Re: אריין קומען קיין אמעריקא
מי שברך האט געשריבן:אידיש.טייפינג האט געשריבן: פון "דעילי איד"
הארבע אינצידענט מיט
חרדי'שן יונגערמאן און
פאלשע וואקסין קארטל
אייראפּע – אן אומבאקוועמע הארבע אינצידענט האט פּאסירט מיט א חרדי'שן יונגערמאן וועלכער האט געוואלט אריינקומען פון אייראפּע קיין אמעריקע, אונטער די נייע גרעניץ ערעפענונגען, אז מ'קען אריינקומען אויב מ'איז וואקסינירט קעגן דעם קאראנא ווירוס.
צום באדויערן האט דער יונגערמאן בלויז געהאט א פאלשן וואקסין קארטל, און די באאמטע אינעם לופטפעלד האבן דאס אויפגעכאפּט. מען האט אים צייטווייליג ארעסטירט, איידער'ן אים צוריקשיקן אהיים, מיט א פארבאט אריינצוקומען קיין אמעריקע פאר צען יאר.
עסקנים און כלל-טוער זאגן אז דער אינצידענט דארף דינען אלס א ווארענונג און דערמאנונג, החכם עיניו בראשו, מ'זאל זיך ח"ו נישט ארומשפּילן מיט די סארט פאלשע קארטלעך, וואס אויסער'ן שרעקליכן חילול ה' וואס ס'ברענגט, קען עס אויך מיטקומען מיט הארבע קאנסעקווענצן ח"ו.
Wow
איינער האט מעורר געוועהן אז עס קען אויך זיין א שאלה פון גניבת דעת וואס גייט אהן ביי עכו"ם אויך, ולכמה פוסקים איז עס א דאורייתא