פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אינהאלט | שפראך | אווער אלל | אריינגיין אין פיינעל?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 3:47 pm

5
1%
★★
1
0%
★★★
4
1%
★★★★
4
1%
★★★★★
118
23%
3
1%
★★
1
0%
★★★
10
2%
★★★★
12
2%
★★★★★
102
20%
2
0%
★★
1
0%
★★★
7
1%
★★★★
13
3%
★★★★★
107
21%
5
1%
••
12
2%
•••
102
20%
סך הכל שטימען: 509

אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

[align=center] [/align]

אן ארטיקל... אן ארטיקל... דאס זענען געוועהן די ווערטער וואס זענען מיר געשטאנען פאר די אויגן, זינט די מודעה איבער די בעפארשטייענדע שרייבעריי פארמעסט איז ערשינען צום ערשטן מאל צווישן די שפאלטענעס פון אייוועלט.

נו, אויב שוין יא שיקן אן ארטיקל דארף מען דאך אויפקומען מיט עפעס יוניק, עפעס וואס זאל ארויסשטארצן און כאפן אן אויג, כ׳מיין, דאס איז דאך די אפטייטש פון א פארמעסט, יעדער זוכט ארויסצוברענגען זיינע כשרונות צום מאקסימום.

אבער וואס רבש״ע שרייבט מען, וועלכע נושא איז נאכנישט אויסגעדראשן געווארן צום מאקסימום?
אפילו די געדאנק פון אן ארטיקל איבער נישט האבן וואס צו שרייבן איז שוין גענוצט געווארן עטליכע מאל.
שוין, בכל אופן, איך וועל מוזן טראכטן וואס צו שרייבן אן אנדערע מאל, יעצט אבער דארף איך לויפן, מיין פעטער שמעון יחזקאל מאכט דאך חתונה זיין אינגסטע קינד היינט נאכט, איך דארף זעהן צו זיין אין צייט.


***


זיצנדיג ביי די חתונה, פרוביר איך פון אונטערן טיש צו ציען עפעס א שמועס מיט מיין קאזין יאנקי. וויאזוי הייסט דער זינגער דא ביי די חתונה, פרעג איך יאנקי׳ן בשעת דער וועיטער סערווירט די פלייש צו אונזער טיש, אה, דער זינגער? כ׳קען אים גראדע גראדע גוט, זאגט יאנקי, ער פלעגט לערנען אין אונזער תלמוד תורה צוויי כתות העכער מיר.

איך כאפ א שנעלן בליק אויפן זינגער, עה... זאג מיר יאנקי, איז אלעס בסדר ביי אים? קוק אים אן ווי אזוי ער זעהט אויס, די אויגן שטייען אים נישט גראד, די בארד איז אינגאנצן אפגעשוירן, דינע שטריקעלעך פיאות ציען זיך אראפ ביז די לענדען, איז ער געהעריג אין ארדענונג?

גארנישט גייט נישט פאר ביי אים, ער איז גראדע א וואוילע אינגערמאן, איז יאנקי מסביר, דאס איז יעצט די סטייל, אזוי גייט עס מיט די היינטיגע סעלעבריטי׳ס, פארשטייסט? זיי מוזן זיך אהערשטעלן.

און איך וואונדער זיך שטילערהייט, וואס פאר א מין באשעפעניש איז דאס סעלעבריטי׳ס?

היפש שווער איז מיר אנגעקומען ארויסצוקריכן פון בעט דעם קומענדיגן אינדערפרי, אז מ׳לייגט זיך שפעט שטייט מען אויף שפעט קומט מיר אין זכרון עפעס גירסא דינקותא.

א קילע ווינטל האט מיך אנטפאנגען ווי נאר איך האב ארויסגעטרעטן אויפן גאס מאכנדיג מיין וועג צום ביהמ״ד. די דיקע צייכענעס פונעם קישן דערקענט זיך נאך אויף מיין פנים, די פיאות נאך צופלאטשקעט. און אזוי מיט איין שוך בענדל אפן, שטעל איך מיינע טריט אריין אין קאווע שטיבל, מיט די האפענונג אז אפשר וועט די ווארימע קאווע אויף עפעס א וועג משלים זיין מיינע פארפאסטע שעות שלאף.

מיט די קאווע שוין אין די האנט, פרוביר איך צו קאנצעטרירן מיינע פארקלעפטע אויגן אויפן טעגליכע צופרי בלעטל, מעגא בלעק פריידעי סעיל, שרייט ארויס דער קאלירטע אנאנס פון לשובע טעיקאויט מיט גרויסע אותיות, קויפט א פולל סייז טשולענט דעם ליל שישי, און באקומט א סלייס קיפטשיק גענצליך אומזוסט.

