שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

פטום הקטורת

- שיעור א' -

שטייט אין די תורה הקדושה אין פרשת כי תשא וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה קַח לְךָ סַמִּים נָטָף וּשְׁחֵלֶת וְחֶלְבְּנָה סַמִּים וּלְבֹנָה זַכָּה בַּד בְּבַד יִהְיֶה: וְעָשִׂיתָ אֹתָהּ קְטֹרֶת רֹקַח מַעֲשֵׂה רוֹקֵחַ מְמֻלָּח טָהוֹר קֹדֶשׁ: וְשָׁחַקְתָּ מִמֶּנָּה הָדֵק וְנָתַתָּה מִמֶּנָּה לִפְנֵי הָעֵדֻת בְּאֹהֶל מוֹעֵד אֲשֶׁר אִוָּעֵד לְךָ שָׁמָּה קֹדֶשׁ קָדָשִׁים תִּהְיֶה לָכֶם:
וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה קַח לְךָ סַמִּים נָטָף וּשְׁחֵלֶת וְחֶלְבְּנָה סַמִּים וּלְבֹנָה זַכָּה - דער אייבישטער זאגט משה רבינו'ן, נעם דיר שמעקעדיגע געווירצן, "נטף" און "שחלת" און "חלבנה", שמעקעדיגע געווירצן, און ריינע "לבונה". בַּד בְּבַד יִהְיֶה – (פירש רש"י) די פיר סממנים, נטף, שחלת, חלבנה און לבונה, זאלן אלע וועגן די זעלבע. און פון די געווירצן זאלסטו מאכן "קטורת", [וועט ערקלערט ווערן בע"ה אין שפעטערדיגע שיעורים]

ווי מיר אלע ווייסן שטייט אין די ברייתא שטייט אנדערש. מיר זאגן עס יעדן טאג, און עס איז א ברייתא אין מס' כריתות דף ו עמוד א "ת"ר: פיטום הקטרת, הצרי והציפורן והחלבנה והלבונה משקל שבעי' של שבעים מנה, מור וקציעה שיבולת נרד וכרכום משקל ששה עשר של ששה עשר מנה, הקושט שנים עשר, קילופה שלשה, וקנמון תשעה, בורית כרשינה תשעה קבין, יין קפריסין סאין תלתא קבין תלתא, אם אין לו יין קפריסין מביא חמר חיוריין עתיק, מלח סדומית רובע, מעלה עשן כל שהוא; ר' נתן אומר: אף כיפת הירדן כל שהוא. ואם נתן בה דבש – פסלה".
זעהן מיר אז פאר די קטורת ברענגט מען 11 סממנים (צרי, צפורן, חלבנה, לבונה, מור, קציעה, שיבולת נרד, כרכום, קושט, קילופה, קנמון).
וועט דאך יעדער פרעגן פארוואס ברענגט מען נישט בלויז 4 סממנים אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק?!
שפעטער אי"ה וועלן מיר זען אז חז"ל הקדושים האבן דאס ארויסגעלערנט פון פסוקים.

אבער צוערשט לאמיר פארענטפערן נאך א קושיא. אין פסוק שטייט אז מ'ברענגט נטף שחלת חלבנה און לבונה. פון די 11 אויסגערעכנטע אין די ברייתא, דערקענען מיר בלויז "לבונה" און "חלבנה. וואו זענען אהינקומען די אנדערע2 סממנים "נטף" "שחלת"?
דער תירוץ אויף די קושיא ווייסט מסתם כמעט יעדער ווי ס'שטייט אין די ברייתא ווייטער "ר' שמעון בן גמליאל אומר, הצרי אינו אלא שרף הנוטף מעצי הקטף". דער צרי איז דער זאפט וועלכער טריפט אראפ פון די 'קטף' העלצער. פארוואס פארציילט מיר דאס די ברייתא? כדי צו ערקלערן אז דאס ווארט "נטף" וואס שטייט אין פסוק, קומט מלשון "נוטפים" – טראפן, כלשון הכתוב "גם עבים נטפו מים" (שופטים ה',ד). די צרי טראפט אראפ פון דעם קטף. קומט אויס אז ווען די תורה הקדושה זאגט "נטף" מיינט עס נישט עפעס אנדערש ווי "צרי".

דער רמב"ם שרייבט אבער (הלכות כלי המקדש פרק ב הלכה ד) "נטף האמור בתורה הוא עצי הקטף שיוצא מהן הצרי".
אויבנאויף זעט נישט אויס אז דער רמב"ם זאל זאגן דא עפעס א גרויסע חידוש.
דער רמב"ן על התורה האט אבער גוט אפגעלערנט דעם רמב"ם. דער רמב"ן זעט אז דער רמב"ם זאגט נישט אז מ'ברענגט דאס וואס עס טראפט פון די עצי הקטף, נאר מ'ברענגט די עצי הקטף אליינס!
לכאורה אנדערש ווי עס שטייט אין א אפענע ברייתא!

זאגט דער רמב"ן אז דער רמב"ם האלט, אז דא איז דא א מחלוקת צווישן תנא קמא און ר' שמעון בן גמליאל. ר' שמעון בן גמליאל האלט אז "נטף" וואס שטייט אין פסוק מיינט גאר די האלץ אליינס, נישט דאס וואס עס טראפט אראפ. און דאס מיינט ער צו זאגן "הצרי אינו אלא *שרף* הנוטף מעצי הקטף, דאס איז נישט דער "נטף" אליינס. און שרף איז נישט דער זאך אליינס. ממילא לשיטת רבן שמעון בן גמליאל ברענגט מען נישט קיין צרי פאר די קטורת, נאר די עצי הקטף אליינס. און אזוי פסק'נט טאקע דער רמב"ם, כשיטת רבן שמעון בן גמליאל.

