, אריינגערעכנט פארוויילנוגס פלעצער. זיי האבן שוין אויסגעמעקט די הלכה פון the show must go on. אבער דער היימישער עולם גולם כאפט נאך נישט אז דאס איז אן ערענסטער זאך!!! מיין גייט ארום, ווער עס געט דיהר נישט צירוק די האנט איז א מעשיגענער. מען הוסט אויפן טיש. מען בלאזט די נאז און מיט די פאכטע טישא האנט כאפט מען אלעס אהן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: איך האב געפרעגט איינע פון די גדולי הדור, און מורה הפאר אסאך דיינים, וואס טוט זיך מיט גיין אין מקוה העכער די 60?
און ער האט מיר גע'ענטערפט ח"ו אויסצולאזן א מקוה.

כאטש ער נעמט א שטרענגערע מהלך, פון פארשידענע אנדערע דיינים, לגבי אנדערע הלכה שאלות וואו עס איז נוגע

אפגעזען פון די מאדנעקייט פון אזא פסק... דו רעדסט אודאי פון טבילת עזרא, ווייל גיין סתם אזוי אין מקוה קען מען רואיגערהייט אויסלאזן סתם אזוי. וכן נהגו כמה (רוב) עהרליכע אידן.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

הנשאל הרי זה מגונה והשואל הרי זה שופך דמים!!

מען דארף אויסדרוקליך נישט האבן קיין פסק פון א רב, אויב עפעס טאר מען נישט פרעגן. מען דארף טון וואס די געזונטהייט באאמטע הייסן און דאס איז עס.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

Kosher Travel האט געשריבן: מען האט אלע יארן גאר מחמיר געוועהן אויף סכנתא חמירא מאיסורא.
דא קומט חברה הצלה און שרייט אז אלע עלטערע מענטשען זאלן בלייבן אינדערהיים.
דא קומט די רעגירונג און פארשפארט אלעס, אריינגערעכנט פארוויילנוגס פלעצער. זיי האבן שוין אויסגעמעקט די הלכה פון the show must go on. אבער דער היימישער עולם גולם כאפט נאך נישט אז דאס איז אן ערענסטער זאך!!! מיין גייט ארום, ווער עס געט דיהר נישט צירוק די האנט איז א מעשיגענער. מען הוסט אויפן טיש. מען בלאזט די נאז און מיט די פאכטע טישא האנט כאפט מען אלעס אהן.

איך קלער אז מען דארף ארויפגיין צו אלע רבנים מיט פאקטן. זיי זענען אמתדיג נישט באקאנט מיט די הארבקייט, און מיר אידן דארפן ווען איינשטעלן באווארענונגען פאר די גוים, מיר ווייסן די חשיבות פון א אידיש לעבן
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די רבנים זענען נישט באקאנט, די אייוועלט שרייבער זיי זענען באקאנט,
די רבנים ואס איך רעדט האבן שוין פארברענגט צעהנליגע שעות מיט די דאקטורים, זיי זענען כסדר אינקאנטעקט, מיט לויערס, דאקטורים, חברה הצלה, און סתם עמך אידען וואס קאלן בעטן א ברכה ווייל זיי האבן געטעסט פאזעטיוו,

אבער ניין די אייוועלט לצים זענען באקאנט און מען דארף זיי אריינגיין זאגן,

ענטפער מיר די פיר שאלות וואס איך מיין אז יעדע רב בישראל קען עס ענטערפן, און לאמיר זעהן ווער עס איז מער באקאנט!
וואס איז ערגער דאווענען מיט מנין אדער גיין אין מקוה?
ווען מען וואשט די פלאהר מיט קאלארין וויפיל שעה נעמט ביז די בוקטעריס קענען ווייטער אנהייבן צו לעבן?
וואו איז דא מער טשענסעס צו ווערן אנגעשטעקט ווען מען גייט אין מקוה, אדער די הענטל פון די גאס טיר אין ביהמ"ד? בשעתן גיין אין מקוה?
איז בעסער א הייסע מקוה אדער א קאלטע?
לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום דינסטאג מארטש 17, 2020 10:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3688
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

סאדאם חוסעין האט געשריבן: די רבנים זענען נישט באקאנט, די אייוועלט שרייבער זיי זענען באקאנט,
די רבנים ואס איך רעדט האבן שוין פארברענגט צעהנליגע שעות מיט די דאקטורים, זיי זענען כסדר אינקאנטעקט, מיט לויערס, דאקטורים, חברה הצלה, און סתם עמך אידען וואס קאלן בעטן א ברכה ווייל זיי האבן געטעסט פאזעטיוו,

אבער ניין די אייוועלט לצים זענען באקאנט און מען דארף זיי אריינגיין זאגן,

איך האלט מיט פון די ווייטענס אין א קליינע קהלה ווי עס גייט פאהר. מען האט זיך געבעטן ביים רב (און די מנהיגי הקהילה) שוין צוויי וואכן אז זיי זאלן עס נעמן ערנסט. מען האט נאר מודה געוועהן על האמת נאך וואס איינער פון די ראשי הקהילה האט עס געכאפט און אהן געשטעקט אנדערע.

די מציאות איז אז מען מוז שלעפן די ראשי הקהילה, און זיי שלעפן די רבנים.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זיכער איז דא געוויסע תלמידי חכמיםוואס זענען אויסגעטוען פון די וועלט אבער זיי זענען נישט די מנהיגי ישראל.
נישט יעדע תלמיד חכם איז א מנהג, אפילו ער האט אפאר אירע וואס פרעגן אים שאלות איך רעדט פון די גרויסע קהילות
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
great
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך great »

Programming האט געשריבן: הנשאל הרי זה מגונה והשואל הרי זה שופך דמים!!

מען דארף אויסדרוקליך נישט האבן קיין פסק פון א רב, אויב עפעס טאר מען נישט פרעגן. מען דארף טון וואס די געזונטהייט באאמטע הייסן און דאס איז עס.

יישר כח אלע אידן דא איך האב היינט א שמחת התורה. אייביג איז מיך שווער געווען אויף די הלכה השואל הרי זה שופך דמים און סשטייט נישט עכ"פ ספק שפיכות דמים ווער זאגט א יעד
ער וואס איז אין א ספק סכנה האט דען נישט קיין צייט איין מינוט צו ווארטן צו גיין צום דיין די רמא זאגט קלאר אז מקען דארף מען ווארטן אויף א גוי אפילו ביי א סכנה ??? אבער נאך די אלע פסקים פון די גרויסע דיינים איז ברוך השם פאעענטפערט אז די הצלה זאגט קלאר אז א מקוה איז א סכנה העכער 60 און יעדער בר דעת פארשטייט אז נישט יעדער נעמט א שויער און די דיינים זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם זעה איך די אלטע כלל פרעגן מאכט פסול יישר כח פאר אלעם
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

האט נישט אדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א - וואס פון די אדמורי''ם איז ער לכאורה די גרעסטער אין דעם נושא- געזאגט אז געבן די הענט איז גארנישט? וכן הוא נוהג למעשה.
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2969
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע:אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן: האט נישט אדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט''א - וואס פון די אדמורי''ם איז ער לכאורה די גרעסטער אין דעם נושא- געזאגט אז געבן די הענט איז גארנישט? וכן הוא נוהג למעשה.

האלט ער נאכאלץ אזוי? אסאך האבן שוין געטוישט זייט דעמאלטס.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”