א הויעכ'ע גוט מארגן געוואנדן אין מיין ריכטונג, דערוועקט מיך פלוצלונג פון מיין קאנצעטראציע.

א גוט מארגן מושי גרוס איך צוריק מיט א נאך האלב פארשלאפענע שטימע, זאג משה, דו קענסט אפשר נטע פון די פלעיס?

די ווייסט וועם איך מיין, נטי דער וואס האט געשפילט קעי. דזשי. בי. הויפט דעם פארגאנגענעם חול המועד?

כ׳האב קיינמאל געוואוסט אז ער פארשטייט צו עסן, גיב א קוק דא אויף די לשובע׳ס עד, צייג איך מושי׳ן די עד מיט א גרויסע בילד ווי דער נטע בייסט אריין און א עוג מלך הבשן סענדוויטש מיטן גאנצן אפעטיט, ער האט עפעס א שותפות מיט לשובע? ווען איז דאס געשעהן?

וואס פארשטייסטו נישט, לאכט מושי, דער נטע האט גארנישט מיט די עסן אינדוסטרי איינגעשטויסן, לשובע טעיקאוט האט פשוט געוואלט האבן א קנאקעדיגע עד וואס זאל כאפן דעם עולם, האבן זיי געצאלט גרויס געלט פאר א סעלעברעטי זאל זיך לאזן פאטאגריפירן פאר זיי, אזוי ארבעט עס אין די היינטיגע מארקעטינג וועלט.

אהא, דאס איז די געדאנק הייסט עס, ס'איז אייגנטליך נישט דאס ערשטע מאל איך שטויס מיך אן אין אין אזא סארט איינפאל.

עס שווימט מיר ארויף אין זכרון די זיסע מעשה׳לע פון מיינע ישיבה יארן, ווען יאסעלע דער טיכטיגע שטריימל אגענט, וועלכע האט באוויזן אנצופירן זיין ביזנעס אין געהיים, טראץ דעם שטרענגן פארבאט פון די הנהלת הישיבה אויף אגענטן פון סיי וועלכע סארט, האט משכנע געוועהן איינער פון די גרויסע תומכי הישיבה צו ערזעצן דעם אלטן פלאכן מצה שטריימל פונעם ראש ישיבה, מיט א נייע הערליכע שטריימל באצירט מיט שווענץ און א קרוין, לכבוד די חתונה פונעם ראש ישיבת אן אייניקל.

יאסעלע האט געהאלטן אז אזא זאך וועט מאכן א שטארקע סטעיטמענט, זאלן אלע בחורים זעהן וואסערע שטריימל יאסעלע קען אהערשטעלן.

די שמחה האט אבער נישט לאנג געהאלטן, ווען דער ראש ישיבה, וועלכע האט בלית ברירה מסכים געוועהן אנצוטוען דעם נייעם שטריימל נישט וועלנדיג פארשעמען דעם נגיד, האט אריינשפאצירט אין בית המדרש מיט׳ן נייעם פראכטפולן שטריימל אויפן קאפ. אבער געוואלד, וואס איז געשעהן מיט׳ן קרוין? דער הערליכע קרוין באצירט מיט ווייסע הארעלעך איז איינפאך נישט דא מער.

ווייזט זיך אויס אז דער ראש ישיבה האט געהאלטן אז דער נייע שטריימל איז צו הויעך, איז ער אויפגעקומען מיט די המצאה, פשוט אפצושניידן די קרוין מיט א שערל... פאר אונז בחורים האט דער עפיזאד בסך הכל געקאסט א שמייכל, ופני יאסעלע חפו.

אקעי, סאוי זאכן האבן אן צו פאלן אין פלאץ ביי מיר אין קאפ, ווייזט אויס אז דאס וואס איז אין מיינע יארן געוועהן א ראש ישיבה, איז היינט טראנספארמירט געווארן צו סעלעבריטי׳ס, די חברה זענען היינט פאפולער, און דער עולם רעכנט זיך מיט זייער מיינונג.

סוף זמן תפילה השני א האלבע שעה ארום! הערט זיך מיטאמאל דער אויטאמאטישע אויסרוף איבער די ווענט פון ביהמ״ד, דינענדיג אלס דערמאנונג אז דער טאג בלייבט נישט שטיין, מ׳דארף גיין דאווענען, און נאכער לויפן אין ארבעט אריין עפעס אויפטוען פאר אידישקייט.