דער כסף משנה משנה ברענגט צו דעם רמב"ן און דינגט זיך אויף איהם. ער פרעגט, מהיכי תיתי אז מ'קען נישט אריינלייגן דעם זאפט אין די קטורת? ועוד, די אנדערע צוויי "חלבנה" מיט "לבונה" זענען אויך נישט די זאך אליינס נאר א געוויסע זאפט. ממילא לערנט ער אנדערש אפ וואס רבן שמעון בן גמליאל זאגט. עס איז נישט קיין שום מחלוקת צווישן תנא קמא און רבן שמעון בן גמליאל, רבן שמעון בן גמליאל קומט נאר מפרש זיין אז דו זאלסט זיך נישט טועה זיין און מיינען אז "צרי" מיינט אזא מעדיצינישער זאלב אזוי ווי עס שטייט "הצרי אין בגלעד", דערפאר זאגט רבן שמעון בן גמליאל אז ניין, צרי איז דער שרף פון די עצי הקטף. און סיי לויטן תנא קמא סיי לויט רבן שמעון בן גמליאל לייגט מען אריין דעם שרף הנוטף, [און בלשון הרמב"ם וועט מען זיך דארפן אביסל דוחק זיין.]

נאך א וועג זאגט דער כסף משנה, אז דער תנא קמא און רבן שמעון בן גמליאל קריגן זיך יא. לויט ביידע לייגט מען אריין "צרי" אין די קטורת. לויטן תנא קמא איז צרי דער האלץ אליינס. אבער לויט רבן שמעון בן גמליאל איז דאס נאר די זאפט וואס טראפט ארויס דערפון. זאגט רבן שמעון בן גמליאל "הצרי אינו" עס איז נישט ווי דו תנא קמא זאגסט אז עס איז דער האלץ אליינס, נאר "אלא שרף הנוטף מעצי הקטף", עס איז דער זאפט וועלכע טראפט ארויס פון די האלץ אבער נישט די האלץ אליינס.

און לפי זה האט דער רמב"ם ג'פסק'נט ווי דער תנא קמא.

עד כאן שיעור א'
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג מארטש 30, 2020 10:06 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
green sunday
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

Thanks, waiting for next shier
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
בפני נכתב
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 03, 2019 12:13 am

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפני נכתב »

ישר כח גדול פארן טון צו דער זאך. אין די יעצטיגע אנגעצויגענע צייט, איז דאך עוסק זיין אין קטורת, ממש וואס מען דארף.
אויב איך מעג פרעגן, לויט די צווייטע וועג פונעם כסף משנה לערנט ער דאך ממש ווי דער רמב"ן נאר פארקערט (תנא קמא עץ און רשב"ג שרף). איז דאך צוריק שווער זיינע קשיות אויפן רמב"ן. און פאר דעם געלט קען ער דאך שוין לערנען ווי דער רמב"ן?
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

בפני נכתב האט געשריבן: ישר כח גדול פארן טון צו דער זאך. אין די יעצטיגע אנגעצויגענע צייט, איז דאך עוסק זיין אין קטורת, ממש וואס מען דארף.
אויב איך מעג פרעגן, לויט די צווייטע וועג פונעם כסף משנה לערנט ער דאך ממש ווי דער רמב"ן נאר פארקערט (תנא קמא עץ און רשב"ג שרף). איז דאך צוריק שווער זיינע קשיות אויפן רמב"ן. און פאר דעם געלט קען ער דאך שוין לערנען ווי דער רמב"ן?

ברוכים תהיו.
לכאורה האט דער כס"מ ג'האלטן אז דאס קען נישט זיין רשב"ג'ס טענה "ס'איז דאך בלויז זאפט!" ווייל אפשר דארף מען טאקע נוצן אט דער זאפט פאר די קטורת. נאר וואס? עס איז סתם א מחלוקת אין די טייטש פון "נטף".
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
בפני נכתב
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 03, 2019 12:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפני נכתב »

ישר כח
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שיין! ווארט מער אויפן המשך.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

שיעור ב' -
פון די מיסטעריעסטע סממנים איז דער " ציפורן" וואס איז בעצם די " שחלת" פון די תורה.
ציפורן איז טייט א "נאגל" (מלשון הכתוב ועשתה את צפרניה" פ' כי תצא) דער תרגום מאכט אויף "שחלת" - "טופרא", וואס דאס איז דאך "נאגל" אויף אראמיש.

וואס איז די שייכות צווישן שחלת מיט א נאגל?

רש"י אין מס' כריתות ערקלערט ווייל "חלקה היא כצפורן" - עס איז גלאט אזוי ווי א נאגל. (דאס אז מ'נוצט א נאגל אלס א מוסטער פאר עפעס וואס איז גלאט, איז נישט רש"י'ס חידוש. עס איז א ברייתא אין מס' נדה אז מ'האט בודק געווען א געוויסע מקום פעסטצושטעלן אז עס איז נישט דארט פאראן קיין קברים וואס וועלן מטמא זיין, זאגט דער ברייתא אז אין א געוויסע הייל האט מען אראפגעגראבן און בודק געווען ביז זיי זענען אנגעקומען צו "קרקע שהיתה חלקה כצפורן" - "ערד וואס איז געווען אזוי גלאט ווי א נאגל".)
אבער רש"י אין זיין פירוש על התורה לייגט צו א ווארט, וז"ל "שורש בושם חלק ומצהיר כצפורן" - א ווארצל פון א בשמים גלאט און גלאנציג ווי א נאגל. נישט נאר איז עס גלאט, נאר עס איז אויך גלאנציג אזוי ווי א נאגל.

שטעלט זיך א פראגע אזוי:
אין די ברייתא ווייטער אין מס' כריתות שטייט אז מ'ברענגט אויך "בורית כרשינה" וואס דאס איז א געוויסע מין זייף. דאס איז נישט פון די סממני הקטורת, מען איז דאס נישט מקטיר. פארוואס ברענגט מען א זייף?
בורית כרשינה - ששפין בה את הציפורן, כדי שתהא נאה. - עס קומט כדי שיין צו מאכן דעם "ציפורן".
איז רש"י מסביר ווייל דער ציפורן איז שווארץ "ששחורה היא" דארף מען עס שיין מאכן מיט די בורית כרשינה.
אויב איז דער ציפורן אזוי גלאט און גלאנציג ווי רש"י על התורה שרייבט דאן פארוואס דארף מען דאס נאך שיין מאכן?

