על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

איינער וויל רעדן פונעם ווארשער געטא אויפשטאנד?
איז עס געווען אויסגעהאלטן ?
איז דא איינע פון די גדולים וואס רעדן דערפון ?
גייט עס אריין אין כלל פון הבא להרגך השכם להרגו ?
וואלטן אידן איבעראל געדארפט אזוי טון בדרך הטבע און פארשטייטערן די מאסן רציחות ?

פארשטייט זיך אז אלעס איז געווען א גזירה מן השמים ! אבער מיר זענען דא אויף דער וועלט, וחי בהם,

בדרך הטבע לאזט זיך קיין שום מענטש נישט הרגענען מיטן גוטן ווילן, די ווארשער אידן האבן געוואוסט וואס זייער גורל איז.

זייטס אזוי גוט און שרייבטס אייער אדער וואס איר ווייסט די הלכה מיינונג איז אויף די ווייטאגליכע פרשה.

א דאנק.
קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

לתועלת הענין ברענגן מיר אריבער עטליכע צטט'ן פונעם מלחמה בילדער אשכול , וואו עס איז געלייגט געווארן דער יסוד פאר דעם אשכול, ווי אויך טוישן מיר דעם קעפל פון 'דער ווארשער געטא אויפשטאנד' צו 'על קידוש שמך - צווייטע וועלט מלחמה'.

זינט דער נושא איז זייער א האקעלער, און מיר אינגעלייט קענען נישט - אינעם וואוסטן חלום אפילו - פארשטיין וואס אונזערע זיידעס און באבעס זענען אדורך געגאנגן אין יענע שווערע טעג, ווילן מיר בעטן יעדן איינעם וואס גייט אנטייל נעמען אין די הייליגע ארבעט אז מען זאל נוצן טיפע פארשטאנד פאר א 'יעדע' תגובה, און זיכער מאכן אז עס פארמאגט אין זיך די ריכטיגע הארץ און מיטגעפיל וואס איז נויטיג.

אזהרה: תגובות אין דעם אשכול וואס גייען מוזן געמעקט ווערן, וועלן געמעקט ווערן אנע מעלדונג אין אישית, און אויב איינער ברויך אן הסברה פארוואס עס איז געמעקט זאל מען ביטע קאנטאקטן איינע פון די מנהלים, און נישט פארפירן א שמועס דערויף דא אינעם אשכול גופא, יישר כח למפרע.

איזאק האט געשריבן: מיללער, קען מען דא אויסשמועסן די געדאנק פונעם ווארשעווער אויפשטאנד ? צו די אידן דארטן האבן זיך געמעגט קעגנשטעלן די דייטשן אדער נישט, איך בין זייער נייגעריג וואס דער עולם האלט דא.

אדער איז דאס נאר פאר פיקטשערס.

מיללער האט געשריבן: איך בין נישט בעה"ב דא (ניטאמאל אחראי) עס איז אן אשכול איבער די מלחמה און די מנהלים זאל'ן טאן כטוב בעיניהם.

יאנאש האט געשריבן: פונעם קעפל זעהט אויס אז עס דייקא א בילדער אשכול, אבער אז מיללער קאן באשטיין קען מען טוישן דעם קעפל אויף 'צווייטע וועלט מלחמה'.

איבער דעם ענין פון שרייבן איבער אזעלכע האקעלע ענינים וואס אפי' אסאך רבנים טרויען נישט צו רעדן ברבים איבער דעם, ווייס איך נישט צו דא איז דער פלאץ דערויף, אבער אויב יעדער וועט זיך האלטן אין די ראמען קען מען שמועסן איבער דעם.

מיללער האט געשריבן:

עס איז אפשר נישט געאייגנט פאר שוואכע הערצער אבער פטור בלא כלום אי אפשר, עס וואקסט אויף א דור וואס וועלן שוין ניטאמאל געדענקן אידן וואס האבן דאס אליינס מיטגעמאכט, זיי וועלן לייענען די היסטאריע ווי אונז זעה מיר די קרייץ-ציגלער עפאכע און די גזירות ת"ח-ות"ט וכדו', ברויכן מיר דאס חזר'ן און איבערפארציילן פאר זיי ביי יעדע געלעגנהייט למען ידעו דור אחרון בנים יולדו אז אידישע קינדער אין די נישט אזוי ווייטע פארגאנגענהייט זענען דורכגעגאנגען הריגות ושחיטות באופן מבהיל למאוד ממש לא יאומן כי יסופר.