אנקומענדיג אין אפיס האב איך כמעט ווי פארגעסן פון מיין מידעקייט, ס׳איז א פארנומענע ארבעטס טאג, ארדערס דארפן דעליווערט ווערן, פרישע סחורה דארף ווערן באשטעלט, ביזנעס עז יוזשעול.

זייענדיג פארנומען מיט א שווערע קאסטומער וועלכע עקשנ׳ט זיך אז זיין ארדער מוז זיין דעליווערט שוין אויף מארגן צופרי, הערט זיך פלוצלונג א קלאפ אויפן טיר, חיים, מיין ארבעטס קאלעגע שטייט דארט אינגאנצן עקסיידעט: מיין חבר האט יעצט געפאויסט א קליפ, דו מוזט עס זעהן, זאגט חיים מיט עקסטאז אויסשטרעקנדיג זיין פאון צו מיר, כ׳זאג דיר די חברה זענען גוט, די קליפ גייט גיין וויירעל.

איך הייב אן קוקן די קליפ, א גאנצע גרופע זינגערס זינגען עפעס א ניגון וועגן בחורים מיט ישיבות, צווישן זיי דערקען איך נישט מער און נישט ווייניגער, דער שמוטפנה וואס האט געזונגען נעכטן ביי די חתונה, ווייזט אויס אז ער האט אויך וואס אריינצורעדן אין די נושא... האלא, ס׳איז גוט וואס? זאגט חיים צוריקנעמענדיג זיין כלי, אקעי, כ׳מוז עס שיקן ווייטער פאר מיינע קאנטעקטס, וויל טאלק, זיי געזונד.

איך פארשטיי באמת נישט וואס דא גייט פאר? פרוביר איך צוזאמשטעלן נאך וואס חיים האט פארלאזט מיין אפיס, וואס האט זינגען מיט חינוך איינגעשטויסן? די פראבלעם מיט ישיבות איז טאקע נישט אוועקצומאכן, אבער דער לא יוצלח ווי קומט ער דא אריין? וועמען אינטרעסירט אפילו וואס ער האלט? איז דער חיים באמת פאררוקט? דער זינגער איז זיין מורה דרך?
אה, סעלעבריטי׳ס, כאפ איך מיך ביים קאפ, איך האב געמיינט אז בסך הכל איז ער א מבין אויף דזשעלי פיאות, שמאלע הויזן, און אפשר אויך צו סענדוויטשעס, יעצט ווער איך גאר געוואר אז אין חינוך איז ער אויך א מבין ...

***


"הודעה פרטית חדשה התקבלה", לאזט מיין אימעיל זיך הערן,
א נייע מעסעדזש האט נארוואס געלאנדעט אין מיין אישי קעסטעלע,
קיבלת הודעה פרטית חדשה מ־"איינס" לחשבונך ב־"אידישע וועלט פארומס" עם הכותרת "אייוועלט פארמעסט"
תוכל לצפות בהודעה החדשה שלך על־ידי לחיצה על הקישור הבא...
אקעי אן אישי פון @איינס, וואס וויל ער?
Re: אייוועלט פארמעסט
געשיקט אום: פרייטאג דעצמבער 11, 2020 10:55 am
פון: איינס
צו: .....
וועלכע נושאים ווילסטו שרייבן
ידיעות, היסטאריע, מחשבה?

אוי וויי, די פארמעסט, כ׳האב אינגאצן פארגעסן, כ׳האב נאכנישט אנגעהויבן טראכטן וואס צו שרייבן, איין מינוט, ווער זאגט אז כ׳האב נישט וואס צו שרייבן?.. פארוואס נישט שרייבן פון... בינגא, מ׳גייט שרייבן וועגן די נייע סטייל "סעלעבריטי׳ס".

ווייסטו וואס, בליצט מיר אויף א געדאנק, אויב שרייבט מען שוין וועגן סעלעבריטי׳ס, לאמיר אפהאלטן אן אינטערוויאו מיט א היימישע סעלעברעטי, דאס וואלט געווען א יוניק איידיע פאר די שרייבעריי פארמעסט.

אלזא חברה, זענט עטס גרייט?