ווייזט אויס אז דער ציפורן ווערט הערשט שיין און גלאנציג נאר נאכן אויספוצן און רייניגן מיט די בורית כרשינה.
צוליב דעם האט רש"י אין גמרא צום ערשט נישט געוואלט מגלה זיין דעם סוד אז עס הייסט ציפורן ווייל עס איז גלאנציג, ווייל דאס גייט מען אויסגעפונען שפעטער בהמשך הברייתא אז נאכדעם וואס מפוצט עס מיט די בורית כרשינה דאן וועט עס ווערן שיין און גלאנציג.
אבער אין פירוש אויף חומש זאגט רש"י די אמת אז עס הייסט ציפורן על שם צוויי זאכן וואס איז דומה צו א נאגל.

אין דעם קדמוני'שער ספר "שלטי הגבורים" פון רבי אברהם שער אריה, מנטובה שס"ז שרייבט אן אנדערע סיבה פארוואס מ'האט געדארפט די בורית כרשינה.
אבער כדי צו פארשטיין וואס ער זאגט דארף מען מקדים זיין א פאר ווערטער בנוגע דעם איידענטיטעט פון דעם "ציפורן".

דער רמב"ם זאגט אז דער ציפורן איז וואס מ'רופט אויף אראביש "אצפאר טיב" וואס די מפרשים ערקלערן אז עס איז א געוויסע באשעפעניש פון ים, עפעס א שנעק א sea-shell
און די "שעלל" נוצט מען פאר די קטורת.
אזוי שטייט אויך אין רמב"ן על התורה אין א פאר ווערטער "צפורן יוצא מן הים".
קומט דער שלטי הגבורים, און גייט בשיטת הרמב"ם און איז מסביר אז דאס איז געווען די סיבה פון די בורית כרשינה "להיותה מטונפת מבשר הרמש" מ'האט עס ג'דארפט אפרייניגען פון די אפפאל און פלייש פון דעם שרץ, אז דער צפורן זאל זיין ריין.

לפי דעם שלטי הגבורים איז שוין נישט שווער די קשיא וואס מיר האבן פריער געפרעגט, אויב איז עס שיין און גלאנציג, איז צו וואס דארף מען נאך די בורית כרשינה?
עס איז גלאנציג טאקע, אבער נאכאלץ דארף מען דאס רייניגן פון אפפאל און שמוץ אז ס'זאל זיין זויבער ווי עס פאסט פאר עבודת בית אלקינו.

למעשה אבער איז די שיטה פון רמב"ם נישט פשוט.
ערשטנס זענען דא אנדערע ראשונים וואס לערנען נישט אזוי.
רש"י על התורה וואס מיר האבן פריער צוגעברענגט שרייבט דאך קלאר "שורש בושם" דאס הייסט א געוויסע ווארצל א געוואוקס נישט א דבר חי. אויך איז א גאנצע שאלה אויב אזוי איז דאך דאס א דבר טמא, ואין כאן המקום להאריך בזה.

[איך וועל אייך איבערלאזן מיט א מורא'דיגע צ"ע אויף דעם רמב"ם. די גמרא אין כריתות ו: זאגט קלאר "דאי כתב נטף, ה"א: מין אילן אין, אבל גידולי קרקע לא, מש"ה כתב ושחלת; ואי כתב ושחלת, ה"א: גידולי קרקע אין, אבל מין אילן אימא לא, משום הכי כתב נטף " זעהן מיר דאך אז שחלת איז גידולי קרקע, טא וויאזוי קען דער רמב"ם מפרש זיין אז עס איז א דבר הבא מן החי פון א ים באשעפענישט. וצע"ג לעת עתה.
זאלן די משתתפים און מיטלערנערס זאגן אייערע מיינונגען.]

אינטערסאנט צו באמערקן, אין ירושלמי איז דא אן אנדערע גירסא, נישט "כדי שתהא נאה" כדי עס זאל זיין/ווערן שיין, נאר "מפני שהיא נאה" ווייל זי איז שיין.
לכאורה איז דאך דאס א תמוה עצומה אויב עס איז שוין שיין, וואס פעלט אויס בכלל די גאנצע בורית כרשינה?

דער בית יוסף או"ח סי' קל"ג פרעגט די קושיא און גיבט צוויי תירוצים:
א - די כוונה איז אז מפני שהיא נאה זי *דארף זיין* שיין, און דעווייל איז זי נישט צוליב דעם דארף מען די בורית כרשינה.
ב - אז דאס ווארט "נאה" אין ירושלמי באדייט די פארקערטע מיינונג, לשון סגי נהור, ווייל זי איז שווארץ, צוליב דעם קומט די בורית כרשינה.
למעשה פירט אויס דער בית יוסף אז דער נוסח פון בבלי איז דער ריכטיגער נוסח.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3137
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

https://www.torahanytime.com/#/lectures?a=105436

זוהר פונעם מיטוואכ'דיגן חק בגדלות הקטורת לבטל גזירות
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

בנוגע סימני הקטורת, אזוי ווי יעדע זאך איז דא כמה וכמה שיטות
וואס איז יא אביסל אינטעסאנט איז אז דער רמב"ם איז עס מפרש צוויי מאל גאנץ בארוכה אבער מיט עטליכע שינוים
אזוי אויך אין נאך עטליכע פלעצער חלקים לדוגמא ווי אויבן געברענגט וואס האט א שייכות מיט שמן המשחה אויך

הלכות כלי המקדש והעובדים בו פרק ב' הלכה א'
הקטרת נעשית בכל שנה ושנה ועשייתו מצות עשה שנאמר ואתה קח לך סמים וגו'. ונתפרשו בתורה ארבעה מסממניה, והן. נטף. ושחלת. וחלבנה. ולבונה. ושאר סממניה הלכה למשה מסיני:
הלכה ד'
נטף האמור בתורה הוא עצי הקטף שיוצא מהן הצרי. והשחלת היא הצפורן שנותנין אותה בני האדם במוגמרות. והחלבנה כמו דבש שחור וריחו קשה והוא שרף אילנות בערי יון. וזהו שמות הסמנים בלשון ערבי עוד בלסאן ואצפאר טיב. ומיעה. ולכאן. ומוסקי. וקציעה. וסגבלי אלנטורין. וזעפרן. וקושט. ועוד [הירדי]. וקסר סליכה. וענבר
וואס איז אינטערסאנט אז דער שחלת דארף קלאר אויך זיין א חלק פון א בשמים וואס מען רייכערט אויס אויפן פייער
צו פאררייכערן א צימער אדער עסן וכדומה

