שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וואס איז אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל? אינהאלט | שפראך | אווער אלל רעיטינג

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג יוני 23, 2020 3:56 pm

2
1%
★★
4
2%
★★★
8
3%
★★★★
16
7%
★★★★★
48
21%
2
1%
★★
7
3%
★★★
12
5%
★★★★
22
9%
★★★★★
35
15%
3
1%
★★
4
2%
★★★
12
5%
★★★★
17
7%
★★★★★
42
18%
סך הכל שטימען: 234

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך simcha »

[align=center]בילד[/align]

אריינפיר- עס זענען פארהאן אויף די וועלט מערערע סארטן בעלי חיים וואס זענען אין א סכנה פון גענצליכע פארטיליגונג, בפרט אין די לעצטערע יארן פארמערט זיך דער ערשיינונג, דאס איז א זאך וואס רידערט היבש אויף די וועלט אין די יעצטיגע צייטן, און די פארשער זענען אסאך פארנומען דערמיט, מיר וועלן אביסל רעדן איבער דעם.

די אמת איז אז היבש ביסל סארטן בעלי חיים זענען שוין געווארן אפגעווישט פון די מאפע אין לעצטע הונדערט יאר, אבער וואס איז געווען איז געווען, מיר וועלן מער רעדן איבער די וואס זענען יעצט אין א סכנה און מען קען נאך ראטעווען.

די עיקר סיבות פארוואס דאס פאסירט אז א בעל חי ווערט פארטיליגט אדער איז אין א געפאר פון גענצליכע אויסראט, איז צוליב מענטשליכע אריינמישונג אין די בריאה, ווי פארמערטע פאנג און צוליב דאס אוועקנעמען זייערע שטחים ווי זיי וואוינען.

דערנאך קען אויך זיין, אויך א א מענטשליכע סיבה, אז מען ברענגט אריין אין די געגענט א פרעמדע בעל חי וואס באקומט די אויבערהאנט און פארטיליגט דעם אלט געזעצענעם בעל חי און מאכן אים פאר א פארגאנגענהייט און דאן קען מען נאר ליינען דערפון אין די ביכער.


די יו. ען. האט אויפגעשטעלט אין יאר 1949 למס' א ארגאנאזאציע וואס פארפיגט איבער די מצב פון די בעלי חיים און פלאנצונגען איבער די וועלט, גערופן IUCN, זייער הויפט קווארטירן איז אין ענגלאנד. זיי האבן א 'רויטע בוך' וואס טיילט מיט יעדעס יאר ווי מען האלט מיט יעדע בעל חי.

לויט זיי איז פארהאן בערך פינף סארט מדרגות ווי שטארק אין געפאר די בעל חי קען זיין:

1. איינגעשטעלט. 2. געשעדיגט. 3. אין א געפאר פון פארטיליגונג. 4. אין א הארבע געפאר פון פארטיליגונג. 5. אין נאטור איז עס שוין פארטיליגט.

דער ארגאנאזאציע האלט חשבון אויף יעדע בעל חי וויפיל עס זענען פארהאן אויף די וועלט און פרובירט צו היטן אויף די בעלי חיים און טון וואס מעגליך אז מען זאל בלייבן מיט אלע סארט בעלי חיים.

מערערע מאל האט זיך שוין דער ארגאנעזאציע זיך געטראפן אין קאלט וואסער פארן זיין אינטערגעקויפט דורך רעגירונג אינטערעסן פון כל מיני לענדער, אזויווי די גאנצע יו. ען., אבער זיי האבן פרובירט זיך צו פארבעסערן.

מיר וועלן אנהייבן מיט בעלי חיים וואס זענען שוין גענצליך פארטיליגט פון די נאטור און געפינען זיך נאר אין טיר גארטנ'ס און אין ספעציעלע נאטור רעזערוון.

פארשטייט זיך אז מען קען קיינמאל נישט אויפווייזן אויף הונדערט פראצענט אז עס איז טאקע מער נישט פארהאן דערפון, וויבאלד אייביג קען זיין אז עס איז נאך דא עפעס באהאלטן וואס מען האט נישט באמערקט און ווי שוין איבערצייגט עטליכע מאל, אבער געווענטליך זענען זיי גערעכט און זיי מאכן א גרויסע זוך ארבעט צו זיכער מאכן אז עס איז טאקע מער נישט פארהאן דערפון.

מערסטנס וועט מען פרובירן צוריקצוברענגען די בעלי חיים צום נאטור דורך אלע סארטן פעולות און אמאל וועט מצליח זיין און אמאל נישט.