***


עס איז שווער צו טרעפן א היימישע איד וואס האט נאכנישט געהערט דעם נאמען פון ר׳ עוזיאל פּלאממערמאן, אדער "עוזי דער פלאמבער" ווי ער ווערט גערופן אין די פלאמבינג וועלט, דורכאויס די פארגאנגענע עטליכע יאר, האט זיך עוזי ערוואבן א נאמען אלץ דער מלך ה'פלאמבערס, באווייזנדיג צו ברענגען א רעוועלוציע אין די וועלט פון היימישע פלאמבונג.

א גוטע נאמען גייט ווייט זאגט די וועלט, די גוטע נאמען פון עוזי דער פלאמבער שטעלט זיך נישט אפ ביי די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן, פון לאנדאן ארץ ישראל און ארום די גאנצע וועלט ווערט עוזי גערופן אויפצוטרעטן ביי דינערס איווענטס און גרויסע פארזאמלונגען, ווי עוזי באווייזט צו עלעקטערעזירט די מאסן ביי יעדן אויפטריט, מיט זיינע חידושים און בליציגע ראיונות.

איך זעה נישט וואס איך זאל קענען צוגעבן מיט א אינטערוויאו, זאגט עוזי מיט אן עניוות׳דיגע שמייכל אויסגעשפרייט איבער די ר׳ ישעי׳ בן ר׳ משה בעקעלעך, אלעס וואס דו ווילסט וויסן און שרייבן, קענסטו שוין זעהן אויף מיינע ווידאוס, דזשאסט טשעק אויט מיי אקאוינט, קען עוזי נישט פארשטיין פארוואס איך וויל דוקא א אינטערוויאו.

נאכן געבן אנצוהערן אז דאס איז א ספעציעלע פראיעקט פאר די שרייבעריי פארמעסט אויף אייוועלט, ווי רוב באנוצער האבן נישט קיין צוטריט צו סאושעל מידיא, איז עוזי מסכים אראפצוגעבן אפאר מינוט פון זיין צייט פאר א קורצע שמועס.

איז א גוט יאר ר׳ עוזי, לאמיר צוגיין גלייך צום ענין, אויב איר קענט אונז אראפגעבן אין קורצע ווערטער אייער היסטאריע, פון ווען איר האט אנגעהויבן טוען די ערשטע מאל אין פלאמבינג, ביזן ווערן וועלט בארימט אלץ עוזי דער פלאמבער?


איז אזוי, מיין קשר מיט פלאמבינג האט זיך שוין אנגעהויבן פון אלץ קליין קינד, מיין מאמע פלעגט מיר כסדר זאגן, עוזי'לע, דו וועסט נאך איין טאג זיין א גרויסע פלאמבער, סיי ווען ס׳האט זיך געמאכט אינדערהיים עפעס א פראבלעם, א סינק האט זיך פארשטאפט צו א טוילעט, בין איך געוועהן דער וואס האט אלעמאל געוואסט ווי אזוי צו פארעכטן.

פלאמבונג האט אייביג גערעדט צו מיר, ווען איך פלעג זעהן א פלאנדשזער האב איך געפילט ווי די פינגערס קיצלען מיר, אלץ אינגל אין קעמפּ בשעת מיינע חבירים פלעגן זיך שפילן, פלעג איך זיצן שעות און באטראכטן די פייפס פון די באנקס און די קאך, איך האב געהאט די גאנצע פלאמבונג סיסטעם פונעם קעמפ אויף מיין האנט פלאך.

שפעטער אלץ בחור פלעג איך זיך כסדר ארויסכאפן פון ישבה ווען דער משגיח האט נישט באמערקט, און גיין צו מענטשן אינדערהיים העלפן אויפשטאפן טוילעטס און פארעכטן וואס עס האט זיך אויסגעפעלט, ווען איך האב חתונה געהאט אין גוטע שעה, און מ׳האט געדארפט ברענגען פרנסה אין שטוב, האב איך מיך אפיציעל ארינגעלייגט אין די ליין, פון אנהויב איז עס נאך געוועהן געווען אויף א קליינע פארנעם.

מיט די צייט איז עס צוביסלעך געוואקסן מענטשן האבן אנגעהויבן רופן מער און מער, און ווי מ׳זאגט... די רעסט איז היסטערי.

פיין, איז נאך אזויפיל יאר אין די ליין, וויאזוי וואלט איר געזאגט, האט פלאמבינג אפעקטירט פריוואטע לעבן?