רמב"ם בפירוש המשניות מסכת כריתות פרק א' משנה א"
והמפטם את הקטורת
ופי׳ השמות האלו יש מהם
שהוא מפורסם ויש מהם שנחלקו בו וכבר נתבאר בגמרא
שהעשב הזה שקרוי מעלה עשן לא היו יודעים אותו אלא
בית אבטינם בלבד נטף הוא עץ נקרא בלשון ערבי עו״ד
בלאס׳׳ן ובלעז פוש״ט דבלסאמ״ו ונקרא כן לפי שהשמן מזיע
ממנו. ושחלת קורין אותו בלשון ערבי אלטולפ״ר אלבדו״ר
וחלבנה אומרים עליו שהוא הנקרא בלשון ערבי מחלה״ב
ויש אומרים לדא״ן ובלע״ז לאדנ״ו והוא שקר ויש אומרים
מיע״ה ובלע״ז איסטורא״ק והוא הקרוב לפי שהגמרא ביאר
שחלבנה ריחה רע רוצה לומר שריחה מאוס. ומור ידוע.
וקציעה אין יודעין אותו. שיבולת נרד קרוי בלשון ערבי
סנבא״ל אלנרי״ן ובלעז אושפיק״א נארד״י. וכרכום ידוע
וקושט קרוי בלשון ערבי קושט. וקנמון בלשון ערבי עו״ד
הירד״י ובלעז לינג״א אלואי״ש. וקלופה ג״כ קשר שילכ״ה
ובלעז קאםי״א ליגנ״א. כפת הירדן אמבר״א ובלעז לאמר״י
הר״ז מה שרצינו לומר כאן.

למעשה איז אזוי:
נטף/צרי זאגט דער רמב"ם די זעלבע זאך ביי ביידע
שחלת: דא איז שוין יא דא א חילוק
חלבנה: די זעלבע (והוא הקרוב)
מור: מוסק/ידוע
קציעה:קציעה/אין יודעין אותו
שבולת נרד:סגבלי אלנטורי/סנבא״ל אלנרי״ן
כרכום:זעפרן/ידוע
קושט: די זעלבע
קלופה:די זעלבע
קנמון:די זעלבע
כפת הירדן:די זעלבע
לבונה:
ווערט נישט אויסגערעכנט אין פירוש המשניות
ובעיקר איז די שאלה צו דאס וואס דער רמב"ם רעכנט אויס קציעה אינעם ספר הי"ד אלס די נעמען מיינט עס אז מען ווייסט נישט אזוי ווי ער שרייבט בפירוש המשניות אדער מיינט עס דעם ספייס וואס הייסט קאססיא וואס איז מלשון קציעה ?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

נעגל אויף אראביש לפי גוגל טרענסלעיט הייסט אל אצאפיר און אזוי אויך א ספייק
לויט דעם פון ווי איז די ראי' אז אצאפיר איז ממקורו א פיש?
לויטן שלטי הגיבורים איז מוכרח אז ער גייט לשיטת הרמב"ם אדער איז עס אן אייגענער מהלך ?

english: nails
arabic: al'azafir
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: נעגל אויף אראביש לפי גוגל טרענסלעיט הייסט אל אצאפיר און אזוי אויך א ספייק
לויט דעם פון ווי איז די ראי' אז אצאפיר איז ממקורו א פיש?
לויטן שלטי הגיבורים איז מוכרח אז ער גייט לשיטת הרמב"ם אדער איז עס אן אייגענער מהלך ?

english: nails
arabic: al'azafir

כ'פארשטיי נישט אזוי גוט אייער שאלה. ביטע קום אריין קלארער.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

דאס אז שחלת איז פון א וואסער באשעפעניש לפי השלטי הגבורים איז מקורו פונעם רמב"ם אדער זיין אייגענע שיטה און לאו דוקא געבויט פונעם רמב"ם ?
לפי הרמב"ן שטייט אויך נישט אינעם רמב"ן אז עס פון א חיה אדער א געוואוקס
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

Gevald Geshrigen האט געשריבן: דאס אז שחלת איז פון א וואסער באשעפעניש לפי השלטי הגבורים איז מקורו פונעם רמב"ם אדער זיין אייגענע שיטה און לאו דוקא געבויט פונעם רמב"ם ?
לפי הרמב"ן שטייט אויך נישט אינעם רמב"ן אז עס פון א חיה אדער א געוואוקס

ער שרייבט אז כמדומה איז די אראביש אין שבלשון הרמב"ם פארגרייזט. אבער ער דינגט זיך נישט.
לגבי דעם רמב"ן הער איך וואס דו טענה'סט, אבער בפשטות מיינט ער יא אז עס איז פון א בע"ח ווייל ז"ל הרמב"ן: "ואלה השלשה אשר הזכיר אינם סמים, כי הנטף והחלבנה שרפים, והשחלת צפורן יוצא מן הים". איז משמע אז ער וויל מוכיח זיין אז שחלת איז נישט קיין "סם" ד.ה. א בשמים-געווירץ, אויב וואקסט עס אין ים, קען עס זייער גוט הייסן "סם". ווי אויך אויב איז דער פשט אין רמב"ם אז עס איז א בע"ח דארפן מיר אננעמען אז כל זמן דער רמב"ן דינגט זיך נישט בפירוש, אז ער מיינט דעם רמב"ם.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

די עיקר פארוואס איך פרעג ווייל ווען איך האב אריינגעלייגט אויף גוגל טרענסלעיט נעגל איז מיר אויסגעקומען אז אויף אראביש הייסט נעגלעך און קלייניטשיגע שטעקעלעך און נעגל פון פינגער אל אזאפיר/אל אצאפיר וואס איז ממש כלשון הרמב"ם און שטימט מיט רש"י, תרגום און ערוך
דאס קען מען אליין אויסטשעקן
אין די מפרשי הרמב"ם דענק איך נישט צו האבן געזען וואס זאלן שרייבן אז אצפיר אויף אראביש איז פון א פיש/shell/חית הים
לא ראינו אינו ראי' ממילא אויב ווייסטו יא אדרבה ברענג אהער להגדיל תורה ולהאדירה
אויב אזוי איז בכלל נישט מוכרח צו מאכן א מחלוקת צווישן רמב"ם און רש"י
לויטן רמב"ן איס אביסל שווערער אבער אויך נישט מוכרח.
לפי זה קען זיין אז דער שלטי הגבורים איז א שיטה יחידאה
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

א דאנק. האמיר דורכגעבלעטערט.