דוד'ס ווידער– דאס ווערט נישט גערופן נאך דוד המלך, נאר נאך להבדיל א פארשער מיטן נאמען דעוויד וואס איז געווען אין טשיינע און געטראפן דעם שיינעם סארט ווידער צום ערשטן מאל. דער פארשער האט אהיימגעשיקט קיין אייראפע מערערע פון דער ווידער און מען האט עס דארט אריינגעלייגט אין די זו'ס.

נאך א שטיק צייט איז פארטיליגט געווארן אלע פון דער סארט ווידער אין זייער היימארט טשיינע, לכאורה וויבאלד מען האט דאס געפאנגען צום עסן. און דעמאלטס, הערנדיג דאס אין יוראפ האט מען שנעל צאמגענומען אלע פארבליבענע און זיכער געמאכט אז עס ווערט גוט אפגעהיטן כדי עס זאל נישט ווערן גענצליך אויסגעראטן פון די וועלט.

אזוי איז עס געווען פאר איבער הונדערט יאר אויסגעראטן פון די נאטור און מען האט עס נאר געקענט זען אין די זו'ס, און ערשט אין די אכציגער יארן פונעם פאריגן יאר הונדערט האט מען עס צוביסלעך אנגעהויבן צוריקצוברענגען אין די נאטור און זיי האבן מצליח געווען. היינט האלטן זיי ביי בערך 2500 דעוויד ווידער'ן אין די ווילדענישן אין טשיינע.

בילדבילד

בארבארישע לייב– דאס איז א סארט לייב וואס פאר לאנגע יארן האט מען געמיינט אז עס איז שוין בכלל נישט פארהאן דערפון אויף די וועלט.

די בארבארישע לייב האט געוואוינט אויסגעשפרייט איבער צפון אפריקע, פון מאראקא ביז מצרים. בעיקר אויף די מאראקאנער בערג, וואס דערפאר ווערט עס גערופן אויף די נאמען פון די ארטיגע פאלק.

אין יאר 1925 למס' איז געווען די לעצטע מאל וואס מען האט געזען אין די נאטור דער לייב, און פון דאן האט מען געמיינט אז עקזעסטירט מער נישט און עס איז א פארגאנגענהייט.

אבער אין די לעצטע יארן האט מען באמערקט אז עטליכע לייבן אין געוויסע זו'ס זענען דער סארט לייב, וואס מען האט דאס נישט באמערקט ביז דאן וויבאלד עס קוקט אויס היבש ענליך. מען האט דאן עס צוזאמגענומען און מען האט אנגעהויבן היטן דערויף און לעצטנס פרובירט מען אויך עס צוריקצוברענגן צו די ווילדערנישן פון מאראקא.

דא קען מען זען א בילד פון דעם מייעסטעטישן לייב אין א זו, און ווי אויך די לעצטע בילד אויף די פריי וואס פאר לאנגע יארן האט מען אויך געמיינט אז דאס איז די לעצט פארבליבענע לייב, מען האט געכאפט דעם בילד פון אן ערעפלאן העכער די אטלאס בערג און מען קען דארט זען א לייב גיין צווישן די בערג.

בילדבילד


און יעצט וועלן מיר אריבערגיין צו אזעלכע בעלי חיים וואס זענען אין א גאר הארבע געפאר:

עליגעטער גאוויאל– דאס איז א מאדנע סארט עליגעטער וואס וואוינט אין די אינדיע געגענט, און עס איז דא דערפון ממש געציילטע אין די ווילדענישן, בעיקר אין נעפאל און אין אינדיע. עס זענען פארהאן דערפון בערך 180 שטיק.

דער סארט איז בכלל נישט קיין סכנה פארן מענטש און עס עסט נאר פיש, כאטש עס האט זייער שארפע ציין, פארקערט, ווען עס זעט א מענטש אנטלויפט עס.

די עיקר סימן פון דער סארט אים צו דערקענען איז דער מאדנער באלי ביים שפיץ מויל. קוק אויפן בילד.

בילד


די שווארצער נאזהארן– די שווארצער נאזהארן איז ביז בערך הונדערט יאר צוריק געווען פארשפרייט איבער רוב אפריקע און זיך געציילט אין די הונדערטער טויזנטער, אבער ביז 1995 האט עס געטראסקעט ביז א נישטיגע צוויי טויזענט! אויפן גרעניץ פון גענצליכע פארניכטיגונג.

באקאנט אז דאס האט מיט דעם וואס די כינעזער רעדן זיך איין אז די הארן פון דער בעל חי קען אויסהיילן אלע סארט מחלות.... און עס איז ווערט בערך הונדערט טויזענט דאללער אזא הארן אויפן שווארצן מארקעט. דעריבער איז דאס געווארן אויסגעהארגעט אין די מאסן.