פלאמבינג איז זייער פאפולער היינט צו טאגס, א פלאמבער ווערט אויטאמאטיש א פובליק פיגור, מענטשן פאלאויען דיך, מענטשן זענען נייגעריג צו הערן וואס דו האסט צו זאגן, מ׳שטעלט דיך אפ אויפן גאס אין ביהמ״ד און ווי אימער, און פארשטייט זיך מ׳דארף זעהן עס אויסצוניצן פאר גוטע זאכן, איך פאר כסדר ארום אין שפיטעלער און אין די תפיסות, ס׳דא נעבעך אזוי פיל צובראכענע אידן, און מ׳פרובירט ארויף צוברענגען ביי זיי א שמייכל אויפן פנים.

איך קען דיר גארנישט זאגן וויפיל מ׳קען אלץ אויפטוען, איך האלט אין איין צוריק הערן פון מענטשן וואס מיינע ווידיאו׳ס האט ממש געטוישט זייער לעבן, הערשט פאריגע וואך בין איך געווען אויף א שבתון ביי איינע פון די ארגענעזאציעס וואס רופן מיך כסדר, נאך שבת קומט צו מיר א אינגערמאן און מיט טרערן אין די אויגן זאגט ער מיר, עוזי שוין א שטיק צייט וואס איך בין היבש נאכגעלאזט אין אידישקייט, זאלסט וויסן דיין אויפטריט דא האט מיך זייער געכאפט, איך גיי אנהייבן לייגן תפילין יעדן טאג א דאנק דיר.

בכלל איז היינט איז געווארן א וועלט וואו כוללים ווארפן זיך מיט אינגעלייט, מ׳זאגט אפ אינגעלייט בלויז ווייל ער קומט אביסל שפעט, אדער ער איז צופיל ביזי מיט זיין טעלעפאון, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס טרעפט נישט קיין כולל געהעריג, מ׳ווארפט זיך ארום מיט אים, האבן די מאטעוועישן צו לייגן תפילין יעדן טאג? מ׳דארף וויסן אז מ׳שפילט זיך דא מיט אידישע נשמות.

ר׳ עוזי אונז וואס קענט איר אונז עפעס זאגן, וואס זענען אייערע פלענער אויף ווייטער?

יא, אי״ה מ׳גרייט זיך אויף די גרויסע שוי דעם חוהמ״ד, "אונטערן סנעיק", די פארשטעלונג גייט זיין עפעס "אויט אויף דיס ווארלד", עפעס וואס איז נאך נישט געוועהן אין די היסטאריע פון היימישע אינטערטעימענט, למשל, אונז האלטן יעצט אינמיטן אויסארבעטן די פלענער צו קענען ארויפברענגען אויפן סטעידזש א עכטע John To Go, אזוי אז ס׳וועט זיך שפירן גאר עכט, און בעז״ה וועט דער עולם שטארק הנאה האבן.

צום שלוס ר׳ עוזי, וואס איז אייער מעסעדזש פארן ציבור?

מיין מעסעדזש איז זייער סימפל, איי לאוו יו אלל, האשעם לאווס אז אלל, און הער אויף צו דזשאדזשן מענטשן, דו קענסט קיינמאל נישט וויסן צו יענעמס רבי איז געוועהן צו שטרענג אין חדר, אדער איז זיין מאמע געווען צו אנגעצויגן ערב פסח, באדעם ליין, יו קאלד נעווער נוי וואטס ביהיינד דיס, סאו יו קענט דזשאדזש עניוואן.

פיין, א גרויסע שכח עוזי פאר אייער טייערע צייט הצלחה רבה.

***


ענק קענען מיר אפשר אנקוקן ווי א בעל דמיון, אבער לאמיר זיין א מינוט אפן מיט זיך אליין, דו געדענקסט נאך אפשר, וויאזוי דו האסט אנגעקוקט דיין זיידע ווען ער האט געלערנט אין די אלטע גמרא, וואס מ׳האט נישט געוואוסט ווי הייבט זיך אן א רש״י און ווי ס׳ענדיגט זיך, בשעת דו האסט געלערנט און די נייע הערליכע דרוק מיט קלארע מסודרד'יגע דברי המתחיל.

די וועלט בלייבט נישט שטיין, פונקט ווי דו פארשטייסט אז אונזערע קינדער וועלן לאכן פון אונזערע גמרות, ווען זיי גייען אנקומען מיט די לעצטע ווערסיע קאמיקס גמרות, אזוי גייט קומען א צייט, ווי זינגערס, כאר פירער, אקטיארן, פראדוסער, גייען זיין פשוטע בעלי מלאכה, קיינער גייט זיי נישט אנקוק׳ן, קיינער גייט נישט זיין נייגעריג וואס זיי האבן צו זאגן.