העמיר שפעטער אי"ה דורכלערנען מער בעיון.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

שלטי הגבורים פרק ע"ט
available on hebrew books
גאנץנ א לאנגער שטיקל
דער פישל פון וואס ער רעט הייסט אויף לאטייניש unguis
און אויף אראביש zufurלפי גוגל טרענסלעיט
דער דאקטאר דיאוסקרידי וואס ער דערמאנט דארט איז
Dioscorides
De Materia Medica
פאר א פלעינער ענגלישער טרענסלעשן
https://www.cancerlynx.com/dioscorides.html
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעור בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

- שיעור ג' -
החלבנה


דער דריטער באשטאנדטייל פון די קטורת איז די "חלבנה".

כידוע, אז חז"ל הקדושים זאגן אז די חלבנה האט א שווערן ריח, און איז מרמז גאר אויף פושעי ישראל.
אין די גמרא כריתות אין די סוגיא פון קטורת וועלכע מיר האבן שוין דערמאנט ווערט געברענגט "א"ר חנא בר בזנא א"ר שמעון חסידא: כל תענית שאין בה מפושעי ישראל אינה תענית, שהרי חלבנה ריחה רע, ומנאה הכתוב עם סממני קטרת. אביי אמר, מהכא: ואגודתו על ארץ יסדה." ווי רש"י הקדוש (פי' עה"ת) פירט אויס "ללמדנו, שלא יקל בעינינו לצרף עמנו באגודת תעניותינו ותפלותינו את פושעי ישראל שיהיו נמנין עמנו".
אן אינטערסאנטע רמז שטייט פון רבי נחמן מברסלב זצ"ל (לקוטי מהר"ן תורה נ"ה) אז צבר איז ראשי תיבות צ'דיקים, ר'שעים, ב'ינונים. מרמז צו זיין אז יעדע ציבור מוז האבן אלע חלקים פון כלל ישראל, נישט נאר בלויז צדיקים נאר אויך בינונים און אפילו רשעים אויך!
רבינו בחיי לייגט צו א שיינע הסבר "ובאור זה כי שם שמים מתעלה ומתקדש בשעה שהרשעים חוזרים בתשובה ונמנין בכלל הצדיקים, שאם לא כן הצדיקים נתפשים עליהם מפני הערבות, שהרי כל ישראל ערבים זה לזה."
אבער די כוונה איז אז די רשעים זענען זיך מתחבר צו כלל ישראל, און זיך משתתף אין די תפילות פון דעם ציבור. ווי דער מהרש"א שרייבט "דהיינו שהפושע אינו פורש מן הצבור וזה שדקדק לומר ומנאה הכתוב כו' ולא קאמר ומקטירו עמהם אלא דר"ל שהוא נמנה עמהם בתעניתם ואינו פורש מהם".
דער ר"ן שרייבט (דרשות הר"ן דרשה א'), אז ווען די חלבנה ווערט אריינגעמישט אין די סממני הקטורת, ווערן אלע ריחות צוזאמען פארוואנדלט אין א גוטע ריח טוב. אין די חלבנה אליינס האט אויך א ריח טוב!
און אזוי שרייבט דער סדר היום (כוונת הלולב ואגודתו) "וזה שאמרו להביא חלבנה עם הקטרת ואף על פי שריחה רע אפ"ה בהתחבר' עם הסממנים האחרי' ריחה הרע מסתלק ממנה ואדרבא מוספת ריח טוב לסממנים האחרים כי אין האור ניכר אלא מתוך החשך וכן צוו חז"ל כל תפלה שאין בה מפושעי ישראל אינה תפלה".


פון רמב"ם איז משמע אבער אז עס איז נישט א מעלה פאר דעם ציבור צו האבן רשעים, נאר פארקערט: די מעלה פון תפילת הרבים איז אזוי גרויס עד כדי כך אז אפילו די רשעים גייען נישט שטערן. ז"ל רמב"ם הלכות תפילה פרק ח הלכה א "תפלת הציבור נשמעת תמיד ואפילו היו בהן חוטאים אין הקדוש ברוך הוא מואס בתפלתן של רבים, לפיכך צריך אדם לשתף עצמו עם הציבור, ולא יתפלל ביחיד כל זמן שיכול להתפלל עם הציבור", עכ"ל. איז קלאר משמע אז די מעלה איז אין "תפלת הציבור" וועלכע ווערט נישט אפעקטירט אויב "היו בהן חוטאים" ווייל דער אייבישטער איז נישט מואס בתפלתן של רבים. אבער עס איז נישט קיין ענין צו דווקא זוכן אזא סארט ביהמ"ד וואו עס געפונען זיך רשעים.
לויטן רמב"ם וועט מען דארפן מפרש זיין די לשון הגמרא "כל תענית שאין בה מפושעי ישראל אינה תענית" – אז אויב זענען פאראן רשעים און מ'האט זיי מרחק געווען, אדער זיי אליינס האבן זיך נישט משתתף געווען, דאן איז עס א חסרון. אבער עס איז אביסל א דוחק אין פשט, כמובן.