איזאק האט געשריבן: יאנאש, איך האב געדאנקן און קשיות איבער דעם ענין, אבער דו זאגסט אז עס איז האקעל, האב איך אביסל מורא, אויב א בעסערע שרייבער ווי איך איז וויליג צו לייגן דעם גרונד פאר דעם שמועס וועל איך זייער הנאה האבן עס צו ציען ווייטער.

יאנאש האט געשריבן: מיללער; די פראבלעם מיטן ווארשע געטא אויפשטאנד אישו איז נישט ווייל עס איז נישט געאייגענט פאר שוואכע הערצער, עס איז זייער א טיפער הלכה'דיגע אישו, און עס קען ברענגן צו דשאדזן מענטשן אין אומשטענדן וואס איז נישט מעגליך צו פארשטיין, ודי בזה.

עס איז געבליבן אז דער אשכול זאל זיין נאר פאר מלחמה בילדער און קאמענטארן אויף די בילדער, צו שמועסן איבער די מלחמה, מעשיות, סייעתא דשמיא, סטראטעגיעס וכדו' איז כדאי צו עפענען אן עקסטערן אשכול.

איזאק האט געשריבן: יאנאש, גוטע פוינטס, אבער איך מיין אז די מלחמה בילדער זענען ערגער פאר שוואכע הערצער ווי א דיסקאשן איבער די אויפשטאנד, און בכלל איז אינטערעסאנט צו הערן פון די צדדים, איך האב מיין מיינונג דערויף, איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט.
שרעקעדיגע פיקטשערס קען איך שוין נישט פארנעמען, איך האב שוין צופיל געזען און געלייענט דערוועגן און זיך אויפגעוועקט פארשוויצט מיט שרעקעדיגע חלומות, אבער א דיסקאשן וועגן די אויפשטאנד קען איך פארנעמען אויף אויסצוגראדן מיינע ספיקות.

יאנאש האט געשריבן: איזאק, איבער די ווארשער געטא, ביטע ליין איבער מיין פריערדיגע תגובה איבער דעם נושא, און מיט קאפ, עס זעהט אויס אז דו האסט געכאפט מיין פוינט פונקט קאפויער.

עניוועי, דער שמועס העמער איבערלאזן פאר דעם מלחמה אשכול, זינט עס איז געבליבן אז דא איז נאר פאר בילדער און אירע קאמענטארן.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

איך ווייס נישט דעם ענטפער עפ"י הלכה, אבער מיט מיינע פליישיגע אויגן ווייס איך איין זאך:
אויב נעמען א באנדע רוצחים ארום מיין הויז להשמיד ולהרוג, וועל איך כאפן יעדע שארפע געגנשטאד וואס ליגט אין מיינע הענט זיך צו פארטיידיגן און לעבן נאך א טאג אויף דער וועלט, א מענטש דארף טון כל טצדקי שבעולם זיך צו דערהאלטן ביים לעבן, איי סוף כל סוף וועט דיך יענער עניוועי הארגענען ? נו איז וואס ? דארף איך אויסשטרעקן מיין האלז ?

אבסאלוטלי, הבא להרגך השכם להרגו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' וואס,
דער אויפשטאנד האט גורם געווען מער אידן זאלן איבערלעבן, אדער די פארקערטע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע:אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

די פארקערטע זיכער נישט, ווייל די אלע אידן וואלטען סיי ווי אויס גע'הרג'עט געווארן. ס"ה האבן ווייניגע דייטשען איבערגעלעבט וועגן דעם.

לגבי די עצם נושא, ווי קענען מיר וויסען וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון און וואס מיר וואלטען געטון, מיר זענען דאך נישט דארט געווען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אנדי פעטיט האט געשריבן: די פארקערטע זיכער נישט, ווייל די אלע אידן וואלטען סיי ווי אויס גע'הרג'עט געווארן. ס"ה האבן ווייניגע דייטשען איבערגעלעבט וועגן דעם.