פלאמבערס גייען איבערנעמען די זאך, זיי גייען עפענען ישיבות, פארן אויף אומאן, ר׳ ישעי׳ בן משה׳נען,אלעס גייט זיין די פלאמבערס, זיי גייט מען פאליוען, ניצן פאר אדווערטייזמענט, און זאגן וועלכע קאנדידאט צו שטימען.

אלזא, מיין ליבע פריינד, אויב האט מען פון הימל דיר געגעבן כשרונות, און דו האסט א געפיל פאר פלאמבינג, לייג דיך אריין דערין אלל די וועי, דו קענסט נאך איין טאג גרויס ווערן, און געדענק'זשע גוט דעם יסוד ברודער מיינער,

אויב ווילסטו זיין א גוטע פלאמבער - אראפ מיט די בארד!

[align=center] דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! גיבט אפ אייער רעיטינג אויפ'ן ארטיקל, און לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול. [/align]
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
באטעמטקייטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע:עראונד דע קארנער

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטעמטקייטן »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אייזן. געוואלדיג. כהאב דיר נישט קיין ווערטער....
יויש.... ביסטו גוט!!
אוראייניקל האט געשריבן:
יותר ממה שטעמטי רוצה לכתוב.. אורי רוצה למחוק...
טעמו וראו כי...
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10329
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p-פיין!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע:אנאנימע סאורסעס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol::lol:;l;p-;l;p-

פיינע נייעס דו!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27194
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

שיין! שיין!
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
אלטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10081
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

;l;p-;l;p-;l;p-

יו איז דאס גוט צולייגט!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

מוראדיג שיין געשריבן

די תוכן איז אייזן, אזא גוטע טאפיק שוין לאנג נישט געזעהן
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4374
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

יוי ביזסטו גוט, ווי אזוי טרעפסטו אלע מיני מענטשן אין איין טאג ?!

די סטייל איז זייער גוט,

די טאפיק איז א האקעלע אבער א וויכטיגע!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

גוט געשריבן!
פליסיג און ציענד, א שרייבערישע שפראך, און נאך הומאריסטיש!
דער נושא איז גוט צולייגט, און שטארק ארויסגעברענגט! דשאסט געט רעדט פאר די הִיט...

5 5 5
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3114
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

זיך צו פאסמאקעווען
אוועטאר
KOLAK
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 6:19 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KOLAK »

kyshtiper האט געשריבן: די סטייל איז זייער גוט,
די טאפיק איז א האקעלע אבער א וויכטיגע!

גענאגלט צום פינטל....
"פאַקט בלייבט פאַקט, אפּגעזעהן ווי אומגעשמאק ס'איז"
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15356
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

(איך האב נאר געליינט די אינטערוויו.)
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

מעכטיג ענד טא דע פוינט!
אוועטאר
ציגאנער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3265
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

;l;p-;l;p-;l;p-
פייוו סטאר אין אלע הינזיכטן; א געווינער אויף אלע פראנטן!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע:אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

צום באלעקן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2084
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע:ניי מאשין

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

פנימחדשות האט געשריבן: ;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

איך לייג צו אפאר;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-
די בעסטע אויסדריק וואס מען קען שרייבן.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

געלאכט און געלאכט, געטראכט און געטראכט!
אייזן גוט!
די טאפיק איז דיפפערענט.
די שרייבער קומט אריין קלאר און צולייגט גוט די זאך.
ס'איז א שטיק געשמאקע הומאר מרישא ועד גמירא (ס'קען אפילו זיין אז אינעם זומער פ' פארמעסט וואלט עס נישט געקענט אריינגיין).

איך קוק אויף די רעיטינגס, די נאמבערס רעדן פאר זיך.
5\5\5 3
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע:אונטערן מאמע'ס פארטוך

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

שטארק! גוט געלאכט, און אין הארצן געוויינט..
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

זייער צום פינטל
איך ציטער
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29903
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געגעבן די העכסטע ראטעס
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3711
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

פון די העכסטע טאטעס.




זייער גוט ארויסגעברענגט די נושא.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

ביסט פיינע נייעס, דו!

*****
*****
*****
*************************************************************
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע:אונטערן מאטראץ

Re: פארמעסט ווינטער תשפ״א - #13 - ווילסט זיין א גוטע פלאמבער? אראפ מיטן בארד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

האהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאהאאהא

איך לאך נאך יעצט!!

פיינע נייעס!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”