טייערע ברודער לומדי הדף, מיר האבן היינט יארצייט!
איך וועל זיין זייער אפן. אלע מיינע קינדער און בחורישע יארן , איז מיין לערנען געווען היבש יוצא צו זיין. כהאב פרובירט נישט צו שטיין קיינעם אין וועג אבער איך געדענק זיך קיינמאלנישט ענדיגן א ספר, פרק אדער א מסכתא מאן דכר שמיה, גאנצעטע טעג האב איך געקענט אריבערגיין אן א יודיש ווארט און די ערגסטע חלק איז געווען אז כהאב ניטאמאל געשפירט שלעכט דערוועגן. כהאב מיך געהאלטן פארנומען מיט חברים גלייך ווי איך און אלעמאל אנגעקוקט די ספרים שאפעס ווי עפעס וואס וועט שוין נישט האבן צופיל מיט מיר.
אזוי האב איך חתונה געהאט און פאכענדיג מיט די כתובה אנגעהויבן זוכן א דזשאב א טאג נאך שבע ברכות. צוויי דריי מאל האב איך עפעס יא אנגעהויבן א שיעור אבער עס האט געהאלטן פאר ביז די קומענדיגע וויכטיגע מיטונג אדער שמחה. אזוי איז אריבער פינעף יאר פון מיין חתונה, כהאב לכאורה נישט געלערנט קיין צווי גאנצע שעה קאמביינט אין די פינעף יאר.
די פאריגע מיטוואך ויגש האב איך געהאט א דע"י א"ף פארן דעמאלטסדיגן חגא, האבן עטליכע חברים מיר געשלעפט צום מעטלייף סיום הש"ס. געגאנגען בין איך צו ענדזשויען א וועלטליכע נייעס געשעעניש אבער איך בין געווארן היבש אינספירירט פון די דרשות אבער קיין החלטה אויף למעשה איז מיר אפילו נישט איינגעפאלן צו מאכן.
א זונטאג דערויף האב איך געדאוונט אין מיין קביעותדיגע שטיבל און נאכן דאווענען האט איינער אויסגערופן האלבוועגס ערנסט האלבוועגס ווערטלדיג "ווער הייבט אן מאמתי?" א האלבע מנין האט זיך גוטמוטיג אוועקגעזעצט פאר א ספאנטאנישע בלאט גמרא בתוך כלל ישראל גענוי ווי יענעם היסטארישן ראש השנה תרפ"ד אין די פוילישע שולן.
צומארגנס נאך שחרית זענען די ברכות גמרות נאך געלעגן אויפן טיש און סהאט זיך אנגעהויבן א שמועס צו מזאל ווייטער גיין , איינער האט זיך דארט אנגערופן וואס האט זיך דאן ארומגעדרייט אז ברכות דף ב' איז אל תפרוש מן הציבור נישט צו מיטלערנען און ברכות דף ג' איז אל תפרוש יא צומיטלערנען.. למעשה האבן פיר אירע געלערנט דעם צווייטן בלאט, די איבריגע מסכתא איז היסטאריע. סהאט גענומען א וואך צו מסדר זיין א געהעריגע מגיד שיעור אבער פאר וואס וואו ווען איז מען געזעצן ביי א סיום מוצאי שבת זכור. סאיז נישט געווען קיין ספק ביי קיינעם אז מגייט ווייטער.
ואז קפץ עליהם רוגזו של קורונא.
איך קען זאגן בפה מלא "לולא מסכת שבת שעשעי, אז א-ב-ד-ת-י בקורונא" ווען נישט דעם דף וואלט מיין יודישקייט געטראסקעט ביים וויירוס. מיין גאס האט נישט געהאט קיין געהעריגע מנין, שפעטער אויך נאר שבת און אן קיין ספר תורה. איך וויל נישט טראכטן וויאזוי איך וואלט אויסגעקוקט אן דעם טעלעקאנפרענס יעדע נאכט.
מיין לעבן האט זיך געטוישט, בעסער געזאגט איך האב אנגעהויבן לעבן. אויב איינער וואלט מיר געזאגט ראש השנה תש"פ אז נעקסטע יאר אזא צייט וועסטו זיצן פאר די תקיעות, פאר כל נדרי און נעילה, פאר די הקפות און הארעווען אנשטאט שמועסן וואלט איך עהם געשיקט צום דאקטער.