ווי אזוי ביסטו אזוי זיכער, אז אלעוואלטן אויס גע'הרג'עט געווארן? אפילו אויב דו זאלסט אננעמען אז דו דייטשן וואלטן זיי געפירט צום סוף צום שיסן, וואלטן אויך אסאך זיך געראטעוועט.

אנדי פעטיט האט געשריבן: לגבי די עצם נושא, ווי קענען מיר וויסען וואס איז די ריכטיגע זאך צו טון און וואס מיר וואלטען געטון, מיר זענען דאך נישט דארט געווען.

א הונדערט פראצענט גערעכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

farshlufen האט געשריבן: ר' וואס,
דער אויפשטאנד האט גורם געווען מער אידן זאלן איבערלעבן, אדער די פארקערטע?

פארקערטע ? יעדער איד איז אין די אויגן פון די דייטשן געווען טויט, יא טויט ! א טאג פריער אדער א טאג שפעטער, זיי האבן אלע געדארפט דערמארדעט ווערן מיט אלע מיתות משונות כדי אויסצופירן די ענדגילטיגע לייזונג.

איך פארשטיי נישט די וואס זאגן "אה דאס האט גורם געווען אז די נאציס זאלן אויסהארגענען מער אידן"... טאקע אזוי ??
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

<<<ווי אזוי ביסטו אזוי זיכער, אז אלע וואלטן אויס גע'הרג'עט געווארן? אפילו אויב דו זאלסט אננעמען אז דו דייטשן וואלטן זיי געפירט צום סוף צום שיסן, וואלטן אויך אסאך זיך געראטעוועט. >>>>

טראכט אריין וואס דו האסט דא געשריבן.

סאו מזאל זיך לאזן נעמען צום תליה ווייל סיז דא א מיליאנסטעל טשענס צו ווערן געראטעוועט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' וואס
אונז זעמער אלע קינדער פון אט די טויטע אידן, געדארפטערהייט האבן זיי בחסדי ה' איבערגעלעבט, משא"כ אין ווארשאווער געטא האבן די דייטשן אלע אויס גע'הרג'עט מיט די ארגסטע מיתות משונות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס האט געשריבן: סאו מזאל זיך לאזן נעמען צום תליה ווייל סיז דא א מיליאנסטעל טשענס צו ווערן געראטעוועט...

און איצט פיר אויס, אין ווייל זיי האבן געמאכט אן אויפשטאנד....... איז די מיליאנסטעל [ ווי די רופסט עס] אויך נישט געווען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

די מיליאנסטעל איז יא געווען, ווייל וועם סיז געווען באשערט איז געבליבן לעבן, קיין איין איד מער איז נישט געהארגעט געווארן דורכן אויפשטאנד,נאר אביסעלע דייטשן זענען אויך געשטארבן... סיז א חיוב און א נארמאלע זאך זיך צו שלאגן פארן לעבן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס האט געשריבן: די מיליאנסטעל איז יא געווען, ווייל וועם סיז געווען באשערט איז געבליבן לעבן, קיין איין איד מער איז נישט געהארגעט געווארן דורכן אויפשטאנד,נאר אביסעלע דייטשן זענען אויך געשטארבן... סיז א חיוב און א נארמאלע זאך זיך צו שלאגן פארן לעבן.

קיין איין איד מער? הלואי..!!
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

רוב גדולים האבן געהאלטן קעגן דעם אויפשטאנד אריינגערעכנט הגה"ק ר' מנחם זעמבא זצ"ל הי"ד (ווערט געברענגט און צייטשריפט)
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

איך פארשטיי נישט וואס דיר איז שווער דא, די דייטשן האבן זיך אריינגעריקט צו ליקווידירן דעם געטא, דאס מיינט אויף אידיש: פארגאזן יעדן איד וואס געפינט זיך דארטן !! יעצט וואס זאגסטו ? אז אנדעם אויפשטאנד וואלטן זיך געראטעוועט א סכום אידן ?? בשעת ווען די דייטשן האבן אין טויזענטער שטעטלעך "ווי מהאט נישט געמאכט אן אויפשטאנד" נישט איבערגעלאזט קיין שריד ופליט, זאגסטו אז וועגן דעם אויפשטאנד האבן זיי געהארגעט מער אידן ?
לעצט פארראכטן דורך וואס אום מאנטאג יוני 02, 2008 2:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

