וואו קען מען יעצט מאכן א פאספארט?
איך האב געטרייט מער צו זוכן אנליין, אבער דערווייל האב איך נאר געטראפן אז מען קען נישט יעצט אפלייען. די וואס האבן אפלייט ווען מען האט נאך געקענט זאלן זיך רעכטן אויף א דילעי פון עטליכע חדשים. נאר אויב מען האט אן אימידיעט פאמיליע מיטגלידער וואס האלט ביים שטארבן, דעמאלס קען מען אפלייען (און לכאורה באקומען אויך...) אבער צו דעם דארף מען קענען אויפווייזן אז דאס איז טאקע דער מצב.
דערווייל זאגט מיר איינער אז עס איז יא דא ערגעץ ווי מען קען מאכן, אבער איך וועל עס נישט טרעפן אנליין. ווייס איך נישט צו יענער ווייסט וואס ער רעדט, צו ער רעדט וואס ער ווייסט, צו נישט. בקיצור. איך וויל געוואר ווערן צו איינער דא ווייסט סייוואס איבער מאכן א פאספארט יעצט, בעידן קאראנא. אבער מאכן אזוי אז מען זאל עס באקומען.
איך בין גרייט צו פארן דערפאר ביז וואשינגטאן, און אפילו ווייטער אויב עס פעלט אויס.
יישר כח למפרע פאר סיי וועלכע אינפאו ואוס וועט העלפן אין דעם ענין.
NO man is a failure who has friends