פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 4:00 pm

2
1%
★★
1
0%
★★★
2
1%
★★★★
12
4%
★★★★★
57
19%
1
0%
★★
1
0%
★★★
1
0%
★★★★
8
3%
★★★★★
63
21%
2
1%
★★
1
0%
★★★
2
1%
★★★★
21
7%
★★★★★
49
17%
6
2%
••
13
4%
•••
52
18%
סך הכל שטימען: 294

וואלטיער
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 11:24 am

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלטיער »

[align=center] [/align]

די מארקפלאץ האט געווירבלט מיט מענטשן, יונגע און אלטע. די קולות פון די סוחרים האבן זיך געמישט מיט די שמועסעריי פון די קונים. אויב מען האט צוגעלייגט אן אויער האט מען געקענט הערן גריכיש און אראמיש פון פארשידענע דיאלעקטן.
די גרוכן פון זיסע פרוכטן, געזויערטע גרינסן, און פרישע לעדער האבן זיך געהויבן פון די טישלעך. אין געפלאכטענע קוישלעך האבן געשיינט פארהאניגטע טייטלען און געקליבענע איילבירטן, און זייערע ריחות האבן געצויגן הונגעריגע קונדן. די סוחרים האבן זיך נישט אזוי אפט פארזאמלט זינט די אויפברויז און טראגעדיעס אין ירושלים, דעריבער האבן זיך די קונים געאיילט צו טוען זייערע געשעפטן ביז ווי לאנג די מארק האט אנגעהאלטן.

רוב אינעם מארקפלאץ זענען געווען באדינער, ווייבער, קעכער, און שקלאפן, די וועלכע האבן געטראגן די פאראנטפארטליך פון פירן די הויז ווערטשאפטן און איינקויפן לעבנס-באדערפענישן פאר זייער שטובער. אבער צווישן די אלע זענען אויך געווען סתם צוקוקער און ליידיג-גייער וועלכע האבן געוואלט שמועסן פאליטיק, שרייען מיינונגען, דעבאטירן לאנדס ענינים, און באוויינען טראגעדיעס. אויב האט מען געזוכט נייעסער איבער די סטאטוס פונעם אויפשטאנד אין מודיעין, אדער די רעאקציע פון די הערשער צו די רעוואלט, איז מען געקומען צום מארקפלאץ.

צווישן די פארזאמלטע האבן שפאצירט צוויי פריינט און געשמועסט אין גריכיש. איינער איז געווען די יונגסטע זוהן פון אן איינפלוסרייכע העלעניזירטע משפחה, מתיוונים פאר עטליכע דורות, און שטייערמאנער פאר די גריכישע הערשער פון ירושלים. דער צווייטער איז געווען דער בכור פון א פאמיליע ניי-געקומענע צום רייכן קלאס, נאר עטליכע יאר פריער ארויפגעקומען פון אלעקסאנדריע. די צוויי האבן זיך באקענט אין גימנאזיום וואו זיי האבן פארברענגט עטליכע שעה א טאג, און זיי האבן שנעל אנגעבינדן א פריינטשאפט נאכדעם וואס דער עלטערער, סילענוס, איז געווארן באיינדרוקט פון דעם יונגערן, אבער קלוגן, פאטרוקלוס.

"קען זיין דארט, ביים לעצטן טיש?" האט סילענוס אנגעוויזן אויף אן עק פונעם מארקפלאץ וואו א סוחר האט פארקויפט גרויסע שטיקער לעדערהויט.

"איך האף אזוי. די אנדערע פארקויפער האבן מיר נישט געוואלט העלפן, זאגנדיג אז דאס וואס איך זוך איז צו ספעציעלאזירט און אז עס איז נישט ווערד דאס געלט," האט פאטרוקלוס באדויערט אז ער האט נאכנישט מצליח געווען.

סילענוס האט געוואלט העלפן זיין פריינט פאטרוקלוס מיט זיין זוכעניש פאר די ספעציעלע פארמעט וואס איז געווען זייער שווער צו טרעפן פאר א גוטע פרייז. די פארמעט האט פאטרוקלוס געדארפט ווייל ער האט געארבעט אויף א פארשלאג צו בויען א גרויסן טעאטער נעבן ירושלים וואס וואלט געברענגט טויזנטער צו שוי שפילן און קולטור פייערונגען. ער איז נאך געווען יונג און אומערפארן, אבער ער האט פלייסיג געארבעט זיך צו פארבעסערן אין די פעלד פון ארכיטעקטור.ער האט געוואלט אז זיין פארשלאג זאל מאכן א רושם אויף זיינע לערער, דערפאר האט ער געוואלט נאר נוצן א בעהאנדלטע פארמעט און נישט די ביליגערע פאפירוס, אדער די געווענליכע ליים, צו צייגן די פלענער פאר דעם טעאטער.