א בפירישע צייטשריפט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36824
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נו נו, פיר אויס, און איצט.........
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אמאל האבען זיי באמבאדיריט א באן פיל מיט דייטשן וואס זענען געווען אויפן וועג צי הארגענען אידין אין ווי לאנג זיי האבען געברענגט נאך זענען אפאר אידין אנטלאפען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע:נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

במחילת כבודכם!
די ווארשע אויפשטאנד איז געוען אויסגעהאלטן 100% איך ווייס נישט וויפיל ענק האבן געלייענט פון די צווייטע וועלט קריג אבער איך מיין אז איך האב געלייענט אלע ביכלעך וואס זענען ארויסגעקומען און אידיש פון די צווייטע וועלט קריג און אי"ה מארגן וועל איך געבן א ברייטערע אפשאצונג. אבער איין זאך וויל איך יא קלאר מאכן פאר די אויפשטאנד איז געווען א אסיפת רבנים וואו ערליכע רבנים און נישט ערליכע אלע זענען דארט געווען עכ"פ עס זענען געווען צדדים לכאן ןלכאן אבער אפילו די רבנים וואס האבן נישט געהאלטן דערפון האבן נישט געזאגט מען זאל עס נישט מאכן. וויסן זאלסטו אז די אלע וואס זאגן אז וועגן דעם זענען אוועק מער מענטשן רעדט שטותים והבלים. פארוואס וועגן אפשר זאגסטו מיר וויפיל אידן פון פולין האבן האבן דורך געלעבט? שנים מעיר אחד ממשפחה 99% פון אונזערע זיידעס שטאמען פון אונגארן זיי אלע רעדן די שפראך. די ביסל אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון ווארשע האבן ארויסגעגעבן ביכלעך איון דארט ברענגן זיי אראפ די גאנצע היסטאריע פון די אויפשטאנד.

נאך עפעס וואס מיינט הבא להרגך השכם להרגך.
ווען מען האט געגעבן 1 ברויט פאר 50 מענטשן און 20 זענען געווארן דערהארגט ווייל מען האט זיי צוטרעטן קענסטו קומען זאגן אז " ווען מען כאפט ווען נישט וואלט נאך איינער איבערגעלעבט" ווארט אויף מארגן א לענגערע אפשאצונג. עני קשיות פרעג איך וועל פרובירן אלעס צו ענטפערן.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב אזוי פארשטאנען אוויא ר' קאמפיוטערנייעס פון ליינען אסאך ביכער וועגען דער ווארשעווער אויפשטאנד,
און פון ליינען ביכער פון ווארשעווער געטא אידן אליינס
עס וואלט מיר געווען זייער נייגעריק צי וויסען פון ווי די צייטשריפט האט געקרוגען איר אינפארמאציע

ר' קאמפיוטערנייעס,
איר דארפט נישט ווערען אזוי ציהיטצט, מען קען גיין געלאסענער.
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער עצם אויפשטאנד איז דאך אן ענין פון הבא להרגך. אבער איז דאס נישט געווען אונטער די גוטהייסונג פון די ציונים?
עס ליגט מיר אין קאפ, אז ביי די אונטערערדישע צוגרייטונגען צום אויפשטאנד איז כ"פ ארויסגעברענגט געווארן די כוונה דערפון.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

