Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דייקן האט געשריבן:גלאזער האט געשריבן: מובא לעיל
כך דרכו בקודש של היעב"ץ כידוע, אבל מדחזינן בגמרא שלא גער בו רואים דלא כהיעב"ץ, אלא כיון שההוא מרבנן התכוין באמת ולש"ש לא נזפו בו.
נישט ריכטיג צי שרייבן אזוי אויפן יעב"ץ, מיר זענען צי קליין איהם צי משיג זיין, אפי' עס דאכט זיך אינז מיר פארשטייען א נאטור פון א צדיק דארף מען וויסן אז זיי זיין שרפי מעלה וואס מיט אינזערע פליישיגע אויגן קען אינז זיי נישט אפשאצן. ווי אויך האט דער יעב"ץ פארשטייט זיך געוויסט אז למעשה פירט נישט די גמרא אויס ווי ער האלט פונדעסטוועגן דאך שרייבט ער ווי אזוי ער שרייבט, און במילא איז נישט פאסיג צי מעיר זיין מדחזינן בגמרא וואס קען זיך הערן כאלו דער יעב"ץ האט דאס נישט גענומען אין חשבון
ווי אויך דאס 'אלא כיון שההוא וכו' איז נישט אין פלאץ ווען דער יעב"ץ עיקר דא איז צי שולל זיין מחשבת פסןל שמא יגררו אחריות און דעמאלט איז נישט משנה וואס פאר א כוונות ער האט, במקום שיש חילול השם אין חולקין כבוד לרב (ואפי' מכוון לש"ש),
און אז דער יעב"ץ איז געבליבן ביים קשיא דארפן מיר אויכט בלייבן ביים קשיא.
איך בין מסכים אז איך האב נישט געשריבען ווי ס'דארף צו זיין, איך וואלט געדארפט שרייבען "לכאו' י"ל שר"ש בר נחמני סבר שכיון שההוא מרבנן התכוין לש"ש לא היה צורך לנזוף בו" וכדומה לזה, און כאטש מיר טרעפען כמ"פ בדברי המפרשים אז זיי זאגען אז וואס חז"ל וכו' האבען געזאגט איז געווען לפי מידותיהם ושורש נשמתם (ואפילו בנבואה מצינו כזה בדברי כמה מפרשים במגילה (י"ד ע"ב) שכיון שנשים רחמניות היתה חולדה מקבלת הנבואה באופן אחר) [און פארשטייט זיך אז דאס איז ח"ו נישט קיין קשיא אויף אמיתות התורה ודברי חז"ל, ווייל דאס אלץ גייט אריין אין כונת השם כביכול אז עס זאל אויך זיין אריינגעמישט די מידות וכו' אין די הבנת התורה, ולזה גופא היתה הכונה בסיני], בין איך מסכים אז בדר"כ קען א פשוטע מענטש נישט זאגען אזוי (רק שאני הבנתי שניד"ד שונה, וכמש"כ בתגובה אחרת שדומה למימרות חריפים מהמנח"א זצ"ל, ששם לכאו' כו"ע מודים שרשאים להסבירם עם מידתו ושורש נשמתו, אבל יכולים לחלוק עלי ולסבור שאינו דומה לשם), און בפרט נישט היינטיגע צייטען אויף א אפענע פארום, ווייל דאס איז איינע פון די זאכען מיט וואס די היינטיגע משכילים פארסמאקעווען זיך (אבל משו"ה כתבתי תגובתי הראשונה בלשה"ק וכמש"כ במקו"א, אבל מ"מ י"ל שגם בלשה"ק אין לכתוב כן כאן), און אודאי און אודאי נישט מיט די לשון וואס איך האב געשריבען, איז ממילא צי איך צוריק פון וואס איך האב געשריבען, ומודים דרבנן היינו שבחייהו.
(פון דא זאל מען זיך לערנען אז ווען מען שרייבט טענות באופן עניני ומכובד טוט מען אויף מער ווי ווען מען שרייבט אויף א אנדערע אופן)