פאטרוקלוס איז שוין געווען א שטודענט פון ארכיטעקטור פאר א לענגערע צייט, און זיינע לערער האבן אים געזעהן אלץ א גוטע תלמיד, ערנסט און שטיל. פארקערט ווי זיין נאמען, וועלכע איז געווען נאך די איליאדישע העלד פאטרוקלוס, האט ער נישט געהאט אין זיך קיין העלדישע פערזענליכקייט שטריכן. ער האט זיך אוועקגעהאלטן פון געפעכטן און קעמף, און האט נישט מצליח געווען אין דיסקוס שפיל אדער אנדערע גימנאזיום אקטיוויטעטן. אלץ דער עלטסטער זוהן האבן זיינע עלטערן האבן אים שטענדיג געשטופט צום גימנאזיום, וועלנדיג אז ער זאל איינמאל קענען זיין א מיליטערישע פירער אדער רעגירונגס באאמטער, אבער וויפיל ער האט פרובירט איז ער אלץ געבליבן דין ווי א לאקש און שוואך ווי א זומער ווינטל. זיינע מוסקלען האבן זיך נישט געוואלט בויען, און פיזישע איבונגען און קאמף-טרענירונג האבן אים אלץ געלאזט צוביילט און בלוי. זיינע עלטערן האבן אפילו געלאזט מאכן פאר אים א פאנצער געאייגנט פאר א מיליטערישע העלד, מיט א טייערע שילד וואס האט געהאט בילדער איינגעקריצט פון העראישע מאמענטן אין גריכישע מיטאלאגיע. כאטש די גריכישע רעגירונגס באאמטע אין ירושלים האבן נישט געהאט אזא טייערע פאנצער פאר זיך, האבן זיינע עלטערן אלץ געוואלט איבערגריכן די גריכן. זיי האבן זיך געוואלט אריינרוקן אין די געזעהלשאפט פון די הערשער, און האבן זיך געלאזט קאסטן כדי צו געפעלן די העלענישע פירער.

אבער פאטרוקלוס האט נישט געוויזן קיין נייגונג צו העלדישע אקטן אדער אקטיוויטעטן. ביז סילענוס האט אים נישט גענומען אונטער זיין פליגל האט ער בכלל נישט מצליח צו מאכן זיין איינדרוק אין געזעהלשאפט. אין אקאדעמיע, אבער, האט ער זיך יא אויסגעצייכנט איבער די בעסטע שטודענטן. ער האט געקענט רעדן שעות איבער די פילאזאפיע און מאטעמאטיק פון פיטהאגאראס, און ער האט געהאט אסאך וויסנשאפט איבער די ארכיטעקטור פון גריכישע, עגיפטישע, און פערסישע סטרוקטורן. ער האט שטודירט פאר לאנגע טעג די געבוי קונץ פון בינינים און טעמפלען אין אטען, און טעאטער אויפבוי אין דעלפי. ער האט געוואוסט צו רעדן און שרייבן איבער אלע העלעניסטישע היסטאריעס און פילאזאפיעס. דאס אלעס האט נישט באפרידיגט זיינע עלטערן וועלכע האבן נאר געוואלט דערגרייכן די העלעניסטישע ידעאל פון פיזישע אויפבוי און העראישע דרייסטקייט. זיי האבן אים נישט אפענערהייט פארגעהאלטן, אבער ער האט נאך אלץ געפילט אז שטילעהייט האלטן זיי אים פאר אן אנטוישונג. זיי האבן געוואלט א העלדיש קינד, מיט די הארץ פון א לייב און די געוואוקס פון הערקולעס. פארטרוקלוס האט זיך געטרייסט אז ווייניגסטס איז ער נישט אזא אנטוישונג צו זיין פאמיליע ווי זיין יונגערע ברודער טעמיסטאקלוס.

פאטרוקלוס האט באשלאסן אז ער וועט מוזן מאכן פאר זיך א נאמען צווישן די גריכישע פירער פון ירושלים. פארדעם האט ער געארבעט שווער אויף זיין ארכיטעקטור פארשלאג צו בויען א טעאטער וואס זאל קאנקורירן מיט די גרויסקייט, פונקליכקייט, און שיינקייט ווי די דעלפישע טעאטער. סילענוס, וועלכער האט נישט געהאט קיין סך אינטערעסע אין ארכיטעקטור, האט אבער פארט געוואלט העלפן זיין פריינט אין זיין פראיעקט, און אים באגלייט אין זיין זוכעניש פאר די אויסגעארבעטע פארמעט.

ער האט געוואלט העלפן פאטרוקלוס שטייגן אין די וועלט, און ער האט געהאט די איינפלוס דאס צו טוען. זיין משפחה איז שוין געווען אזוי מתוונ'יש אז מען האט זיי קוים געקענט דערקענען אלץ אידן. זיי האבן געהאט א סך פארבינדונגען און אייפלוסן, און זיי האבן צוזאמען געארבעט מיט די גריכישע אינסטאנצן צו זאמלען די שטייערן פון די אידן. זיי האבן געהאט אזעלכע שטארקע פארבינדונגען צווישן די גריכן און די אידן אז אפילו ווען אנטיוכוס אפיפנס, קעניג פונעם סלאוקידישער אימפעריע, האט איבערגענומען יהודה פון די תלמיישע אימפעריע, האבן זיי נישט פארלוירן זייער פאסטנס אלץ שטייערמאנער. זייערע פארבינדונגען און ערפארונג זענען געווען נויטיג פאר א סטאבילע איבערגאנג צווישן די אלטע פירער און די נייע, און דעריבער זענען זיי פארבליבן אויף זייערע זיצן. פאטרוקלוס' עלטערן האבן שטארק גענאסן פון די פריינטשאפט צווישן זייער זוהן און סילענוס, און האבן אפט ערמוטיגט ביידע צו פארברענגן אינאיינעם.