נישט נאר איז עס לויט מיין פארשטאנד א גוטע זאך דער אויפשטאנד
נאר אזוי וואלט גדארפט זיין אין יעדע שטאט אין שטעטעל אין אויב עס וואלט טאקע אזוי געווען וואלטען די נאציס בדרך הטבע
נישט געקענט הארגענען אזוי פיהל יודען ווייל עס וואלט געדויעט צייט ביז מען שלאגט זיך מיט אלע אויפשטענדלער
עס טוט אזוי וויי ווען מען ליינט אין די ביכער ווי מען האט זיך ליידער געלאזט פיהרען ווי שאף צי די שחיטה אנע שום ווידער שטאנד, ניטערמאל האבען די נאציס ימ"ש געדארפט דערלייגען א קויל , נאר זיי זענען קאלטבליטיג אין סיסטעמאטיש פארגאזט
געווארען, ליידער ליידער איז געלונגען פאר די קלוגע רשעים ימ"ש צ י פארנארען כלל ישרא-ל אז זיי זאלען נישט וויסען ווי מען פירט זיי אין די וואס האבען שוין יא געוויסט האבען עס פשוט נישט געוואלט גלייבען
אין צוריק צום שאלה לגבי די ווארשעווער געטא , עס איז נישט דא קיין שום מצוה איען די תורה זיך צי לאזען פיהרען ווי שאף צי די שחיטה , ענדעש צי שטארבען אויפען שלאכטפעלד ווי צי ווערען געפירט ווי די שאף צים שחיטה
אבער נאך אלעם דארף מען וויסען אז גארנישט געשעט נישט פין זיך אליין עס איז ליידער געווען א ביטערע גזירה אויף כלל ישרא-ל וואס איז נאכנישט געווען מאז היתה ישרא-ל לגוי די ווייטאג צער אין פיין וואס יודישע קינדער האבעון זיך ציזאמען געליטען אין יענע ביטערע יארען קען מען נישט ארויס ברענגען מיט ווערטער אין ווער עס האט עס נישט מיטגעלעבט וועט עס קיינמאל נישט פארשטיין ,
ליידער ליידער איז מקוים געווארען די תוכחה במלא המובן מיט אלע פירושים, אין כלל ישרא-ל איז ארויס געקומען נאך די מלחמה ציקלאפט אין ציבראכען , גייסטיש אין פיזיש אין לאנג האט געדויעט ביז די ציבראכענע רעשטלעך האבען זיך געשטארקט אין אנגעהויבען צירוק צישטעלען כלל ישרא-ל,
בלייבט אונז נאר צי זיך בעטען ביים טאטען אין הימל אז ער זאל האלטען די רעכטע האנט אויף זיין פאלק אין כלל ישרא-ל זאל מער נישט דארפען אדורך גיין אזאלכע אומגעהויערע פיין אין ליידען, אין מען זאל שוין זוכה זיין צי די פולקאמע אויסלייזונג מתוך חסדים ורחמים אן קיין צער אין פיין וכימי צאתך מארץ מצרים אראך נפלאות במהרה בימינו אמן
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע:נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