אין די לעצטע יארן האט מען אסאך געארבעט צו צוריק אויפבויען זייער באפעלקערונג און עס איז היבש געלונגען. די לענדער ווי דרום אפריקע און נאמיביע ארבעטן דערויף און האבן ספעציעלע קרעפטן צו היטן די בעלי חיים מיט העליקאפטער'ס וואס צירקלען ארום און זוכן די גנבים וואס לאקערן אויף דעם אומשולדיגן בעל חי.

בילד


די סומאטרישע ארענגטאן– א ארענגטאן איז א סארט מאנקי וואס וואוינט אין די אינדאניזיע געגענט אין דרום מזרח אזיע. דער מאנקי וואוינט נאר אויף די סומאטרישע אינזל.
ער איז זייער קלוג און טוט מערערע מענטשליכע פונקציעס, ווי זיך אויסלייגן בלעטער צו באקוועם מאכן זיין בעטל און ווי אויך זיך צו באשיצן פון רעגן. ער קען ניצן שטעקענעס צו פאנגען פיש, און נאך אסאך זאכן וואס רוב אנדערע בעלי חיים קענען נישט.

ער האט זייער גוטע הענט און קען זייער גוט טאנצן פון איין בוים צום צווייטן, און איז זייער פלינק און געשיקט. זיי קענען לעבן פאר זעכציג יאר! פאריאר האט מען געפייערט אין ארעגאן זו די געבורטסטאג פונעם עלטסטן ארענגטאן היינט אין געפענגעניש צו די 59'סטע יארטאג. מזל טוב....

זיי ווערן גערעכנט אין א ערנסטע געפאר וויבאלד מען נעמט זיי צו זייערע רעגן וועלדער ווי זיי לעבן, אבער עס איז נאך פארהאן צען טויזענט שטיק דערפון אויף די פריי און מען טוט אסאך זיי אפצוראטעווען און זיכער מאכן מען האקט נישט אויס זייערע וועלדער.

דא האט איר אים:

בילד


טשייניזער דאלפין– דער בעל חי קען בעצם אריינגיין אין די גענצליך פארטיליגטע בעלי חיים, וויבאלד לכאורה איז שוין בכלל נישט פארהאן דערפון קיין איינס געבליבן ביים לעבן.

אין טשיינע איז דא א ריזן טייך מיטן נאמען 'יאנגוטשו', עס לויפט דורך רוב לאנד אין די ברייט, עס איז די דריט גרעסטע טייך אין די וועלט. דארט האט מען געפינען מיט הונדערט יאר צוריק צום ערשטן מאל א געוויסע סארט דאלפין וואס לעבט אין די ארטיגע זיסע וואסערן, א זאך וואס מען טרעפט אויך אין די אמאזאנעס טייך און נאך עטליכע טייכן ווי עס לעבן זיסע וואסער דאלפינס.

אבער מיט די יארן זענען זיי געווארן ווייניגער און ווייניגער, סיי צוליב פארמערטע פאנג, און סיי צוליב פארפעסטעטע וואסערן וואס איז נאר געווארן ערגער פון טאג צו טאג ווי עס גייט אין טשיינע.

ביז יאר תשנ''ז ווען עס זענען געזען געווארן נישט מער ווי פופציג שטיק דערפון, אן א יאר דערויף נישט מער ווי זעקס, און אין יאר תשס''ד איז געזען געווארן די לעצטע שטיק דערפון טויט ביים וואסער ברעג. זינט דאן האט מען שוין גארנישט געפינען.

עס איז נאכנישט באשטעטיגט דורך די יו. ען. ארגענאזאציע פאר זיכער אז עס עקזעסטירט שוין נישט, אבער אזוי איז אנגענומען אז עס איז מער נישט פארהאן פון דער סארט איבער די וועלט. און מיט דעם איז עס די לעצטע ים באשעפעניש זינט זעכציג יאר צוריק וואס איז פארשוואונדן געווארן פון אונזער פלאנעט.

דא האט איר א בילד דערפון אין זייערע גוטע צייטן:

בילד


די סאיגה– די סאיגה איז א סארט הערש וואס קוקט אויס גאר מאדנע, און ביז פופציג יאר צוריק איז געווען דערפון צוויי מיליאן שטיק אויסגעשפרייט פון פוילן אוקריינע ביז מאנגאליע און טשיינע, בריוח גדול.

אבער אין א קנאפע פופצן יאר איז די באפעלקערונג געפאלן מיט 95 פראצענט!. דאס איז די גרעסטע טראסק פון א בעל חי אין די היסטאריע.