"פארמעט?" האט סילענוס געפרעגט דעם סוחר אנשטאט זיין שטילן פריינט.

"נאר לעדער, דיק און שטארק," האט יענער געענטפערט אן געדולד.

"וויפיל איז דאס אויסצוארבעטן פאר א ספעציעלע פראיעקט?" האט סילענוס געפארשט.

"איך בין נישט קיין ספעציאליזירטע פאכמאן. נאר לעדער. דאס איז דאס," האט זיך דער סוחר אוועקגעדרייט ווען ער האט געזעהן אז זיי זענען נישט קיין ערנסטע קונדן.

"וואו קענען מיר יא טרעפן אזא איינעם?" האט פאטרוקלוס נישט געוואלט אויפגעבן.

"שמעון הסלמי האנדלט דערין, "האט דער סוחר געענטפערט.

"יא, דאס ווייסן מיר, אבער שמוען הסלמי האט זיך אנגעברענגט דאס טויט ווען ער האט געלאזט מל'ן זיין זוהן. די גאנצע משפחה איז געהאנגן געווארן, און יעצט איז נישט דא ווער עס זאל אונז בעארבעטן די פארמעט," האט סילענוס געזאגט אן קיין געפיל.

פאטרוקלוס איז געווארן אביסל אומבאקוועם פון סילענוס' ווערטער, אבער ער האט גארנישט געזאגט.

דער סוחר האט אויסגעזעהן שאקירט פון די נייעס איבער שמעון און זיין משפחה ווייל ער האט נאכנישט געהערט וואס עס האט אים באטראפן. אבער זיין איבערראשונג האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג. יעדן טאג האט מען געהערט אזעלכע נייעס, ווי טאטעס, מאמעס און זייערע פיצלעך, זענען געהאנגן געווארן צוזאמען פאר זייער אידישקייט.

"דער אבישי פון יבנה, דער סופר, האסטו שוין פרובירט צו פרעגן וואו ער באקומט זיין מאטעריאל?" האט דער סוחר זיך געוואלט ארויסזעהן פון דעם שמועס.

"אים קען מען נישט געפונען. זיינע שכנים זאגן אז ער אנטלאפן צו די צפון וועלדער ווען מען האט פארברענט זיין וואוינוג פארן שרייבן רעליגיעזע טעקסטן," האט סילענוס געזאגט.

"נישט דא נאך איינער אין ירושלים וואס קען מיר העלפן דערין?" האט פאטרוקלוס געפרעגט אין פארצווייפלונג.

דער סוחר האט זיך אפגעשאקלט פון זיי ווען ער האט געזעהן אז זיי זענען נאר קונדן פון אינפארמאציע, און ער האט זיך געוואנדן צו אנדערע וועלכע האבן געוויזן מער אינטערעסע אין זיינע פראדוקטן.

סילענוס און פאטרוקלוס האבן פארלאזט דעם מארקפלאץ און זיך געוואנדן אהיים. ווען סילענוס האט געזעהן ווי אפגעפאטשט פאטרוקלוס' פנים איז געווען, האט ער אים געלאדנט פאר א מאלצייט צו זיך אין שטוב.

"מיינע עלטערן זענען היינט די גאסטגעבער פאר גענעראל קלעאנדער און זיינע סאלדאטן. קום אויך צו אונז פארן אווענדמאל," האט סילענוס געזאגט.

פאטרוקלוס האט אנגענומען די איינלאדענונג און זיי האבן זיך געוואנדן צו די טייערע פאלאצן אין ירושלים וואו די רייכע זענען געווען קוואטירט. ווי זיי האבן זיך דערנעטערט צום וואוינונג האבן זיי געהערט א הויכע, שארפע שטימע וואס האט זיך געצויגן צווישן די גאסן און אפגעקלינגן פון די ווייסע שטיינערנע ווענט. זיי האבן נישט געקענט הערן פונקטליך וואס יענער האט געזאגט, אבער עס איז אלץ קלארער געווארן מיט יעדע טריט נענטער.

"קערט אייך צוריק פון אייערע פאלטשע און שלעכטע וועגן! איר זעהט נישט וואס איר האט אנגעבראכט? טויטע קינדער דערהאנגן אויף די העלזער פון זייערע מאמעס! אונזערע יונגע בחורים דערשטאכן אין די גאסן! וויאזוי האט איר געקענט צוקוקן די פארשוועכונג פון אונזער מקדש, און די פארשקלאפונג פון אונזערע טעכטער?!!"

"א גאסן פרעדיגער אין אונזער געגנט?" האט זיך סילענוס געוואונדערט, " פארוואס האט מען אים נאכנישט אפגעשטעלט? וואס זוכט א פאנאטיקער צווישן אונזערע גאסן?"