שוועמל אויסדריקליך נישט. ס'איז האט גארנישט געהאט מיט די ציונים אדרבה די ציונים האבן דאך געוואלט אז וואס מער אידן זאלן שטארבן. ס'איז דא אביכל וואס הייסט "איך האב זיי איבערגעלעבט" נישט אויסמישן מיט די בוך פון פריעדמאן "איך וועל זיי איבערלעבן" דארט ביישרייבט ער באריכות וועגן די אויפשטאנד ער איז אויך געווען איינער פון די אויפשטענדלער איינע פון די זאכן שרייבט ער אז נישט די ציונים און נישט די פוילישע אויפשטענדלער האבן זיי געוואלט געבן געווער. און ספר "מן המיצר" פון ר' מיכאל בער שרייבט אז ווען ער האט זיך געבעטן ביי די ציונים און שווייץ זאלן אים שיקן געלט (די מעשה פון יואל בראנד) איז די תשובה געעוען ניין נישטא קיין געלט. פארוואס ? האט יענער ציוניסט איך געדענק נישט זיין נאמען יעצט. האט ער געזאגט " כי רק בדם תהיה לנו הארץ"און אידיש "ווייל נאר מיט בלוט וועלן מיר בייקומען די לאנד" דאס זענען געווען די ציונים זיי האבן געוואלט אז וואס מער אידן זאלן שטארבן כדי אז נאך די מלחמה זאלן זיי בייקומען ארץ ישראל. די פארשאלטענע ציונים. אויך שרייבט ער דארט אזאך וואס זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט דערפון ער שרייבט דארט אזוי. די פרייע אידן און אמעריקא זענען איין טאג ארויסגעקומען און פארנט פון די דייטשע קאנסולאט און זיי האבן ערקלערט א באיקיט קעגן די דייטשן (באיקיט מיינט א מלחמה) זיי די פרייע האבן געוויסט אז עס וועט גארנישט העלפן די דייטשן וועלן זיך בכלל נישט דערשרעקן דערפון אבער זיי האבן געוואלט אויפרייצן די דייטשן. שרייבט ר' מיכאל בער ווייטער אז ווען דער רשע היטלער ימש"ו האט דאס דערהערט האט ער זיך אראפגעווארפן אויפן פלאר און ער האט פאר גרויס כעס מיט זיינע ציינער צוריסן די קארפעט און ער האט געשריגן איצטערעט וועל איך זיין ווייזן איצטערעט וועל איך זיי ווייזן. און וואס מיינסטו איז געווען דער סוף? אפאר וואכן שפעטער האט מען אויפגעבויעט די גאז קאמערן מיט די קרמעמאטירים. וואו מען האט פארגאזט און פארברענט צענדליגער טויזנטער אידן טעגליך.(קוק נאך און ספר מן המיצר א חיוב אויף יעדע איד צו ליינען און לערנען די ספר) און דאס זאלסטו גוט אריינעמען און קאפ ניין נישט די פאר אידן וואס האבן געמאכט די אויפשטאנד זענען שולדיג אז מען האט אויס געהארג'ט די אידישע קינדער. נאר די די רשעותדיגע ציונים וואס האבן מיט זייערע געמיינע מעשים זיכער געמאכט אז וואס מער אידן שטארבן. געלט פאר ר' מיכאל בער איז קיינמאל נישט אנגעקומען. די דייטשן האבן מסכים געווען צו פארקויפן די מיליאן אידן פון אונגארן פאר געלט. און נאר א דאנק די ציונים האט מען נישט געהאט דאס געלט. ווען די געלט איז נישט אנגעקומען האט מען אנגעהויבן מיט די טראנספארטן קיין אושוויץ און בירקענאו. מען האט יעדען טאג פארגאזט און אוישוויץ פינף און צוואנציג טויזנט אידישע קינדער ר"ל און פארוואס ווייל די ציונים דארפן א מדינה.

די מעשה פון יואל בראנד קען מען לייענען און די דריי בענדער פון ר סענדר וואו ער ביישרייבט "חורבן אונגארן"
איך וועל זיי איבער לעבן פון ר' חיים שלמה פריעדמאן מיין איך אז מען קען עס נישט בייקומען און קיין איין ספרים סטאר (איך נאר די אלטע)
איך האב זיי איבערגעלעבט קען מען נאך אפשר טרעפן.
ס'איז אויך גוט צו לייענען די בוק פון קארנבלי (איך מיין סהייסט) די טאטע האט געהייסן לויפן. איך האב איינמאל געכאפט א שמועס מיט אים האב איך געפרעגט וועגן די מעשה פון די טויטע פערד וואס ער שרייבט דארט. האט ער מיר געזאגט זאלסט וויסן אז די גאנצע בוק איז אמת ויציב און נישט נאר דאס אסאך זאכן האט ער נישט געשריבן. אקעי איך דארף שוין גיין אלעס גוטס פאר יעדן...
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

איך וועל אויך צולייגן מיינע צוויי צענט, נישט בתורת הוכחות נאר אביסל אויסשמועסן מיינע סברות, און איך שרייב נאר אלעס בדרך אפשר, ואדרבה זאל דער עולם זאגן צו איך רעד צום דבר, אויך ווען איך וואלט דארט געווען ווייס איך נישט צו איך וואלט יא געוואוסט דעם אמת'ן דעת תורה.

