רבי משה מקאברין זצ"ל - כ"ט ניסן תרי"ח
כ"ט ניסן תקי"ח
אין דער שטאט "דיווין" האט געוואוינט א איד ר' יעקב, ער איז געווען א פייערדיגער חסיד פונעם הייליגער רבי משה קאברינער, און פאר פרנסה האט ר' יעקב פארקויפט אקסן צוזאמען מיט זיין שותף ר' יחיאל. דער ר' יחיאל איז נישט געווען קיין חסיד, נאר א מתנגד.
ר' יעקב און ר' יחיאל פלעגן קויפן אקסן בשותפות און זיי שיקן צו ספעציעלע פאסטוכער וואס פלעגן אנשטאפן די אקסן מיט אסאך עסן ביז עס איז געקומען די מארק-טאג דעמאלט פלעגן זיי צוריקנעמען די אקסן און פארקויפן פאר די סוחרים וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען אויפ'ן מארק.
איין יאר ווען ר' יעקב און זיין שותף ר' יחיאל האבן צוריקגענומען די אקסן פון די פאסטוכער, האבן זיי געזען אז די אקסן זענען זייער אויסגעדארט און מאגער, און זיי האבן זיך זייער געזארגט אז קיינער וועט נישט וועלן קויפן די אויסגעמאגערטע אקסן און זיי וועלן בלייבן בעניות ודלות.
דער חסיד ר' יעקב איז באלד געפארן קיין קאברין צו זיין רבי'ן, און דער מתנגד ר' יחיאל, נישט האבנדיג קיין אנדערע עצה, איז אויך מיטגעפארן. ווען זיי זענען אריין צום רבי'ן האט זיך ר' יעקב אויסגערעדט פאר דעם רבי'ן זייער ביטערניש און זייער גרויסער זארג.
דער הייליגער קאברינער האט זיי אויסגעהערט און געזאגט:
- זייט נישט באזארגט, דער אויבערשטער וועט שוין שיקן סוחרים וואס זאלן ביי אייך אפקויפן די סחורה.
פול מיט האפענונג האט זיך ר' יעקב געזעגנט מיט'ן רבי'ן, און צוזאמען מיט זיין שותף ר' יחיאל ארויסגעפארן צום מארק מיט אלע מאגערע אקסן.
דער מארק-טאג איז אנגעקומען אלע אקסן-הענדלער האבן געברענגט זייערע פעטע אנגעפאשעטע אקסן, און די צוויי שותפים האבן אויך געברענגט זייערע מאגערע אקסן, גלייך אינדערפרי אזויווי דער מארק האט זיך אנגעהויבן זענען געקומען אידישע סוחרים פון די שטאט "סלאוועטיטשער", זיי האבן אדורכגעקוקט אלע אקסן פונעם מארק, אבער עס איז זיי גארנישט געפאלן, נאר די אקסן פון ר' יעקב און ר' יחיאל האבן צופרידן געשטעלט די אקסן-סוחרים, די סוחרים האבן באצאלט א טייערער פרייז און אפגעקויפט אלע אקסן פון זיי.
פול מיט שמחה זענען די שותפים אוועקגעפארן פונעם מארק, פארנדיג קיין קאברין דערציילן פאר'ן רבין זייער זעלטענע הצלחה.
אויך ר' יחיאל, דער מתנגד, האט געזען אז די געשעפט איז געווען למעלה מדרך הטבע. אבער עס האט אים 'וויי געטון' די מעשה, און א גאנצע וועג האט ער געהאלטן אין-איין פרעגן פון זיין שותף:
- דיין רבי'ס ברכה איז טאקע מקויים געווארן אויף אחן אויסטערלישער אופן, אבער די סוחרים וואס האבן ביי אונז אפגעקויפט די סחורה זענען דאך אויך אידן און וויאזוי קענען מיר צוקוקן ווי מיר זענען רייך געווארן אויף זייער חשבון, און זיי וועלן בלייבן פארארעמט מיט די מאגערע סחורה, וואס קיינער וועט ביי זיי נישט וועלן אפקויפן.
ר' יעקב האט אים געהאלטן אין-איין בארואיגן אז דעם רבי'נס ברכה ברענגט נישט קיין שאדן פאר אידן.
ווען די שותפים זענען אנגעקומען קיין קאברין זענען זיי גלייך צוגעגאנגען צום רבי'נס הויז. ווי נאר זיי האבן געעפנט די טיר, האט זיי דער הייליגער רבי משה קאברינער גלייך מקבל פנים געווען און געזאגט:
"ח"ו מיר מיינען דאס נישט, אז די אנדערע אידן זאלן ליידן א שאדן; זיי וועלן אויך האבן גוטע קויפערס אויף די אקסן".
אזוי איז טאקע געווען, די סלאוועטיטשע סוחרים האבן גלייך געפונען גוי'אישע קצבים וואס האבן פון זיי אפגעקויפן די אקסן פאר'ן פולן פרייז.
ר' יחיאל איז געווארן אויסער זיך פונעם רבי'נס מופת און נאכמער פונעם רבי'נס תפיסת המחשבה, און עס איז איבעריג צוצולייגן אז ר' יחיאל איז איבערגעדרייט געווארן צו א הייסער קאברינער חסיד, כל ימיו.
זיעועכי"א