פאר פאטרוקלוס האט זיך געדאכט אז ער האט דערקענט די שטימע, אבער עס איז אים נאר גענצליך קלאר געווארן ווען ער איז געקומען צום אפענעם הויף וואו דער "פאנאטיקער" איז געשטאנען. די פנים פון זיין יונגערן ברודער טעמיסטאקלוס האט זיך באוויזן פאר זיי, זיינע קליידער צוריסן אין טרויער, נישט ווי די קליידער צו וואס ער איז געווען געוואוינט אין די עלעגאנטע הויז פון זיינע עלטערן. זיין אנטוען פלעגט זיין פון די טייערסטע און שענסטע סחורה, און ער האט זיי געטראגן מיט שטאלץ אויף זיין שטארק געבויטן קערפער. טעמיסטאקלוס האט יא פארמאגט די פיזישע געבוי פון א גריכישע העלד, און ער האט ליכטיגע האר מיט וואס זיינע עלטערן האבן שטאלצירט. פאר א צייט איז ער געווען די טרייסט פון זיינע עלטערן, אז ער וועט קענען האבן אן אילוסטרע מיליטערישע קאריערע, צו קעמפן פאר די גריכן, אנשטאט דער שוואכער פארטרוקלוס. אבער טעמיסטאקלוס האט פארלאזט די וועגן פון זיינע עלטערן, און זיך אנגעשלאסן אין די רעבעלן וועלכע האבן זיך באהאלטן אין די בערג נעבן מודיעין.

טעמיסטאקלוס איז געשטאנען אין צענטער פון די הויף וואס האט געפירט צו די רייכסטע הייזער אינעם געגנט, די הויז פון סילענוס' עלטערן איינע פון זיי. ער האט געשריגן אבער זיין קול וואס איז געווען שארף און שיין. די זעלבע שטימע וואס האט געפלעגט זינגען גריכישע פאעזיע און געזאנג, האט יעצט געשריגן אין ווייטאג.

"איר האט אפגעלאזט ברית מילה, איר האט פארשוועכט דעם שבת, און איר האט פארקוקט בשעת מען האט אויסגע'שחט'ן אייערע ברידער און שוועסטער! ווי קענט איר בלייבן שטיל אין אייערע באקוועמע הייזער?!!"

סילענוס האט זיך געוואנדן צו פאטרוקלוס,"איז דאס נישט דיין ברודער, טעמיסטאקלוס?"

"ער רופט זיך היינט יאיר," האט פאטרוקלוס געענטפערט אין א שטילן קול.

"סיי וויאזוי ער רופט זיך היינט, מוז ער זיך אפטראגן פון דא. ער לייגט אונז אלע אין געפאר מיט זיינע ווערטער," האט סילענוס נערוועזערהייט געזאגט. ער האט זיך אומגעקוקט און געזעהן אז די פארזאמלטע האבן זיך צוביסלעך געמערט, און פון די פענסטער און הויפן האט מען געקענט זעהן נאך נייגעריגע געזיכטער. סילענוס איז געווארן מער און מער אנגעצויגן, פארכטנדיג זיך אז דער גענעראל קלעאנדער וועט צוזעהן דעם שפעקטאקל.

"פאטרוקלוס!" האט יאיר זיך פלוצלינג אנגערופן ווען ער האט געזעהן זיין ברודער, "דו האסט א געוואלדיגע קאפ וואס דו וואלטסט געקענט נוצן פאר תורה. דו וואלסט געקענט זיין פון די גרעסטע תלמידי חכמים, א פירער פון אידן. אבער דו פארקוקסט דעם אמת פאר א פאלטשן לעבן!"

פאטרוקלוס איז פאררויטלט געווארן פון זיין ברודער'ס רייד.

"לאז איבער די געזעהלשאפט פון די מערדער פון דיינע ברידער און שוועסטער, און ווער א קעמפער פאר ג-ט!"

"האלט דיינע ווערטער!" האט סילענוס זיך צושריגן. "די קעמפער פון וועלכע דו רעדסט זענען פאררעטער און פאנאטיקער!"

"קנאת ה' איז נישט פאנאטישקייט!" האט יאיר צוריקגעווארפן מיט אייפער, "די גענעראלן פון אנטיוכוס האבן אונז אנגעגריפן, פארשוועכט אלעס וואס איז אונז הייליג, און איינגעפירט געזעצן קעגן אונזער תורה וועלכע זיי האבן ענטצווינגן אויף אונז מיט פייער און מארד. איז דאס נישט פאנאטישקייט!?"

סילענוס איז שיעור ארויסגעשפרינגן פון זיין הויט פון די ווערטער. די ווערטער האבן פארדינט טויט אונטער גריכישע געזעץ.
ער האט געקוקט אויף פאטרוקלוס צו זעהן אויב ער וועט שטיל מאכן זיין ברודער און אים ארויספירן פון דארט, אבער פאטרוקלוס איז געשטאנען אין פארלעגענהייט נישט וויסנדיג וואס צו טוען מיט זיין ברודער און זיין קנאות.

סילענוס איז צוגעגאנגן צו איינע פון די סאלדאטן, ארויסגענומען דעם קסיפוס, א קורץ-שווערד, פון זיין שייד און עס געהויבן הינטערן רוקן פון דעם פייערדיגן יאיר. פאטרוקלוס האט געזעהן די דעהויבענע שווערד אין די האנט פון סילענוס געוואנדן צום רוקן פון זיין ברודער. ער האט נישט געוואוסט וואס עס איז איבערגעקומען, אבער ער געשטופט זיין ברודער ארויס פון די האנט גרייכונג פון סילענוס' שווערד. יאיר איז געפאלן פון דעם שטופ, און די שווערד איז געקומען גלייך פאר פאטרוקלוס' האלז. עס האט אים דורכגעשטאכן און דערשטוקט. און אין זיין לעצטע אטעם האט ער זיך געוואונדערט פארוואס זיין לעבן האט זיך געענדיגט אזוי פרי, און צי ער וואלט אמאל געקענט טרעפן דעם העלד אין זיך וואס ער האט אזוי לאנג געזוכט.