די עיקר אורזאך דערצו איז צום ערשט צוליב די פלייש דערפון וואס איז גאר געשמאק. ווי אויך צוליב די זעלבע סיבה פארוואס מען פאנגט די נאזהארן, דאס איז זיינע הערנער וואס זענען די זעלבע סארט פונעם הארן פונעם נאזהארן, דערפאר איז עס אויך זייער אסאך ווערט פאר די כינעזער וואס גלייבן אין דעם אלץ רפואה פאר אלצדינג.

אינטערעסאנט, אז צום ערשט האבן די פארשער געמוטיגט צו כאפן דעם בעל חי, פרובירנדיג מיט דעם אפצושטעל די פאנג אויפן נאזהארן און דאס זאל זיין אנשטאט, אבער גאר שנעל האט מען זיך געטראפן מיט געציילטע פארבליבענע דערפון און מען האט עס אנגעהויבן צו היטן.

היינט זענען זיי צו געפונען בעיקר אין קאזאקסטאן און מאנגאליע און אביסל אין רוסלאנד. סיי אין קאזאקסטאן און סיי אין רוסלאנד איז פארבאטן געזעצליך צו פאנגען אדער הארגענען דער בעל חי.

דער מאדנער נאז האט זיי די אייבערשטער געגעבן וויבאלד זיי וואוינען אין סעמי מדבריות און עס איז דארט זייער שטויביג, איז דאס אזויווי א פילטער פאר די שטויב עס זאל אריינקומען נאר ריינע לופט צום אטעמען.

אין יאר תשע''ה האט זיי נעבעך באפאלן א מאדנע מחלה וואס האט אויסגעהארגעט פון זיי די ביסל וואס זיי האבן שוין עספיעט זיך צו ווידער פארמערן. א טאטאלע נומבער פון צוועלף טויזענט שטיק! איבער קאזאקסטאן האט מען געפינען טויט אויסגעשפרייט איבער די פעלדער. דאס איז געווען א שטארקע קלאפ פאר די אלע ארבעט וואס מען האט אריינגעלייגט אין זיי.

בילד


קאקאפו– די קאקאפו פייגל איז א סארט פאפעגיי וואס וואוינט אין ניו זילאנד, אבער איז גאר אנדערש פון אלע פאפעגייס נישט קענענדיג בכלל פליען! ער האט אן גרויסע אריכות ימים מער ווי רוב פייגלעך, ער קען לעבן ביז די זעכציג יאר!

ער איז גאר א קלוגער פויגל און זייער אינטעליגענט. בכלל האט ער זייער א אינטערעסאנטן אייגנארטיגן לעבנסשטייגער אין פילע הינזיכטן.

דאס אז ער קען נישט פליען האט אים ביי די ענדע געקאסט א טייערע פרייז. פאר מערערע יארן איז בכלל נישט געווען קיין שום בעלי חיים אין ניו זילאנד וואס האבן אים געזוכט פאר א נאכטמאל און ער איז דארט געווען פראנק און פריי און זיך פארמערט אין די מיליאנען אן קיין פחד פון קיינעם.

אבער ווען די מענטשן זענען דארט אנגעקומען און מיטגעברענגט מיט זיך קעץ און הינט און ראטן, דאן האבן זיי אנגעהויבן צו האקן שטיקער פון דעם אומבאהאלפענעם פייגל, און עס האט נישט גענומען לאנג און עס איז כמעט קיין זכר נישט געבליבן דערפון.

שוין אין יאר 1891 האט די ניו זילאנדישע רעגירונג אנגעהויבן צו ארבעטן צו היטן אויף דעם פייגל, זיי האבן באשטימט א גאנצע אינזל ריין פון פארציקער, אז דארט זאלן זיי קענען לעבן רוהיג ווי אין די אלטע צייטן, אבער נאך נישט א לאנגע צייט האבן די פארציקער דארט אויך דערגרייכט און זיי אלע פארטיליגט.

מען האט פרובירט נאך מערערע וועגן זיי צו היטן, אבער גארנישט האט זיך נישט אויסגעארבעט. די פראבלעם מיט דעם פייגל איז אויך אז ער לעבט זייער שווער אין געפענגעניש, נאר אויב עס איז ממש פונקט ווי אויף די פריי, דעריבער איז ער יעדע מאל זייער שנעל געשטארבן נאכן פרובירן אים צו האלטן אין געפענגעניש פארזיכערט.