קודם דעם ענין צו דאס האט גורם אז מער מענטשן זאלן גע'הרג'ט ווערן, באמת איז דאס נישט שייך צו וויסן ווייל דאס איז שוין א פארגאנגענהייט און מען קען נישט וויסן וואס וואלט געווען אויב אזוי און אויב אזוי, ווייל אפילו פון אוישוויץ וואס עס איז געווען דער קרעמעטאריאם אליינס זענען אסאך מענטשן געראטעוועט געווארן, ממילא ווילאנג עס איז געווען א געטא קען מען נישט וויסן וואס וואלט געווען מיט דער צייט, און בפרט אז ביי אידן איז דא א כלל אז חיי שעה טאר מער אויך נישט אוועקנעמען ממילא אויב דאס האט גורם געווען עכ"פ צו פארשנעלערן די שחיטה איז דאס אפשר א שאלה, און בכלל דארף מען וויסן צו די אויפשטענדלער האבן געהאט א ערנסטע פלאן אז עס וועט זיי געלונגען צו געוואונען אדער סתם אויסצו'הרג'נען ווי מער פון די דייטשן.

און וועגן דעם כלל פון הבא להורגך השכם להורגו, מיין איך אז עס איז דא חילוק צו עס איז סתם אפאר רוצחים און גזלנים צו א גזירה של מלכות, ווייל דאן קען זיין עס גייט שוין אריין אין כלל פון די שבועה פון שלא ימרדו באומות, וואס לכאורה איז די שבועה גילטיג אפילו ווען די אומות ווילן ח"ו הרג'ענען אידן נישט נאר ווען זיי מאכן סתם גזירות, און איך מיין אז מען טרעפט טאקע נישט ביי קיין איין מאסן גזירות און שחיטות אנגעהויבן פון חורבן בית שני ווי אויך ביי גזירת ת"ח ות"ט וכדומה, טרעפט מען נישט אז מען זאל האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן די אומות, נאר דאס איז באקאנט די מחלוקה פון חכמים מיט בר כוכבא וואס ער האט געמאכט אן אויפשטאנד און די חכמים האבן נישט געהאלטן דערפון און די צרות נאך זיין אויפשטאנד זענען טאקע געווען סאך ערגער ווי פארדעם כידוע לכל, די זעלבע זאך איז געווען ביי די בריונים מיט ר' יוחנן בן זכאי, עכ"פ עס קען זיין אז עס איז א גרויסע חילוק אויב עס א גזירה של מלכות דאן טאר מען זיך נישט קעגן שטעלן און עס איז נישט געזאגט געווארן דאן הבא להורגך.

און נאכאמאהל איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין אזא מצב קען זיין איך וואלט אויך מיטגעהאלטן, ממילא קען מען זיי נישט דן זיין, און איך מיין טאקע נישט זיי דן צו זיין נאר אויסצושמועסן די סברות פארוואס נישט צו האלטן דערפון, אויך האב איך נישט געליינט קיין ביכער פון ווארשעווער איבערלעבער (בכלל א בוך פון איינעם וואס האט זיך באטייליגט אינעם אויפשטאנד וועט זיכער נישט שרייבן אז ער האט נישט גוט געטוהן ממילא ווייס איך נישט אויב אויף דעם קען מען בויען), איך בין אויך נייגעריג צו זעהן וואו עס שטייט דאס וואס איינער האט אויבן דערמאנט אז עס איז געווען אן אסיפת הרבנים וואו עס האבן זיך באטייליגט אויך ערליכע רבנים,

דאס זענען מיינע ארימעע געדאנקען והבוחר יבחר
אוועטאר
קאמפיוטערנייעס
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 10, 2008 5:52 pm
לאקאציע:נישט דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטערנייעס »

בןהרחמן האט געשריבן: איך וועל אויך צולייגן מיינע צוויי צענט, נישט בתורת הוכחות נאר אביסל אויסשמועסן מיינע סברות, און איך שרייב נאר אלעס בדרך אפשר, ואדרבה זאל דער עולם זאגן צו איך רעד צום דבר, אויך ווען איך וואלט דארט געווען ווייס איך נישט צו איך וואלט יא געוואוסט דעם אמת'ן דעת תורה.

