ויהי אחרי המגיפה: די שארית הפליטה נאך די קריג
די תקופה איז היבש אביסל א פארנעפלטע, וואס מיר די קינדער און אייניקלעך [און היינט שוין אויך איר אייניקלעך] פון די שארית הפליטה, האבן בדרך כלל ווייניג געהערט אדער געלייענט דערוועגן.
דעריבער וועלן מיר מקיים זיין אל תמנע טוב מבעליו, און צוזאמען קלויבן און אהער ברענגען וואס מיר האבן געפונען איבער די תקופה.
און מיר בעטן בשם אלע חברים און באזוכער דא אין פארום, אויב איר געפינט עפעס וואס איר קלערט אז עס האט א שייכות מיט די תקופה, טוט אונז א געפעליגקייט און ברענגט עס דא אהער.
מיט פיל דאנק
פארשלאפן
בשם כל האזרחים והאורחים.
נאכדעם וואס די אליאירטע האבן באפרייט דייטשלאנד, האבן זיי זיך ארום געזעהן מיט א פליטים פראבלעם, אריגינעל האבן די אמעריקאנער גערעכנט אז די אידן וועלן אין א פאר חדשים זיך צוריק קערן צו זייערע וואוין ערטער, דערווייל האבן גאר ווייניג אידן געהאט חשק דערצו, א טייל האבן זיך שוין געהאט צוריק געקערט און אזוי ווי זיי האבן געזעהן אז עס איז נישט פארבליבן קיין זכר פון אידן און אידישקייט, האבן זיי צוריק גענומען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט, און האבן זיך ארויס געלאזט און ריכטינג פון די אמעריקאנע אקופירטע חלק פון דייטשלאנד.
אזוי האט זיך ארויס געשטעלט אז עס האבן זיך געדרייט פליטים, וואס האבן נאר געהאט פאר זייערע אויגן דעם ציהל ווי פריער צו פארלאזן די פארבלוטיגטע ערד, און גיין צו די מערב לענדער, אבער זיי האבן נישט געהאט וואו צו גיין ווייל די אמעריקאנער רעגירונג האט געהאט פלטים קוואטאס, און די בריטישע האבן נישט געלאזט גיין קיין פאלעסטינע, אזוי ארום האבן די אמעריקאנער אנגעפירט דורך די ארמיי געגרונדעט די די פי לאגערן, דאס איז געווען א נעץ פון לאגערן טייל גרעסערע און טייל קלענערע ווי מען האט איינקווארטירט די אידן און די דזשוינט און אנדערע וואויל טעטיגע ארגאניזאציעס האבן זיי צוגעשטעלט עסן קליידונג און לעבנס וויכטיגע מיטלען. צווישן די יארן תש"ה און תשי"א האבן זיך אזוי ארום אדורך געדרייט די די פי לאגערן קרוב צו 250,000 אידן.
די ציונים אנגעפירט פון די אידישע אגענטור די סוכנות, האבן אנגעפירט א גוט ארגאנעזירטע פראפאגאנדע אפעראט פאר עלי' אין די קעמפס, און געוויסע קעמפס האבן זיי מער מצליח און אין אנדערע ווייניגער, און פאר די הקמת המדינה האבן זיי געשריבן העץ ארטיקלען אין די לאגער צייטונגען און ארגאנאזירט פראטעסטן, אנטקעגן די בריטישע פארן נישט אריין לאזן קיין פאלעסטינע, און פאר א מדינה.
די צובראכענע צושאסענע אידן האבן זיך געפינען אין א מצב פון א בורח מן הארי ופגעו דוב, עס איז זייער שווער געווען נישט מיטגעשלעפט צו ווערן מיט זייערע אקטיוויטעטן אין פראפגאנדע, דער שרייבער פון די שורות האט געהערט פון אן עלטערן איד , אז מ'האט געברויכט האבן מסירת נפש ממש נישט מיט צו שפילן מיט זייערע פראטעסטן, ווייל זיי האבן געלייגט דרוק און זיך פארלייגט אויף א יעדן איינעם עקסטער.
- אטעטשמענטס
-
- dpmaplrg.gif (59.08 KiB) געזען 15476 מאל