אין די מיטעלע 1900 יארן איז זייער צאל געפאלן מיט יעדן טאג, און כמעט וואס מען האט שוין בכלל נישט געזען אזא פייגל, מאנכע האבן שוין געהאלטן אז עקזעסטירט שוין נישט אויף דער וועלט. דורכאויס די יארן האט מען דא דארט געטראפן און מען האט פרובירט צו טון עפעס דערמיט אבער אן ערפאלג.

ערשט אין יאר תשמ''ט האט מען זיך ערנסט אריינגעווארפן אין די ארבעט. עטליכע פרעסטיזשפולע רעפארטער פון די בי בי סי האבן עס מיטגעהאלטן און עס געמאלדן אינטערנאציאנאל און דאס האט געברענגט אינטערעסע פון די גאנצע וועלט צו מיטהאלטן באמינוגען ארום דעם פייגל און זען צו די יעצטיגע ארבעט וועט זיך אויסארבעטן.

זיי האבן גענומען די פופציג פארבליבענע פייגלעך און מען האט זיי אריבערגעפירט צו ספעציעל דעזיגנירטע אינזלן אינעם וואסער פון ווי מען האט בעפאר אויסגעראטן אלע בעלי חיים וואס קענען זיין א געפאר, און דאן האט מען זיי דארט געהאלטן און געשטאנען על המשמר אויף יעדן איינציגסטן פייגל ביז צוביסלעך האבן זיך אנגעהויבן זאכן צו ריקן און ביז יאר תשס''א האט מען שוין געהאלטן ביי דאפעלט, הונדערט קאקאפו'ס!

די פייגלען זענען געווארן זייער באקאנט איבער די וועלט צוליב די אלע איבערלעבענישן זייער, און ביז היינט ארבעט מען גאר אסאך מיט אלע סארט אופנים אז זיי זאלן זיך פארמערן און נישט די פארקערטע.

היינט האלט מען שוין ביי צוויי הונדערט שטיק דערפון קעה''ר... און מען האלט א אויג אויף יעדע איינס מיט פארגעשריטענע טעכענאלאגיע.

דאס איז דער באקאנטער פייגל:

בילד


די מאקאק מאנקי– דער מאנקי וואוינט אין אינדאניזיע און זיין צאל ווערט נאר קלענער און קלענער, בעיקר צוליב פארשניידן זיינע וועלדער און דאס פארקויפן אויפן מארק פאר א פעט.

אין 2014 האט זיך די וועלט איבערגעדרייט ווען א טוריסט וואס איז געפארן באזוכן דעם זעלטענעם מאנקי האט דוקא איבערגעלאזט זיין קאמערא אויף א שטיין פאר די מאנקיס, און זיי האבן עס גענומען און אנגעהויבן כאפן בילדער דערמיט ווען עס גייט פון איין מאנקי צום צווייטן מיד ליד, און איינער פון זיי האט געכאפט גאר גוטע בילדער דערמיט פון זיך אליין, סעלפי, וואס דריי דערפון זענען געווען זייער אינטערעסאנט און קלאר.

נאכדעם וואס דער בעל הבית האט געמאכט דערויף א קאפירייט, האט ער פארקויפט דערפון גאר אסאך פאר שיין געלט צוליב די ספעציעלקייט דערפון, אבער שפעטער האט וויקיפידיע עס ארויפגעלייגט אויף זייער זייטל און קיינער האט עס שוין נישט געקויפט פון אים.

ער האט זיי גענומען אין געריכט און עס האט זיך אסאך געטון ארום דעם צו א בילד וואס א 'נישט מענטש' כאפט מיט א קאמערא צו עס קען ווערן גערופן אלץ די מענטש'ס בילד און עס איז חל דערויף די קאפירייט געזעצן... עס ווערט גערופן אלץ די 'מאנקי סעלפי' סאמעטוכע...

עס האט זיך געטון אויף טישן און בענק אין געריכט הייזער און אין די מידיע, ביי די ענדע האבן די אמעריקאנער געריכטן באשטימט אז עס קען נישט אריינגיין אין די קאפירייט געזעצן פונעם לאנד און מען קען נישט קלאגן איינער וואס האט גענוצט דעם בילד.

דא קען מען זען א בילד פון אזא מאנקי און א בילד פון א סעלפי אויף וואס עס האט זיך איבערגעדרייט:

בילדבילד


שטאטע לוריס– דאס איז א געוויסע סארט בעל חי נאנט צו די מאנקי משפחה וואס געפינען זיך אין דרום מזרח אזיע, און איז פון די איינציגסטע גרעסערע בעלי חיים וואס האבן סם זיך צו באשיצן! און ווי מען פארשטייט פון זיין נאמען דארף ער עס וויכטיג האבן צוליב זיין שטאטקייט, ער קען נישט אנטלויפן פון קיין בעלי חיים, ער קען נאר שפריצן מיט זיין סם און דאס ראטעוועט אים.