[align=center] דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול. [/align]
לעצט פארראכטן דורך אייוועלט פארמעסט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 9:23 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

זיער זייער פיין.

א פיינע שרייבער.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27208
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

זייער שיין אין געשמאק
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1539
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

א פאעטישער שרייבער, אראפגעמאלן לעבעדיג די שווערע צייטן פון די ערליכע אידן בימי המתיוונים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

שפראך איז א 5! הערליך שרייבעריש און אויך צוענד!
אינאלט איז אויך גאר גוט, א שיין קאפיטל היסטאריע גוט אראפגעלייגט, א 4!
אבער אווערראול לייג איך עס א 3, און דאס צוליב דעם ענדע...
כ'זעה נישט וויאזוי דער באשרייבונג ענדיגט זיך...
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער א רייכער שפראך, א הערליכער פעדער, זייער פאעטיש געשריבן, ווי @גריזים שרייבט. מורא'דיג גוט אראפגעמאלן די כאראקטער פון די מענטשן און קולטור פון יענע צייט.

אבער... עס פעלט אויסלייג אין די שורות. ווי אויך האט די מעשה נישט קיין ענד. איך וואלט עס בכלל נישט אנגערופן 'מעשה'. עס איז מער א 'דאקומענטרי' אראפגעלייגט מיט לעבעדיגע פיגורן.

נאך א זאך, דער קעפל האט כמעט גארנישט מיט די תוכן פון דעם ארטיקל זעלבסט.

אווער אלל, פאר זיין רייכע פאעטישע שפראך געב איך עס א 5 אבער פאר'ן תוכן געב איך א 3. אווער אלל 4.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין געשריבען די לעבן און געפיל פון יענע צייט, כ'האב מיך געשפירט ווי איך לעב פאר 2000 יאר צירוק.
אויב איז עס די אנהייב פון א פארזעצונג אדער פון די נס חנוכה איז עס מורא'דיג גיט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

די מעשה האט א פיינע ענד, סאיז נאר געשריבן זייער רייך און אביסל טיעף, וועלן מיר ווארטן דער שרייבער זאל אריינשיקן זיין ענטפער און איך וועל ארויס לייגן מיטן פארמעסט ניק.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אייוועלט פארמעסט
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 2:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט פארמעסט »

פונעם שרייבער:

הסברה אויף די ענדע פון "א אידישע העלד"

וואס איז די באדייט פונעם טיטל?
וואס באדייט די ענדע?

דורכאויס די מעשה קען מען קלאר פארשטיין וואס א גריכישע העלד איז. ער איז פיזיש שטארק, שפילט אין ספארט, און איז געלערנט אין גריכישע קולטור איבער "הערא" פיגורן. אין קורצן, דער גריכישער העלד איז געבילדעט און שטארק פאר זיין אייגענע רוהם. אבער וואס איז דאס א אידישע העלד? דאס דארפן די ליינער ארויסנעמען פון די מעשה כאטש עס איז נישט קלאר ארויסגעשריבן. די וועלכע האבן גע'מלט די קינדער און געלערנט תורה,און זענען דערפאר גע'הרג'עט געווארן על קידוש ה', דאס זענען אידישע העלדן. נישט געזוכט רוהם פאר זיך, נאר געלעבט, און אויך אויפגעגעבן לעבן, פארן באשעפער און די תורה. און דא קומט אן פאטרוקלוס, וואס ווערט ערווארטעט דורך זיין פארגריכישטע משפחה און חברים זיך אויפצופירן העלדיש, און עס גייט אים נישט. ער ציעט צו עפעס העכערס, אבער ער ווייסט נישט וואס. ער זוכט צו מאכן א נאמען פאר זיך מיטן בויען א טעאטער.

ווען ער באגעגנט זיין ברידער, דער קנאי, ווערט ער געשלעפט אין צווייען. די אמת'ע וויי געשרייען פון זיין ברודער, און די שפאט פון סילענוס. אין די ערשטע מינוטן דארף ער נישט נעמען א צד. ער קען שטיין אין די זייט און קווענקלען, אזויווי זיין נאטור. אבער אין די סעקונדע וואס ער האט געזעהן אז די שווערד פון סילענוס איז געוואנדן צו טויטן זיין ברודער, האט ער באקומען א שטארקן מאכט און אים געזוכט צו ראטעווען דורכן ארויסשטופן פון וועג. אבער ער איז נישט געווען גענוג שנעל, און די שווערד האט אים אנשטאט גע'הרג'עט. פאטרוקלוס האט זיך מקריב געווען פאר די לעבן פון א צווייטן, זיין רעליגיעזן ברודער, ווייל ווען עס געקומען דערצו און ער האט געמוזט מאכן אן אויסוואל האט ער געטוען דאס וואס נאר א אידישער העלד קען טאן: אויפגעגעבן זיין אייגענעם לעבן פאר יענעם.