קודם דעם ענין צו דאס האט גורם אז מער מענטשן זאלן גע'הרג'ט ווערן, באמת איז דאס נישט שייך צו וויסן ווייל דאס איז שוין א פארגאנגענהייט און מען קען נישט וויסן וואס וואלט געווען אויב אזוי און אויב אזוי, ווייל אפילו פון אוישוויץ וואס עס איז געווען דער קרעמעטאריאם אליינס זענען אסאך מענטשן געראטעוועט געווארן, ממילא ווילאנג עס איז געווען א געטא קען מען נישט וויסן וואס וואלט געווען מיט דער צייט, און בפרט אז ביי אידן איז דא א כלל אז חיי שעה טאר מער אויך נישט אוועקנעמען ממילא אויב דאס האט גורם געווען עכ"פ צו פארשנעלערן די שחיטה איז דאס אפשר א שאלה, און בכלל דארף מען וויסן צו די אויפשטענדלער האבן געהאט א ערנסטע פלאן אז עס וועט זיי געלונגען צו געוואונען אדער סתם אויסצו'הרג'נען ווי מער פון די דייטשן.

און וועגן דעם כלל פון הבא להורגך השכם להורגו, מיין איך אז עס איז דא חילוק צו עס איז סתם אפאר רוצחים און גזלנים צו א גזירה של מלכות, ווייל דאן קען זיין עס גייט שוין אריין אין כלל פון די שבועה פון שלא ימרדו באומות, וואס לכאורה איז די שבועה גילטיג אפילו ווען די אומות ווילן ח"ו הרג'ענען אידן נישט נאר ווען זיי מאכן סתם גזירות, און איך מיין אז מען טרעפט טאקע נישט ביי קיין איין מאסן גזירות און שחיטות אנגעהויבן פון חורבן בית שני ווי אויך ביי גזירת ת"ח ות"ט וכדומה, טרעפט מען נישט אז מען זאל האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן די אומות, נאר דאס איז באקאנט די מחלוקה פון חכמים מיט בר כוכבא וואס ער האט געמאכט אן אויפשטאנד און די חכמים האבן נישט געהאלטן דערפון און די צרות נאך זיין אויפשטאנד זענען טאקע געווען סאך ערגער ווי פארדעם כידוע לכל, די זעלבע זאך איז געווען ביי די בריונים מיט ר' יוחנן בן זכאי, עכ"פ עס קען זיין אז עס איז א גרויסע חילוק אויב עס א גזירה של מלכות דאן טאר מען זיך נישט קעגן שטעלן און עס איז נישט געזאגט געווארן דאן הבא להורגך.

און נאכאמאהל איך ווייס נישט וואס איך וואלט געטוהן אין אזא מצב קען זיין איך וואלט אויך מיטגעהאלטן, ממילא קען מען זיי נישט דן זיין, און איך מיין טאקע נישט זיי דן צו זיין נאר אויסצושמועסן די סברות פארוואס נישט צו האלטן דערפון, אויך האב איך נישט געליינט קיין ביכער פון ווארשעווער איבערלעבער (בכלל א בוך פון איינעם וואס האט זיך באטייליגט אינעם אויפשטאנד וועט זיכער נישט שרייבן אז ער האט נישט גוט געטוהן ממילא ווייס איך נישט אויב אויף דעם קען מען בויען), איך בין אויך נייגעריג צו זעהן וואו עס שטייט דאס וואס איינער האט אויבן דערמאנט אז עס איז געווען אן אסיפת הרבנים וואו עס האבן זיך באטייליגט אויך ערליכע רבנים,

דאס זענען מיינע ארימעע געדאנקען והבוחר יבחר

איך מיין ביסט גערעכט מיט אפאר נקודות אבער נישט מיט אלעם ווייל ביי די מעשה פון ר' יוחנן האבן די רומיים נישט געוואלט אויסהאגענען אלע אידן זיי האבן בעיקר געוואלט האבן די שליטה אויף ארץ ישראל. משא"כ ביי די דייטשן ימ"ש וואו זייער עיקר כוונה איז געווען צו האגענען וואס מער.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קאמפוטער,
איך האב אזוי פארשטאנען פון די פילם 'אפרייזינג'. קען זיין עס איז בכלל נישט ריכטיג אראפגעשפילט. דארטן ווערן זיי אפגעמאלן ווי א חלק פון די ציניסטישע באוועגונג וואס האט געזוכט דערנאך עולה זיין קיין פאלעסטינע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”