די סיבה צו זייער פארמינערונג איז אויך צוליב אן איינרעדעניש אז זייערע גרויסע אויגן איז א היילונג פאר אלע מחלות, דאס פארמינערט זיי זייער אסאך און געוויסע איז שוין כמעט נישט פארהאן, בפרט די זשאווע אינזל לוריס וואס עס איז דא געציילטע דערפון.

אבער לעצטנס היט מען מער דערויף און מען האט געמאכט שטרענגערע געזעצן זיי צו היטן.

בילד


און יעצט אביסל קיין אהער קיין אמעריקע, האבן מיר דא די פלארידע פומא – די פלארדיע פומא איז בעצם זייער ענליך צום אלגעמיינעם פומא, אבער דאך א מין פאר זיך.

אמאל פלעגן זיי זיין אויסגעשפרייט פון פלארידע ביז ארקענסאו, אבער היינט זענען זיי נאר אין די נאציאנאלע עווערגליידס פארק אין דרום פלארידע, און עס איז פארהאן בערך צוויי הונדערט שטיק דערפון.

די איסטאנצן ארבעטן זייער שווער זיי צו פארמערן, אבער עס איז זייער שווער ווייל יעדע באזונדער דארף האבן ריזיגע שטחים פאר זיך צו קענען אנגיין אין לעבן ווי די גאנצע קעץ פאמיליע. אויך ווערן אסאך פון זיי געהארגעט דורך קאר עקסידענטן אויף די שאסייען וואס לויפן דורך אין די נאציאנאלע פארקס.

בילדבילד


נאך בעלי חיים אין געפאר- אזוי אויך זענען פארהאן עטליכע סארט טיגער'ס אין אזיע וואס עס זענען פארהאן דערפון אין די צענדליגער נומבער'ס אדער הונדערטער, צוליב דאס צונעמען זייערע שטחים אויף וואס זיי זענען זייער עמפינדליך און אויך וויבאלד מען פאאנגט עס פאר זייער פעל.

די זעלבע מיט גארילעס און געוויסע זעלטענע סארט מאנקיס אין אזיע און אין די אמאזאנעס אין בראזיל. ווי אויך א גרויס טייל פאפעגייס, וויבאלד מען כאפט זיי פאר פעט'ס און פאר זייערע פעדערן.

ווי אויך לעמור'ס פון מאדעגאסקאר וואס זענען אייגנארטיגע בעלי חיים און ענליך צו מאנקי'ס, זענען אין א גרויסע סכנה פון גענצליכע פארטיליגונג. א שיינע צאל דערפון קען מען זען אין די זו אין ירושלים ווי מען האלט עס ספעציעל צו אויפהאלטן דער בעל חי איבער די וועלט.

בעצם איז היינט כמעט יעדע בעל חי אין א פארמינערונג צוליב דאס אוועקנעמען זייערע שטחים וואו זיי וואוינען און זייער מקור פון עסן, אויסער מייזן און ראטן וואס דאס מאכט זיי נאר זיך פארמערן....

אויך קען מען אסאך רעדן איבער בעלי חיים וואס זענען שוין גענצליך אויסגעראטן פון די וועלט, ווי אויך פון בעלי חיים וואס זענען אין א קלענערע סכנה, אבער מיר האלטן שוין איבער צוועלף טויזענט קאראקטערס, עמער זיך דא אפשטעלן.

אי''ה אין א צווייטע געלעגנהייט…


[align=center] דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול. [/align]
לעצט פארראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג יוני 16, 2020 3:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

WOW, נישטא אזא זאך ווי נידריגער פון א 5 סטאר פאר דאס..

עספעציעל די בילדער, עס מאכט עס דריי מאל מער אינטרעסאנט.



קענט וועיט פארן המשך.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

דער שרייבער ווייסט פון א סוד. איך וואונדער מיך צו דער סוד איז דער 'אריינפיר'.

די 'אריינפיר' צו אן ארטיקל, ברענגט אריין דעם ליינער אין די וועלט פונעם ארטיקל. עס בארואיגט אים. פאר איך גיי דיך באהאנדלן, מאך איך דיך באקוועם. דער ליינער שפירט זיך באקוועם און דא.

א סך מאל ווען מ'געט א קלענערע רעטינג פאר א ארטיקל איז עס, ווייל דער ליינער האט פשוט געדארפט צו שווער ארבעטן צו פארשטיין פון וואס דו רעדסט דא. און דאס האט אים אויפגערעגט, און דערפאר ווערט דער ארטיקל ביי אים, ווייניגער וועליו.