נו, פארוואס'זשע, פרעגט איר, ענדיגט זיך די מעשה דא? ווייל דער העלד פונעם מעשה איז פאטרוקלוס, און אין אט די מאמענט וואס פאטרוקלוס האט אויפגעגעבן זיין לעבן צו ראטעווען זיין ברודער, דארט האט זיך געענדיגט זיין מעשה. ער וועט שוין נישט קענען קעמפן שפעטער ווען די מכבים וועלן שטעלן א דרייסטן אויפשטאנד קעגן די יוונים, ווייל ער האט שוין געצאלט דעם העכסטן פרייז, מיט זיין לעבן. אבער וואס איז די באדייט פון זיין טויט? האט ער סתם פארלוירן זיין לעבן? ניין. אין זיך מקריב זיין צו ראטעווען זיין ברודער, וועלכער האט געקעמפט פאר תורה און קעגן גריכישע קולטור, איז ער געווארן א העלד. נישט א גריכישע העלד וואס ער האט אלץ געמיינט אז ער וועט זיין, נאר א אידישע העלד.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

הערליכע שפראך.. מיט א קונץ אריינצולייגן אין זייטיגע פרטים די מאורעות הזמן, מסירות נפש פון די יודן וכדו'.
חוח בין השושנים האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 26, 2022 9:05 pm
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

גאר גוט געשריבן. עכט רייך. און געשמאק צום ליינען! הנאה געהאט. שכוח.
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אויסטערליש רייך!!!

ווען א מעילער וויל אראפ מאלן א סצענע איז דא עטליכע וועגן דאס צו טון. לאמיר נעמען לדוגמא מאלן א בילד ווי דער האומלעס שטייט אין די זייט ביים מארק און רייכערט זיין ציגארעטל. סקאיז דא דער פשוטקער מעילער וואס וועט אראפ מאלן דעם פרעים ווי ער שטייט דארט מיט זיין ציגארטעל, ער וועט צולייגן אז די איספירעישן וואס ער האט געהאט ביים מאלן איז געווען בלא בלא בלא..., שטייצעך אין די דעסקריפשן פונעם בילד וועט שטיין דאס פאלגנדע: דער היימלאזער ביים מארק: ׳ווען וועל איך זיין דארט?׳. יעדער ועט באווינדערן ווי מורא׳דיג שיין די בילד איז.

דערנאך איז דא דער וואס באגעניגט זיך נישט מיטן שרייבן פון אונטן אז דא איז אין מארק, נאר ענדערש לייגט ער צו אינעם בעקראונד דעם מארק, אזוי אז דער וואס קוקט דעם בילד וועט שוין ביים קוקן דעם בילד זעהן אז דאס איז אין מארק, און אזוי איז דא מדריגות בעסער און בעסער ווי אזוי צו מאכן דעם קוקער אז בשעת׳ן בליקן אויפן בילד זאל ער פארשטיין דעם מעסעדזש.

אבער עולה על כולם איז א מעילער וואס פארן מאלן איז ער נאכגעגאנגען און געמאכט ריסורטש, וועלכע קליידער פלעיגט דער פעדלער גיין בשנת 1765, וועלכע קאלירן פלעגט זיין פאפולער ביי די סוחרים, וועלכע מינע סחורה פלעגט מען פארקויפן, מיט וועלכע דאטשיק פלעגט גיין דער ראש הקהל און מיט וועלכע שיך פלעגט דער סוחר גיין, פלעגט מען שערן די בערד, אריינדרייען אדער גאר לאזן אינדרויסן צופלאטשקעט לטבות דעם ווינט. און אזוי ווייטער און ווייטער.
ווען דער מעילער מאלט אראפ דעם בילד, דארף ער גארנישט צו שרייבן פון אונטן, ווען מ׳באטראכט דעם בילד קען מען שטיין פארגאפט פאר שעות און קוקן און נישט זאט ווערן, פונעם מעין סצענע זעלבסט אבער אויך פון די אלע דיטעליס ארום, כאטש דער קוקער וועט נישט אין אכט נעמען אז די שיך האט ער דיקא געמאלן ברוין און נישט שווארץ, און דעם סוחר׳ס האט ער מיט א סיבה נישט געגעבן צו רייכערן בעוד דער גויאטש וואס דריידט זיך דארט גייט מיט לענגערע האר און נישט געשניטן קורץ.
ביי אזא בילד ווען מ׳באקוקט דעם שנארער מיטן ציגארעטל, דארף מען שוין נישט שרייבן וואס טראכט ער, מיטן קוקן האסטו שוין אלעס ארויס אזש דו פילסט פלוצים ווי דו שטייסט דארט און דו ביסט פארזינקען און זיינע מחשבות.

דער ארטיקל איז א מייסטער פיעס אין די חלק, איך ווייס נישט צו פרקאלוקוס (דענק איך שוין נישט די נאמען...) איז טאקע א יוונישע נאמען, אבער מיטן צולייגן קאפ וועלכע נאמען יעדן צו געבן, די לעידער וואס זיי קויפן, די פארמעטע בריוון און אזוי די זייטיגע פרטים עד אין מספר, דארף מען גארנישט צולייכן, נישט דו פארשטייטס דעם ארטיקל נאר מיטאמאל לעבסטו בימי מתתיהו בימים ההם טאקע בזמן הזה.

