Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!
לכבוד שבועות - ארויף
טייל לייענער וועלן מעגליך רעאגירן
טייל
און אנדערע
טייל לייענער וועלן מעגליך רעאגירן
טייל
און אנדערע
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
אליעזר לאנדא האט געשריבן:רב טקסט האט געשריבן: דאס וואס איינער פון די מגיבים האט דא דערמאנט די וואס ליינען שטענדיג בטעם התחתון, והזכיר דברי רז"ה. הנה רז"ה כתב שם שראה כן באיזה ספר שכן המנהג באיזה מקום, והמעז פניו לעומתו, בהערות שערי דמעות לספרו שערי תפלה, כותב עליו כעין האי לישנא (אני מעתיק מזכרון, ואם שגיתי יסלח לי), "ולמה לא הזכיר שמו, אלא ודאי הרוצה לשקר ירחיק עדותו".
דער אמת איז אבער אז עס איז דער הייליגער רמ"ע מפאנו בסוף ספר מאה קשיטה:
רז"ה שרייבט שמעתי ממגידי אמת שבאיזה עיר בפולין המנהג כן, איז נישט מסתברא אז ער קומט פון דער רמ"ע (נישט אז דער בעל הדמעות איז גערעכט)
איך קלער בנוגע דעם, אז דער מושג פון א sand boil אדער סיי וועלכע פארעם פון גייזערס איז וואויל באקאנט, און ביי די סארט געשעענישן איז א אפטע ערשיינונג אז געוויסע צייטן איז עס אקטיוו און אנדערע צייטן שלאפט עס. ממילא אזא ערשיינונג אויך א קליינעם פארנעם ארום פארשטיפטע שבטים, אין פארווארפענע בערג, מעג ווערן אויסגעלאזט אויך היינטיגע טעג.גרשון האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 12, 2020 11:50 pmברוך שכיוונתי לדעתך - כ'האב שוין אויך פונלאנג געטראכט דעם תירוץ. טייכן האלטן זיך אין איין פארקירעווען, ס'איז בכלל נישט קיין קשיא אויב מ'טרעפט נישט היינט א טייך וואס איז געווען אמאל. ופרשת ונהר יוצא מעדן יוכיח.דייקן האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.גרשון האט געשריבן:קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?דייקן האט געשריבן:עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?גרשון האט געשריבן:אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2
אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).
גאר אינטערעסאנט איז די גירסא פונעם שאילתות (בראשית, שאילתא א) איבער דער מעשה פון ר' עקיבא און טורנוסרופוס, אז ווען ר' עקיבא האט אים געזאגט אז דער סמבטיון איז א הוכחה אויף שבת, האט טורנוסרופוס צוריקגע'טענה'ט אז ער גלייבט אויך נישט אינעם עקזיסטענץ פונעם סמבטיון... לויט דעם איז יענערצייט אויך נישט געווען באוואוסט וואו דער טייך געפינט זיך, נאר חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל.
"אמר ליה אף בנהר הזה איני מאמינך, שאיני יודע את מקומו."