דער שרייבער האט קענטיג א גוטע פעדער. און קען גוט גראמאטיק.

כדי צו קענען טון וואס דער שרייבער קען, דארף מען קענען היסטאריע. נישט סתם היסטאריע, נאר די יאר ווען ס'איז געשען.

דער שרייבער האט די מעגליכקייט צו שרייבן קלאר און שארף. דאס אז אן ארטיקל איז געשריבן קלאר און שארף, שאפט ביים ליינער די געפיל אז ער האט קונה געווען נייע און קלארע אינפארמאציע. און ער איז דאנקבאר. ער ווערט א חבר מיט'ן ארטיקל, ווי איינער וואס שפירט אז ער האט ענדליך געטראפן זיין סייז שיך.

כדי צו קענען טון וואס דער שרייבער קען, דארף מען וועלן: וואס איך גיי דיר זאגן, גייט זיין קלאר און שארף. איך קען דיר שרייבן קאמפליצירטע זאכן, אבער יעצט וויל איך אז דו זאלסט ליב האבן מיין ארטיקל. דער סארט שרייבן קען מען רופן 'פראקטיש'. ס'איז א גלייך שארף געשניטן שטיקל. און דער ליינער שפירט אז ער קומט ארויס מיט א זאך וואס ער פארשטייט קלאר.

דו פארשטייסט? ווען איך געב דיר א ריזיגע סעודה מיט כל מיני עסן, און כל מינע געטראנקען, בשעת דו עסט און דו טרינקסט, גייסטו מיר מכיר תודה זיין, אבער נאכדעם? נאכדעם גייסטו זיין אויפגערעגט פארוואס דו האסטעך אנגעגעסן, און יעצטו דארפסטו זיין פארנומען מיט די פארדייען וכו'.

נאכדעם איז דא א קליינע געשמאקע סעודה'לע. גוט, קלאר, שארף.

די בילדער איז נאר א פלאס.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2963
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נמשה, דיין תגובה איז איך א פייוו סטאר תגובה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אוט אף די באקס איידיע! איי לייק איט! נישט א פשוטע ארטיקל געשריבן שרייבעריש נאר גענומען א טאפיק וואס יעדער גליכענט און צוגעלייגט בילדער. אטא דאס האט די רבי געמיינט א געשמאקע קרעטשמע פארמעסט.
די תוכן, די פעדער, די געשמאק-קייט, אלעס פייוו סטאר!
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

זייער פראפעסניאל אראפגעגעבן, און דאך אזוי געשמאק און לייכט צו אבזארבירן,
ייש"כ!
!Vox Populi, Vox Dei
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א הערליכע ארטיקל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29911
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פליסיגע געשמאקע ליין (נע, אויף אידיש זאגט זיך עס נישט אזוי גוט. איז בכלל דא א ווארט אין אידיש אויף דעם?). יישר כח חיות מבין..
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20518
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

גאר אינטערסאנטע ידיעות. שפראך איז געשמאק. גאר שיין דער צאמשטעל מיט די בילדער.
ושב ד' אלוקיך את שבותך;ווען א איד טוט תשובה, האט כביכול השי"ת חרטה, און טוט תשובה אויף דעם וואס ער האט באשאפן דעם יצה"ר!

זרע קודש נצבים
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זייער גוט, איך האב זייער הנאה געהאט.
איך בין נישט קיין גרויסע וויילדלייף-ליבהאבער, אבער איך האב אפגעליינט דעם ארטיקל פון בראשית ביז לעיני כל ישראל.

איך האב געגעבן א 4'ער פאר אינהאלט (ווייל למעשה איז די נושא עפעס וואס איז נישט דוקא מיין געשמאק)
א 4'ער פאר שפראך.
און א 5'ער פאר אוועראלל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

געלעגער האט געשריבן: אוט אף די באקס איידיע! איי לייק איט! נישט א פשוטע ארטיקל געשריבן שרייבעריש נאר גענומען א טאפיק וואס יעדער גליכענט און צוגעלייגט בילדער. אטא דאס האט די רבי געמיינט א געשמאקע קרעטשמע פארמעסט.
די תוכן, די פעדער, די געשמאק-קייט, אלעס פייוו סטאר!
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן: נמשה, דיין תגובה איז איך א פייוו סטאר תגובה.

יעפ, איך גלייך זייער די נשמהדיגע אנאליזן פאר קאמפאט....
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

זייער אינטערעסאנט
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19694
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער שיין געשריבן און גוט צוזאמגענומען.