די שפראך קען איך נישט העכט רעיטן ס׳איז צו הויעך... ס׳דערמאנט מיר זייער פון זכריה האפפמאן׳ס בוך והצלתי איך בין דארט געווען. איך ליין נישט צו סאך ביכער ווייל איך האב ווייניג געדולד, אבער יענער בוך האט מיר זייער אריינגעשלעפט פילנדיג אז איך בין דארט כפשוטו, ער פארט אויך מיט די מהלך פון נעמען א זייטיכן מצרי/עברי און פוינטן גאנץ יציאת מצרים אויף איהם און אויפן וועג אויסקלראן אלעס ארום,דער שרייבער האט דא געטון די זעלביגע, ער האט דא ארויסגעבערנגט די ימי המתייונים און די גזירות ארום און דיר אריילייגן אינעם זמן ומקום מיט נעמען איין העלד און איהם באשרייבן.

די תוכן, די מעסעדזש האב איך מלכתחילה נישט אזוי ארויסגעהאט אבער נאכן אויסקלארן איז דאס עפעס מורא׳דיג!

ווייס איך יא ווער דער שרייבער איז, אי מלכא את, אמאי לא קאתית לגבאי עד האידנא? דו האסט טייערע סחורה און דו לאזט אונז דא אן אונז הנאה צו געבן פון דיינע ווערק משכ׳ן יאר היתכן לעשות כן בישראל?! זאפארט פאק אויס דיין טישל און פארקויף אונז דיינע סחורה!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

ממש לעיבעדיג אראפגעשפילט
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

איינס האט געשריבן: ווייס איך יא ווער דער שרייבער איז, אי מלכא את, אמאי לא קאתית לגבאי עד האידנא? דו האסט טייערע סחורה און דו לאזט אונז דא אן אונז הנאה צו געבן פון דיינע ווערק משכ׳ן יאר היתכן לעשות כן בישראל?! זאפארט פאק אויס דיין טישל און פארקויף אונז דיינע סחורה!

איך מיין אז פונעם זעין די אנדערע קאמענטארען, און וויפיל ניקס האבען געוועלט אויף די שטימען דאהי ווערסאס ביי די אנדערע מער געפילישע ארטיקלען, קען מען זייער גוט פארשטיין די פראפעסיאנאלע שרייבער פון די דאזיגע ארטיקל פארוואס ער איז אונז נישט מזכה מיט נאך ארטיקלען, ווייל דא דרייען זיך נישט דווקא די גרויסע מבינים אין שרייבעריי, אזויווי מען האט אויך געזען ביי די לעצטע פארמעסט ווען א געפילישע קרעטשמערישע סטייל ארטיקל האט געוואנען איבער די מייסטער ארבעט פונעם גאר פראפעסיאנאלער שרייבער @יענג2020, איז פארוואס זאל די שרייבער אריינלייגען לאנגע שעות אין א פראפעסיאנאלער שרייבעריי ארט ווען ס'ווערט אפילו נישט רעספעקטירט און אויסגענוצט (ד. ה. אז רוב ליינער האבען מסתמא בכלל נישט טיף אריינגעטראכט אין דער ארטיקל צו מיטפילען די מעשה און ארויסנעמען פון דעם וואס מען קען באמת ארויסנעמען פון דעם)?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19693
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ניט גערעכט
נניח אז נישט יעדער וועט הנאה האבן אבער ווען א ארטיסט מאכט א שטיקל איז דאס בדרך כלל געאייגנט נאר פאר א קומץ
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

רב פנימחדשות
די קונסט פון א גוטע שרייבער צו ארויסברענגען א געלונגענע ארטיקל אז נישט די ארט פון שרייבעריי וכדו',
די קונסט איז א ארטיקל וואס איז צוענד, דראמאטיש, קלאר און פליסיג.
אויב ווען מ'לייענט די ערשטע שורה ווער איך נישט נייגעריג וואס גייט שטיין ווייטער, אדער אויב דארף מען איבערלייענען א פאראגראף 3 מאל צו כאפן פון וואס דער שרייבער רעדט, דאן איז דאס נישט מהנה דעם לייענער אפי' אויב ס'איז גאר טאלאנטפול און ארטיסטיש געשריבן.
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
זיסע פיש
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 06, 2020 11:36 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסע פיש »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן: רב פנימחדשות
די קונסט פון א גוטע שרייבער צו ארויסברענגען א געלונגענע ארטיקל אז נישט די ארט פון שרייבעריי וכדו',
די קונסט איז א ארטיקל וואס איז צוענד, דראמאטיש, קלאר און פליסיג.
אויב ווען מ'לייענט די ערשטע שורה ווער איך נישט נייגעריג וואס גייט שטיין ווייטער, אדער אויב דארף מען איבערלייענען א פאראגראף 3 מאל צו כאפן פון וואס דער שרייבער רעדט, דאן איז דאס נישט מהנה דעם לייענער אפי' אויב ס'איז גאר טאלאנטפול און ארטיסטיש געשריבן.

