אייוועלט פרעזענטירט: 'ניסים ונפלאות' מניגוני ר' יוסי גרין!!!
לב מלכים ושרים ביד ה'!!!
ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא!!!
נאך לאנגע שעות השקעות און השפעות, א לאנגן וועג טעג און געשלעג, מינוטן און ביט'ן און טריטן, וויכוחים און שידוכים וכו':
שטעלן מיר אייך פאר מיט גרויס התרגשות, און נאר מיט שמחה, נאך א סידי אין די סעריע פון "אייוועלט פרעזענטירט".
אבער דאס מאל קומט א סופרייז!
(@איינס זאל איך פארציילן?
@לפנות בוקר זאל איך נאך וויילן??)
שוין, די עוילעם קען שוין נישט ציהען:
לכתחילה האט מען געדארפט ווארטן ביז מארגן 12'ע, אבער לבקשת רבים וטובים וועלן מיר עס שוין יעצט ארויפלייגן:
איז אזוי,
צוזעצט'צעך אראפ (זיצט? דעמאלטס לייג זיך אויס, חחחח):
שטיל זאל זיין!! מאכט'ס פלאץ פארן מלך המלחינים!!
יאסי גרין.
בום.
יאסי גרין!!!
טראח.
י א ס י ג ר י ן ! ! !
צוויי ווערטער, וואס פארמאגן אין זיך טויזנטע מוזיקאלישע מינוטן. הונדערטע ניגונים. צענדליגע יצירות. אבער איין קאמפאוזער.
ווייל יאסי איז נאר דא איינס (ידנ...).
אזוי ווי די אידישע וועלט תרתי משמע האט מורא'דיג הנאה'וועט פונעם ערשטן סידי 'שיר ציון', און די פידבעק איז געווען געוואלדיג (כ'שפיר זיך ווי דער זינגער אויף קולמע...).
שטעלן מיר אייך פאר א נייע סידי מיטן נאמען:
"ניסים ונפלאות" !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ניגונים פונעם וועלטן בארומטן קעניג, דער 'מלך המלחינים' אליינ'ס, ר' יוסי גרין.
דאס מאל בין איך זיך עומד ומתוודה, ווי א נער אינמיטן סטאדע, אז דאס מאל גראדע, קומט'צעך נישט די קרעדיט פאר מיר אוודאי, חוץ פון אפאר קליינע הערה'לעך און דינע האר'עלעך כחרב חדה...
די גאנצע קרעדיט קומט'צעך פאר @לפנות בוקר און @איינס!!!!!!!!!!!
כ'קען עדות זאגן אז דער @לפנות בוקרהאט נישט גערוהט קיין מינוט, פון איין לפנות בוקר צום אנדערן לפנות בוקר האט גער געשוויצט און געאקערט און געדרייט ביז עס איז ארויס אזא שלימות.
און דער @איינסהאט אריינגעלייגט כוחות און מוחות אינעם סידי, און ווער שמועסט נאך פונעם בוקלעט, יעדן טאג פון איינס ביז איינס האט ער געארבעט אויף דעם!!!!! איינס איז באמת נאר דא איינס.
די'ע צוויי צדיקים און ניקים האבן אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות, דער וואס האט עס נישט צוגעזעהן וועט עס נישט פארשטיין! צאמשטעלן א ליסטע, מאכן א גוטע סדר. דא ווערט מען געוואר אויף אן ונתנה תוקף אז ס'בכלל נישט יאסי. און דא ווארפט איינער אריין אז יענע ניגון איז שוין אויף א סידי. און די אנדערע ניגון איז נישט פאר אייוועלט (חסידיש בלע"ז).
און דא האלטן מיר, אין א מזל'דיגע שעה.
און ווען מיין מלמד וועט דיר בעטן זאלסט איהם אויסרעכענען וויפל איז לפנות בוקר מיט נאך איינס? זאלסטו איהם ענטפערן 'מיליאן'!!!!!!!!!!!
אין דעם הזדמנות ווילן מיר זיך באדאנקען פאר הגאון הנודע בכל העולם ר' @חנן בן עכבור וואס האט'צעך צוגעשטעלט און געהויבן אביסל די געמיטער פון די אידישע וועלט!!!...
דער באשעפער זאל העלפן אז חפץ ה' בידינו יצליח, און זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול מתחת ניקינו!
און שוין.
יעצט וועלן מיר הערן דברות קודש פון ר' @לפנות בוקר וואס וועט אייך אהערשטעלן זיין ארבעט, די הערליכן סידי.
@לפנות, נעם איבער די מייק...