שפראך געב איך א 3 כאטש ער שרייבט גוט ווייל סאיז נישטא קיין פרישקייט ער פארט מער ווייניגער מיט א איינגעצומיטן אוצר מילים, סוואלט געקענט זיין מער שרייבעריש.

פאר אינהאלט א 3 שיין אראפגעלייגט די נושא און ארום גענומען פון אלע זייטן

אווער אלל 4
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

זייער א שיינער ארטיקל..
א טאפיק וואס איך גלייך זייער, אזאנס צו ליינען נאך א טאג ארבעט, בארואיגט פיין די אנגעצויגע נערוון..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 20455
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

דער ארטיקל איז נישט קריעיטיוו אדער חידוש. עס איז מער א בליץ/טריביון טרענסעלאציע סטייל ארטיקל. נישט אז איך זאג דער שרייבער האט עס בלויז טרענסעלירט, אבער עס איז אזא שניט.

פון דער אנדערע זייט איז עס א לייכטער און געשמאקער ארטיקל. שיין באשריבן.

ביים בלעטערן צווישן די מאגאזינען ער"ש אויף א טעלער טשולענט גלייך איך אזא ארטיקל.

מער א לייטוועיט דעזערט, קאמפאט סטייל. גרינג צו פארדייען.

א גוטער טאפיק פאר מיר. איך גלייך בעלי חיים.
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע:אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

זייער אינטערסאנט! הנאה געהאט פון אנהייב ביזן סוף. כ'האב עס געליינט אויף איינס'נס פדף, און איך האב געמיזט צוריק קומען זען די בילדער.. געוואלדיג!

דא ליגט זיכער א געוואלד מיט ריסערטש, און שעות ארבעט.
כ'האף אז דו וועסט ווייטער שרייבן!
א גרויסן יישר כח!
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

געוואלדיג!

נאך איינעם דערמאנט עס פון יפ"ה ביללער?

גאר א פיינער שפראך, גוט אראפגעלייגט, א אינטערסאנטע טעמע, און די בילדער זענען ווי די טשערי אן די פיי.

שכח!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

זייער אינטערסאנט!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אסאך ידיעות
שיין און מסודר
אינפארמאטיוו
גוט געשריבן
5 5 5
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הנאה געהאט.

זייער גוט געשריבן, געשמאק און פליסיג. כ'וואלט ווען הנאה געהאט צו טרעפן אביסל מער שטריכן איבער די בעלי חיים, ווי אויך קען עס ווען נוצן אביסל מער הומאר. אווער אלל זייער פיין!
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3015
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

באשעפענישן איז לאו דווקא מיין פעיוואריט טעמע, אבער ווען עס פיגורירט אויפן פאפיר און מיט בילדער באגלייט, לעז איך עס מיט גרויס אינטערעסע. אונזער שרייבער האט אהער געשטעלט א מאאיסטעטישן ארטיקל וואס פאסט זיך פאר א באצאלטע איינגעשטעלטער אין א גלאנציגע אויסגאבע. אן איינפאכע אבער פליסיגע שפראך, א מעלה וואס אפעלירט אלע שיכטן ליינער.

די ארטיקל איז גוט אויפגעבויעט, אן אימפרעסיוו הקדמה וואס ברענגט אריין דעם ליינער אינעם ענין. די אינהאלט - סיי די געדאנק שבו און סיי די תוכן - איז זייער צו דער זאך. מ'קען זעהן אז די שרייבער האט געמאכט זיין ריסוירטש. נישטא וואס צו רעדן, די דאזיגע ארטיקל איז א בריליאנט אינעם פארמעסט.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4537
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

לייענט זיך זייער פליסיג, בכלל נישט געכאפט אז איך האב אפגעלייקנט די ארטיקל, איך האב מיך דערזען נאכדעם
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9344
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

איך בין געווענליך קנאפ אינטערסירט אין דעם ספעציפישן נושא, אבער וואס זאל איך זאגן? איך האב עס אפגעליינט מיט אינטערעסע מדאשקע לדאשקע! איך מיין פון אנהייב ביזן סוף.

זייער געשמאק געשריבן, און די בילדער מאכט עס נאך אסאך מער אינטערעסאנט, ווען דו זעהסט פון וואס מ'רעדט, און גענוצט די ריכטיגע ווערטער אין די ריכטיגע פלאץ וכו'.

5+ פאר אלעם!
---
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7301
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע:איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: שרייבעריי פארמעסט תש"פ - #3 - ראטעוועט!! בעלי חיים אין געפאר!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

זייער סורפרייזט אז דאס איז נישט @יש ברירה'ס...
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”