אלגעמיינע פראדוקטן "אנע היימישע הכשרים" פאר בעסערע פרייזן
מיט די איצטיגע מאנגל פון געוויסע פראדוקטן, און אויך אויף דעם בעפארזעהנדן צוקונפט, וואס געוויסע דיסטריביוטארס זאגען פאר א מאנגל (לאמיר נישט אריינגיין צו עס איז בכוונה) און אויך וואס געוויסע מענטשן וועלן זיין אביסל געענגט אין געלט, צוליב נישט ארבעטן, עקסטערע אויסגאבען צוליב האבען די קינדער אינדערהיים. וואלט געווען אינטערסאנט צו וויסען איבער אלגעמיינע פראדוקטן, נישט מאכלים, וואס אין די לעצטע פאר יאהר האט עס באקומען א הכשר, פאר אביסל טייערער, אבער פאר דעם איז עס געווען כשר וישר פון די גאס און היבש ביליגער. צו וואלט איר דאס געקויפט אויף היי יאהר פסח?
דא איז א קליינע ליסט:
נעפקינס
טאועל פעיפער (VIVA)
זילבער פעיפער
ספרינג וואסער
צוקער
זאלץ (כשר)
סטארעדזש בעגס
סענדוויטש בעגס
נאך זאכען וואס איך וועל נישט אויסרעכענען
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.