קען מען מצרף זיין רשעים צו מנין?
אין שולחן ערוך אורח חיים סימן נ"ה סעיף י"א שרייבט דער מחבר "עבריין שעבר על גזירת הצבור או שעבר עבירה, אם לא נידוהו נמנה למנין עשרה". שטייט דא דברים ברורים אז מ'קען מצרף זיין א רשע צו מנין. (ועיי"ש בנו"כ שזה דווקא אם לא נחשב למומר, ואכהמ"ל).
אבער דער שערי תשובה אין סימן צ' ברענגט צו דעם מהרש"א אין חידושי אגדות אויף די אויבנדערמאנטע גמרא אין כריתות וואס שרייבט "וברמז זה יש ללמוד שהיו י"א מיני קטורת עשרה ריחן טוב ואחד חלבנה ריחו רע דיש לצרף גם הפושע היינו בשיש עדה קדושה שהן מנין עשרה בלא הוא אבל אין לצרפו בי' עמו וזכר לדבר לא אשחית בעבור העשרה אבל על פחות מי' לא התפלל".
דער מהרש"א זאגט אז פונקט אזוי ווי די "חלבנה" איז איינס פון עלעף סממנים פון די קטורת, און עס איז דא צען אנדערע סממנים אן איהר, אזוי אויך קען דער פושע ישראל נאר זיין דער עלעפטער, אבער מ'דארף האבן צען אנדערע אן איהם!
דער שערי תשובה ברענגט כעין זה אויך פון דעם חסד לאברהם "דווקא כשיש יוד צדיקים ואחד רשע או ך' צדיקים וב' רשעים אבל אין כח בט' צדיקים כו'". דא שטייט דאס זעלבע ווי דער מהרש"א אבער לייגט צו א וויכטיגע נקודה: נישט נאר אז מ'דארף האבן א מנין אן דעם פושע ישראל, נאר אז עס מוז זיין צען מאל אזויפיל צדיקים ווי רשעים. ממילא, אויב זענען דא צוויי רשעים דארף מען האבן צוואנציג צדיקים!
דער זעלבער ענין שרייבט באמת דער מבי"ט אין ספר בית אלוקים (שער התפילה פרק י"ג) "וראוי להשגיח על ענין צירוף זה, כי אינו אלא בהיות מצטרפים רשעים בצבור עם צדיקים ויש לפחות עשרה מהצדיקים כענין סדום. וזה יובן מענין החלבנה שלא מנאה הכתוב עם סממני הקטרת אלא בהיות הסממנים שריחם טוב עשרה, שהרי כל הסממנים הם י"א עם החלבנה, ומספיק ריח טוב של עשרה לריח רע של חלבנה, וכמו כן תענית רשע עם תענית הצדיקים".
עס איז א שטיקל וואונדער אויף דעם מהרש"א און חסד לאברהם אז זיי פארהוילן זיך פון א דין וואס דער שלחן ערוך האט ג'פסק'נט. אבער נאך מער שווער איז אויף דעם שערי תשובה וואס דערמאנט גארנישט אז מיט א פאר סימנים פריער שטייט אין שלחן ערוך פארקערט!
קען זיין אז דער מהרש"א חסד לאברהם און דער שערי תשובה האבן געשריבן על דרך הידור מצווה, דאס הייסט אז מעיקר הדין אוודאי קען מען מצרף זיין פושעים אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט, אבער עס איז דאך מער מהודר אז עס זאלן זיך געפונען דארטן אסאך מער צדיקים ווי רשעים.


מיר וועלן מסיים זיין דעם שיעור מיט א ווארט פון חידושי הרי"ם זצ"ל (ספר הזכות פ' תולדות) אז די חלבנה גיבט ארויס איר ריח טוב (כמובא לעיל בשם הר"ן) נאר ווען זי ווערט פארברענט און איז צוזאמען מיט די אנדער סממני הקטורת. דאס קומט מרמז זיין אויף דעם בעל תשובה וועלכער האט זיך מתגבר געווען און פארברענט זיינע יצר הרע'ס און האט זיך מבטל געווען צו די קדושה מיט ענווה להיות אפר תחת רגלי הצדיקים.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

PDF שיעור א - ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ערשטע דריי שיעורים
אטעטשמענטס
פטום הקטורת 1.pdf
(106.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 80 מאל
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9805
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

- שיעור #4 -
והלבונה.

דער פערטער באשטאנדטייל פון סממני הקטורת ווערט אנגערופן "לבונה".

לבונה איז א ווייסע זאך, לכאורה צוליב דעם איז עס אנגערופן "לבונה" מלשון "לבן". זעה ס' השרשים לרד"ק – שורש "לבן".
אין פסוק שטייט אז מדארף ברענגען "לבונה זכה". וואס מיינט דאס "זכה"?
פשוט פארשטייט מען אז לבונה "זכה" מיינט א ריינע לבונה. אזוי ווי ווען ס'שטייט אין פסוק "שמן זית זך" מיינט עס א לויטערער שמן, אזוי אויך מיינט עס א ריינע לבונה אן קיין אריינגעמישטע באשטאנדטיילן.
עס איז אבער גארנישט אזוי פשוט.
אין די משנה מס' עבודה זרה פרק א' דף י"ג: צווישן די זאכן וואס מ'טאר נישט פארקויפן פאר גוים אלס חשש אז זיי וועלן דאס נוצן פאר עבודה זרה, ווערט אויך אויסג'רעכנט "לבונה". וואס דאס נוצן זיי אויף הקטרה פאר זייערע עבודה זרה'ס.
זאגט דארטן די גמרא "אמר רבי יצחק אמר ר"ש בן לקיש: לבונה זכה" ד.ה. אז נישט יעדע לבונה איז אסור, נאר דווקא "לבונה זכה" ווייל דאס איז וואס זיי נוצן פאר עבודה זרה.
ערקלערט דארט רש"י "לבונה זכה – מין לבונה היא". ווי עס איז זעט אויס, האלט רש"י אז "זכה" מיינט נישט ריינע לבונה, נאר עס איז גאר אן אנדערער מין.
פון רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק ט הלכה ז איז אבער משמע אז "זכה" מיינט ווייס. לבונה זכה מיינט מען ווייסע לבונה.
ז"ל הרמב"ם "היו מעורבין דברים המיוחדין עם דברים שאין מיוחדין כגון לבונה זכה בכלל לבונה שחורה מוכר הכל סתם ואין חוששין שמא ילקט הזכה לבדה לעבודת כוכבים וכן כל כיוצא בזה".
אין תורת כהנים פ' אמור שטייט "לבונה זכה שתהא ברורה".
איז דער קרבן אהרן מפרש אז דער תורת כהנים קומט זאגן אז דו זאלסט נישט מפרש זיין אז עס מיינט "ריינע לבונה" אזוי ווי ביי שמן זך.
אין פירוש הסידור לרבינו שלמה ב"ר שמשון מגרמייזא ברענגט "מפי העמרמי" אז זכה מיינט "קלירא בלע"ז". דער וואס פארשטייט ענגליש, פארשטייט אז קלירא מיינט נישט אנדערש ווי "clear" ד.ה. דורכזיכטיג.
קומט אויס אז די לבונה איז א געוויסע מין פון לבונה וועלכע האט א גאר ווייסע און כמעט דורכזיכטיגע קאליר.
לויט דעם האבן מיר דעם מקור פון רש"י און רמב"ם, און עס איז נישט קיין שום מחלוקת צווישן זיי. זכה מיינט "קלאר", עס איז א ווייסליכע – דורכזיכטיגע לבונה און דאס איז די לבונה זכה וועלכע איז כשר לקטורת.