א גיטע שרייבער איז איינער וואס קען נעמען נושא וואס איז נישט אינטערעסאנט און עס מאכן אינטערסאנט, א אמת'ע פארמעסט וואלט געווען ווען מען געט פאר יעדעם די זעלבע נושא אויף וואס צושרייבן און מען וועלט ווער עס איז די בעסטע.
וידגו לרב בקרב הארץ.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

כשם שפרצופיהם אינן שוות כך דעותיהן אינן שוות.

איך פערזענליך שטים טאקע לויט די מהלך פון @כאניש, ווייל דאס איז וואס אינטרעסירט מיר, אבער למעשה ליגט גרעסערע קונץ אין א ארטיסטישע סטייל ארטיקל, און יענץ איז מער שרייבעריש, אנדערע וועלען עס אפילו צושטעלען צו זיסווארג ווערסאס א גוט שטיקל פלייש, וואס אלע קינדער וועלען קלייבען די זיסווארג, אבער עלטערע מענטשען וועלען קלייבען די פלייש, די זעלבע דאהי, די פשוטע ליינער, און מיר צווישן זיי, וועלען גיין לויט וועלכע ארטיקל ציט בעסער די ליינער און שלעפט בעסער און גרינגער אריין אין די מעשה, אבער די שרייבער דאהי וועלען מסתמא שטימען לויט אנדערע קרייטיריעס.

איך בין פריער בלויז געקומען מסביר זיין בדרך אפשר פארוואס די שרייבער פון די דאזיגער ארטיקל שרייבט נישט מער ארטיקלען אויף דער פלאטפארמע.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5496
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך וואלט דאס ביז דערווייל אנגערופן א געווינער. אריינטראגן אין א תקופה מיט איר לערע, אזוי קלאר.
שויתי ה' לנגדי תמיד
יענקל יאזעפאוויטש
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 02, 2020 2:15 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל יאזעפאוויטש »

איך האב גאר גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל און איך וויל מחזק זיין דאס ארויסגעבן אזעלכע ארטיקלען כאטש עס רעדט נישט צו יעדען צו א דימאנט פארשטייט אויך נישט יעדער
א הערה: למעשה איז די העלד געווען פאטרוקולוס דער מתיווני דער אנדערער ברודער וואס האט איבערגעלאזט א גליקליך און רייך לעבן און ער איז געגאנגען קעמפן מיט אפאר פאנאטיקער וואס וואוינען און היילן זיין מעשה איז לכאורה פילפאכיג אינטערעסאנטער און עס באדערט מיר אביסל אז מען האט נישט געלייגט מער פאוקאס אויף אים
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב זייער זייער הנאה געהאט פון דעם ארטיקל, ס'שלעפט בלי שום ספק אריין אין די מצב און געט א לעבעדיגע געפיל פון יעדן אספעקט.
די שפראך איז געוואלדיג און זייער נאנט צו פאעזיע, אזויווי אנדערע האבן שוין דערמאנט, און די (נישט)ענד איז אויך א קונסט וואס פאעטן באנוצן זיך צו לאזן דעם לעזער צוגעבונדן און געשפאנט אפילו נאכן ענדיגן ליינען.
איך געב עס א 5\5\4 רעיטינג.
אין די פארמעסט גופא וואלט איך געוואלט זעהן ארטיקלען פון א אנדערען סטיל, סאו איך גיי פאר איין פינטל.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דאס איז די אמת׳ע מעלה פון א פארמעסט עס פארלאנגט פונעם שרייבער צו גיין ביזן מאקס פון זיין טאלאנט און אט ממש דאס האט דער שרייבער געטון. די בילד וואס ער שפילט דא אראפ קומט פון שעות שעות הארעוואניע. א מארק שמעקט פון א מארקעט, די קערעקטארס זענען לעבעדיגע און ממש פאר די אויגן, די נעמען זענען פונעם אמאל, אפילו דאס שרייבן "אווענדמאל" גיבט אזויפיל צו צום חן.

איי לאווד איט
אוועטאר
אזוי גאר!
שר תשעת אלפים
תגובות: 9279
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע:עולם השפל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

זייער גוט אראפ געברענגט די אמילגע לעבן, עכט הנאה געהאט צו ליינען
די שרייבער קען ארויס געבן א בוך
די אויספיר וואלט געקענט זיין בעסער
זאל איך גיין ביים צענער?
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5885
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע:שיך
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

דער אויספיר העט ווען געדארפט זיין קלארער, אבער נאכן איבערטראכטן דער לעצטע שטיקל האט מען עס שטארק ארויס, אבער דער מעשה ענדיגט זיך אזוי שנעל אז עס געט נישט צייט צי טראכטן.

זייער רייך געשריבן
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10329
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #5 - א אידישע העלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

א וואַו פון אן ארטיקל!!!

די שילדערונג סטיל און די טו-דע-פוינט אויספיר דערמאנען מיר פון מיין פעיוואריט "דער קעניג פון די שנארערס" אין מעלות (ווער געדענקט?). דער שרייבער פארמאגט אין זיך אלע אייגנשאפטן וואס א שרייבער דארף האבן: ברייטע ידיעות; א רייכע לעקסיקאן; און א גרעניצלאזע פאנטאזיע.

איך וואלט דאס גענומען אין באטראכט אלס געווינער, אבער כ'האב נאכנישט געליינט אלע איבריגע.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”