די גאנצע שטוב איז אנדערש ווען אלעמאל ליגט א שוטנשטיין אויפן טיש און אויף די פעסענדזשער זיץ, מיין הארץ האט געשפרינגען פארגאנגענעם שמחת תורה ביי כל הנערים ווען מיין קליינער האט געוויזן אויף א גמרא אויפן טיש אין ביהמ"ד "טאטי, טאטי".
איך וואלט נישט געחלומ'ט אז איך וועל טרעפן א טעם אין טרעפן עניני דיומא אדער די וואכידיגע סדרה (עיין שם viewtopic.php?f=92&t=42964 ותמצא נחת) אינעם בלאט און ווען איך ווייס ווען די תענוג אין ארויסהאבן די מהלך המחשבה פון א תנא אדער אמורא וואלט איך זיך קיינמאלנישט מוחל געווען. מיין גאנצע בליק אויף די ריזיגע ספרים שאפע האט זיך גענצליך געטוישט. בעז"ה מיט א מהלך אדער סדר וועט מען צו אלעס אנקומען.
דערפאר גרייט איך צו א גרויסע לחיים און פרישטאג פאר היינט נאכן שיעור לכבוד די יארצייט פונעם מחולל המהפכה ר' מאיר שפירא זי"ע וואס אויף אונז האט ער זיך אויסגעדרוקט אז אונז זעמיר זיינע קינדער אויף די וועלט.
איך בין שולדיג די לובלינער רב מיין תאווה צו קענען טרעפן א מימרא נאכאמאל אין עירובין און געדענקען דאס האבן געלערנט אין ברכות און שבת.
די תאווה פון צוטרעפן אנהייב פון א לאנגע דין ודברים אז די סוף וועט דא זיין א תיקו.
די פרעשור פוו זיך טרעפן מיט א אובערדרעפט נאך א פארנומענע פאר טעג.
די געשמאקע געפיל פון "בעלאנגינג" אנצוקומען צו א האטעל אדער פארשטופטע שול און תיכף טרעפן א שיעור אדער חברותא אדער אפילו בלויז טרעפן "דיין" גמרא אויף די טישן.
צעיר אנכי ונבזה , אבער דאך קען איך באשטיין צו מיטטיילן עטליכע טיפס וואס איך זעה ביי מיר, לזיכוי הרבים. סקען זיין אז ביי יעדעם איז אנדערש, אדרבא לאזט אייך הערן!
1- זיי פלעקסיבל. א קביעותדיגע חברותא אדער שיעור איז פיין, אבער נאר אויב די הסכם איז קלאר א מען לערנט דעם היינטיגן דף לויטן לוח. אז מען וויל גיין אויפן סדר נאר צוזאמען וועט מען שנעל פאלן הינטערשטעליג. די פוינט פונעם דף היומי איז דווקא נישט צו לערנען ש"ס מיט איין שיעור/חברותא/פירוש נאר יעדען טאג לערן מיט וואס דו האסט צו די האנט. איך האב דווקא זיך נישט צוגעבינדן צו איין מגיד שיעור אזוי אז אויב ער פארפעלט אדער שפעטיגט קען איך פארן ווייטער.
2-סקיפ נישט. אסאך שפייעכץ און טינט איז שוין פארגאסן געווארן אינעם וויכוח צו מזאל אויסלאזן אויב מפארפעלט אפאר טעג און שפעטער צוריקומען אדער נישט. ענדערש האב א לחץ צו דארפן אוועקגעבן עטליכע אייגענע שעה צו מיטכאפן היינט אפאר בלאט ווי אויסלאזן. מקומט נישט אן דערצו און די לעכעריגע בלעטער איז שווער צו פארשטיין. פארשטייט זיך אויב האסטו א קליינע שיעור וואס יעדע משתתף פעלט זיך אויס דאס זאל זיך האלטן ביזטו מחויב צו קומען אפילו האלטס נאכנישט דארט אבער בלייב על הסדר.
3-נעם אריין די שטוב. עס איז סאך וויכטיגער ווי מען מיינט. מיין ב"ב האט שוין די קומענדיגע סיום טאג אויף איהר קאלענדער, און זי ווייסט פונקליך אז איך לערן יעצט וועגן די עירוב.. עס גיבט אסאך חיזוק און שטאלץ. א לאנגע מסכתא איז וויכטיג צו פראווענען א מיילסטאון אינדערמיט אויך, למשל דעם היינטיגן יארצייט (מיין ב"ב האט צוגעשטעלט א קוכן און געצינדן ליכט מיט מיין עלטצטע טאכטער).
לחיים ברודער, לחיים!