לבונה איז גענוצט געווארן אין עבודת בית המקדש אויך ביי אנדערע קרבנות, חוץ קטורת.
מ'לייגט לבונה אויף רוב מנחות, און מ'נעמט עס אראפ דורך קמיצה און מ'איז עס מקטיר אויף דעם מזבח החיצון. (נאר נישט ביי א מנחה פון א סוטה אדער ביי א מנחה פון א חוטא.)
צוזאמען מיט די לחם הפנים, ליגט אויף דעם שלחן הטהור צוויי לעפל "שני בזיכים" מיט לבונה. שבת ווען מ'נעמט אראפ די לחם הפנים איז מען מקטיר די לבונה, און ערשט נאכן מקטיר זיין ווערן די לחם הפנים מותר ג'געסן צו ווערן פאר כהנים.
מ'קען ברענגען לבונה אלס א נדבה, און מ'איז עס מקטיר אויף דעם מזבח החיצון.

דער בעל הטורים שרייבט יידישע תפילות זענען צוגעגליכן צו קטורת. ער ברענגט אז עס איז דא מסורה פון דריי מאל דאס ווארט "זכה". א. "ולבונה זכה" ביי קטורת. ב. "ונתת על המערכת לבונה זכה" ביי די לחם הפנים אין פרשת אמור. ג. "ותפילתי זכה" אין ספר איוב (טז יז) לגבי דאווענען. זאגט דער בעל הטורים אז אין תהלים (קמא ב) שטייט "תכון תפלתי קטרת לפניך", תפילה איז גלייך צו קטורת (כמבואר במדרש במדבר רבה יג יח), אזוי ווי קטורת איז "זכה" ריין און לויטער, אזוי אויך דארפן אוזנערע תפילות זיין ריין און לויטער.

אינטערסאט איז וואס עס שטייט אין זוה"ק פרשת שמות אז אזוי ווי אין א קרבן איז מען מקריב דם (בלוט) וואס איז רויט, און חלב (פעטנס) וואס איז ווייס, אזוי אויך אין די קטורת איז דא מור וועלכע איז רויט און לבונה וואס איז ווייס. ווייל הקב"ה איז מנהיג את עולמו מיט מידת הדין (רויט) און איז מהפך די מידת הדין לרחמים (ווייס).
אָמַר רַבִּי יִצְחָק, וְעוֹד, אוֹדֶם וְלָבָן נִקְרַב לְעוֹלָם, וְהָרֵיחַ עוֹלֶה מִשְּׁתֵּיהֶן. מַה הַשׁוֹשָׁן אָדוֹם וְלָבָן, כַּךְ רֵיחַ הַקָּרְבָּן. וְהַקָּרְבָּן, מֵאָדוֹם וְלָבָן. בֹּא וּרְאֵה מֵרֵיחַ הַקְּטוֹרֶת, שֶׁהַשְׁמָנִים, מֵהֶם אֲדוּמִים, וּמֵהֶם לְבָנִים, כְּגוֹן הַלְּבוֹנָה, שֶׁהוּא לָבָן, מָר דְּרוֹר אָדוֹם, וְהָרֵיחַ עוֹלֶה מֵאָדוֹם וְלָבָן. וע"כ מַנְהִיג עוֹלָמוֹ בַּשּׁוֹשַׁנִּים, שֶׁהוּא אָדוֹם וְלָבָן. וּכְתִיב לְהַקְרִיב לִי חֵלֶב וָדָם.
כְּנֶגֶד זֶה, אָדָם מַקְרִיב חֶלְבּוֹ וְדָמוֹ, וּמִתְכַּפֵּר לוֹ, זֶה אָדוֹם, וְזֶה לָבָן. מַה הַשּׁוֹשָׁן שֶׁהוּא אָדוֹם וְהוּא לָבָן, אֵין מוֹצְקִין אוֹתוֹ לַחֲזוֹר כֻּלּוֹ לָבָן, אֶלָּא בָּאֵשׁ. כַּךְ הַקָּרְבָּן אֵין מוֹצְקִין אוֹתוֹ לַחֲזוֹר כֻּלּוֹ לָבָן, אֶלָּא בָּאֵשׁ. עַכְשָׁיו, מִי שֶׁיּוֹשֵׁב בְּתַעֲנִיתוֹ, וּמַקְרִיב חֶלְבּוֹ וְדָמוֹ, אֵינוֹ נִצְמַק לַחֲזוֹר כֻּלּוֹ לָבָן, אֶלָּא בָּאֵשׁ. דאר"י, מִתּוֹךְ תַּעֲנִיתוֹ שֶׁל אָדָם, מַחֲלִישִׁין אֵבָרָיו, וְגוֹבֵר עָלָיו הָאֵשׁ, וּבְאוֹתָהּ שָׁעָה, צָרִיךְ לְהַקְרִיב חֶלְבּוֹ וְדָמוֹ בְּאוֹתוֹ הָאֵשׁ, וְהוּא הַנִּקְרָא מִזְבַּח כַּפָּרָה. וְהַיְינוּ דְּרַבִּי אֶלְעָזָר, כַּד הֲוָה יָתִיב בְּתַעֲנִיתָא, הֲוָה מְצַלֵּי וְאָמַר, גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹהַי וֵאלֹהֵי אֲבוֹתַי, שֶׁהִקְרַבְתִּי לְפָנֶיךָ חֶלְבִּי וְדָמִי, וְהִרְתַּחְתִּי אוֹתָם בַּחֲמִימוּת חוּלְשַׁת גּוּפִי, יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ, שֶׁיְּהֵא הָרֵיחַ הָעוֹלָה מִפִּי בְּשָׁעָה זוֹ, כְּרֵיחַ הָעוֹלֶה מֵהַקָּרְבָּן בָּאֵשׁ הַמִּזְבֵּחַ, וְתִרְצֵנִי.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אין די וואכעדיגע סדרה לערנען מיר איבער קטורת און די סגולה.

מיר ספרדים זאגן 2 מאל ביי שחרית
1) תנו רבנן פטום הקטורת כיצד וכו׳
2) רבי נתן הבבלי אומר - אף כיפת הירדן וכו׳
3) רשב״ג אומר הצרי אינו אלא שרף וכו׳
4) תניא רבן נתן אומר כשהוא שוחק אומר וכו׳
5) תניא בר קפרא אומר אחת לששים - ועוד תני בר קפרא וכו׳
6) ה׳ צבאות וכו׳ ג״פ
7) תנא דבי אליהו וכו׳

יעצט אזוי: שבת ביי מוסף זאגן מיר נישט דאס:

4) תניא רבן נתן אומר כשהוא שוחק אומר וכו׳
5) תניא בר קפרא אומר אחת לששים - ועוד תני בר קפרא וכו׳
6) ה׳ צבאות וכו׳ ג״פ

אחב״י האשכנזים זאגן אלעס ביי תפלת השחר.
ביי קטורת נאך שמונה עשרה זאגן זיי נישט 4, 5, 6.

וכן נוהגים בחב״ד בסידור תפלת האר״י. וצ״ע

@zugurnish
אפשר קענט איר אריינקומען מיט א הסבר. פארוואס זאגט מען עס נישט?

ייש״כ
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

אין שער הכולל פום הרב אברהם דוד לאוואוט
(דער רבי'ס עלטער עלטער זיידע)
רעט א גאנצער אריכות וועגן דעם

זע דא און קומענדיקע עמודים (ס"ק יב)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=28
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 2:02 pm
אין שער הכולל פום הרב אברהם דוד לאוואוט
(דער רבי'ס עלטער עלטער זיידע)
רעט א גאנצער אריכות וועגן דעם

זע דא און קומענדיקע עמודים (ס"ק יב)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=28
ייש״כ
ער פירט אויס אז בהסידורים בחיי אדמוה״ז נמצא ההקדמה אחר אין כאלקינו.
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 1:50 pm
אין די וואכעדיגע סדרה לערנען מיר איבער קטורת און די סגולה.

מיר ספרדים זאגן 2 מאל ביי שחרית
1) תנו רבנן פטום הקטורת כיצד וכו׳
2) רבי נתן הבבלי אומר - אף כיפת הירדן וכו׳
3) רשב״ג אומר הצרי אינו אלא שרף וכו׳
4) תניא רבן נתן אומר כשהוא שוחק אומר וכו׳
5) תניא בר קפרא אומר אחת לששים - ועוד תני בר קפרא וכו׳
6) ה׳ צבאות וכו׳ ג״פ
7) תנא דבי אליהו וכו׳

יעצט אזוי: שבת ביי מוסף זאגן מיר נישט דאס:

4) תניא רבן נתן אומר כשהוא שוחק אומר וכו׳
5) תניא בר קפרא אומר אחת לששים - ועוד תני בר קפרא וכו׳
6) ה׳ צבאות וכו׳ ג״פ

אחב״י האשכנזים זאגן אלעס ביי תפלת השחר.
ביי קטורת נאך שמונה עשרה זאגן זיי נישט 4, 5, 6.

וכן נוהגים בחב״ד בסידור תפלת האר״י. וצ״ע

@zugurnish
אפשר קענט איר אריינקומען מיט א הסבר. פארוואס זאגט מען עס נישט?

ייש״כ
עפעס געדענק איך א תשובה אין מנחת יצחק אכטן חלק, זאגט ער א שיינע תירוץ, די חילוק פון שבת און חול, נישט ממש וואס דיר באדערט, מער די נוסחאות פאר דעם און נאך דעם, אבער אפשר וועסטו עפעס קלוגער ווערן דארט.
zugurnish
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

קיסריה האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 6:46 pm
zugurnish האט געשריבן: פרייטאג יולי 05, 2024 2:02 pm
אין שער הכולל פום הרב אברהם דוד לאוואוט
(דער רבי'ס עלטער עלטער זיידע)
רעט א גאנצער אריכות וועגן דעם

זע דא און קומענדיקע עמודים (ס"ק יב)
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=28
ייש״כ
ער פירט אויס אז בהסידורים בחיי אדמוה״ז נמצא ההקדמה אחר אין כאלקינו.
אין סידור תהלת ה' וואס חבד דאווענט מיט שטייט טאקע ביי אין כאלקינו
"אתה הוא ה' אלקינו ואלקי אבותינו שהקטירו אבותינו לפניך את קטורת הסמים"

אבער די אנדערע ענינים וואס איהר האט מציין געווען וואס מען זאגט נישט אין חב"ד צום סוף דאווענען איז ער מבאר דארטן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18083
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שיעורים בענין פיטום הקטורת [שיעורי אייוועלט] שיעור #4

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

געזען אמאל א הסבר אין איינע פון די קובצים, אז מנהג אשכנז איז נאר צו זאגן פטום הקטורת נאכן דאווענען שבת ויו"ט כמבואר ברמ"א או"ח סי' קל"ב, היות בימות החול יאגט מען זיך, משא"כ מנהג ספרד איז צו זאגן אינדערוואכן אויך.

אויך איז דא א חילוק, אז מנהג אשכנז (ע"פ מחזור ויטרי, וכן ע"פ הגר"א) איז נאר צו זאגן ביז מפני הכבוד, און דערנאך תנדב"א, היות 'מהאט שוין געזאגט די גאנצע פארן דאווענען, ומנהג ספרד איז צו זאגן אויך די איבעריגע דריי (הנקראים לעיל 4,5און 6).


מילא היות אונז זענען בעצם אשכנזים, איז שבת ויו"ט וואס מ'זאגט אין אשכנז אויך, זאגט מען נאר דאס וואס מ'זאגט אין אשכנז (צולייגנדיג השיר שהלויים, יוצא צו זיין די שיטה וואס דער מג"א ברענגט אז מ'דארף זאגן די משנה, היות מ'האט מער צייט, עי' בליקוטי מהרי"ח).

משא"כ אינדערוואכן וואס מיר זאגן ע"פ האר"י, זאגט מען כמנהג הספרדים מיט די אנדערע דריי ברייתות.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”